הגה"ק מצאנז זי"ע - כ"ה ניסן תרל"ו

אונזער היסטאריע
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 13024
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 31475

Re: הגה"ק מצאנז זי"ע - כ"ה ניסן תרל"ו

פאוסט דורך ניקל »

ווען דער הייליגער צאנזער רב זי"ע פלעגט אהיים געקומען פון ביהמ"ד פלעגט מען אים אראפ נעמען די אלטע באנדאזשן, איינשמירן דעם ווייעדיגען פוס, און באנדאזשירן פון פריש. דער סדר איז געווען אז דער צאנזער רב האט זיך געזעצט לערנען, ארויף געלייגט דעם פוס אויף א בענקל, און מ'פלעגט אראפ נעמען די אלטע באנדאזשן, עס נאכאמאל איינשמירן, און באנדאזשירן פון פריש.

אין שטוב פון צאנזער רב פלעגט זיך דרייען א קליין מיידל פון די דערנעבנדע שכנים, וועלכע האט זיך געשפילט מיט די טעכטער פונעם דברי חיים. עס איז זי אסאך מאל אויס געקומען צו זיין אין שטוב ווען מ'פלעגט פארבאנדאזשירן דעם פוס פונעם דברי חיים.

אמאל ווען דער צאנזער רב איז צוריק געקומען פון ביהמ"ד, איז זי פונקט דארט געווען, און זי האט צוגעשטעלט די זאלב איינצושמירן דעם פוס און די פרישע באנדאזשן. האט דער צאנזער רב זיך דאן אנגערופן, "דו זאלסט לאנג לעבן" ותגזר אומר ויקם לך. די ברכה פון צאנזער רב איז מקויים געווארן במילואה, די פרוי האט דורך געלעבט ביידע וועלט קריגן, און איז אוועק אין ירושלים אין טיפן עלטער פון 112 יאר!,

אין ארץ ישראל האט געוואוינט א זקן מיט'ן נאמען הרה"ח ר' יצחק (איטשע) פרענקל ע"ה, וועלכער האט זוכה געווען צו אריכת ימים פון צאנזער רב'ס א ברכה. ומעשה שהי' כך הי':

ווען ר' יצחק איז געווען זעקס יאר אלט, איז געווען א מגיפה ל'ע אין צאנז, און אויך ער איז קראנק געווארן ל"ע. זיין מוטער איז געלאפן צום הייליגן צאנזער רב און געוויינט און געשריגן פארביטערטערהייט, "מיין זון הערט יעדן טאג די ברכות פון רבי'ן, און יעצט וועט ער ח"ו אויסגיין ווי א יונגאטש". האט דער צאנזער רב איך אנגעשריגן, "ארויס פון
דאנעט, איך האלט פאר'ן דאווענען, ער וועט סיי ווי זיין אן אלטער איד, שטערט מיך נישט פון דאווענען״.

זעלבסטפארשטענדליך אז מער ווי דאס האט די מוטער פונעם קינד נישט געדארפט, און דאס קינד איז טאקע געזונט געווארן. נאך זיין חתונה האט ר' יצחק זיך געפלאגט אויף פרנסה, און ער איז אמאל געגאגען מיט זיין בני בית צום שינאווער רב זי"ע בעטן א ברכה אויף פרנסה. און זייענדיג ביים שינאווער רב האט ער דערציילט וועגן די ברכה אויף אריכות ימים וואס ער האט באקומען פון רבינ'ס פאטער, דעם צאנזער רב. רופט זיך אן ר' יצחק'ס ווייב, "ער (מיין מאן) האט א ברכה פון צאנזער רב, אבער איך האב נישט קיין ברכה",

זאגט צו איר דער שינאווער רב: "גייט שוין, איר וועט אים נאך איבער לעבן". שפעטער, אין די צייט פון די צווייטע וועלט מלחמה, ווען דריי שיפן מיט אידן זענען אפגעפארן קיין ארץ ישראל, וואס ליידער זענען צוויי באשאסן געווארן און געזונקען דורך די דייטשן ימ"ש, און ר' יצחק פרענקל איז געפארן אויף איינע פון די שיפן, האבן עטליכע צאנזער אייניקלעך, ובתוכם כ"ק מרן אדמו"ר רבי נפתלי צבי מבאבוב זי"ע, געקויפט בילעטן אויף די זעלבע שיף, וויסנדיג וועגן די ברכה פון צאנזער זיידן פאר ר' איטשע אויף אריכת ימים.

עס איז טאקע אזוי געווען, נאר יענער שיף איז ניצול געווארן ווען די דייטשן האבן עס נישט באמערקט. און עס איז איבריג צו זאגן, אז דער צאנזער רב'ס ברכה איז מקויים געווארן, ר' איטשע איז אוועק כ"ה שבט תשט"ו אלס זקן מופלג פון 87 יאר, און זיין פרוי האט נאך באגלייט דעם מאן למנוחת עולמים, און צומארגענס אינדערפרי איז זי אויך נפטר געווארן

אין ירושלים האט געוואוינט א חשוב'ער איד, א חסיד וירא ער האט געהייסן ר' חיים הירשמאן ריישער ע"ה, ער האט געהייסן "חיים" נאכ'ן צאנזער רב זי"ע, און ער האט דערציילט דאס פאלגענדע מעשה,

דעם לעצטן פורים בשנת תרל"ו, האט דער צאנזער רב געזאגט פאר אן עושר וועלכער איז געווען א "חשוך בנים" רח"ל, וואס אויך ר' חיים ריישער'ס פאטער איז געווען א חשוכי בנים ל"ע יארן לאנג, אז אויב דער עושר וועט אים ברענגען אויפ'ן ארט טויזנט זלאטעס פאר צדקה, וועט ער געהאלפן ווערן מיט א בן זכר. דער דאזיגער גביר וועלכער איז געווען מקטני הדעת און א קמצן, האט געענטפערט דעם צאנזער רב אז ער דארף זיך גיין באראטן מיט זיין פרוי צי ער זאל געבן די טויזנט זלאטעס.

בשעת דער גביר האט זיך געוואנדן צו גיין צו די טיר, האט דער צאנזער רב געפרעגט ר' חיים'ס פאטער צי ער האט הונדערט זלאטעס פאר צדקה, וועט ער אים צו זאגן א בן זכר. זעלבסטפארשטענדליך אז ער האט באלד אהין געגעבן די הונדערט זלאטעס פארן הייליגען צאנזער רב, און דער צאנזער רב האט אים צו געזאגט א בן זכר.

אזוי שטייענדיג שוין ביי די טיר, האט דער עושר זיך בארעכנט אז ער איז גרייט צו געבן די טויזנט זלאטעס און ער דארף זיך נישט דורכרעדן מיט זיין בני בית, האט ער זיך אומגעקערט צום צאנזער רב און אויסגעדריקט זיין גרייטקייט צו געבן די טויזנט זלאטעס. האט דער צאנזער רב זיך אנגערופן צו אים: "פארפאלן, איך האב שוין אוועק געגעבן דעם בן זכר פאר א צווייטן", און א יאר שפעטער איז ר' חיים הירשמאן געבוירן געווארן, און מ'האט אים א נאמען געגעבן חיים נאכ'ן צאנזער רב זי"ע, וועלכער איז אינצווישן נסתלק געווארן כ"ה ניסן תרל"ו.
שרייב פאוסט