סאטמערע חסיד האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 4:46 pm
עס קומט דא ארויף א ווייטאגליכע נקודה אז קהל פארשטייט נישט אז עס זענען דא נאך בתי מדרשים אינעם שטאט אחוץ ביהמד הגדול וואס מען דארף בויען און העלפען צו בויען די לעצטע צוואנציג יאר איז נאכנישט צוגעקומען כמעט קיין איין געהעריגע ביהמד און קי חוץ פון די קאמיוניטי רומס בתי מדרשים די פראבלעם איז אז קודם פילט זיך דער בויער אז ער טוט א גאנצע טובה אז ער בויט א ביהמד און שטעלט צו די מינימום און די צווייטע פראבלעם איז אז און די נייערע שכינות פון קי בויען זיך נישט קיין בתי מדרשים וויל קהל וויל נישט צאלן קיין געלט און זיך עס נישט אונטערנעמען און אויב א ביהמד איז געבויט געווארן האט עס פשוט מיט די עסקנים פון די געגענט אבער קהל שטעלט נישט גארנישט צו צו העלפן פאר דעם די עצה פאר דעם איז צו אויפשטעלן א וועד קרן הבנין פון ענערגיעשע עסקנים וואס זאלן צוהעלפן שאפן די נדבנים די פאנדן פאר די אלע בתי מדרשים העלפן מיט געלט און געלט איז נישט די פראבלעם די פראבלעם איז עסקנים מען קען עס בחוש זען ווען און קי בויעט מען יעדע יאר נייע בניני המוסדות וואס קאסטן שווערע מיליאנען און עס ווערט געדעקט וויל עס איז דא די גוטע עסקנים און פאנדרעיזינג די שאלה איז נאר צו קהל וועט דאס וויל טון צילוב די מאנגל און געלט און די קהילה ....
עס איז אמת דאס אז קהל איז נישט גרייט צו פינאנצירן דאס בויען בתי מדרשים איבעראל, און קיין קיין שום קהלה אין די וועלט טוט דאס נישט (אמאל איז דא א ענין פון פארטיי און פאר פארטיי האט יעדער געלט)
וועסט קוקן אין סיי וועלכע גרעסערע קהלה איבער די וועלט ארבעט עס אזוי אז די עסקנים פון א געגנט נעמען זיך צוזאם צו בויען א 'קהלה' בית המגרש און די קהלה העלפט זיי מיט אלע לאגיסטיקס וואס שייך, און דער עיקר איז אז קהל לייגט ארויף די אפיציעלע חותם אויף א בית המדרש וואס איז די א ב אז מענטשן זאלן מנדב זיין געלט דערפאר.
גראדע די ערשטע 3 שוהלן אין די ווייטערע גגענטער האט קהל אריינגעלייגט עטליכע 100 אלפים אין יעדע איינע אז די ארטיגע עסקנים זאלן זיך קענען שטעלן אויף די פיס, און פון דארט האבן עס די לאקאלע איבערגענומען.
עיין בית חיים דוד תשפ"א
עיין בית שמואל בשכונת דברי חיים תשע"ז
עיין בית המדרש בשכונת זרע קודש תשפ"ג