בלאט 2 פון 5

Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 7:19 am
דורך יאנטשי
נקודת טובות האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 7:12 am
יאנטשי האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 7:07 am
שמח האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 4:14 pm

איר גנב'ט דער געדאנק, עס איז אן אריכות, אזוי ווי עס איז דא א געזעץ אין די גוי'שע וועלט נישט צו נאכמאכן איינעמס געדאנק, עס איז אן אריכות דער הסבר אבער עס האט אן הסבר.
אין די גויאישע וועלט איז אויך נישט דא אזא זאך ווי א איסור אויף מאכן א סינגעל קאפי
וועמען איז א נפקה מינה וואס די גוישע וועלט זאגט? אונז האבן א תורה, און חוץ מזה גארנישט!

נ''ב, מידות איז אויך מן התורה.
נ''ב, אין געוויסע פעלער האבן חז''ל אוועקגעשטעלט אז דינא דמלכותא דינא.
און וואס האב איך געזאגט?

איך האב ציטירט איינער וואס ציט שטריכן פון די גויאישע וועלט, אויף דעם האב איך געשריבן מיין קאמענט.

Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 7:35 am
דורך Yankel
איך האב אפירגעזיכט די גאגל דרייוו פייל פון די אלע שיעורים פון ר׳ שרגא צו איבערהערן די שיעור פון איסור השגת גבול ביי ספרים און סידיס זעה איך אז מען קען עס שוין נישט הערן פאר פרי מען קען עס קויפען אויף א געוויסע וועבסייט, שטעלט זיך די פראגע אויב איינער האט עס שוין געקויפט קען ער עס לכאורה דא ארויפלייגען….

Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 8:54 am
דורך בורר
Yankel האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 7:35 am איך האב אפירגעזיכט די גאגל דרייוו פייל פון די אלע שיעורים פון ר׳ שרגא צו איבערהערן די שיעור פון איסור השגת גבול ביי ספרים און סידיס זעה איך אז מען קען עס שוין נישט הערן פאר פרי מען קען עס קויפען אויף א געוויסע וועבסייט, שטעלט זיך די פראגע אויב איינער האט עס שוין געקויפט קען ער עס לכאורה דא ארויפלייגען….
https://drive.google.com/drive/folders/ ... MHCNC5OpBC
קרעדיט @כח און מח
viewtopic.php?p=1221#p1221

Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 1:25 am
דורך טראפקעלע
אוממענטשליך

Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 7:30 am
דורך מסתמא
פאר מיין פאטער זז”ג האט ר’ זעליג שפילמאן ע”ה געזאגט אלץ בחור אז סאיז ע”פ הלכה מותר.

אבער געדענקט אז לא חרבה ירושלים אלא על שהעמידו דיניהם על דין תורה, ולא עבדו [=עשו] לפנים משורת הדין.

פארשטיי אז יענער האט ביטער שווער געארבעט דערויף און ועל כולם איר ווילט אז יענער זאל ממשיך זיין.

מיין גדר איז אז ווען כהאב הנאה פון א סידי בינעך מיר משתדל עס צו קויפן.

Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 10:28 am
דורך בורר
די וואס קומען אריין מיט פסקים וואס זיי האלטען זאלן שרייבן זייערע קרעדיענשלס
מען קען אויסשמועסן שאלות און צדדים אבער פלעין א פסק מותר אדער אסור דארף א מראה מקום
(מיינונג פון @בורר )

Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 5:06 pm
דורך כח און מח
בורר האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 8:54 am
Yankel האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 7:35 am איך האב אפירגעזיכט די גאגל דרייוו פייל פון די אלע שיעורים פון ר׳ שרגא צו איבערהערן די שיעור פון איסור השגת גבול ביי ספרים און סידיס זעה איך אז מען קען עס שוין נישט הערן פאר פרי מען קען עס קויפען אויף א געוויסע וועבסייט, שטעלט זיך די פראגע אויב איינער האט עס שוין געקויפט קען ער עס לכאורה דא ארויפלייגען….
https://drive.google.com/drive/folders/ ... MHCNC5OpBC
קרעדיט @כח און מח
viewtopic.php?p=1221#p1221
מענין לענין, דערציילט מיר א איד וואס האט געהערט כלי ראשון פון הרה"ג ר שלום שרגא פאפלאנאש אז דער מגי"ש האט אנגערופן די פירמע וואס פארקויפט זיינע שיעורים און זיי געפרעגט היתכן זיי דערקלערן בעלות אויף זיינע שיעורים, עד כדי כך אז מדארף צאלן הינדרעט דאללער א טאג שכירות אויב מקאפיעט עס :lol: האבן זיי געזאגט אז זיי מאכן בעסער די סאונד און שניידן ארויס וכו (וואס איז בכלל נישט קיין שווערע ארבעט, בפרט ווען זיי טוען עס ניטאמאל געהעריג ואכמ"ל), פרעגט ער זיי, יא יא, אבער ווער לאזט אייך בכלל נעמען מיינע שיעורים? האבן זיי געזאגט "איר אליין זאגט דאך אז ממעג קאפיען סידיס... "

פאר איר שרייט געדענקט אז זיי טיען עס נישט נאר מיט זיינע שיעורים נאר מיט צענדליגע שיעורים פון צענדליגער בעלי דרשנים...

תמצית היוצא לענ"ד: ווען א זינגער געט ארויס א פריוואטע סידי און איינער וויל זיך מאכן א קאפי, על זה אנו דנים (און יעדער זאל פרעגן זיין לאקאלע דיין), משא"כ א דרשה וואס איז געזאגט געוארן ערגעץ ווי אין א ביהמ"ד און געוויסע האבן דערקלערט בעלות דערויף, מעג דער קויפער גיין בדרכיהם הטוב און אויך דערקלערן בעלות דערויף...

Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 6:29 pm
דורך אלכסנדר נחמן
ברוך השם אז עס איז שוין א שיינע פאר יאר וואס איך קויף יעדע סידי וואס איך וויל הערן,
אבער לויט מיין פארשטאנד מעג מען זיכער קאפיען א סידי ווייל איינמאל איך קויף עפעס קען איך טון וואס איך וויל דערמיט אזווי מיט מיין שירעם/טיש/ספר וכו'

Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 9:15 pm
דורך בורר
כח און מח האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 5:06 pm
בורר האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 8:54 am
Yankel האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 7:35 am איך האב אפירגעזיכט די גאגל דרייוו פייל פון די אלע שיעורים פון ר׳ שרגא צו איבערהערן די שיעור פון איסור השגת גבול ביי ספרים און סידיס זעה איך אז מען קען עס שוין נישט הערן פאר פרי מען קען עס קויפען אויף א געוויסע וועבסייט, שטעלט זיך די פראגע אויב איינער האט עס שוין געקויפט קען ער עס לכאורה דא ארויפלייגען….
https://drive.google.com/drive/folders/ ... MHCNC5OpBC
קרעדיט @כח און מח
viewtopic.php?p=1221#p1221
מענין לענין, דערציילט מיר א איד וואס האט געהערט כלי ראשון פון הרה"ג ר שלום שרגא פאפלאנאש אז דער מגי"ש האט אנגערופן די פירמע וואס פארקויפט זיינע שיעורים און זיי געפרעגט היתכן זיי דערקלערן בעלות אויף זיינע שיעורים, עד כדי כך אז מדארף צאלן הינדרעט דאללער א טאג שכירות אויב מקאפיעט עס :lol: האבן זיי געזאגט אז זיי מאכן בעסער די סאונד און שניידן ארויס וכו (וואס איז בכלל נישט קיין שווערע ארבעט, בפרט ווען זיי טוען עס ניטאמאל געהעריג ואכמ"ל), פרעגט ער זיי, יא יא, אבער ווער לאזט אייך בכלל נעמען מיינע שיעורים? האבן זיי געזאגט "איר אליין זאגט דאך אז ממעג קאפיען סידיס... "

פאר איר שרייט געדענקט אז זיי טיען עס נישט נאר מיט זיינע שיעורים נאר מיט צענדליגע שיעורים פון צענדליגער בעלי דרשנים...

תמצית היוצא לענ"ד: ווען א זינגער געט ארויס א פריוואטע סידי און איינער וויל זיך מאכן א קאפי, על זה אנו דנים (און יעדער זאל פרעגן זיין לאקאלע דיין), משא"כ א דרשה וואס איז געזאגט געוארן ערגעץ ווי אין א ביהמ"ד און געוויסע האבן דערקלערט בעלות דערויף, מעג דער קויפער גיין בדרכיהם הטוב און אויך דערקלערן בעלות דערויף...
הרב פאפלאנאש דערציילט די מעשה אויף דער שיעור "טוירנסטיילס"

Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 12:10 am
דורך כשר ישר

קאפיען סידיס

געפאוסט: זונטאג פעברואר 18, 2024 3:30 pm
דורך שאינו יודע לשאול
די נושא פון קאפיען סידיס איז זייער צומישט און פארוויקלט,

דער בעל מנגן שרייט אז ס'איז גראב גניבה, ס'נעמט מיך ארויס פון ביזנעס, איך לייג אריין אין דעם הונדערטער שעה און צענדליגע טויזנטערס, און איך וויל צוריקמאכן כאטש מיין אינוועסטירטע געלט ואולי יחוס צו זעהן עפעס ריווח, אין מיין תורה שטייט "לא תגנוב" און מיין רבי פלעגט עס צו טייטשן "מען טאר נישט גנב'ענען", פיריאד. אנדערע זענען גאר נישט מוחל בזה ובבא- הונדערט דאלער שכירות ליום(...)- בקיצור, זיי זענען זייער פארווייטאגט.

די אנדערע צד טענה'ט אז ס'איז "אינטערלעקטשועל פראפערטי" אוןן איך האב דיר גארנישט צוגענומען, איך וואלט עס סייווי נישט געקויפט, דו גיבסט עס נאר ארויס פאר אדווערטייזמענט, דו מאכסט דיין געלט פון בוקינגס און פון סטרימינג, אנדערע זאגן אז יעדער קאפיעט סייווי און מיין סידי וואס איך גיי קויפן וועט דיך נישט רייך מאכן,- בקיצור, ער איז אומשולדיג.

די דעת תורה אין דעם איז זייער צומישט, היינט הערסטו איין דיין קלאר לאיסור, ווען מארגן זאגט דיין רב אז ער זעהט נישט קיין שום פראבלעם אין דעם, פאפלאנאש גיבט א שיעור להיתר ווען ביי די נעקסטע שיעור דרייעט ער איבער דאס היטל פונקט קאפויער, בקיצור, יעדער וואס וויל טרעפן א היתר האט צענדליגע דיינים אויף זיין זייט און די זעלבע אויף פארקערט.

אלזא לאמיר הערן דעם דעת הקהל (פארשטייצעך אויף למעשה זאל יעדער פרעגן זיין לאקאלע...)

Re: קאפיען סידיס

געפאוסט: זונטאג פעברואר 18, 2024 5:01 pm
דורך שאינו יודע לשאול
דער עולם ווערט געבעטן אריינצוקומען מיט תגובות "פארוואס" דו האלטסט אז יא אדער נישט, איך וואלט געווען נייגעריג צו הערן מער קלארער די צדדים לכאן ולכאן

Re: קאפיען סידיס

געפאוסט: זונטאג פעברואר 18, 2024 5:05 pm
דורך פופציגער
געוואוט אפציע 4.

איך האלט אז מ'מעג, ווייל אזוי האב איך פארשטאנען ווען כהאב דורכגעטון דעם נושא.

איך האלט אז ס'נישט שיין, ווייל למעשה האט איינער אריינגעלייגט דערין גרויס געלט.

איך הער כמעט נישט קיין סידיס, איך קויף קיינמאל נישט, און איך באקום זעלטן, אבער דא דארט מאכט זיך אז איך באקום פון עמיצן א קאפי.

Re: קאפיען סידיס

געפאוסט: זונטאג פעברואר 18, 2024 9:47 pm
דורך טיפע טאשן

Re: קאפיען סידיס

געפאוסט: זונטאג פעברואר 18, 2024 10:01 pm
דורך קאמענטארער
איז דא איין גרויסע פוסק וואס זאגט אז מ'מעג? נישט די דיין אין דיין ביהמ"ד, איך רעד פון א גרויסע אנגענומענע פוסק,

איך מיין אז די ענטפער איז זייער קלאר.

Re: קאפיען סידיס

געפאוסט: זונטאג פעברואר 18, 2024 10:26 pm
דורך שמח
טיפע טאשן האט געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 9:47 pm viewtopic.php?t=625
@חצקל משמש
ביטע שמעלצן

Re: קאפיען סידיס

געפאוסט: זונטאג פעברואר 18, 2024 11:31 pm
דורך שאינו יודע לשאול
קאמענטארער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 10:01 pm איז דא איין גרויסע פוסק וואס זאגט אז מ'מעג? נישט די דיין אין דיין ביהמ"ד, איך רעד פון א גרויסע אנגענומענע פוסק,

איך מיין אז די ענטפער איז זייער קלאר.
די עטליכע וואס זענען ארויסגעקומען פאבליק האבן באקומען אסאך היץ, איי געס קיינער זוכט נישט צו ווערן פארמישט דערין

אדרבה, האסט אנגעפרעגט ביי די גרויסע פוסקים, אדער דו ווייסט פון אוסרים? קום אריין

Re: קאפיען סידיס

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 19, 2024 12:21 am
דורך ביינישקע טייטלבוים
ס׳איז נישטא קיין גראבע/קלארע איסור אויף גנב׳נן אינטעלקטואלע פראפערטי.
מען דארף נישט א רב זאל עס מתיר זיין ווייל ס׳שטייט נישט קיין ערגעץ אז ס׳אסור.
(פונקט ווי מען דארף נישט א רב זאל מתיר זיין צי עסן א טונא סענדוויטש)

אבער ווען מען רעדט פון אידן וואס מושן זיך נישט פסח, אין עניני קדושה געט מען זיך אכטונג אסאך מער ווי די הלכה פארלאנגט, מען איז מקפיד אויף חומרות און מנהגים, און פלוצלינג ווען ס׳קומט צי קאפיען סידי׳ס ווערט מען מאדערן ארטעדאקס, לאמור אזוי צי זאגן, ווי שטייט אין הלכה אז מען טאר נישט?

Re: קאפיען סידיס

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 19, 2024 9:47 am
דורך קאמענטארער
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 11:31 pm
קאמענטארער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 10:01 pm איז דא איין גרויסע פוסק וואס זאגט אז מ'מעג? נישט די דיין אין דיין ביהמ"ד, איך רעד פון א גרויסע אנגענומענע פוסק,

איך מיין אז די ענטפער איז זייער קלאר.
די עטליכע וואס זענען ארויסגעקומען פאבליק האבן באקומען אסאך היץ, איי געס קיינער זוכט נישט צו ווערן פארמישט דערין

אדרבה, האסט אנגעפרעגט ביי די גרויסע פוסקים, אדער דו ווייסט פון אוסרים? קום אריין
א אמת'ע פוסק האט נישט מורא פון היץ.

ס'איז דא תשובות אויף די נושא און שבט הלוי, מנחת יצחק, תשובות והנהגות ועוד.

Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 19, 2024 12:22 pm
דורך שאינו יודע לשאול
@חצקל משמש , וואו איז מיין פאול געגאנגען?

Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 19, 2024 1:03 pm
דורך פייל און בויגן
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 12:22 pm @חצקל משמש , וואו איז מיין פאול געגאנגען?
נאר די פותח האשכול קען מאכן פאולס..

Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 19, 2024 1:03 pm
דורך חצקל משמש
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 12:22 pm @חצקל משמש , וואו איז מיין פאול געגאנגען?
פארלוירן געגאנגן מיטן צוזאמען שטעלן,

ביטע אנטשולדיגן, מען לערנט זיך פון טעותים

Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 19, 2024 2:24 pm
דורך דעת קדשי
ווען איך קויף א סידי מעג איך עס אנצונדן ביי מיר אין קאר ווען מיין חבר זיצט דארט און ער גייט עס מער נישט קויפן ווייל ער האט עס שוין געהערט? אוודאי יא!
ווען איך קויף א סידי מעג איך עס בארגן פאר מיין חבר?
אוודאי יא!
ווען איך ענדיג הערן א סידי מעג איך עס געבן פאר מיין חבר במתנה פאר אייביג?
אוודאי יא!
סאו מאי שנא קאפּיען???
די מו''ל קען זיך רעגן אבער עפ''י הלכה איז נישטא קיין שום טענה.

Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 19, 2024 3:01 pm
דורך וואוילער
דעת קדשי האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 2:24 pm
ווען איך קויף א סידי מעג איך עס בארגן פאר מיין חבר?
אוודאי יא!
א געוויסע סידי פארקויפער פלעגט שרייבן אויף די סידיס אז מ'טאר עס נישט בארגן פאר א רבים...

Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 19, 2024 3:09 pm
דורך דעת קדשי
וואוילער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 3:01 pm
דעת קדשי האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 2:24 pm
ווען איך קויף א סידי מעג איך עס בארגן פאר מיין חבר?
אוודאי יא!
א געוויסע סידי פארקויפער פלעגט שרייבן אויף די סידיס אז מ'טאר עס נישט בארגן פאר א רבים...
אויב איז דא א גרויסע עולם אין מיין הויז מעג איך עס נישט אנצינדן ווייל אנדערע מענטשן גייען עס מער נישט קויפן?