בלאט 2 פון 3

Re: פארמאכטע פארום פאר אמתע נעמען - אנקעטע

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 1:03 pm
דורך אביסל צו שפעט
די בעסטע עט זיין אויב די עכטע נעמען עלן נישט ערשיינען אויף די ליסטע פון איינגעשריבענע באנוצער, אויף דעם מהלך גיימיר זיך בעזה''ש איינשרייבן
כ'גלייב שווער אז ס'דא נאך איינער מיט ''די זעלבע'' נאמען ווי מיר, ד.ה. די ערשטע מיט די לעצטע....
כ'זוך מיר נישט קיין בושות... (דערווייל...)

Re: פארמאכטע פארום פאר אמתע נעמען - אנקעטע

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 1:15 pm
דורך וואוילער
אלף טויב האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 5:29 pm איך זעה בכלל נישט קיין פראבלעם מיט בלויז עכטע נעמען, באשטעטיגטע אין אום באשטעטיגטע איך האלט עס וועט נאר מאכן די פלאטפארמע בלויז נאך מער ערוואקסן.

#מיין מיינונג
אום באשטעטיגטע איז א ליצנות, מ'קען שיסן נעמען.
הגם, כ'וואונדער מיך נאך וויאזוי מ'באשטעטיגט די נאמען.

Re: פארמאכטע פארום פאר אמתע נעמען - אנקעטע

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 1:23 pm
דורך פינאנץ מיניסטער
וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 1:15 pm
אלף טויב האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 5:29 pm איך זעה בכלל נישט קיין פראבלעם מיט בלויז עכטע נעמען, באשטעטיגטע אין אום באשטעטיגטע איך האלט עס וועט נאר מאכן די פלאטפארמע בלויז נאך מער ערוואקסן.

#מיין מיינונג
אום באשטעטיגטע איז א ליצנות, מ'קען שיסן נעמען.
הגם, כ'וואונדער מיך נאך וויאזוי מ'באשטעטיגט די נאמען.
ער דארף אריינשיקן א בילד פון א לעגאלע ID אדער סיי וועלכע הארטע קארטל מיט זיין נאמען דערויף.

עה כטראכט פלעין...

Re: פארמאכטע פארום פאר אמתע נעמען - אנקעטע

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 5:02 pm
דורך באשיינפערליך
פינאנץ מיניסטער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:43 am @באשיינפערליך האט א פוינט אז אויב וועלן זיין אסאך אין די פארמאכטע פארום איז שטארק מעגליך אז צוביסלעך וועט מען ארויסקריכן פון די לעכער און אנהייבן שרייבן פאבליק מיט די עכטע נעמען
דאס שוין נישט, קיינער וויל דאך נישט צוריקהערן פון משפחה מיטגלידער אז מ׳שרייבט דא!

Re: פארמאכטע פארום פאר אמתע נעמען - אנקעטע

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:30 pm
דורך ענותן
צ"ק
הייסט דאס נישט סאושל מידיע?

Re: פארמאכטע פארום פאר אמתע נעמען - אנקעטע

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 12:22 pm
דורך דאפלטער
מיילעך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:40 am פאר דע געלט קענסטו עפענען א טשעט גרופ דא גייט עס זיין עקטיוו פאר ניטאמאל א טאג.
אקעי אונז גיימיר פאר א טשעט גרופ?

Re: פארמאכטע פארום פאר אמתע נעמען - אנקעטע

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 12:43 pm
דורך שמח
דאפלטער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 12:22 pm
מיילעך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:40 am פאר דע געלט קענסטו עפענען א טשעט גרופ דא גייט עס זיין עקטיוו פאר ניטאמאל א טאג.
אקעי אונז גיימיר פאר א טשעט גרופ?
איך וויל נישט דא זאל ווערן שטיל...

Re: פארמאכטע פארום פאר אמתע נעמען - אנקעטע

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 12:47 pm
דורך באשיינפערליך
דאפלטער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 12:22 pm
מיילעך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:40 am פאר דע געלט קענסטו עפענען א טשעט גרופ דא גייט עס זיין עקטיוו פאר ניטאמאל א טאג.
אקעי אונז גיימיר פאר א טשעט גרופ?
אויף טשעט דארף מען זיך בעיסיקלי האלטן צו צוויי דריי טעמעס, אז נישט גייט עס אויסקוקן ווי די אינסייד פון א איד׳ס מאגן שבת נאכמיטאג…

Re: פארמאכטע פארום פאר אמתע נעמען - אנקעטע

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 1:16 pm
דורך דאפלטער
שמח האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 12:43 pm
דאפלטער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 12:22 pm
מיילעך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:40 am פאר דע געלט קענסטו עפענען א טשעט גרופ דא גייט עס זיין עקטיוו פאר ניטאמאל א טאג.
אקעי אונז גיימיר פאר א טשעט גרופ?
איך וויל נישט דא זאל ווערן שטיל...
אקעי סוי נישט...

Re: פארמאכטע פארום פאר אמתע נעמען - אנקעטע

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 2:13 pm
דורך וואוילער
כ'האב עס איבערגעטראכט, און ס'קוקט מיר אויס אז די יסוד פון די געשמאק און סיבה פארוואס די פארום גייט אן, איז ווייל מ'ווייסט נישט צו וועם מ'רעדט.
יעדער איז אייניג און גלייכע רעספעקט.

Re: פארמאכטע פארום פאר אמתע נעמען - אנקעטע

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 5:12 pm
דורך ווינטעלע
כאמיר יעצט געכאפט.
אויב עכטע נעמען ווערט דא א פאקט, קען מען שוין עפענען די טעמע פאר טשערדי קאמפיין לינקס....

Re: פארמאכטע פארום פאר אמתע נעמען - אנקעטע

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 9:21 pm
דורך דער תהלים איד
וואוילער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 2:13 pm כ'האב עס איבערגעטראכט, און ס'קוקט מיר אויס אז די יסוד פון די געשמאק און סיבה פארוואס די פארום גייט אן, איז ווייל מ'ווייסט נישט צו וועם מ'רעדט.
יעדער איז אייניג און גלייכע רעספעקט.
☑️

Re: פארמאכטע פארום פאר אמת'ע נעמען (אנקעטע)

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 2:09 pm
דורך באשיינפערליך
איז טאקע דא א פלאן צו מאכן אזא זאך?

Re: פארמאכטע פארום פאר אמת'ע נעמען (אנקעטע)

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 3:34 pm
דורך בן דוואשע
שלום עליכם פארן גאנצן עולם
מיין מיינונג
פאר @פינאנץ מיניסטער וואלט איך עס געטוהן

Re: פארמאכטע פארום פאר אמת'ע נעמען (אנקעטע)

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 4:14 pm
דורך פינאנץ מיניסטער
שכוח אייך!! אבער דו מוזט דיך נישט אזוי אנשטרענגען פאר מיר...

Re: פארמאכטע פארום פאר אמת'ע נעמען (אנקעטע)

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2023 10:29 am
דורך וואוילער
בן דוואשע האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 3:34 pm שלום עליכם פארן גאנצן עולם
מיין מיינונג
פאר @פינאנץ מיניסטער וואלט איך עס געטוהן
@בן דוואשע, דעס איז א געדאנק, מ'קען אריינקומען מיט בלויז די מאמעס נאמען.

Re: מיין יחוס!!..

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 5:14 am
דורך יוסי לעפקאוויטש
המברך יתברך האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 10:33 pm ווייסט איינער צי ס'איז דא א אידישע ערליכע פובליק יחוס בוים וואו יעדער קען ארויפלייגן נאך נעמען, און אויסשמועסן אלע ראיות און פירכות פון יחוס? אדער צי איז נאך שייך צו מאכן אזא זאך?
@המברך יתברך ווען וועסטו שוין ענדליך אראפ נעמען דיין צוגעדעקטע געזיכט אין ארויף קומען דא מיט דיין העכטע נאמען???

Re: מיין יחוס!!..

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 8:24 am
דורך תינוק הבורח
יוסי לעפקאוויטש האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 5:14 am
המברך יתברך האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 10:33 pm ווייסט איינער צי ס'איז דא א אידישע ערליכע פובליק יחוס בוים וואו יעדער קען ארויפלייגן נאך נעמען, און אויסשמועסן אלע ראיות און פירכות פון יחוס? אדער צי איז נאך שייך צו מאכן אזא זאך?
@המברך יתברך ווען וועסטו שוין ענדליך אראפ נעמען דיין צוגעדעקטע געזיכט אין ארויף קומען דא מיט דיין העכטע נאמען???
וואס איז די harassment דא?

Re: מיין יחוס!!..

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 9:28 am
דורך המברך יתברך
יוסי לעפקאוויטש האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 5:14 am
המברך יתברך האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 10:33 pm ווייסט איינער צי ס'איז דא א אידישע ערליכע פובליק יחוס בוים וואו יעדער קען ארויפלייגן נאך נעמען, און אויסשמועסן אלע ראיות און פירכות פון יחוס? אדער צי איז נאך שייך צו מאכן אזא זאך?
@המברך יתברך ווען וועסטו שוין ענדליך אראפ נעמען דיין צוגעדעקטע געזיכט אין ארויף קומען דא מיט דיין העכטע נאמען???
וואס האסטו דיך פארפאקט אויף מיר?

Re: מיין יחוס...

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 9:53 am
דורך אסמכתא בעלמא
יעדע ניק איז דא וועלקאם, בעסער געזאגט "מאר דען וועלקאם".

די עכטע נעמען איז א אפציע פאר ווער עס וויל דאס. חלילה נישט אויף צו פאדערן עפעס פון די אלגעמיינע ניקס.

ס'איז קלאר אז די יסוד פון א פארום איז 'ניקס'. עכטע נעמען איז א צווייטע באדייט, וואס קען זיין זייער א געשמאקע הוספה, אבער נישט אויסמישן.

(פאר די עכטע נעמען איז נאך אין פלאן פארשידענע מעגליכע הוספות, עווענטשולי)

Re: פארמאכטע פארום פאר אמת'ע נעמען (אנקעטע)

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 12, 2024 1:12 pm
דורך פשוטער איד
עפעס געווארן מיט די פארמאכטע פארום/אמתע נעמען?

Re: פארמאכטע פארום פאר אמת'ע נעמען (אנקעטע)

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 12, 2024 1:39 pm
דורך שמואל אליעזר ברילל
פשוטער איד האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2024 1:12 pm עפעס געווארן מיט די פארמאכטע פארום/אמתע נעמען?
יא, סאיז דא פאררמאכטע פארום, אבער ס'איז דערוויילע שטיל.

Re: פארמאכטע פארום פאר אמת'ע נעמען (אנקעטע)

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 12, 2024 7:01 pm
דורך פשוטער איד
שמואל אליעזר ברילל האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2024 1:39 pm
פשוטער איד האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2024 1:12 pm עפעס געווארן מיט די פארמאכטע פארום/אמתע נעמען?
יא, סאיז דא פאררמאכטע פארום, אבער ס'איז דערוויילע שטיל.
וויאזוי באקומט מען זיך אריין?

Re: פארמאכטע פארום פאר אמת'ע נעמען (אנקעטע)

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 12, 2024 7:07 pm
דורך יהושע אליעזר הערשקאוויטש
פשוטער איד האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2024 7:01 pm
שמואל אליעזר ברילל האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2024 1:39 pm
פשוטער איד האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2024 1:12 pm עפעס געווארן מיט די פארמאכטע פארום/אמתע נעמען?
יא, סאיז דא פאררמאכטע פארום, אבער ס'איז דערוויילע שטיל.
וויאזוי באקומט מען זיך אריין?
שרייב דיך איין מיט דיין עכטע נאמען, פארבינד זיך אין אישי מיט די מנהלים צו באשטעטיגן דיין ריכטיגע אידענטיטעט

Re: פארמאכטע פארום פאר אמת'ע נעמען (אנקעטע)

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 12, 2024 7:41 pm
דורך צווייזייטיג
וואס לוינט זיך אריינצוגיין אויב ס'איז שטיל?