ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
אוסטין איז געווען און שפיטאל צוליב א קענסער טרעיטמענט
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
דזשאן קערי, דער העכסטער קלימאט דיפּלאמאט פון דער אמעריקאנער רעגירונג, האט געמאלדן זיין רעזיגנאציע פּלאן פון דער ביידען אדמיניסטראציע, נאך מער ווי דריי יאר פון פאראויס שטופּן אן אגענדע מיט אנדערע לענדער צו באקעמפן אנגעבליכע גלאבאלע ווארעמונג. קערי, דער געוועזענער סעקרעטערי אוו סטעיט, סענאטאר און דעמאקראטישער פּרעזידענט קאנדידאט, פּלאנירט ארויסצוהעלפן די ביידען ווידערוויילונג קאמפּיין
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
פארטיידיקונגס סעקרעטאר לאיד אוסטין איז ארויסגעלאזט געווארן פון שפּיטאל
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
פּרעזידענט ביידען האט געלאדנט קאנגרעס און סענאט פירער פון ביידע פּארטייען צו דיסקוסירן א פּעקעדזש פון הילף פאר אוקראינע, מדינת ישראל און טייוואן.
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט איז שטעקן געבליבן אין דאוואס-שווייץ, וויבאלד די פליגער מיט וואס ער פליט האט זיך אנגעשטויסן אין פראבלעמען
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
דער סופּרים קאורט האט נעכטן געאורטיילט לטובת דער ביידען אדמיניסטראציע וועלכע האט געבעטן ערלויבעניש אז פעדעראלע אגענטן זאלן קענען אוועקנעמען שטעכל דראטן וואס סטעיט אויטאריטעטן אין טעקסאס האבן אוועקגעשטעלט ביים מעקסיקא גרעניץ. די ריכטער האבן געגעבן גערעכט פאר דער פעדעראלער רעגירונג אין אן אורטייל פון 5 קעגן 4, מאכנדיג אפן דעם וועג פאר פעדעראלע גרעניץ פּאטראל אגענטן אוועקצונעמען די שטעכל דראטן
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
די געפעכט צווישן טעקסאס און די ביידען אדמיניסטראציע זעצט פאר, טראץ די אורטייל פון די העכסטע געריכט וועלכע ערלויבט פעדעראלע אויטאריטעטן צו אוועקנעמען די שטעכל דראטן.
טעקסאס גאווערנער אין א שארפע בריוו דערקלערט אז לויט די קאנסטיטוציע האבן שטאטן א רעכט זיך צו קעגנשטעלן אנטקעגן א פרעזידענט וואס פירט זיך נישט לויט די געזעץ און פירט נישט אויס זיינע פליכטן.
דער גאווערנער מעלדט אז די טעקסאס נעשאנעל גארד און לאקאלע פאליציי אויטאריטעטן וועלן ווייטער פארזעצן צו באשיצן זייער גרעניץ.
אין די זעלבע צייט טוען די ארטיגע נעשאנעל גארד טרופן פארזעצן צו אויסשפרייטן שטעכל דראטן צוימען ביי פארשידענע גרעניץ פונקטן מיט מעקסיקא.

מעג דא פרעגן? פארוואס וויל ביידען אוועקנעמען די שטעכל דראטן? ער וויל אומלעגאלע אימיגראנטן?
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
די סופרים קארט פסק האט נישט פארבאטן גרעג עבאוט צו לייגן ווייערס ארום די גרעניץ, עס האט אראפגענומען א פארבאט פון א ריכטער אויף די ביידען אדמיניסטראציע עס אפצושניידן, ווי מען האלט יעצט קען עבאט לייגן און ביידען שניידן...
Make Gaza Great Again
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
ביידען גייט אפרייזן קיין איסט פאלעסטיין-אהייא, אפצוצייכענען די ערשטע יארטאג פון א באן עקסידענט וואס האט געפירט צו א שעדליכע קעמיקאלן אויסגיס
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
טעקסעס גאווערנאר גרעג עבאוט זעצט פאר מיט די גרעניץ וואנט.
Make Gaza Great Again
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
ביידען האט געווינען די סאוט קאריליינע פריימעריס
Make Gaza Great Again
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
צום צווייטן יאר אין א רייע האט דער פרעזידענט באשלאסן צו פארפאסן די געלעגנהייט פון א ברייט-מיטגעהאלטענע אינטערוויו וואס ווערט יערליך געמאכט איידער א פאפולערער אמעריקאנער שפיל
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
פרעזידענט ביידען גייט באלד אפהאלטן א רעדע צום פאלק איבער די נאציאנאלע זיכערהייט ביל
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
ואשינגטאן – א טויש אין פעדעראלע רעגולאציעס וועט ערלויבן ווייסע הויז באאמטע שנעלער אריינצורעדן נאכדעם וואס די פעדעראלע רעגירונג פּובליצירט עקאנאמישע דאטא. שוין מער ווי פערציג יאר וואס ס'עקזיסטירט א פארבאט פאר פעדעראלע באאמטע צו געבן קאמענטארן פאר א שעה נאך וואס ס'ווערט פּובליצירט דזשאבס ציפערן, אינפלאציע ציפערן און ענליכע דאטא – נישט צו באאיינפלוסן דעם וועג וויאזוי די מידיא און דאס פאלק ליינט אפּ די ציפערן. אט דער פארבאט וועט געשניטן ווערן צו בלויז 30 מינוט
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
פרעזידענט ביידען גייט היינט מעלדן אז די אדמיניסטראציע גייט פארגעבן 1.2 ביליאן דאלאר סטודענט לאון חובות פאר ארום 153 טויזנט מענטשען
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1330
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3630
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
פרעזידענט ביידן איז אריבער זיין יערליכע פיזיקעל (דאקטאר אינטערזוכונג) ביים ספעציעלן ווייס הויז דאקטאר.
דער ווייסער הויז דאקטאר האט ארויסגעלייגט א 6 זייטן דיטעילד רעפארט איבער ביידן'ס געזונט צושטאנד, לויט אים איז ביידן געזונט און שטארק ווי א בער, ס'פעלט אים גארנישט און ער איז פיט טו סערוו.
דער ווייסער הויז דאקטאר האט ארויסגעלייגט א 6 זייטן דיטעילד רעפארט איבער ביידן'ס געזונט צושטאנד, לויט אים איז ביידן געזונט און שטארק ווי א בער, ס'פעלט אים גארנישט און ער איז פיט טו סערוו.
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
קאנגרעסמאן לאולער פון מאנסי האט געלאדענט די מאמע און ברודער פון אן אמעריקאנער משכון אין עזה צו זיין זיינע געסט ביי ביידען'ס סטעיט-אוו-די-יוניאן
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
פרעזידענט ביידען איז ערווארטעט היינט צי געבען זיין סטעיט אף די יוניאן
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1330
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3630