בלאט 2 פון 17

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: פרייטאג מערץ 29, 2024 12:06 am
דורך בערל דער פייפער
הר ההר האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 10:02 pm וואס איז זייער ענד גאויל? קיינער קלערט נישט אז די חרדים וועלן גיין אין מיליטער. און ווי אויך קלערט קיינער נישט אז די חרדים וועלן נישט באקומען קיין געלט. נו וואס מאכט מען זיך נעריש דא? אלעס ווי אזוי די געזעץ איז אויף פען און פעיפער???
זייער ציל: צוווארפען די רעגירונג.

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: פרייטאג מערץ 29, 2024 2:04 pm
דורך דער תהלים איד
הר ההר האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 10:02 pm וואס איז זייער ענד גאויל? קיינער קלערט נישט אז די חרדים וועלן גיין אין מיליטער. און ווי אויך קלערט קיינער נישט אז די חרדים וועלן נישט באקומען קיין געלט. נו וואס מאכט מען זיך נעריש דא? אלעס ווי אזוי די געזעץ איז אויף פען און פעיפער???
זייער ציל איז מ'זאל מאכן א נייע געזעץ וואס שלעפט אריין מער חרדים.

אויפ'ן מינוט פאדערן זיי נישט מ'זאל אויספירן יעצט שוין דאס איינריקן יעדן אין צה"ל. זיי פאדערן כזה:

1) דעם מאנטאג זאלן אלע דיחויים ווערן אויס גילטיג, און דער מוסד קען נישט באקומען קיין געלט אויף די בחורים

2) ביז חודש MAY זאל די מיליטער צוגרייטן א פארשלאג וויאזוי צו פאקטיש מגייס זיין בחורים

כמובן מיינט עס אז זיי ווילן ביז דעמאלס זאל מען אויפקומען מיט עפעס א געזעץ, האבנדיג אויפ'ן קאפ דעם שווערד אז די ישיבות באקומען נישט קיין געלט.

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: זונטאג מערץ 31, 2024 1:24 pm
דורך Spa 42
די לינקע גרופע אחים לנשק, האבן היינט פראטעסטירט אין...... כיכר השבת, רופענדיג די חרדים זיך צו שטעלן צום מיליטער.

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: זונטאג מערץ 31, 2024 1:29 pm
דורך וואוילער
א מין חילול ה'!

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: זונטאג מערץ 31, 2024 1:29 pm
דורך Spa 42
Spa 42 האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 1:24 pm די לינקע גרופע אחים לנשק, האבן היינט פראטעסטירט אין...... כיכר השבת, רופענדיג די חרדים זיך צו שטעלן צום מיליטער.

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: זונטאג מערץ 31, 2024 1:32 pm
דורך Spa 42

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: זונטאג מערץ 31, 2024 1:57 pm
דורך אנדערער
וואוילער האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 1:29 pm א מין חילול ה'!
וועלכע חלק

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: זונטאג מערץ 31, 2024 2:11 pm
דורך ווא'טו'זיך
אנדערער האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 1:57 pm
וואוילער האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 1:29 pm א מין חילול ה'!
וועלכע חלק
נו!!! וועלעכע חלק?!?

לכאורה די פרומע?!?

אוואדי די ציונים!!!!!!!!! וואסע בכלל די שאלה...

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: זונטאג מערץ 31, 2024 2:37 pm
דורך אנדערער
ווא'טו'זיך האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 2:11 pm
אנדערער האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 1:57 pm
וואוילער האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 1:29 pm א מין חילול ה'!
וועלכע חלק
נו!!! וועלעכע חלק?!?

לכאורה די פרומע?!?

אוואדי די ציונים!!!!!!!!! וואסע בכלל די שאלה...
אז פרייע אידן פראטעסטירן קעגן ערליכע אידן איז א חילול השם?

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: זונטאג מערץ 31, 2024 2:40 pm
דורך דער תהלים איד
ער מיינט צו זאגן די חילול ה' אז די פרומע אידן פירן זיך אויף ווי די חברה אין הארלעם, און די גאנצע וועלט זעט דאס.

נאר היות ס'איז נישט פאפולער זאגט ער עס נישט ארויס...

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: זונטאג מערץ 31, 2024 2:50 pm
דורך וואוילער
זיי שרייען אלץ אז די פראטעסטן איז א חילול ה', יעצט מאכן זיי די חילול ה'.

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: זונטאג מערץ 31, 2024 10:16 pm
דורך אנדערער
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 2:40 pm ער מיינט צו זאגן די חילול ה' אז די פרומע אידן פירן זיך אויף ווי די חברה אין הארלעם, און די גאנצע וועלט זעט דאס.

נאר היות ס'איז נישט פאפולער זאגט ער עס נישט ארויס...
נישט געזען פרומע זיך אזוי אויפפירן

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: מאנטאג אפריל 01, 2024 1:40 pm
דורך פייל און בויגן
למעשה איז מאנטאג היינט, עפעס האט זיך געטוישט?

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: מאנטאג אפריל 01, 2024 2:13 pm
דורך שמייכלדיג
פייל און בויגן האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 1:40 pm למעשה איז מאנטאג היינט, עפעס האט זיך געטוישט?
איך גלייב אז ס'נעמט צייט ביז מען שפירט די חסרון כיס, און אויב קומען זיי זיך דורך וועלן זיי מסתם צוריקבאקומען די געלטער

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: מאנטאג אפריל 01, 2024 3:55 pm
דורך עדיטאריעל
חרדים אין מיליטער


Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: מאנטאג אפריל 01, 2024 4:14 pm
דורך דער תהלים איד
היינט איז פאקטיש אריין אין קראפט די גזירה, 60,000 בחורים שטייען אן קיין דיחוי, און די ישיבות קענען מער נישט באקומען דאס געלט פאר זיי.

נעכטן האבן די חרדישע אקטיוויסטן גע'טענה'ט אז מ'וועט זיך אנייצע געבן, ווייל די רעגירונג וועט אויסשפילן די בג"ץ און שיקן די געלט דורך אנדערע אופנים, למשל, דעפלען די סכום וואס מ'גיט פאר די בחורים וואס זענען נאכנישט 18 אדער איבער 26 יאר. אדער, סתם געבן דאס געלט כאילו פאר סעקיורעטי וכדו', נישט לויט די צאל בחורים.

אבער, דער אטוירני דזשענעראל (יועץ המשפטי) איז ארויסגעקומען זאגן אז מען גייט דאס נישט קענען טון, ס'גייט באטראכט ווערן ווי א בפירושע העברה על ה...בג"ץ.

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: דינסטאג אפריל 02, 2024 11:53 am
דורך שבת קודש
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 4:14 pm היינט איז פאקטיש אריין אין קראפט די גזירה, 60,000 בחורים שטייען אן קיין דיחוי, און די ישיבות קענען מער נישט באקומען דאס געלט פאר זיי.

נעכטן האבן די חרדישע אקטיוויסטן גע'טענה'ט אז מ'וועט זיך אנייצע געבן, ווייל די רעגירונג וועט אויסשפילן די בג"ץ און שיקן די געלט דורך אנדערע אופנים, למשל, דעפלען די סכום וואס מ'גיט פאר די בחורים וואס זענען נאכנישט 18 אדער איבער 26 יאר. אדער, סתם געבן דאס געלט כאילו פאר סעקיורעטי וכדו', נישט לויט די צאל בחורים.

אבער, דער אטוירני דזשענעראל (יועץ המשפטי) איז ארויסגעקומען זאגן אז מען גייט דאס נישט קענען טון, ס'גייט באטראכט ווערן ווי א בפירושע העברה על ה...בג"ץ.
די אלע 60,000 בחורים קענען יעצט נישט ארויספארן פון אר''י?

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: דינסטאג אפריל 02, 2024 11:56 am
דורך דער תהלים איד
@שבת קודש זיי קענען יא ארויספארן, ווייל דער בג"ץ האט געזאגט אז ביזדערווייל אין די נעקסטע פאר חדשים זאלן זיי נישט באקומען קיין קרימינאלע מארקס, נאר בלויז דאס אז מען קען נישט געבן געלט פאר זייערע ישיבות.

דער בג"ץ וויל דאך נישט ס'זאל ווערן א בירגער קריג און אן איבערקערעניש, זיי ווילן בעיקר לייגן לחץ מ'זאל זיך לאזן קוועטשן אויף א נייע געזעץ וואס זאל זיין גענוג שלעכט פאר די חרדים.

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: מיטוואך אפריל 03, 2024 7:58 pm
דורך פלעשלייט
der yid.jpg
der yid.jpg (287.3 KiB) געזען געווארן 475 מאל

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: זונטאג אפריל 07, 2024 3:03 pm
דורך דער תהלים איד
א פרעצעדענטלאזע בריוו איז ארויסגעקומען פון גרויסע ספרדישע רבנים, ובתוכם פילע חברי מועצת חכמי התורה פון די ש"ס פארטיי, ווי הרב מאיה, הרב כהן, הרב אלבז.

זיי שרייבן זייער קלאר ארויס אז אפילו א בחור וואס לערנט נישט טאר נישט גיין אין מיליטער, און דעריבער ציטערן זיי פון די פשרות וואס מען קען ערווארטן נאך דעם בג"ץ אורטייל וואס לייגט יעצט אויסטערלישע פרעשור איינצוגיין אויף א נייע חוק.

בכלליות איז דער שפראך דא זייער קנאי'ש, ס'איז היבש היסטאריש.

0.jpg
0.jpg (399.72 KiB) געזען געווארן 409 מאל


און אט איז א בריוו פון 23 יאר צוריק אויף וואס הרב עובדי' יוסף ז"ל אליינס איז אונטערגעשריבן, וואס זיי דערמאנען עס אינעם בריוו:
IMG-20240327-WA0239.jpg
IMG-20240327-WA0239.jpg (105.16 KiB) געזען געווארן 409 מאל

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: זונטאג אפריל 07, 2024 3:28 pm
דורך דער תהלים איד
אויך פונעם "דגל התורה" לאגער איז ארויסגעקומען א בריוו קעגן איינגיין אויף סיי וועלכע פשרות, פון הגאון ר' אביעזר פילץ, מרבני דגל.



0.png
0.png (435.18 KiB) געזען געווארן 397 מאל

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: מיטוואך אפריל 10, 2024 6:17 pm
דורך דער תהלים איד
א אינטערסאנטע באגעגעניש איז געווען אין אפיס פון "מרכז עזרה ויעוץ", מיט א גרויסער לויער פון אמעריקא וואס וואוינט היינט אין ארץ ישראל, מארק זעל.

מארק האט היינט א שטיקל השפעה אויף די ארטיגע פאליטיקאנטן, זייענדיג א גרויסער אמעריקאנער און איזאעלישער אקטיוויסט, און ער איז דער ווייס פרעזידענט פון די אונטערנאציאנאלע פליגל פון די רעפובליקאנע פארטיי גערופן "RO" (רעפובליקענס אויווערסיעס). ער איז אויך א גרויסער לויער וואס פארשטייט צו געזעץ.

הרב שמעון שישא האט מיט אים דורכגעטון סיי א געוויסע פדיון שבויים פאל, און סיי די גאנצע נושא פון די פרישע שווערע גזירת הגיוס, וויאזוי מען קען טרעפן א ישועה פארן יהדות החרדית.

ס'איז קאמיש צוצוצייגן, אז כאטש מארק איז א פרא-ציוניסטישער אקטיוויסט, אבער זייענדיג א גוי האט ער נישט די שנאה כבושה אויף ערליכע אידן וואס די ציונים האבן! זינט ער האט נישט דעם שנאת ע"ה לת"ח, און איז נישט פון די ישראל כשהן יורדין. דערפאר איז ער גרייט צו אויסשמועסן און העלפן אז די אידן שומרי התורה הקדושה זאלן זיך קענען מציל זיין פון די גזירות נגד הדת.

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: מיטוואך אפריל 10, 2024 6:53 pm
דורך אנדערער
אינטרעסאנט ער גייט א קאפל

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: מיטוואך אפריל 10, 2024 10:45 pm
דורך פייל און בויגן
אנדערער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 6:53 pm אינטרעסאנט ער גייט א קאפל
וואס איז עס אינטערסאנט?

אסאך גוים ווען זיי קומען צו אידן אדער צו מדינת ישראל טוען זיי זיך אן א קאפל.

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: מיטוואך אפריל 10, 2024 11:40 pm
דורך דעת קדשי
@דער תהלים איד מרכז עזרה ויעוץ איז נאר אונטער סאטמאר?כ'האב געמיינט אז די עדה החרדית האט עס געגרינדעט...נישט אזוי?