בלאט 2 פון 6
Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'
געפאוסט: מיטוואך יולי 19, 2023 11:09 pm
דורך חכם
בּלא בּלא בּלא האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 19, 2023 7:26 pm
חכם האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 19, 2023 4:27 pm
בּלא בּלא בּלא האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 19, 2023 4:00 pm
נעקסטע וואך שבת איז נחמו, כ׳גלייב שווער אז ס׳גייט זיין א טרויעריגע בוך פאר שבת נחמו.
וועט זיין א שווערע ארבעט פאר די מאגאזינען, פון איין זייט מוז מען דעקן תשעה באב, פון די אנדערע זייט איז שבת נחמו, וועט מען זען וואס וועט זיין...
כ׳גלייב אז די מאגאזינען וועלן נאר נחמו׳ען.
וואס זײ טוען זאלן זײ זיכער מאכן צו ברענגען 'אסאך' 'גוטע' סחורה, ביטע.
Re: "שטיבל" אויסגאבע
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 7:41 pm
דורך ר' דן
טעמטי האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 16, 2023 11:01 pm
ר' דן האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 16, 2023 11:00 pm
טעמטי האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 16, 2023 10:59 pm
כ'פארשטיי נישט אייער פראגע.
איך טריי נאר צו פארשטיין אייער פראגע, די ביסט נייגעריג צו די עולם איז אינטרעסירט אין די דעקל?
או7יב עפעס איז מען אינטרעסירט אין די אינסייד.
כ'רעדט פון די בליק - פיקטשער'ס - דעקל.
יעצט יעצט האב איך פארשטאנען אייער פראגע.
צו מען זאל ארויפלייגן די דעקל פון א בליק דא צו איינער איז אינטרעסירט.
איז אזוי, אפילו וואלטעס ווען געווען א שטארקע זאך וואלט די דעקל נישט קיין סאך געווען אינטרעסאנט דא, משא''כ די מאגאזין (מיינעך שטיבל הייסטעס די וואך קען מען עטוואס ליינען די נאמען אויפן קאווער...) איז אינטרעסאנט די קאווער צו זעהן וואס איז דא די וואך. איך מיין די בליק, יו גאט מיי פוינט ביי נאו...
Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'
געפאוסט: מיטוואך יולי 26, 2023 1:09 am
דורך טעמטי
פרשת ואתחנן - נחמו

- 9F26073E-7004-4D6C-9822-B1E7C39BBC78.jpeg (147.74 KiB) געזען געווארן 2093 מאל
Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 1:37 pm
דורך טעמטי
פר' עקב

- Screenshot_20230802-133559_WhatsApp.jpg (237.05 KiB) געזען געווארן 2033 מאל
Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'
געפאוסט: זונטאג אוגוסט 06, 2023 8:59 pm
דורך ווירקליך
זייער אינטערסאנט געווען - ווי יעדע וואך...
דער הויפט ארטיקל איבער'ן ישוב אין סטעטן איילענד איז מיר ספעציעל אינטערסאנט געווען.
ווייסט איינער די דירות פרייזן דארט?
Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'
געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 12:19 am
דורך וואלווי הערמאן
נישט גענוג שריפט ברענגט וועכנטליך רבנים האט זיך שטיבל מיטגעכאפט אויפן רייד?
Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'
געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 3:18 pm
דורך חיליק פעלדמאן
זוועהיל האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 08, 2023 12:19 am
נישט גענוג שריפט ברענגט וועכנטליך רבנים האט זיך שטיבל מיטגעכאפט אויפן רייד?
ביסט באליידיגט מען האט נישט געברענגט זוועהיל'ע רבי?..
לאז זיי ברענגען וועם זיי ווילן, ווייסט ווי שווער ס'איז צו אויפקומען מיט אינטערוויאו'ס? לאז לאז..
Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 10:22 am
דורך טעמטי
פר' ראה

- Screenshot_20230809-102152_WhatsApp.jpg (203.21 KiB) געזען געווארן 1858 מאל
Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 10:27 pm
דורך וואלווי הערמאן
שטיבל האט מיך צוריקבאקומען די וואך. די קאווער שרייעט דיך עפעס ווי משוגע.
Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 11:09 pm
דורך ווירקליך
זוועהיל האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 10:27 pm
שטיבל האט מיך צוריקבאקומען די וואך. די קאווער שרייעט דיך עפעס ווי משוגע.
זוועהיל איז אפיציעל געפאלן פאר'ן שטיבל!
האמיר שוין נאך א זוועהילע שטיבל חסיד... גיימיר לערנען בחברותא?
Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 10:15 am
דורך גבריאל
פרשת כי תצא

- IMG_20230823_101324_295.jpg (192.06 KiB) געזען געווארן 1763 מאל
Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 10:16 am
דורך ווירקליך
זייער שיין! א הערליכער קלאסישער קאווער!
Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'
געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 28, 2023 10:08 am
דורך מאדערן ארט
דער אינטערוויא מיטן וויין-עקספערט איז מיר זייער געפאלן און איך איך האב זייער הנאה געהאט דערפון, אזש עס האט מיר איבערגעלאזט מיט א פאר'וויין'טע טריקענטקייט אין מויל...
אבער למעשה האט עס מיר אויך איבערגעלאזט מיט עפעס גאר אן אנדערע טעם אויך...
איינער האט אן אנונג פון וואס איך רעדט...
איך פיל עפעס א... כ'ווייס נישט אויב עס הייסט פארגרעבט, אדער שיכור'יש... ניין?!
Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 4:57 pm
דורך דער פאטעטע מייסטער
.
Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 6:23 pm
דורך איטשע
עס ציעט מיר שטארקע אינטערעסע די על מי מנוחות באשרייבונג, איך האף אז עס איז טאקע אינטערעסאנט
(מאדנע ביז גאר פארן לייגן אלטע בילדער פון די אדמו"רים...)
Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 4:21 pm
דורך פריפעטשיק
אין מיין מינדערוויכטיגע מיינונג האט שטיבל ארויפגעטראסקעט ס'גאנצע שרייבערישער מארקעט עטליכע שטאפלען, סיי מיט די פארברייטערטע טעראטאריע וועמען און וואס באשרייבן, די קריעטיוועטי פון קעפלעך, גראפיקס איז נעקסט לעוול, וכו' וכו'.
Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 11:00 pm
דורך עדיטאריעל
Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 2:07 am
דורך שמח

- Screenshot 2023-11-28 220703.jpg (175.33 KiB) געזען געווארן 1466 מאל

- Screenshot 2023-11-28 220726.jpg (242.23 KiB) געזען געווארן 1466 מאל
Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:52 pm
דורך פארפאלענער

- IMG_3489.jpeg (199.45 KiB) געזען געווארן 1347 מאל
Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 8:09 pm
דורך פופציגער
שטיבל האט זיך לעצטנס זייער שטארק ארויפגעארבעט, דאס דארף מען קיינעם פארציילן.
אין די לעצטע פאג וואכן האבן זיי געברענגט א נעקסט לעוול אין היימישע זשורנאליזם, צענעמענדיג נושאים אויף קליינגעלט, ברענגענדיג פאר די ליינער א עכט שלימות’דיגע ארבעט.
דאס הייסט אריינגעלייסט כוחות אין קוואליטעט! נישט זיך פטר’ן מיט א גרויסן בילד פון האר-נאז פון עפעס א צעלעב אדער וואנעבי אדער אפילו אן ערנסטער מענטש, און נישט קיין טיפישע באשרייבונגען מיט אבזערוואציעס, נאר אזעלכע הדק היטב היטב הדק’דיגע זשורנאליסטישע ארבעט.
קודאס חברי מערכת שטיבל!
קודאס יואל בנציון!
Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'
געפאוסט: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:10 am
דורך איטשע

- 4DE10A1C-88F6-489B-AEB5-FA2610D924AD.jpg (133.07 KiB) געזען געווארן 1081 מאל
Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'
געפאוסט: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:14 am
דורך איטשע
איך האב נאכנישט געליינט די שטיבל די וואך, אבער פון די דעקל האב איך געשמעקט אז עס איז קנאקעדיג, זיי שרייבן איבער די נושא פון הוטן וואס גאנץ כלל ישראל שרייט שוין פאר עטליכע יאר אז זאכן שטימען נישט, הוטן זענען טייער און די פרייזן הייבן זיך אין די זעלבע צייט וואס מיר שרייען, ענדליך האט די שטיבל מחליט געווען צו מאכן א געלונגענע פארש ארבעט און זיך געזעצט צום טיש מיט עטליכע הוט פארקויפער, צו הערן זייער זייט געשיכטע
Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'
געפאוסט: מוצש"ק פעברואר 17, 2024 7:45 pm
דורך פופציגער
האמיר געליינט דעם הוטן ארטיקל.
ערשטנס דארף מען ברוטאל באגריסן דעם שרייבער (פארוואס ברוטאל? כווייס נישט, עפעס האט ער זייער ליב דעם ווארט ברוטאל...) פאר זיין שריפט. צוקער זיס. די אויסדרוקן און ספייסעס צום ארטיקל האבן געמאכט דעם ארטיקל ספעציעל געשמאק.
דער פראיעקט פאר זיך איז גאר גאר גוט, און ווי שוין געשריבן דא, זשורנאליזם צום נעקסט לעוול (מיר געקאסט א שמייכל צו ליינען אז זיי האבן ווירקליך באשטעלט א הוטל פון טשיינע...), און האט באמת גוט געדעקט דעם אינדוסטריע, מיט אפענע נאטיצן, פארמאלע פראגעס, אבער אויך יענטישע חוצפה’דיגע פראגעס וואס געבן דעם עיקר קאליר.
נאר א קליינע קריטיקל, דער שרייבער האט זיך מו שטארק אריינגעלייגט אינעם פארטיידיגונגס שוך, אזש סאיז מיר כמעט אויפגעקומען שאלות צי כמעג אזוי בא’עוולה’ן א איד און קויפן א הוט.
ס’האט זיך בעיקר דערקענט ווען ער האט באנעבעכט די אינדוסטריע מיט זאכן וואס אין יעדע אינדוסטריע טרעפט זיך דאס, א שטייגער ווי אז צומאל קומען אן געדעמעדזשטע פראדוקטן, און אז ביים רייניגן די האר פאלן אוועק, און אז דער פארעם קען מען נוצן נאר 5 מאל, ועוד ועוד, גייענדיג אזוי ווייט ווי באנעבעכן דאס אז די האר ווערט נעבעך צוקוועטשט אינעם ברוטאלן פרעס און ברוטאל געוואשן...
איי מיען, יעדע פראדוקט גייט דורך חבלי לידה ביזן אנקומען אויפן פאליצע. בארואיגט אייך.
און אויף דעם וויל איך טאקע פארשטיין, זענען די חבלי לידה נייע זאכן פון לעצטנס? אמאל פלעגן יא מאשינען פראדוצירן די הוטן? ניין.
סא וואס מאכט דאס אויס אויף פרייזן העכערונגען?
Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'
געפאוסט: מוצש"ק פעברואר 17, 2024 8:49 pm
דורך רואה ואינו כותב
פופציגער האט געשריבן: ↑מוצש"ק פעברואר 17, 2024 7:45 pm

ליין עס איבער ער שרייבט דארט אז די ארבערטערס בעטן א העכערונג און דעמאלט דארף ער עס אויך העכערן די פרייז
Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'
געפאוסט: מוצש"ק פעברואר 17, 2024 10:36 pm
דורך פופציגער
רואה ואינו כותב האט געשריבן: ↑מוצש"ק פעברואר 17, 2024 8:49 pm
פופציגער האט געשריבן: ↑מוצש"ק פעברואר 17, 2024 7:45 pm
האמיר געליינט דעם הוטן ארטיקל.
ערשטנס דארף מען ברוטאל באגריסן דעם שרייבער (פארוואס ברוטאל? כווייס נישט, עפעס האט ער זייער ליב דעם ווארט ברוטאל...) פאר זיין שריפט. צוקער זיס. די אויסדרוקן און ספייסעס צום ארטיקל האבן געמאכט דעם ארטיקל ספעציעל געשמאק.
דער פראיעקט פאר זיך איז גאר גאר גוט, און ווי שוין געשריבן דא, זשורנאליזם צום נעקסט לעוול (מיר געקאסט א שמייכל צו ליינען אז זיי האבן ווירקליך באשטעלט א הוטל פון טשיינע...), און האט באמת גוט געדעקט דעם אינדוסטריע, מיט אפענע נאטיצן, פארמאלע פראגעס, אבער אויך יענטישע חוצפה’דיגע פראגעס וואס געבן דעם עיקר קאליר.
נאר א קליינע קריטיקל, דער שרייבער האט זיך מו שטארק אריינגעלייגט אינעם פארטיידיגונגס שוך, אזש סאיז מיר כמעט אויפגעקומען שאלות צי כמעג אזוי בא’עוולה’ן א איד און קויפן א הוט.
ס’האט זיך בעיקר דערקענט ווען ער האט באנעבעכט די אינדוסטריע מיט זאכן וואס אין יעדע אינדוסטריע טרעפט זיך דאס, א שטייגער ווי אז צומאל קומען אן געדעמעדזשטע פראדוקטן, און אז ביים רייניגן די האר פאלן אוועק, און אז דער פארעם קען מען נוצן נאר 5 מאל, ועוד ועוד, גייענדיג אזוי ווייט ווי באנעבעכן דאס אז די האר ווערט נעבעך צוקוועטשט אינעם ברוטאלן פרעס און ברוטאל געוואשן...
איי מיען, יעדע פראדוקט גייט דורך חבלי לידה ביזן אנקומען אויפן פאליצע. בארואיגט אייך.
און אויף דעם וויל איך טאקע פארשטיין, זענען די חבלי לידה נייע זאכן פון לעצטנס? אמאל פלעגן יא מאשינען פראדוצירן די הוטן? ניין.
סא וואס מאכט דאס אויס אויף פרייזן העכערונגען?
ליין עס איבער ער שרייבט דארט אז די ארבערטערס בעטן א העכערונג און דעמאלט דארף ער עס אויך העכערן די פרייז
ווייטער, עפעס וואס איז אין יעדע אינדוסטריע.
מ’רעדט דא פארוואס הוטן האבן געכאפט א שאטל צו די לבנה