שטורעמס און האריקעינס
Re: שטורעמס און האריקעינס
לויט די יעצטיגע שאצונג קען שטורעם אידאליע גרייכן א מאכטפולע קאטעגאריע 3 שטארקייט בשעת'ן מאכן לענדפאל מיטוואך אויף צפון מערב פלארידא
אינעם קאראביען ים בוזשעוועט ווייטער טראפישע שטורעם אידאליע מיט ווינטן פון 65 מייל א שעה, און וועט פון דארט אריינשפרייזן אין די גאר ווארעמע וואסערן פונעם גאלף אוו מעקסיקא, און זיך שנעל פארשטערקערן צו א האריקעין. לויט די יעצטיגע שאצונג קען עס עס גרייכן א מאכטפולע קאטעגאריע 3 שטארקייט בשעת'ן מאכן לענדפאל מיטוואך פארטאגס אויף צפון מערב פלארידא, און קען פאראורזאכן שטארקע חורבנות סיי צוליב די ווינטן, און סיי צוליב די שטורעם סוירדזש, און פארפלייצונגען פון די רעגן. פון דארט וועט די שטורעם זיך אריינריקן קיין דזשארדזשיע און צו די ברעגעס פון די קאראליינעס, און פון דארט ארויס צום ים, און וועט נישט האבן קיין שום אימפעקט אויף די מיד אטלאנטיק סטעיטס, אריינגערעכענט דעלעווער און ניו דזשערזי וואס וועלן גארנישט באקומען דערפון.

שטורעם אידאליע איז געשטיגן צו א קאטאגאריע 1 האריקעין, מיט ווינטן פון 80 מייל א שעה, אין צייט וואס עס גאלאפירט ווייטער אין ריכטונג פון פלארידא
איינוואוינער האבן אנגעלאדענט זאמד זעק צו באשיצן זייערע פארמעגענס און עוואקואירט הייזער אין נידריגע געגענטער לענגאויס די גאלף קאוסט. גאווערנער דיסענטיס זאגט אז מענטשען האבן נאך צייט צו עוואקואירן, אבער אויב וויל מען עס טון מוז עס זיין שוין יעצט, וויבאלד לויט די יעצטיגע ערווארטונג קען אידאליע גרייכן די סטעיט מארגן מיטוואך אלץ א גאר מאכטפולע קאטאגאריע 3 האריקעין מיט ווינטן פון 120 מייל א שעה. אידאליע, וועלכע האט דורכגעווייקט קובא, געפונט זיך יעצט ארום 320 מייל ווייט פון טאמפע, און גאלאפירט מיט א שנעלקייט פון 14 מייל א שעה

15 קאונטיס זענען אונטער האריקעין ווארענונגען
אנדערע 14 זענען אונטער טראפישע שטורעם ווארענונגן
אנדערע 14 זענען אונטער טראפישע שטורעם ווארענונגן
Re: שטורעמס און האריקעינס
פינעף א האלב טויזענט נעשאנעל גארדס זענען געווארן אקטיוועטעט צו העלפן מיט עניטינג וואס פעלט זיך אויס
Re: שטורעמס און האריקעינס
און בעפארברייטונג צום האריקעין טוט זיך שוין פארפלייצונגען און פארט מייערס פלארידע
Re: שטורעמס און האריקעינס
גאסן פארפלייצט
Re: שטורעמס און האריקעינס
עקספערטן זאגן אז האריקעין אידאליע קען אויסשטייגן פאר א גאר מאכטפולע קאטאגאריע 4 האריקעין, מיט גאר מאכטפולע ווינטען פון 130-150 מייל פער שעה
Re: שטורעמס און האריקעינס
טראפישע שטורעם הוזעי האט זיך פארמירט אויפ'ן אטלאנטיק, אין צייט וואס וועטער באאמטע זענען פארנומען מיט נאכפאלגן נאך צוויי אנדערע פארמאציעס
הוזעי, וועלכע געפונט זיך ארום 785 מייל ווייט פון בערמיודע, איז ערווארטעט צו ווערן עווענטעל איינגעשלינגן דורך האריקעין פרענקלין. פרענקלין, וועלכע האט ווינטן פון כמעט 100 מייל א שעה, טוט יעצט אנברענגן כוואליעס ביי די צפון-מזרח ברעגעס אין אמעריקא, אבער איז ערווארטעט צו ווערן אפגעשוואכט אין די קומענדיגע טעג

טראפישע שטורעם לי איז די לעצטע און די רייע און די מאדעלס צו מאכן די וועג צו די אמעריקאנער בארטענעס
Re: שטורעמס און האריקעינס
א קאטעגאריע 5 האריקעין איז נישט קיין זשאוקס בכלל,
דא רעדט מען פון א האריקעין וואס נעמט מיט זיך אלעס וואס שטייט אים און וועג הייזער, ביימער , וואוטעווער עס שטייט אים און וועג, ווינטן פון 160 מייל א שעה אדער העכער
ביז דערווייל רוקט עס זיך און די ריכטונג פון פלארידע.
לאמיר ווארטן און זעהן וואס וועט זיך אויסקאכן
Re: שטורעמס און האריקעינס
אביסל צו ווייזן פארן ציבור אויף אידטיש ווי מאכטפול א קאטאגאריע 5 האריקעין איז, מיט וואסערע כוח דער קומט אראפ, וועל מיר צוברענגען אפאר בילדער פון האריקעין מייקעל וואס האט געבוזשעוועט און 2018 ווי עס האט אריינגעקנאקט און מעקסיקאנער סיטי אלץ א מאכטפולע קאטאגאריע 5 האריקעין און דערנאך און פלארידע אויך אלץ א גאר מאכטפולע קאטאגאריע 4 5 האריקעין
Re: שטורעמס און האריקעינס
ביימער פעלדער הייזער
גארנישט האט ער נישט אפגעשוינט דעמאלטס
גארנישט האט ער נישט אפגעשוינט דעמאלטס
Re: שטורעמס און האריקעינס
מערקטסט ווי גאנצעטע גאסן זענען געווארן אפגעווישט פון די מאפע
Re: שטורעמס און האריקעינס
א מאכטפולע עף 15 ליגט באזיגט דורך האריקעין מייקעל
Re: שטורעמס און האריקעינס
וועטער באאמטע: מען קען נישט אויסשליסן דעם מעגליכקייט אז שטורעם לי וועט באטרעפן ניו דזשורסי און ניו יארק ארום די טעג פון ראש השנה
Re: שטורעמס און האריקעינס
שטורעם לי איז ערווארטעט אויסצושטייגן אלץ עקסטרעם מאכטפולע קאטאגאריע 5 האריקעין אין די קומענדיגע טעג
די שטורעם, וועלכע איז יעצט א קאטאגאריע 1 האריקעין מיט ווינטן פון 80 מייל א שעה, קען אין די קומענדיגע 48 שעה אויסשטייגן צו א קאטאגאריע 5 שטורעם מיט ווינטן פון 155 מייל א שעה. די גענויע ריכטונג פון די שטורעם אין די נאכפאלגענדע טעג איז נאך ווייטער נישט קלאר. לי איז די 12'ט נאמען שטורעם פון די אטלאנטיק האריקעין סעזאן, וועלכע גייט אפיציעל פון יוני 1 ביז נאוועמבער 30 למס'.

3:41 האט שוין די שטורעם געהאלטן ביי א קאטאגאריע 4 האריקעיןווער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 3:41 pm שטורעם לי איז ערווארטעט אויסצושטייגן אלץ עקסטרעם מאכטפולע קאטאגאריע 5 האריקעין אין די קומענדיגע טעג
די שטורעם, וועלכע איז יעצט א קאטאגאריע 1 האריקעין מיט ווינטן פון 80 מייל א שעה, קען אין די קומענדיגע 48 שעה אויסשטייגן צו א קאטאגאריע 5 שטורעם מיט ווינטן פון 155 מייל א שעה. די גענויע ריכטונג פון די שטורעם אין די נאכפאלגענדע טעג איז נאך ווייטער נישט קלאר. לי איז די 12'ט נאמען שטורעם פון די אטלאנטיק האריקעין סעזאן, וועלכע גייט אפיציעל פון יוני 1 ביז נאוועמבער 30 למס'.
עס איז ערווארטעט יעצט ביינאכט זיך צו שטארקן אלץ א מאכטפולע קאטאגאריע 5 האריקעין מיט ווינטן פון העכער 157 מייל א שעה
Re: שטורעמס און האריקעינס
ביזדערווייל רוקט ער זיך צום ים
וועט מען דארפן זעהן אפאר טאג וויאזוי זאכן גייען
וועט מען דארפן זעהן אפאר טאג וויאזוי זאכן גייען
Re: שטורעמס און האריקעינס
אויב אויפן יבשה רעדט מען פון די טעג ארום ערב ר"ה/ר"ה
Re: שטורעמס און האריקעינס
יעצטיגע אפדעיט פון האריקעין לי
קוקט אויס ווי עס וועט מאכן א 360 צו די וואסערן און די יבשה וועט נישט צופיל באקומען