Re: נייעס ארום "מאנטרעאל", קאנאדא
געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 11:47 pm
@אני-הק' לייגסט אראפ די מוסדות מהלך זיין קאמפלעצירט
כ'האב נייעס פאר דיר, ס'איז בכלל נישט אזוי קאמפלעצירט, ווייל דאס איז בכלל נישט דער מהלך, ווער זאגט דיר דאס, די פאר העצער'ס, זיי פירן נישט די מוסדות, די אלע עלטערע אין וועדות החינוך פון סאטמאר מוסדות פון מאנטריאל (די מיט די טיפע קעשענעס) זענען אין פולע שטיצע פון 'המשכת הדורות'. רוב דארטן האט געגעבן ביי די קאמפיין גרויס געלט... און כ'האב אפילו געהערט א הסבר פון איינע פון די געוועזענע ראשי קהלה אז אמאל האט מען אזוי געארבעט מען האט געפירט א מערכה און זיי געוויזן אז מען בייגט זיך נישט קיין טראפ, דערנאך איז געווען פיהל גרינגער צו פארהאנדלען און שמירן פון אלע זייטן, דערנאך איז מען געווארן פאניע בראט. און אזוי ארבעט עס מיט די פראנצויזן.
דער דיין ז"ל ר' משה מנחם האט דאך פאר זיין פטירה קלאר געזאגט ביי די אסיפת הרבנים 'אז די עדיוקעישן מיניסטעריום איז אריבער די רויטע לינע, און די איינציגסטע מהלך איז צו זיך קריגן מיט זיי אין קארט'.
סאטמאר דיין האט געהייסן אראפ נעמען דעם פאשקעוויל אין ביהמ"ד
אין וויזניץ האבן די מנהלים אראפ געריסן די 'פאשקעוויל' צעטליך, און געשריגן ברבים ס'איז ליגנט, און ס'איז גרויסע צרות. ג'הערט פון כמה אידן.
וועסטו פרעגן אויב אזוי פארוואס קומט נישט די מערכה פון סאטמאר, ווייל די אידן אין מאנטריאל זענען נישט קיין עסקנים אין אזעלכע זאכן, און די עלטערע פון אמאל וואס האבן פארשטאנען צו אזעלעכע מהלכים זענען שוין נישט אינוואלווד אין די פירערשאפט, און דער דיין לעבט שוין נישט, והא ראיה איך בין גערעכט ווייל יעדער מוסד מיטשעט זיך פאר זיך און יעדער קרעכצעט.

דאס ביסטו גערעכט, כ'האב געהערט אז מען קען אפשר פארלירן געוויסע זאכן, ואין כאן המקום להאריך@אני-הק'
ווי פארשטענדליך קענען יעצט נאך נישט די מוסדות קומען זאגן הויעך און קלאר, יא, דאס איז די מהלך, און אנפאנגען דירעקט פייטן מיט די רעגירונג און קארט, ווייל פון איין זייט, אפשר קען מען דערלייגן אנדערע זאכן פון דעם,
אויך אמת, און דאס טענה איך אויך א גאנצע צייט, ווי קומען זיי דא אריין בכלל, פארוואס פרעגט מען בכלל וועלכע מוסד שטייט אינטער דעם, דא איז דאך די גאנצע פראבלעם איבער די עלטערן, די גאווערנמענט לויפט נאך די עלטערן און סטראשעט זיי בכל מיני כינויים און נישט די מוסדות, אפיציעל זענען די מוסדות נאר 'קאמיוניטי סענטער'ס' ווי מען לערנט תורה, מען מעג דאך דארט נישט לערנען קיין סקולארע לימודים, נאך מער די לויער'ס טארן נישט ארבעטן מצד המוסדות, די לויער'ס פארטרעטן די עלטערן און די קינדער.@אני-הק'
ממילא וואס פעלט עס בכלל אויס אז ס'זאל זיין אפיציעל פון די ראשי הקהילה והמוסדות.