הרה"ח רבי משה מאיר וויינבערגער ע"ה האט געוואוינט אין שטאט סאטמאר, און עס איז אים געבוירן געווארן א מיידל, אבער די רבי איז דאן נישט געווען אין שטאט, נאר איז געווען אין קיט דאטשע, איז דער ר' משה מאיר ע"ה אריבער געפארן אויף שבת צום רבין, אז די רבי זאל אים זאגן וועלכע נאמען ער זאל געבן,
שבת קודש צופרי ביים עולה זיין ווען עס איז געקומען צו ויקרא שמה בישראל, האט די רבי געזאגט נא, ווי מען פרעגט וואסערע נאמען ער וויל געבן, אבער ר' משה מאיר האט צוריק געזאגט נו, ווי מען זאגט די רבי זאל זאגן וועלכע נאמען צו געבן, האט זיך די רבי אנגערופן, "ווייסטו וואס, זאלסט האבן א ברכה אין שטוב", דערציילט זיין זון הרה"ח ר' אהרן הערש וויינבערגער, אז פון דאן אן האט די טאטע געהאט א גרויסע שפע אין פרנסה, עס האט זיך געגאסן די שפע ביים טאטן, געלט ווי בלאטע.
די משמשים בקודש ביים הייליגען רבין זי"ע האבן דערציילט, אז סוף ימיו פונעם רבין ווען ער איז שוין געווען גאר שוואך, און די ארבעט אין שטוב איז געווען אסאך שווערער, און עס האט זיך געקענט מאכן אז די רבי האט מקפיד געווען אביסל מער ווי געווענליך, האט ער כסדר איבער געבעטן די גבאים און משמשים, און כסדר געבעטן אז זיי זאלן אים מוחל זיין אויב ער האט זיי ח"ו וויי געטון, ווייל דער צדיק וקדוש האט ממש מורא געהאט צו וויי טון א אנדערע איד.
דערציילט מען אויף די עלטערע יארן, האט מען נישט אזוי גרינג צו געלאזט צום רבין צוליב זיין שוואכע כוחות, האט אמאל פאסירט, אז ערב ראש השנה האט זיך איינע פון די חסידים אריין געכאפט צום רבין אין שטוב מיט א קוויטל, אבער איינע פון די גבאים האט געכאפט דעם קוויטל, און אראפ געווארפן פון טיש, און געהייסן דעם איד ארויס גיין פון שטוב און נישט מטריח זיין דעם רבין,
לפלא ערב יו"ט ממש סמוך לכניסת יו"ט, איז דער משמש בקודש אריין אין ביהמ"ד, און ער האט אויף געזיכט דעם איד, און געט אים איבער, אז די רבי בעט אים זייער אז ער זאל אים מוחל זיין אויף דעם וואס מען האט אים פארטריבן פונעם שטוב, און אפילו אז די רבי האט דאך דא גארנישט געטון, האט ער אבער מורא געהאט אז אפשר האט ער דא וויי געטון פאר א אנדערן איד, און בעפארן אריין גיין צום דאווענען, האט ער נאכאמאל איבער געפרעגט דעם משמש, אויב ער האט טאקע געטראפן דעם איד און איבער געבעטן,
דאס גרויסע כוחות פון דעם רבי'ן איז ממש נישט צום פארשטיין, דער משמש בקודש הרה"ח רבי יוסף אשכנזי ז"ל, וואס האט זיך אוועק געגעבן פארן רבין זי"ע, און זיך ממש נישט אוועק גערירט פונעם רבין, און ממש אוועק געגעבן פארן רבין אלעס, און ווי באקאנט האט ער ממש מיט א מסירת נפש ממש זיך אפ געגעבן מיטן רבין ביי די צווייטע וועלט מלחמה.
דערציילט ר' יוסל אשכנזי ז"ל, אז נאנט צו די ימים נוראים ביי די צווייטע וועלט מלחמה, האט מען מיט א מסירת נפש פארשאפט פארן רבין א פרי "פלאם", און מען האט געמיינט אז די רבי וועט דאס גלייך עסן צו דערכאפן זיין הונגער, אבער לפלא האט דער צדיק געהייסן פארן משמש, אז מען זאל דעם פרי גוט אוועק לייגן, כדי ער זאל דאס האבן פאר דעם שהחיינו דעם צווייטען טאג ראש השנה, און דער צדיק האט יעדן טאג בודק געווען די פרי אויב עס האלט זיך פריש לכבוד ראש השנה.
אויך דערציילט מען, אז מען האט דאן פארשאפט פארן רבין, א קען סארדינען, אבער דער צדיק האט דאס נישט געוואלט עסן, ווען די גבאים האבן געפרעגט דעם רבין, פארוואס ער וויל די סארדין נישט עסן, האט דער צדיק געזאגט, איך האב דעם מאכל נישט געזען ביי מיין טאטן אין שטוב, און דערפאר וויל איך דאס נישט עסן, בכלל דערציילט מען אז די רבי האט דאס ביסל עסן וואס מען האט שוין פארשאפט, אוועק געגעבן מיט א מסירת נפש פאר אנדערע אידן, צוליב זיין געוואלדיגע אהבת ישראל וואס ער האט פארמאגט.
הרה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זצוק"ל - כ"ו אב תשל"ט
Re: הרה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זצוק"ל - כ"ו אב תשל"ט
די רבי זי"ע איז געווען באוויסט, אלס א גאר הייליגער איד וואס איז געווען ממש אויס געטון פון די וועלט, אבער מיט דעם אלעם האט מען געזען ווי דער צדיק האט מיט זיין געוואלדיגע חכמה פארשטאנען צו אלעם אויף די וועלט, און אפילו אין וועלטליכע זאכן, דערציילט הרה"ח רבי סענדר דייטש ע"ה וואס איז פארן רבין געשטאנען צו די רעכטע האנט מיטן פירן די מוסדות הקדושה און די קהלה קדושה אין אמעריקע, האט רבי סענדר ע"ה פארציילט א מעשה נפלא.
אז ביי די מלחמת ששת ימים האט די אגודת הרבנים געשיקט א דעלעגאציע קיין וואשינגטאן, צו בעטן די אמעריקאנער רעגירונג, אז זיי זאלן נישט פארקויפן געווער פאר די אראבער, ווייל עס האט הערשט א געפערליכע סכנה אויף אידן אין ארצנו הקדושה, האט מען געשיקט הרה"ג ר' אברהם קאלמענאוויטש ז"ל צום רבין אז דער רבי זאל אויך מיט קומען מיט די רבנים קיין וואשינגטאן, כדי צו פויעלען ביי די ממשלה אין אמעריקע, אז זיי זאלן נישט פארקויפן קיין געווער פאר די אראבער'ס,
אבער דער רבי זי"ע האט אים מסביר געווען, אז ס'איז גארנישט קיין טובה, אז דער אמעריקאנער רעגירונג זאל נישט פארקויפן קיין געווער פאר די אראבער, ווייל ווילאנג זיי קויפן פון די אמעריקאנער, ווייס מען אז ס'וועט זיין מיט רחמנות, ווייל די אמעריקאנע וועלן דאך נישט אהין געבן זייערע בעסטע וואפען, אויב אבער וועט מען זיי נישט פארקויפן דא, וועלן זיי גיין צו די רוסן, און ווער ווייס וואס זיי וועלן דארט באקומען, און דערפאר האט זיך דער רבי נישט געוואלט באטייליגן,
שפעטער ווען די רבנים זענען געפארן קיין וואשינגטאן, און באקומען טאקע דעם זעלבן ענטפער, איז ר' אברהם צוריק געקומען און פארציילט פארן רבין אז ער איז גערעכט געווען, און ר' סענדר ע"ה האט ארויס געברענגט ווי דער רבי, אפילו זייענדיג דבוק אין די תורה און מיט זיין געוואלדיגע עבודת השם, האט אבער מיט דעם אלעם פארשטאנען צו פאליטיק און געוואוסט ווען יא און ווען נישט.
א גאליציאנער איד האט אמאל ביומא דהילולא פון רבי ישעי'לע מקערעסטיר זי"ע געגעבן תיקון אין סאטמארער בית המדרש, אויף די פראגע וואס האט ער מיט רבי ישעי'לע'ס יארצייט, האט ער דערציילט, אז ער וואוינט אין דער איסט סייד, און פלוצים האט פאסירט אז זיין פרוי האט אן געכאפט א פחד און א מורא, יעדע נאכט דאכט זיך איר אז עמיצער קומט אריין אין זייער הויז און וויל איך שעדיגן רח"ל, ס'איז געווארן ערגער דער פאניק פון טאג צו טאג, און ער האט נישט געוואוסט וואס צו טוען,
האט איינער אים געראטן, אז ער זאל אריין גיין קיין וויליאמסבורג צו הרה"ק רבינו יואל מסאטמאר זי"ע און דארט וועט ער האבן א ישועה. דער איד איז אריין צום רבי'ן זי"ע און דערציילט זיין צרה רח"ל, האט דער רבי זיך אנגערופן צו אים, "הער מיך אויס, ס'איז דאך היינט די יארצייט פון רבי ישעי'לע זי"ע, צינד אן לעכט און געב לעקעך און ברוינפן לכבוד די יארצייט, וועסטו געהאלפן ווערן",
אומר ועושה, ער האט אזוי געטון און איז אהיים געגאנגען, ביינאכט, הערט ער פלוצים ווי מ'קלאפט אין די טיר, זיין פרוי האט ערשט יעצט מורא געהאט, אז מן הסתם איז דאס וואס זי טראכט, און מיט גרויס פחד האט מען געעפענט די טיר, ס'באווייזט זיך א איד מיט א שיין געשטעל, מיט א ברייטן ביבער הוט און א לאנגע בעקישע, און רופט זיך אן צו זיי, "פון היינט און ווייטער דארפט איר מער נישט מורא האבן פאר גארנישט", און ער איז זיך געגאנגען זיין וועג.
כך הוה, די פרוי האט מער נישט געוואוסט פון קיין שלעכטס, מיט א צייט שפעטער איז די פרוי געווען ביי איינעם אין שטוב, און האט באמערקט הענגען אויף די וואנט דאס בילד פון רבי ישעי'ל זי"ע, קוקנדיג אויפ'ן בילד רופט זי זיך אן מיט גרויס איבערראשונג, "דאס איז די זעלבע צורה, ווי דער וואס האט זיך באוויזן ביי מיין טיר יענע נאכט, און מיר געזאגט אזוי און אזוי".
הרה"ק רבינו זי"ע, וואס איז שוין געבוירן געווארן יארן שפעטער, נאכן פטירה פון הרה"ק רבי צבי הירש בעל עטרת צבי מזידיטשוב זי"ע, האט ער זיך אבער נוהג געווען צו שרייבן אין זיינע הייליגע ספרים בזה"ל, "מורי ורבי ה'עטרת צבי", און געזאגט אז ער איז אזוי דבוק אין די הייליגע ספרים פונעם עטרת צבי, כאילו ער וואלט ווען געלעבט אין זיינע צייטן.

די רבי זי"ע האט געזאגט בשם זיין זיידן דער הייליגער ייטב לב מסיגוט זי"ע, דער טעם פארוואס דער הייליגער צדיק וקדוש רבי אייזיק'ל מקאמארנא זי"ע, האט גאנץ אנפאנג, אין די יונגע יארן געהאט גאר אסאך חסידים וואס זענען געקומען זיך מסתופף זיין בצלו, אבער שפעטער יארן האט דער צדיק נישט געהאט אזויפיל חסידים וואס זענען געקומען זיך מסתופף זיין ביי אים אין קאמארנא, נאר ווען דער צדיק איז געפארן פראווענען האט ער געהאט א גרויסע סכום חסידים וואס זענען געקומען,
האט דער הייליגער ייטב לב זי"ע געזאגט, אז די סיבה צו דעם איז געווען, ווייל אין הימל האט מען אזוי געפירט, כדי דער צדיק וקדוש וואס איז געווען א מקובל נורא, זאל קענען עוסק זיין צו מחבר זיין זיינע הייליגע חיבורים, און דער ייטב לב זי"ע האט געזאגט בזה"ל, "אין הימל גלייכט מען זייער זיין שרייבן", און דערפאר האט מען געפירט אז די חסידים זאלן נישט קומען שטערן דעם צדיק פון שרייבן זיינע הייליגע חיבורים.
די רבי האט כסדר געזאגט, אז בעפאר תקיעת שופר איז מסוגל צו רעדן פון צדיקים קדמונים, אז דער זכות זאל אונז ביישטיין און זיין פאר אונז א מילץ יושר צום יום הדין, אסאך מאל האט רביה"ק גערעדט פון דעם גדלות פונעם הייליגען צדיק רבי הערשעלע ליסקער זי"ע, און כמה פעמים האט ער נאר געזאגט בזה"ל, "הרה"ק מליסקא איז געווען א ערליכער איד, און א צדיק אמת".
די רבי זי"ע האט הושענא רבא ביי די הושענות דערציילט, אז אמאל האט דער הייליגער רבי אליעזר'ל מדזיקוב זי"ע געשיקט א בריוו צום צאנזער רב זי"ע, אז די פילעסאפן זאגן אז צוויי שטערן'ס לויפן איינער קעגן דעם אנדערן און ווען די צוויי וועלן זיך צוזאמען טרעפן, וועט ח"ו די וועלט חרוב ווערן, און ער רבי אליעזר'ל האט זייער מורא דערפון.
איז צוריק געקומען די תשובה פונעם הייליגען צאנזער רב זי"ע, מען האט פאר מיר פון הימל גארנישט געזאגט, דערפאר קען דאס נישט זיין אז עס וועט געשען, ווי די פסוק זאגט (עמוס ג' ז') כִּי לֹא יַעֲשֶׂה ד' דָּבָר כִּי אִם־גָּלָה סוֹדוֹ אֶל־עֲבָדָיו הַנְּבִיאִים, און אויב האט מען מיר דאס נישט מגלה געווען, איז דאס זיכער נישט אמת, כך הוה צום סוף האבן זיי טאקע צוריק געצויגן פון וואס זיי האבן געזאגט.
און דאס האט רבינו הקדוש מסאטמאר זי"ע אריין געטייטשט אין "הוֹשַׁע נָא לְמַעַן סוֹדָךְ" אז ווען מען האט די הייליגע צדיקים ווי דער צאנזער רב זי"ע, דארף מען זיך נישט זארגן אויף גארנישט, ווייל דער באשעפער איז מגלה פאר די צדיקים אלעס אויף דער וועלט.
די רבי זי"ע, פלעגט דערציילן כמעט יעדעס יאר פרשת ראה ביים מעביר סדרה זיין, אז הרה"ק רבי אשר ישעי' מראפשיץ זי"ע, פלעגט יעדעס יאר אפאר וואכן וויילן פאר זיין געזונט און די מרחץ אין שטאט סאבראנץ, און הרה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווא זי"ע, וואס איז דאן געווען אויף קעסט ביים זיידן הרה"ק בעל ישמח משה מאוהעל זי"ע, פלעגט פארן קיין סאבראנץ זיך מסתופף זיין בצלו פונעם צדיק מראפשיץ זי"ע.
דער אייניקל הרה"ק הייטב לב מסיגוט זי"ע, האט אויך געהאט חשק צו פארן צום ראפשיצער רב זי"ע, אבער האט מורא געהאט פון די הקפדה פונעם זיידן דער ישמח משה זי"ע, האט ער געבעטן פונעם דאקטאר אז ער זאל זאגן אז ער דארף פאר רפואה פארן קיין סאבראנץ (דער ייטב לב האט געזאגט אז דאס איז נישט געווען קיין ליגענט, ווייל דער הייליגער ראפשיצער רב זי"ע, איז געווען א רופא נפשות), און אזוי האט ער אויך געקענט זיין ביים ראפשיצער רב אין סאבראנץ,
איז פארן אייניקל דער ייטב לב איינגעפאלן א עצה, ווי אזוי צו קענען נאכאמאל זעהן דעם הייליגען ראפשיצער רב, ער האט געבעטן דעם ראפשיצער רב אז ער זאל אויפן וועג אהיים קומען קיין אוהעל אויף א שבת צום ישמח משה זי"ע, און געוויסט אז ווען דער זיידע די ישמח משה זי"ע וועט זיך באקענען מיט רבי אשר'ל, וועט ער נישט האבן קיין הקפדה אויב דער אייניקל גייט צו אים.
שבת פרשת ראה ווען רבי אשר'ל ראפשיצער זי"ע איז געקומען צום ישמח משה זי"ע אויף שבת, און ער איז געווען ביים טיש פונעם ישמח משה, זענען דארט אין שוהל געזעצען אפאר פשוטע אידן, אין זיך נישט אויפגעפירט מיט קיין דרך ארץ, האט זיך רבי אשר'ל ראפשיצער אויפגעשטעלט און אויסגעשריגען, אין פסוק שטייט "ראה אנכי" און געזאגט בזה"ל "עטץ קוקטס מיך אן, און איך קוק ענק אן ווי מגושם איר זענט", נאך די ווערטער איז געפאלן א פחד אויפן עולם.
דער הייליגער ייטב לב האט געמיינט, אז זיכער וועט די זיידע דער ישמח משה יעצט האבן א הקפדה אויף אים, פארוואס ער האט אהער געברענגט דעם רבי אש'ל ראפשיצער אויף שבת, ווייל דער רבי אשר'ל ראפשיצער איז געווען אסאך יונגער ווי דעם הייליגען ישמח משה, און דער אייניקעל דער ייטב לב זי"ע האט זיך פאר פחד באהאלטען פונעם זיידען,
אבער מען איז געקומען רופן דעם ייטב לב אז די זיידע רופט אים, איז דער ייטב לב געקומען צום זיידן און די זיידע האט אים געזאגט, איך וויל דיר מכיר טובה זיין פארן ברענגען צו מיר דעם ראפשיצער רב ווייל איך האב זייער הנאה פון אים, ווייל ער איז א אמת'ע ירא שמים,
האט די רבי זי"ע, אויס געפירט "היינט מען זאל דאס זאגן אויף א רבין אז ער איז א ירא שמים, וואלט ער זיך באליידיגט, און עס וואלט געווען נישט וואר אויך".

מען דערציילט אז דער הייליגער ערוגת הבושם זי"ע איז געווען דער סנדק ביים ברית פון מרן אבינו הקדוש הדברי יואל זי"ע, און דאס לעצטע מאל וואס דער רבי מסאטמאר איז געווען ביים ערוגת הבושם זי"ע, איז געווען געציילטע וואכן בעפאר די פטירה,
האט דער הייליגער ערוגת הבושם זי"ע געזאגט פארן רבין, "א גיטער ידיד קען טהון א זכות פארן נשמה אפילו נאכן פטירה, דורכ'ן לערנען משניות לטובת הנשמה", און עס איז באקאנט אז דער סאטמאר רבי האט יעדעס יאר געלערנט אין טאג פונעם יארצייט משניות לע"נ דעם ערוגת הבושם זי"ע, און ר' שלמה יעקב געלבמאן ע"ה שרייבט, אז ער האט אליינס געזען אז אין די יאר פונעם רבינ'ס פטירה בשנת תשל"ט, אינעם טאג פונעם יארצייט פונעם ערוגת הבושם (דאס מיינט דריי וואכן פארן רבינ'ס הסתלקות), האט ער געלערנט משניות לע"נ דעם ערוגת הבושם זי"ע.
די רבי האט דערציילט, אז דער טאטע דער הייליגער קדושת יו"ט זי"ע פלעגט אסאך פארן קיין צאנז צום הייליגען דברי חיים זי"ע, און ער פלעגט יעדן טאג אלס הכנה צום דאווענען דערציילן, וואס ער האט יענעם טאג געזען אין צאנז, איינמאל איז דער קדושת יו"ט זי"ע געפארן אויף אפאר טאג קיין צאנז, און ווען ער איז צוריק געקומען, האט מען אים געפרעגט פארוואס ער איז יעצט פונקט געפארן קיין צאנז, האט דער הייליגער קדושת יו"ט זי"ע געזאגט, אז עס האט אים נאך געפעלט די פאר טאג כדי צו האבן געווען ביים רבין אלע טעג פונעם יאר, און דערפאר איז ער געפארן דאס משלים צו זיין,
עס איז געווען אינמיטען די צווייטע וועלט מלחמה אין א שטאט אין רומעניע, און מען האט נישט געטארט זיין ביינאכט אויפן גאס, א תלמיד חכם איז דאן נפטר געווארן, און א קבוצה פון 4 אידן האבן זיך איינגעשטעלט דאס לעבן צו גומל חסד זיין מיטן נפטר, און אים ברענגען לקבר ישראל, צווישן די 4 אידן איז געווען הרה"ק רבי יוסף חנוך העניך קליינמאן זי"ע, א גרויסע חסיד פונעם עצי חיים, אינמיטן די ארבעט איז א דייטש ימ"ש אנגעקומען, און דער גאנצער עולם איז אנטלאפען, אבער הרה"ק רבי העניך קליינמאן זי"ע איז יא געכאפט געווארן, און מען האט אים איינגעזעצט און די תפיסה פון די רומענישע,
זיצענדיג אין תפיסה און וויינענדיג אויף זיין ביטער גורל, איז דער ר' העניך איינגעשלאפן, פלוצלונג זעט ער אין חלום זיין רבי דער הייליגער עצי חיים מסיגוט זי"ע, און דער עצי חיים זאגט אים איך בין שוין נישט בין החיים, אבער גיי צו מיין ברידער הרה"ק מסאטמאר ער וועט דיר העלפן, האט ער געזאגט פארן עצי חיים, איך בין דאך אין תפיסה איך קען נישט גיין, האט די עצי חיים געזאגט, איך וועל דיר עס ערלעדיגען, די האסט א ברודער וואס וואוינט נעבן מיין ברידער הרה"ק מסאטמאר זי"ע איך וועל אים שיקן ער זאל דיך גיין מזכיר זיין,
די קומענדיגע טאג איז אריין געקומען א רומענישע וועכטער און געפרעגט דעם ר' העניך וואס זיכסטו דא, האט ער געזאגט אז די דייטשן האבן אים דא אריין געזעצט, זאגט דער וועכטער מיט כעס, וואס די דייטשן וועלן דא איינטיילען וואס צו טון, און ער האט דעם ר' העניך גלייך ארויס געלאזט,
ר' העניך האט טאקע נאכדעם גאר אסאך מיט געמאכט אינטער די נעגל פון די דייטשן ימ"ש, אבער בחסדי השם איז ער ניצול געווארן און געבליבן לעבן נאך די מלחמה, אבער דער ברידער פון ר' העניך איז ליידער אומגעקומען ביי די מלחמה,
נאך די מלחמה איז ר' העניך געפארו צום שטאט סאטמאר, צו זען אויב עס איז איבער געבליבן עפעס פון די משפחה, ליידער האט ער געטראפן דעם שטוב פון זיין ברידער אינגאנצען חרוב פונעם חורבן וואס די דייטשן ימ"ש האבן אנגעמאכט, אבער צווישן די זאכן וואס ער האט יא געטראפן, איז געווען א ספר אויפן טיש אינעם שטוב פון זיין ברודער,
ווען רבי העניך האט דעם ספר אויפגעמאכט, איז ער נבהל ונשתומם געווארן, דארט אויפן שער בלאט איז געווען פארשריבן די ווערטער "ראיתי בחלומי את הגה"ק בעל עצי חיים זצ"ל מסיגעט ואמר לי: "הן אחיך ר' יוסף העניך נקלע למצב קשה והוא בצרה גדולה על כן מהר קום ולך לאחי הר"ר יואל'יש, ותזכיר לפניו את אחיך שינצל מכל צרה" בתחילה לא שמתי לב לזה ואמרתי חלומות שוא ידברון, אבל אחר השנות החלום פעם ופעמיים קמתי ועליתי לבית מרן הגה"ק מסאטמאר וסיפרתי לו את החלום אשר ראיתי, ורבינו איחל מברכותיו הטהורות שיעבור את המלחמה וישאר בחיים" און די דאטום איז געווען ממש יענעם נאכט.

דער הייליגער ישמח משה זי"ע אפילו ער האט געלעבט אין די צייט פונעם הייליגען רבי אלימלך מליזענסק זי"ע, האט ער זיך קיינמאל אין לעבן נישט געטראפן מיטן הייליגע רבי אלימלך מליזענסק זי"ע, איינמאל איז ער שוין געווען אויפן וועג, אבער איינע פון די מתנגדים האט אים געפרעגט ווי ער גייט, און ווען ער האט יענעם געזאגט ווי ער גייט, האט אים יענער אפגערעדט פון גיין און ער האט זיך צוריק געדרייט,
דער הייליגער רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע האט עס שטארק באדויערט און געזאגט, ווען איך וואלט מיך מיט אים געטראפן, וואלט איך אים געקענט טון א טובה עד סוף כל הדורות, און ווען הרה"ק רבינו יואל מסאטמאר זי"ע האט פאר קיין שום איד געדאכט, פארלוירן זיין טאכטער הצדקת רחל ע"ה, האט ער געזאגט, ווער ווייסט אויב דער זיידע דער ישמח משה זי"ע וואלט זיך ווען געטראפן מיטן רבי אלימלך וואלט דאס נישט פאסירט.
מרן רביה"ק זי"ע האט דערציילט, וואס ער האט געהערט מקובל מפי מגידי אמת, אז דער ישמח משה האט אמאל שמחת תורה ביי די פערטע הקפה זיך אנגערופן, "ברוך הבא משה רבינו, דו ביסט עדות אז איך האב קיינמאל נישט פארפעלט עפעס מקיים צו זיין פון דיין תורה, אפילו כקוצו של יו"ד, און פארוואס האט מען מיך אזוי פארשעמט פון הימל, איך האב אזוי געווארט אויף די גאולה און ס'איז נאך נישט געקומען".
א איד איז אמאל געקומען צו רבינו הקדוש מסאטמאר זי"ע, און ער האט געזאגט אז ער איז ליידער א חשוך בנים, און די רבי מוז אים העלפן, און מסביר געווען פארוואס די רבי מוז אים העלפן, ווייל זיין זיידע איז געהאלפן געווארן מיט קינדער דורך דעם ישמח משה זי"ע, ווען ער האט אויך יארן נישט געהאט קיין קינדער, און דערפאר האלט ער אז די רבי מיז אים אויך העלפן מיט א ישועה.
און דער איד האט דערציילט די מעשה, אז די זיידע זיינער האט פאר יארן נישט געהאט קיין קינדער, און ער איז כסדר געקומען זיך מזכיר זיין ביים הייליגען ישמח משה זי"ע, אז ער זאל שוין געהאלפן ווערן מיט א קינד, איין יאר ראש השנה האט דער הייליגער ישמח משה זי"ע געהייסן פארן זיידן, אז ער זאל עולה זיין מפטיר די ערשטע טאג ר"ה, און דער זיידע איז יענעם יאר געהאלפן געווארן מיט א קינד,
האט דער איד גע'טהנע'ט, אז וויבאלד ער איז אראפ געקומען אויף די וועלט דורך א ברכה פון ישמח משה, ממילא מוז די רבי אלס אן אייניקל ממשיך זיין די ברכה, האט די רבי געזאגט וואס קען איך דען טון, פאר צום זיידן קיין אוהעל און לייג אים פאר די טענה, האט דער איד טאקע אזוי געטוהן, און פארשטייט זיך אליינס אז ער איז געהאלפן געווארן מיט א קינד.
הגה"צ רבי שלמה זלמן פריעדמאן אב"ד טענקא זי"ע האט דערציילט, אז זיין טאטע הגה"ק רבי יהושע זי"ע האט דערציילט אז ער איז געווען בשעת מעשה, ווען הגה"ק רבי משה גרינוואלד בעל ערוגת הבושם מחוסט זי"ע איז געווען ביים צדיק הרה"ק רבי חנני' יו"ט בעל קדושת יו"ט מסיגוט זי"ע, און דארט איז געווען דער זון הרה"ק רבינו יואל מסאטמאר זי"ע אלס יונג קינד פון בערך 10 יאר אלט, און דער הייליגער קדושת יו"ט האט געבעטן דעם ערוגת הבושם, אז ער זאל פארהערן זיין יואליש אין שו"ע חושן משפט.
דער הייליגער ערוגת הבושם זי"ע האט טאקע פארהערט דעם קינד יואליש מיט גאר שווערע שאלות אין חושן משפט, און דער הייליגער ערוגת הבושם איז ממש ארויס פון התפעלות פון דעם חריפות און בקיאות פונעם קינד קענענדיג חו"מ מיט אזא קלארקייט, און ער האט געזאגט פארן קדושת יו"ט בזה"ל, "און אונזער דור האב איך נישט געגלייבט אז עס קען זיין אזא גדלות",
האט דער הייליגער טאטע דער קדושת יו"ט זי"ע געזאגט פארן ערוגת הבושם זי"ע בזה"ל, "וואס איז די חידוש, אז מען וועט זעהן די ברכת התורה וואס דער קינד זאגט יעדן טאג אין זיין אהבה רבה וואס ער לייגט אראפ יעדן טאג ביי שחרית, וועט מען שוין אלעס פארשטיין".
בשעת די רבי זי"ע איז ליידער געזעצן שבעה נאך זיין איינציגסטע איבער געבליבענע טאכטער, וואס איז ליידער אוועק אן לאזן דורות, איז דער צדיק געווען גאר שטארק צובראכן, איז א רב אריין געקומען ביי די שבעה, און וועלענדיג מחזק זיין און טרייסטן דעם רבין, האט ער נאך געזאגט א ווארט פונעם הייליגען צדיק רבי שלום מקאמינקא זי"ע.
איין יאר תשעה באב האט דער צדיק רבי שלום מקאמינקא זי"ע געזאגט, אז תשעה באב איז א גרעסערע יו"ט ווי פורים, ווייל מה דאך פורים וואס מען ליינט איין פסוק מיטן ניגון פון איכה "אֲשֶׁר הָגְלָה מִירוּשָׁלַיִם עִם הַגֹּלָה אֲשֶׁר הָגְלְתָה עִם יְכָנְיָה מֶלֶךְ יְהוּדָה" איז די טאג א גרויסע יו"ט, כל שכן וכל שכן תשעה באב, ווען מען ליינט דעם גאנצן איכה מיט דעם ניגון, איז דאס אסאך א גרעסערע יו"ט,
דער הייליגער סאטמאר רבי איז זייער נתרגש געווארן, און זיך גאר שטארק מחזק געווען און געזאגט, ווערטער פון קאמינקא רב זי"ע האט א גרויסע קדושה, ווייל עס איז געזאגט געווארן מיט א אמת.

הרה"ח ר' ישראל בריעף ע"ה האט געזאגט, אז ער האט געהערט פון הרה"ק רבי יוזעף גליקלעך זי"ע, אז ער האט געהערט פון הרה"ק רבי אלעזר ריישא זי"ע אויפן רבין רבינו יואל מסאטמאר זי"ע בזה"ל, "די צורה געפעלט מיר זייער, איך האב שוין לאנג נישט געזעהן אזא צורה",
אידן פון לאנדאן האבן אויף געשטעלט א גרויסע ביקור חולים אין לאנדאן, און די אידן זענען געקומען פרעגן דעם רבין הרה"ק רבינו יואל מסאטמאר זי"ע, אויב זיי קענען דעם ביקור חולים געבן א נאמען אויפן רבין "ביקור חולים דרבינו יואל מסאטמאר", האט דער צדיק געזאגט, אז ער איז מסכים מען זאל דאס ריפן אויף זיין נאמען מיט איין תנאי, אז אין דעם ביקור חולים זאל מען געבן צו עסן פאר יעדן איינציגע איד נישט קיין חילוק ווי יענער באלאנגט.
די רבי זי"ע האט אמאל געזאגט אויפן ספר בני יששכר, אז אלע צדיקים זענען מסכים אז דער ספר הקדוש איז געשריבן ברוח הקודש, האט דער ראש הקהל הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן ע"ה געפרעגט דעם רבין, וואס מיינט דער רבי, אז אלע צדיקים זענען מסכים אז דער ספר בני יששכר איז געשריבן ברוח הקדוש, דער ספר האט דאך אפילו נישט קיין הסכמות פון צדיקים.
האט די רבי דערציילט די מעשה, ווי באקאנט אז אלס יונגערמאן איז דער הייליגער צדיק הרה"ק רבי הירצקא מראצפערט זי"ע און דער צדיק הרה"ק רבי שמואל קאמאדער זי"ע געווען ביים הייליגען צאנזער רב זי"ע אויף ראש השנה, און דעם צווייטען טאג בעפאר תקיעות שופר איז דער דברי חיים געזעצן ביי זיך אין שטוב און עוסק געווען מיט הכנות פאר תקיעות שופר,
האבן די צוויי צדיקים געוואלט זען מיט וואס דער הייליגער דברי חיים גרייט זיך אויף תקיעות שופר, האבן זיי זיך אריינגעכאפט אין שטוב פונעם דברי חיים ווען ער איז ארויס, און די צוויי האבן געזען אז דער דברי חיים האט געלערנט דעם ספר בני יששכר, עס איז זיי געווען א גרויסע וואונדער, וויבאלד דער ספר איז נאך דאן געווען א נייער ספר, און זיי האבן זיך געוואונדערט אז פונקט אין דעם ספר קוקט דער הייליגער דברי חיים אריין בעפאר שופר בלאזן,
ביים סעודה נאכן דאווענען האט דער הייליגער דברי חיים זי"ע געזאגט, א העזה פון יונגעלייט, זיי קוקען נאך זייער רבין מיט וואס ער גרייט זיך אויף תקיעות שופר, אבער איינער וואס האט שכל ווייסט, אז איך קוק נישט אריין אין קיין ספר נאר אויב דער מחבר איז געווען א ריינער בעל רוח הקודש, קיינער דארט אין שוהל האט נישט פארשטאנען וואס דער הייליגער דברי חיים האט געמיינט מיט די ווערטער, אויסער די צוויי צדיקים האבן שוין גאר גוט פארשטאנען וועם די רבי האט געמיינט מיט די ווערטער.
רבינו זי"ע האט דערציילט די מעשה, אז ביים זיידן דער הייליגער ישמח משה מאוהעל זי"ע אין ביהמ"ד, איז געווען א איד וואס האט געטראגן אויגן גלעזער און ער האט ממש נישט געקענט זעהן אן די גלעזער, איין יאר ראש השנה בעפארן דאווענען, האט דער איד פארלוירן זיינע אויגן גלעזער, און דער איד האט זיך זייער מצער געווען, אז פונקט יעצט דעם הייליגען טאג ראש השנה, וועט ער נישט האבן זיינע גלעזער צו קענען דאווענען, און פון גרויס צער האט דער איד זייער געוויינט,
דער הייליגער ישמח משה זי"ע איז דורך דעם איד און געזען אז ער וויינט, האט דער ישמח משה געפרעגט דעם איד וואס גייט פאר, האט דער איד זיך אויס גערעדט פארן ישמח משה, אז ער האט פארלוירן זיינע גלעזער, און ער ווייסט נישט ווי אזוי ער וועט קענען דאווענען ראש השנה, האט דער הייליגער ישמח משה זי"ע געזאגט פארן איד, ווער זאגט די ברויכסט גלעזער, אפשר קענסטו זעהן אן די גלעזער, לפלא זייט דעמאלט האט דער איד נישט מער געברויכט קיין גלעזער און זיינע אויגן האבן געארבעט ביז סוף ימיו גאר גוט.

איינע פון די משמשים ביים רבין זי"ע האט דערציילט, אז איין טאג צופרי האט ער געהערט ווי איינער לויפט אראפ די טרעפ ביים רבין אין שטוב, דער משמש איז גלייך אריין געלאפן אינעם ביהמ"ד אינטן פונעם רבין'ס דירה, און ער זעהט לפלא, אז דער וואס איז אזוי אראפ געלאפן די טרעפ איז געווען נישט קיין אנדערער ווי די רבי אליין, וואס איז שוין דאן געווען אויף דער עלטערע יארן,
צו זיין וואונדער זאגט אים די רבי מיט א פחד, די זייגער האט זיך מיר אפ געשטעלט, און פון גרויס פחד אז אפשר האט ער פארפאסט די זמן קר"ש, איז דער צדיק אראפ געלאפן איינער אליין די טרעפ, כדי צו זעהן דעם זייגער צו ער האט פארפאסט דעם זמן קר"ש, און אזוי ווי די רבי האט געזען אז עס איז נאך 7 אזייגער צופרי, האט ער זיך בארואיגט, אבער די וועג ארויף האט די רבי שוין נישט געקענט גיין אזוי גרינג, ווייל באמת איז דאס גיין געווען גאר שווער פארן רבין, נאר פון גרויס פחד אז ער האט פארפאסט דעם זמן קר"ש, איז ער מיט זיין שוואכע כוחות אראפ געלאפן די טרעפ.
ווערט דערציילט א מעשה נפלא וואס האט פאסירט ביים רבין זי"ע, אין אמעריקע איז אמאל געקומען א איד וואס איז געווען פון די גרויסע מאכער'ס אין די מדינה, דער איד האט געברויכט א גרויסע סכום פון געלט פאר א אפעראציע פאר זיין ווייב, און אזוי ארום דרייענדיג זיך פאר אפאר וואכן, האט ער ממש נישט געמאכט קיין גרויס געלט,
האט אים איינער גע'עצה'ט אריין צו גיין צום רבין וואס איז געווען מפורסם אלס א בעל חסד נפלא, און בעטן געלט פונעם רבין, דער איד האט ביי זיך געטראכט, אז ער וויל נישט אריין גיין, וויבאלד ער איז דאך פון די קעגנער'ס פונעם רבין, אבער קיין גרויסע ברירות האט ער דאך נישט געהאט, און ער איז אריין צום רבין, און ער האט דערציילט פארן רבין די גאנצע מעשה לגבי די אפעראציע וואס ער ברויך מאכן פאר זיין ווייב, און ער ברויך גרויס געלט פאר דעם,
די רבי האט דעם איד אויס געהערט און געזאגט פאר דעם איד, קומט צוריק מארגען און איך וועל זעהן וואס איך קען טון, דער איד איז ארויס פונעם רבין'ס שטוב, און ער זאגט פאר זיין חבר, די זעהסט די רבי האט מיך פארשיקט אן גארנישט, עס איז געווען ממש א שאד אריין צו גיין,
אבער ווי פארוואונדערט איז דער איד געווען, ווען ער איז צוריק געקומען דעם קומענדיגע טאג צום רבין, און דער רבי האט אים אהין געגעבן דאס גאנצע סכום וואס ער האט געברויכט, אבער דאן האט די רבי געבעטן פון דעם איד, אז ער זאך ארויס גיין פון שטוב, וויבאלד די רבי האט גאר גוט געוויסט ווער דער איד איז און ווי ער באלאנגט, אבער העלפן א איד בעת צרה האט ביים רבין בכלל נישט געמאכט קיין חילוק ווער יענער איז, אבער אזוי ווי ער האט געענדיגט די מצוה, האט ער מער נישט געוואלט האבן קיין פארקער מיט יענעם איד.
מען דערציילט, אז ווען די רבי זי"ע איז געווארן רב אין שטאט סאטמאר, האט ער זיך גאר שטארק גע'חבר'ט מיטן "מילך טרעגער" פון שטאט און מיטן "פלייש האקער" פון שטאט, עס איז געווען א גאר גרויסע וואונדער פאר די אידן פון שטאט, אז דער רב חבר'ט זיך אזוי מיט די צוויי פשוטע אידן,
אבער שפעטער איז מען געוואר געווארן וואס דאס איז געווען, די רבי זי"ע האט זיך מיט זיי גע'חבר'ט, ווייל ער האט געוואלט וויסן ווער פונעם שטאט האט נישט קיין געלט צו קויפן מילך און פלייש, און דער צדיק האט צוזאמען געשטעלט גרויסע געלטער צו העלפן די שטובער פון די אידן וואס האבן נישט קיין געלט אליין צו קויפן די געברויכן ביי זיך אין שטוב.

זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל