בלאט 2 פון 12

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 12:24 pm
דורך ווער
מאונט סיני האט באשלאסן צו פארשליסן איר בית ישראל שפיטאל קאמפלעקס אויף 16'ט סטריט אין מאנהעטן צוליב פינאנציעלע פארלוסטן ביי די שפיטאל

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 2:24 pm
דורך ניקל
ווער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 12:24 pm מאונט סיני האט באשלאסן צו פארשליסן איר בית ישראל שפיטאל קאמפלעקס אויף 16'ט סטריט אין מאנהעטן צוליב פינאנציעלע פארלוסטן ביי די שפיטאל


א ווארטזאגער פאר די שפיטאל זאגט אז נאך יאר פון אינוועסטמענטס און פראבירן צו פארעכטן די פינאנציעלע פראבלעמען שטייען זיין נאכאלץ מיט א לאך פון א ביליאן דאלאר און זענען ערווארטעט צו פארלירן נאך 150 מיליאן די יאר.

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 3:20 pm
דורך ווער
גרעסערע חלקים פון די 'בי-קיו-אי' גייען זיין פארמאכט ענדע וואך פרשת בראשית און אנהייב וואך פרשת נח צוליב ריפעיר ארבייט וועלכע גייען ווערן דורכגעפירט
די פארשליסונגן, וועלכע גייען זיין פון אקטאבער 14 ביז אקטאבער 16 למס' 4 פארטאגס, וועלן אריין נעמען אלע ליניעס פון די קווינס-באונד בי-קיו-אי פון אטלאנטיק עוועניו ביז סענדס סטריט. אזוי אויך וועט די סטעטן איילענד-באונד בי-קיו-אי געשניטן ווערן צו איין ליניע, און פארשידענע רעמפס און זייטיגע גאסן וועלן אויך אפעקטירט ווערן

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:11 pm
דורך ניקל
ניו-יארק-סיטי באאמטע האבן געמאלדן אז זיי וועלן אריינגיין אין די פרישע פאזע פון די שטאט'ס קריג קעגן ראטן, אנגעהויבן אין מארש 2024 וועלן אלע ביזנעסער ווערן פארלאנגט צו האלטן מיסט אין ספעציעלע שטארקע און פארזיכערטע קאסטנס וועלכע די באשעפענישן וועלן נישט קענען עפענען.

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 10:37 am
דורך ווער
מעיאר עדעמס נישט געווען אנוועזנד ביי געשפרעך צווישן פרעזידענט ביידען און גאווערנאר האקול איבער אימיגראנטן קריזיס‎

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 3:50 pm
דורך ניקל
א באס פון די גרעיהאנד פירמע האט פארלוירן קאנטראל און געהאט אן עקסידענט אויף די I84 אין אראנדזש קאונטי, עס זענען באריכטעט 50 געשעדיגטע טייל פון זיי אין א קריטישער צושטאנד, העליקאפטערס האבן אוועקגעפירט עטליכע פאציענטן דורך די לופטן, און ארומיגע הילף ארגענעזאציעס, אריינגערעכנט די אידישע הצלה אין קרית יואל און פון די קעטסקילס זענען געווארן אריינגערופן צו ארויסהעלפן אויפ'ן סצענע.

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 6:47 pm
דורך ניקל
א נייע 'סיענע' אנקעטע צייגט אז א מערהייט איינוואוינער אין ניו יארק זענען אומצופרידן מיט די הויכע קאסט פון לעבן, און זענען באזארגט איבער קריים, עפארדעבל האוזינג און די אימיגראנטן קריזיס.

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 11:23 pm
דורך ניקל
ניקל האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 3:50 pm א באס פון די גרעיהאנד פירמע האט פארלוירן קאנטראל און געהאט אן עקסידענט אויף די I84 אין אראנדזש קאונטי, עס זענען באריכטעט 50 געשעדיגטע טייל פון זיי אין א קריטישער צושטאנד, העליקאפטערס האבן אוועקגעפירט עטליכע פאציענטן דורך די לופטן, און ארומיגע הילף ארגענעזאציעס, אריינגערעכנט די אידישע הצלה אין קרית יואל און פון די קעטסקילס זענען געווארן אריינגערופן צו ארויסהעלפן אויפ'ן סצענע.
גאווערנאר קעיטי האוקל זאגט אין אן אפדעיט אז צוויי ערוואקסענע רייזענדער זענען געשטארבן אין די באס עקסידענט היינט אין אראנדזש קאונטי.

פינעף אנדערע סטודענטן געפונען זיך אין א קריטישער צושטאנד, די באאמטע לייגן אן די שולד, אויף א נישט גוט באהאפטענע רעדל.

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 11:14 am
דורך ניקל
גאווענער האוקעל האט אריינגעברענגט די נעשאנעל גארדס קעיר צו נעמען פון די אימיגראנטן קריזיס אין ניו יארק

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 11:22 am
דורך ווער
ניו יארק סיטי גרייט זיך צו שפענדן 1.3 ביליאן דאלער צו פלאצירן אימיגראנטן אין ניו יארקער האטעלן פאר נאך 3 יאר‎

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 1:29 pm
דורך ווער
די ניו יארק סיטי פערי גייט איינשטעלן סערוויס טוישונגן אין די ערשטע דריי טעג פון חוה"מ סוכות צו אקאמאדירן די פולע אידן וועלכע באנוצן זיך דערמיט
די סקעדזשול וועט ארבייטן אז פון 7 צופרי ביז 10 צופרי וועט גאווערנערס איילענד סערווירט ווערן דורך די סאוט ברוקלין רואט, און פון 10 צופרי ביז 6 אווענט וועט גאווערנערס איילענד סערווירט ווערן דורך די גאווערנערס איילענד-פּיער 11\וואל סטריט שאטל. 'סאוט ברוקלין פעסטער קאנעקשאנס' וועט זיין אין דינסט בלויז דורכאויס די פארנומענע צופרי שעה'ן, און נאכמיטאג 'סאוט ברוקלין' סערוויס וועט איבערהיפן גאווערנערס איילענד און גיין צווישן קאָרליערס הוק און בעי רידזש

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 10:00 am
דורך ווער
בערך דריי טויזנט אימיגראנטן אין ניו יארק סיטי באקומען נאטיצן וועגן מוזן פארלאזן שעלטערס, אבער האבן נישט וואו צו גיין‎

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 29, 2023 9:49 pm
דורך פארפאלענער
קרעדיט @אבימלך
די NYPD איז אויף דער סצענע און דער עף-בי-איי איז געווארען אינפארמירט נאכדעם וואס פאוסטס אויפן קארנעל אוניווערסיטעט פארום האבען גערופן אז אידישע סטודענטן זאלן אומברענגט ווערען

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 9:44 pm
דורך וואסאפשט
א אומאנגענעמע סצענע האט זיך אפגעשפילט אויף די פאליסעידס פארקוועי, ווען א איד האט זיך אפגעשטעלט אין די זייט צו העלפן געשטראנדעטע, און איז ווילד צושלאגן געווארן דורך א פארשוין.
די געשיכטע האט זיך אנגעהויבן ווען צוויי קארס זענען געווען פארמישט אין א שווערע עקסידענט, פון וואס צוויי פאסאדזשירן זענען שווער געשעדיגט געווארן. דער אינגערמאן איז אדורכגעפארן און געזעהן די סצענע, און האט זיך אפגעשטעלט צו פארשלאגן הילף. אבער איינער פון די פארמישטע אין די עקסידענט האט אים ברוטאל אטאקירט און אים געשלאגן. א אנדערע איד וואס איז אדורכגעפארן האט געזעהן וואס עס גייט פאר האט ער אלארמירט די פאליציי, וועלכע האבן שפעטער ארעסטירט דעם פארשוין.
unnamed (8).jpg
unnamed (8).jpg (37.27 KiB) געזען געווארן 1008 מאל
קרעדיט JDN

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 12:14 am
דורך ניקל
די עף-בי-איי האט קאנפיסקירט די פאון און איי פעד פון מעיאר עדעמס אלץ טייל פון זייער אינוועסטיגעישן איבער אנגעבליכע קאמפיין פינאנץ פארלעצונגען.

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 12:16 am
דורך פרייליך
ד.מ. ער קען זיך טרעפן אין חד גדיא ?

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 11:22 am
דורך צווייטער
איך ווייס נישט ווי עס באלאנגט לייג איך עס דא

א אויסצוג פונעם היינטיגן 'איד דעילי':
מאנהעטן – א גרופּע כירורגן אין ניו יארק סיטי האבן דורכגעפירט די סאמע ערשטע גאנצע אויג טרענספּלענט אין דער וועלט היסטאריע, אין אן אנטוויקלונג וואס קען טוישן זע-קראפט באהאנדלונג אויף א שטארקן פארנעם. אין די זעקס מאנאטן זינט דער אויג אפּעראציע איז דורכגעפירט געווארן, דורך דאקטוירים אין דער "ען-וויי-יו לענגאן" שפּיטאל, האבן דאקטוירים געזאגט פאריגע וואך אז דער פּאציענט האט נאכנישט צוריקבאקומען זע-קראפט אינעם אריינגעפלאנצטן אויג, אבער דער אויג פונקציאנירט ווי געהעריג אין אנדערע הינזיכטן

איינער קען מיר פותר חלום זיין וואס דאס מיינט? נישט צוריקבאקומען זע קראפט אבער פונקציאנירט ווי געהעריג אין אנדערע הינזיכטן.

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 11:49 am
דורך פשוטער איד
צווייטער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 11:22 am איך ווייס נישט ווי עס באלאנגט לייג איך עס דא

א אויסצוג פונעם היינטיגן 'איד דעילי':
מאנהעטן – א גרופּע כירורגן אין ניו יארק סיטי האבן דורכגעפירט די סאמע ערשטע גאנצע אויג טרענספּלענט אין דער וועלט היסטאריע, אין אן אנטוויקלונג וואס קען טוישן זע-קראפט באהאנדלונג אויף א שטארקן פארנעם. אין די זעקס מאנאטן זינט דער אויג אפּעראציע איז דורכגעפירט געווארן, דורך דאקטוירים אין דער "ען-וויי-יו לענגאן" שפּיטאל, האבן דאקטוירים געזאגט פאריגע וואך אז דער פּאציענט האט נאכנישט צוריקבאקומען זע-קראפט אינעם אריינגעפלאנצטן אויג, אבער דער אויג פונקציאנירט ווי געהעריג אין אנדערע הינזיכטן

איינער קען מיר פותר חלום זיין וואס דאס מיינט? נישט צוריקבאקומען זע קראפט אבער פונקציאנירט ווי געהעריג אין אנדערע הינזיכטן.
ער קען פארלאזן טרערן אויף זיין פארלוירענע זע קראפט

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 4:00 pm
דורך ניקל
פרייליך האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 12:16 am ד.מ. ער קען זיך טרעפן אין חד גדיא ?
אויב קומט ער ארויס גילטיג לכאורה יא

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 5:39 pm
דורך Spa 42
צווייטער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 11:22 am איך ווייס נישט ווי עס באלאנגט לייג איך עס דא

א אויסצוג פונעם היינטיגן 'איד דעילי':
מאנהעטן – א גרופּע כירורגן אין ניו יארק סיטי האבן דורכגעפירט די סאמע ערשטע גאנצע אויג טרענספּלענט אין דער וועלט היסטאריע, אין אן אנטוויקלונג וואס קען טוישן זע-קראפט באהאנדלונג אויף א שטארקן פארנעם. אין די זעקס מאנאטן זינט דער אויג אפּעראציע איז דורכגעפירט געווארן, דורך דאקטוירים אין דער "ען-וויי-יו לענגאן" שפּיטאל, האבן דאקטוירים געזאגט פאריגע וואך אז דער פּאציענט האט נאכנישט צוריקבאקומען זע-קראפט אינעם אריינגעפלאנצטן אויג, אבער דער אויג פונקציאנירט ווי געהעריג אין אנדערע הינזיכטן

איינער קען מיר פותר חלום זיין וואס דאס מיינט? נישט צוריקבאקומען זע קראפט אבער פונקציאנירט ווי געהעריג אין אנדערע הינזיכטן.
דער אויג פאר זיך ארבעט, אבער די מענטש קען נאכנישט זעהן דערמיט.

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 11:21 am
דורך ווער
מאסן אימיגראנטן פראטעסטירן פארנט פון ניו יארק סיטי מעיאר עדעמס' היים איבער שעלטער צוימונגען‎

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 1:34 pm
דורך גראז
ווער האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 11:21 am מאסן אימיגראנטן פראטעסטירן פארנט פון ניו יארק סיטי מעיאר עדעמס' היים איבער שעלטער צוימונגען‎
יע, אזוי גייט עס. ס'קומט זיך פאר עדעמס אבער נישט פאר ניו יארק. אדער אפשר יא - פארן אים ערוועלן אלץ מעיאר.

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 11:01 pm
דורך וואסאפשט
פרישע נייעס קומט אריין איבער דער געוועזענער ניו יארק סטעיט גאווערנער קאומאו, אז ער האט געמאלדן פאר זיינע נאנטע מענטשן אז ער קלערט פון לויפן פאר ניו יארק סיטי מעיאר פאזיציע.
מיסטער ענדרו קאומאו האט געמאלדן, אז אין פאל דער עקזיסטירנדער מעיאר עריק עדעמס ווערט אריינגעשלעפט אין א פעדעראלע אויספארשונג, וויל ער אריינגיין אין דעם פאליטישן פארמעסט צו געווינען די מעיארשאפט אין ניו יארק סיטי.

א גוטע גאווערנער איז ער געווען ביז קאוויד אפשר איז א גוטע געדאנק ער זאל איבערנעמען די לייצעס און מאכן סדר אולי ואולי

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 9:19 am
דורך ניקל
ניו יארק סיטי מעיאר עדעמס האט פרישע פארע אונטער זיך, ווער די באשולדיגט מיט אביוז

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 9:44 am
דורך קיינמאל
ניקל האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 9:19 am ניו יארק סיטי מעיאר עדעמס האט פרישע פארע אונטער זיך, ווער די באשולדיגט מיט אביוז
הייבט דיר נישט אן מיט די וואס זענען שטערקער ווי דיר