בלאט 2 פון 3

Re: מיליטערישע פוטש אין נידזשער

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 9:51 pm
דורך ניקל
מאלי ווארענט איבער א קאטאסטראפע אויב די ECOWAS מישט זיך אריין אין נידזשער

Re: מיליטערישע פוטש אין נידזשער

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 9:51 pm
דורך ניקל
די באוואפנטע קרעפטן פון נידזשער מאביליזירן פארשטערקערטע כוחות צו די הויפטשטאט פון לאנד, גרייטנדיג זיך פאר א מעגליכע אויסלענדישע אינוואזיע.

Re: מיליטערישע פוטש אין נידזשער

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 9:51 pm
דורך ניקל
די ECOWAS קומט ארויס מיט א סטעיטמענט אז די ECOWAS געמיינדע וועט ממשיך זיין צו נוצן אלע מעגליכקייטן כדי צוריקצושטעלן די קאנסטיטוציעלע סדר אין נידזשער.

Re: מיליטערישע פוטש אין נידזשער

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 9:52 pm
דורך ניקל
ניגעריע: שטארקע החלטות ווען אנגענומען ווערן ביי די ECOWAS סאמיט דאנערשטאג אין אבוטשא, ניגעריע.

Re: מיליטערישע פוטש אין נידזשער

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 9:53 pm
דורך ניקל
על אראביע: די עליטע יוניטס פון די נידזשער ארמיי האבן זיך גערוקט נאנט צום לופטפעלד, ווי אויך ארום דעם פרעזידענטליכן פאלאץ אינעם הויפטשטאט ניאמעי

Re: מיליטערישע פוטש אין נידזשער

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 9:53 pm
דורך ניקל
די לענדער מאלי און בורקינע פאסא זענען ארויסגעקומען מיט א געמיינזאמע בריוו ווי זיי בעטן פון די אפריקאנער פאראיין און די יונייטעד נעישאנס צוריקצוהאלטן די ECOWAS פון זיך אריינמישן אין נידזשער.

Re: מיליטערישע פוטש אין נידזשער

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 10:24 pm
דורך ענדזשויען
@ניקל איר האט געפרעגט רשות פונעם שרייבער? אויב איר מעגט איבערלייגן זיינע פאוסטס אהער?

Re: מיליטערישע פוטש אין נידזשער

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 10:47 pm
דורך ניקל
ניקל האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 9:53 pm די לענדער מאלי און בורקינע פאסא זענען ארויסגעקומען מיט א געמיינזאמע בריוו ווי זיי בעטן פון די אפריקאנער פאראיין און די יונייטעד נעישאנס צוריקצוהאלטן די ECOWAS פון זיך אריינמישן אין נידזשער.
Screenshot_20230808_224652_WhatsApp.jpg
Screenshot_20230808_224652_WhatsApp.jpg (201.13 KiB) געזען געווארן 558 מאל

Re: מיליטערישע פוטש אין נידזשער

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 11:22 pm
דורך ניקל
די אייראפעאישער פאראיין גרייט זיך ארויסצושטעלן סאנקציעס אנטקעגן די מיליטערישע דזשונטא אין נידזשער

Re: מיליטערישע פוטש אין נידזשער

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 11:22 pm
דורך ניקל
די דשונטא אין נידזשער באשולדיגט פראנצויזישע זעלנער אין דורכפירן א פלאן צו דע-סטאבאליזירן דאס לאנד, צוגעבנדיג אז א פראנצויזישער פליגער האט מיטוואך פארלעצט די נידזשער לופטן

Re: מיליטערישע פוטש אין נידזשער

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 11:23 pm
דורך ניקל
די פאליטישע פארטיי פון נידזשער'ס ארויסגעטריבענע פרעזידענט מוחאמאד באזום רופט פאר א נאציאנאלע מאביליזאציע פון די בירגער אין לאנד צו ראטעווען דעם פרעזידענט און זיין פאמיליע

Re: מיליטערישע פוטש אין נידזשער

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 11:23 pm
דורך ניקל
די אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט האט דערקלערט אז זיי זענען באזארגט וועגן דער געזונט פון דעם ארעסטירטן פרעזידענט פון נידזשער, מוחאמאד באזום וועלכער געפינט זיך נאך אין הויז ארעסט; א ראטגעבער פון באזום האט היימט געזאגט אז באזום און זיין פאמיליע האבן נישט באקומען קיין פרישע עסן און מעדיצינישם באזארגונגן אין באלד א וואך.

Re: מיליטערישע פוטש אין נידזשער

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 11:55 pm
דורך ניקל
די ECOWAS האט פארארדענט די מיליטער צו בלאקירן אלע גרעניצן פון ניגער

Re: מיליטערישע פוטש אין נידזשער

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 11:55 pm
דורך ניקל
די כונטא און ניגער סטראשעט צו אומברענגען זייער פרעזידענט אויב זיי קומען אריין און מלחמה

Re: מיליטערישע פוטש אין נידזשער

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 12:23 am
דורך ניקל
דער פרעזידענט פון די ECOWAS קאמיטעע אומאר טורעי האט היינט נאכפאלגענדיג די זיצונג אין ניגעריע, האט פארארדענט דעם שעף פון ECOWAS פארטיידיגונגס שטאב, צו אנהייבן דאס אקטיוויזירונג פון די סטענד ביי קרעפטן און אלע זייערע מיליטערישע געברויכן

Re: מיליטערישע פוטש אין נידזשער

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 12:25 am
דורך ניקל
ECOWAS רופט אויף די אפריקאנער פאראיין צו באשטעטיגן אלע ECOWAS החלטות איבער נידזשער

Re: מיליטערישע פוטש אין נידזשער

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 12:25 am
דורך ניקל
א פארשטייער פון נידזשער'ס ארמיי ווארנט אז עס איז פארהאן אינפארמאציע איבער א "פרעמדע מאכט" וואס פלאנירט צו אטאקירן דאס לאנד.

Re: מיליטערישע פוטש אין נידזשער

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 12:26 am
דורך ניקל
דער פרעזידענט פון בורקינע פאסא (וואס האט אויסגעדרוקט שטיצע פאר די דזשונטא) זאגט פאר זיינע זעלנער זיי זאלן זיך גרייטן פאר קריג

Re: מיליטערישע פוטש אין נידזשער

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 12:26 am
דורך ניקל
פראנצויזישע אויסערן מיניסטעריום: פראנקרייך שטיצט אלע החלטות וואס זענען אנגענומען געווארן ביי די ECOWAS סאמיט.

Re: מיליטערישע פוטש אין נידזשער

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 12:26 am
דורך ניקל
די דשונטא האט אויפגענומען א קאבינעט פון 21 מיניסטארן.

גענעראל טשיאני צייגט נישט קיין שום אנדייטונג אז ער שרעקט זיך פון די ECOWAS סטראשערייען.

Re: מיליטערישע פוטש אין נידזשער

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 12:27 am
דורך ניקל
דער אמעריקאנער סעקרעטערי אף סטעיט בלינקען זאגט אז אמעריקע שטיצט די באשלוסן וואס די ECOWAS האט אנגענומען בנוגע נידזשער.

Re: מיליטערישע פוטש אין נידזשער

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 13, 2023 1:28 am
דורך ניקל
די וואך וועלן זיך די מערב אפריקאנער ארמיי שעפן פון די גענעראל שטאב טרעפן זיך צוצוגרייטן פאר א מעגליכע מיליטערישע אפעראציע אין נידזשער.

Re: מיליטערישע פוטש אין נידזשער

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 13, 2023 1:29 am
דורך ניקל
אפריקאנע יוניאן האט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט אז זיי זענען אין שטיצע פון די Ecowas באשלוסן

Re: מיליטערישע פוטש אין נידזשער

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 13, 2023 1:30 am
דורך ניקל
א גרופע פארמיטלער פון די ECOWAS זענען היינט אנגעקומען קיין ניאמעי, נידזשער פאר פארהאנדלונגען

Re: מיליטערישע פוטש אין נידזשער

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 12:43 am
דורך ניקל
די כונטא פלאנט צו שטעלן פרעזידענט מוחמאד באזאום צום געריכט פאר פארראט