בלאט 2 פון 3
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן און קרישקעלעך.
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 8:04 pm
דורך חלום חלמתי
ארכי מערדער סטאלין ימ"ש'ס אידישע לייב דאקטער וואס איז פורים תשי"ג - 1954 למס', געליגן פארלאזירט און שטום נאכן באקומען א KGB באהאנדלונג.(בעת די דאקטוירים בילבול) און ער האט נישט געקענט קומען באהאנדלען דעם מערדער וואס האט געליטן פון א סטראוק. סטאלין'ס נאנטע האבן אים געלאזט ליגן 12 שעה ווען זיי האבן מורא צו רופן א צווייטן דאקטער, נישט וויסענדיג וואס ס'ווארט זיי אפ ווען דער טיראן ערוועקט זיך.
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן און קרישקעלעך
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 8:08 pm
דורך חלום חלמתי
פרעזידענט טראמפ מיט פרעזידענט ראנאלד רעיגן אינעם ווייסן הויז.
1987
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן און קרישקעלעך
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 8:11 pm
דורך חלום חלמתי
2010 ביי די בוי ארבעט אויף שטח גראונד זירא, האבן ארבעטער אנדעקט איבערבלייבענישן פון א שיף וואס איז געליגן 7 אינטער די ווארלד טרעיד צענטער. די שיף איז דארט געליגן באגראבן זינט 1773 ווען מען האט פאבריצירט דעם מאנהעטן אינזל.
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן און קרישקעלעך
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 8:17 pm
דורך חלום חלמתי
די איינציגסטע שטיק גלאז וואס האט איבערגעלעבט די טווין טאוער צוזאמפאל ליגט אינעם 9/11 מאוזיעם.
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן און קרישקעלעך.
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 8:35 pm
דורך בערל דער פייפער
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 28, 2026 11:55 pm
אריינפיר צו די IBM קאמפיוטער אנווייזונגען אין 1979.
לייג עס יעצט ארויס ביי די AI עפאכע
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן און קרישקעלעך
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 10:08 pm
דורך חלום חלמתי
יאר 2008 ממש בעפאר די נאציאנאלע וואלן. עמיצער נעמט די מייקראפאן ביי א רעפובליקאנע טאון האול און הייבט אן זאגן אז אז ס'איז גאר באזארגנד אויב דער אראבער אבאמא געווינט, און ער וועט אינז דא אלע איינזאלצן...
רעפובליקאנער קאנדידאט סענאטער דזשאן מעקעין איז צוגעלאפן ארויסשלעפן די מייק און מוחה געווען; אבאמא איז א פריינטליכע אמעריקאנע בירגער, א טאטע און מאן פון א משפחה. און ס'איז סך הכל מיינונגס פארשידענהייטן צווישן אינז וואס מאכט א חילוק.
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן און קרישקעלעך
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 11:48 pm
דורך חלום חלמתי
דעוועלאפער דאנאלד טראמפ אין די פארויכערטע מאנהעטן א טאג נאך 9/11. רעדט צו די מידיע.
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן און קרישקעלעך
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 11:53 pm
דורך חלום חלמתי
די רוימישע אימפעריע (רויט) ביי איר שטערקסטע מאמענט, אין פארגלייך מיט די סייז פון די היינטיגע אמעריקע. (געל)
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן און קרישקעלעך
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 11:55 pm
דורך חלום חלמתי
יונגע כאריזמאטישע סענאטאר דזשאוסעף ר. ביידען פון דעליווער, ערוויילט געווארן אין יונגן עלטער פון 29 יאר.
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן און קרישקעלעך
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 11:58 pm
דורך חלום חלמתי
אין 1989 האט אמעריקע אינוואדירט און פארכאפט דעם דיקטאטור פון פאנאמא וואס איז באשולדיגט געווארן אין שמוגלען דראגס קיין אמעריקע.
בילד אויבן, פון אינטן איז די פריש היסטאריש בילד פון די ווענעזועלע מאדורא פארכאפונג.
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן און קרישקעלעך
געפאוסט: פרייטאג יאנואר 30, 2026 12:04 am
דורך חלום חלמתי
דער פאלם פיילעט. (@דער תהלים איד געדענקט עס נאר פון שול, און @Think and Thank האט עס געהאט באהאלטענערהייט. ) אין 2000 בעפאר די דאט קאם קראך איז די פירמע פאלם געווען מער ווערד ווי דאן עפל, עמעזאן, גוגל, נווידיע, אינאיינעם...
דער רייסער דא אין בילד מאכט זיכער מען זאל זעהן דעם פען זיך ארויסשטעקן פונעם כלי..
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן און קרישקעלעך
געפאוסט: פרייטאג יאנואר 30, 2026 12:08 am
דורך חלום חלמתי
אין 1960 האט די דר. פּעפער געטראנק אין מים חיים שפראך - בלעק טשערי סאדע זיך געמארקעט אלס עפעס וואס מען דארף טרינקען הייס, מיט א סלייס לעמינע צו די זייט...
די איידיע איז געווען פאפולער ביז אינמיטן די '80 יארן..
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן און קרישקעלעך
געפאוסט: פרייטאג יאנואר 30, 2026 12:11 am
דורך חלום חלמתי
שנת 2015, ס'איז °6 דעגרי פארנהייט - פראסטיג - און דער 88 יאריגע פרעזידענט בוש דער ערשטער שפאצירט ביי א ספארט שפיל אין מאניאפעלעס אנגעטון מיט א זומערדיגן העמעדל.
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן און קרישקעלעך
געפאוסט: פרייטאג יאנואר 30, 2026 12:14 am
דורך חלום חלמתי
מאי 9 2011, די רוסישע פאראדע טאג אפצוצייכענען זיג אין די דייטשן. דער קריגס וועטעראן קומט אן ווי יערליך צו זיין באשטימטע זיץ וואס ער ניצט שוין צענדליגע יארן ביי די פאראדע'ס, און ער דערזעהט זיך אלס דער לעצט פארבליבענער פון זיין באטאליאן...
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן און קרישקעלעך
געפאוסט: פרייטאג יאנואר 30, 2026 12:15 am
דורך חלום חלמתי
הויעכראנקיגע טערקן פון די אטאמאנישע אימפעריע באזוכן ניו יארק אין 1909.
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן און קרישקעלעך
געפאוסט: פרייטאג יאנואר 30, 2026 12:16 am
דורך חלום חלמתי
אויפן שפיץ פון דער קרעמלין ליגט נאך דער רויטער שטערן - קאמעניסטישע סימבאל - אינסטאלירט אין 1930 אינטער די פירערשאפט פון סטאלין ימ"ש.
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן און קרישקעלעך
געפאוסט: פרייטאג יאנואר 30, 2026 12:24 am
דורך נאו לעיבל
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 11:55 pm
יונגע כאריזמאטישע סענאטאר דזשאוסעף ר. ביידען פון דעליווער, ערוויילט געווארן אין יונגן עלטער פון 29 יאר.
ביידען איז געווארן איינגעשוואוירן אלס סענעטאר אין א שפיטאל אין דעלווער ביי די זייט פון זיינע צוויי שווער פארוואונדעטע זון נאך א עקסידענט וואס האט געהארגעט זיין ווייב און טאכטער אין די וואכן נאכן געווינען די עלעקשאן.
אויך איז אינטערעסאנט אז צו דינען אין סענאט דארף מען זיין 30 יאר, ביידען איז געווען 29 ווען ער האט געוואונען און געווארן 30 בלויז עטליכע טעג פאר זיין איינשווערונג.
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן און קרישקעלעך
געפאוסט: פרייטאג יאנואר 30, 2026 12:50 pm
דורך דער תהלים איד
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑פרייטאג יאנואר 30, 2026 12:04 am
דער פאלם פיילעט.
(@דער תהלים איד געדענקט עס נאר פון שול, און @Think and Thank האט עס געהאט באהאלטענערהייט. ) אין 2000 בעפאר די דאט קאם קראך איז די פירמע פאלם געווען מער ווערד ווי דאן עפל, עמעזאן, גוגל, נווידיע, אינאיינעם...
דער רייסער דא אין בילד מאכט זיכער מען זאל זעהן דעם פען זיך ארויסשטעקן פונעם כלי..
גראדע אין כולל איז געווען לומדים (איך דענק איינעם ספעציפיש) וואס פלעגן שרייבן חידושי תורה דערויף.
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן און קרישקעלעך
געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 31, 2026 8:40 pm
דורך חלום חלמתי
אין 1958 האבן קאמעניסטישע רוסן געבויעט א צענטער ביים צפון שפיץ אינעם אנטארטיקע ראיאן. היינט 67 יאר שפעטער איז דאס געביידע איינגעזינקען אין שניי .
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן און קרישקעלעך
געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 31, 2026 8:43 pm
דורך חלום חלמתי
מאי 9 1945. ווען די רוסן האבן באזיגט די דייטשן, איז אויסגעלאפן די וואדקע אין לאנד...
22 שעה נאכן מעלדן די געווינס איז נישט געווען צו באקומען קיין משקה אין גאנץ רוסלאנד...
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן און קרישקעלעך
געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 31, 2026 8:52 pm
דורך חלום חלמתי
אין 1987 האט אמעריקען ערליינס געמאכט א שטיקל טעות מיט פארקויפן א אומבאגרעניצטע פירסט קלאס בילעט פאר מר. סטיוו ראטשטיין פאר די פרייז פון $250,000
דער בחור האט זיך גענומען ארבעטן פלייסיג און געפלויגן אויף מער ווי 10,000 רייזעס און אפגעקאסט דעם לופטליניע מער ווי 21 מיליאן דאלער...
אין 2008 האט מען אים פארכאפט דעם בולעט נאכדעם וואס די עירליין האט געהאט גענוג, און געטענה'ט אז ער איז געפלויגן צו פלעצער ווי ער האט ניטאמאל געוואלט אנקומען און דאס איז נישט געווען זייער כוונה ביים פארקויפן. ראטשטיין האט מוחה געווען אז זיי האבן אים קיינמאָל נישט געזאגט אז ער מעג נישט, אבער די טיקעט האט ער נישט צוריקבאקומען און די קעיס איז נישט אנגעקומען צו קיין געריכט.
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן און קרישקעלעך.
געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 31, 2026 9:02 pm
דורך הדסים
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 8:04 pm
ארכי מערדער סטאלין ימ"ש'ס אידישע לייב דאקטער וואס איז פורים תשי"ג - 1954 למס', געליגן פארלאזירט און שטום נאכן באקומען א KGB באהאנדלונג.(בעת די דאקטוירים בילבול) און ער האט נישט געקענט קומען באהאנדלען דעם מערדער וואס האט געליטן פון א סטראוק. סטאלין'ס נאנטע האבן אים געלאזט ליגן 12 שעה ווען זיי האבן מורא צו רופן א צווייטן דאקטער, נישט וויסענדיג וואס ס'ווארט זיי אפ ווען דער טיראן ערוועקט זיך.
ווערד אנצומערקן אז מאנכע האלטן (אזוי געדענק איך) אז ס'איז נישט געווען קיין סטראוק וואס האט אים אוועקגעלייגט נאר א הויכראנגיגער באאמטער וועלכער האט געשפירט אז נאך יארן הרג'ענען אלע "שונאים" איז געקומען זיין צייט צו גיין און מקיים געווען דעם הבא להרגך.
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן און קרישקעלעך
געפאוסט: זונטאג פעברואר 01, 2026 12:28 am
דורך חלום חלמתי
אמעריקע 1962 - תשכ"ב.
א מאן פראטעסטירט קעגן די נייע מלבישי פריצות פאר נשים וואס האט אנגעהויבן אריינגעקומען אין די געשעפטן, וואס דעקט נישט צו די קני ווען מען זיצט.
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן און קרישקעלעך
געפאוסט: זונטאג פעברואר 01, 2026 12:34 am
דורך חלום חלמתי
מארש 1865 ביים ענדע פון די ציווילע בירגער קריג, צווייטע איינשווערונג פון פרעזידענט לינקאלן.
ווערט געזען לינקאלן זיצן נעבן זיין וויצע פרעזידענט דזשאנסאן.
עטליכע שעה צוריק האט דזשאנסאן געגעבן א רעדע אין סענאט ווי ער האט זיך געוואקלט פאר שכרות און נישט געקענט ארויסרעדן קיין גראד ווארט פון מויל, זעקס וואכן ארום וועט לינקאלן געשאסן ווערן און דזשאנסאן וועט ווערן פרעזידענט.
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן און קרישקעלעך
געפאוסט: זונטאג פעברואר 01, 2026 12:42 am
דורך חלום חלמתי
לאנדאן 1941, עטליכע וואכן נאך די יאפאנעזע
פוירל הארבאר אטאקע אויף אמעריקאנע באדן, די פוילישע גלות רעגירונג באהאלטן אין לאנדאן שרייבט אינטער אן אפציעלע דעקרעט דערקלערנדיג מלחמה קעגן יאפאן אינאיינעם מיט אמעריקע און די גאנצע מעריב וועלט.
פוילן האט נישט קיין לאנד, זייער רעגירונג איז אין א לאנדאנע בונקער, נישטא קיין פוילישע שיפן, פליגער'ס, אדער ארמיי. די דעקלעראציע איז נישט מער ווי א טאש טיכל. מילא באשליסט יאפאן אז דאס איז נישט ווערד קיין מינוט צייט, און זיי לאכן זיך אויס פונעם וויץ. זיי ענטפערן נישט צוריק, זיי זיכן נישט צו פאנגען קיין פוילישע בירגער. און נאך די מלחמה עטליכע יאר שפעטער שליסן זיי נישט קיין שלום אפמאך מיט פוילן...