בלאט 2 פון 4

Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור

געפאוסט: זונטאג יאנואר 18, 2026 4:49 pm
דורך יאנטשי
@פליט , אויב ער איז טאקע דא דיר צו כאפן ביים ווארט, אין אזא פאל קעןמזיין ביסטו גערעכט, אבער דא איז עס א ווידעא וואס מיליאנען גוים זעען, דער וואס זעט עס באקומט א אנדערע בליק.

Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור

געפאוסט: זונטאג יאנואר 18, 2026 4:52 pm
דורך אנדערער
ער איז דא צו בויען א נערעטיוו אז קרית יואל זענען פאראזיטן. אפילו די חסד פון חברים ווערט אראפגעלייגט אויף אזא וועג

די איינציגסטע עצה איז גארנישט ענטפערן. גארנישט! ער קען עדיטן די ווידעא און ארויסנעמען וואס ער וויל

Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור

געפאוסט: זונטאג יאנואר 18, 2026 4:52 pm
דורך מחפש שלווה
מיין מיינונג האט געשריבן: זונטאג יאנואר 18, 2026 3:07 pm
מחפש שלווה האט געשריבן: זונטאג יאנואר 18, 2026 2:52 pm אויפן עולם השפל איז עס געווען ביז אפאר נערישע מענטשן האבן אנגעהויבן פארפירן אז עס איז ביזינות פאר די אינגערלייט וואס רעדן דארט האט מען עס אראפגענומען מענטשן האלטן עכט אז אידן וואס האבן נישט קיין עקסעס צי יו טאב זאלן ליידן משוגע מטורה
איך מיין אז דו זאלסט נעמען א טיפן אטעם...

(און ס'וואלט נישט געשאדט זיך צו לערנען ספעלן אביסל...)
מה אתה רוצה ממני ... ?????? בניגון הידיעה

Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור

געפאוסט: זונטאג יאנואר 18, 2026 5:01 pm
דורך תינוק הבורח
הדסים האט געשריבן: זונטאג יאנואר 18, 2026 4:04 pm
אין אלגעמיין בין איך נישט זיכער אז ער איז דוקא אן אנטיסעמיט, מער מסתבר אז ער זוכט קליקס. אבער דאס ברענגט בלי ספק אנטיסעמיטיזם.
אין אלגעמיין בין איך נישט זיכער אז פרעה איז דוקא אן אנטיסעמיט, מער מסתבר אז ער זוכט האט מורא פון ונוסף גם הוא על שונאנו. אבער דאס ברענגט בלי ספק אנטיסעמיטיזם

Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור

געפאוסט: זונטאג יאנואר 18, 2026 7:08 pm
דורך אנאליסט
.

Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור

געפאוסט: זונטאג יאנואר 18, 2026 7:10 pm
דורך שינאווער
https://www.yiddish24.com/interviews/12/146854

משה לייב וויטריאל אויף קול מבשר אין דעם ענין

Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור

געפאוסט: זונטאג יאנואר 18, 2026 7:21 pm
דורך הרב הגדול
קען איינער ביטע שיקן די יטיוב לינק צו מיר אין אישי אדער עס דא פאוסטן?

Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור

געפאוסט: זונטאג יאנואר 18, 2026 7:58 pm
דורך הימל
הרב הגדול האט געשריבן: זונטאג יאנואר 18, 2026 7:21 pm קען איינער ביטע שיקן די יטיוב לינק צו מיר אין אישי אדער עס דא פאוסטן?
Inside the New York Town Invaded by Welfare-Addicted Jews
זוך דאס אויפן געוועב, וועט עס ארויפקומען.

Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור

געפאוסט: זונטאג יאנואר 18, 2026 8:01 pm
דורך הרב הגדול
איך האב נישק קיין געוועב איך האב טעג אבער איך קען ריקוועסטן יוטב לינקס

Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור

געפאוסט: זונטאג יאנואר 18, 2026 8:02 pm
דורך הרב הגדול
איך קען פרובירן כשרן אויב איינער לייגט עס דא

Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור

געפאוסט: זונטאג יאנואר 18, 2026 8:03 pm
דורך נאסע שמאטעס
ס'איז ידוע דאס ווארט "ניבול פה זוכט יעדער, מוסר זוכט קיינער". די שמוץ האט 2 מיליאן views און די ענטפער האט א צוואנציגסטל.

Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור

געפאוסט: זונטאג יאנואר 18, 2026 8:06 pm
דורך הרב הגדול
איך דארף די ווידיאו URL

Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור

געפאוסט: זונטאג יאנואר 18, 2026 8:41 pm
דורך יאנטשי
נאסע שמאטעס האט געשריבן: זונטאג יאנואר 18, 2026 8:03 pm ס'איז ידוע דאס ווארט "ניבול פה זוכט יעדער, מוסר זוכט קיינער". די שמוץ האט 2 מיליאן views און די ענטפער האט א צוואנציגסטל.
וואס איז אפילו די שאלה, יענץ האט ארויסגעלייגט איינער מיט מיליאנען פאלאוערס, דאס נישט.

פונקט ווי ווען די פרעזידענט געבט א סטעיט או די יוניאן אדרעס מיט צענדליגע מיליאנען צוקוקער, און די אפאזיציע פארטיי געבט א ענטפער אדרעס מיט א צענטל די צוקוקער.

Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור

געפאוסט: זונטאג יאנואר 18, 2026 9:09 pm
דורך ווערווייס
פליט האט געשריבן: מוצש"ק יאנואר 17, 2026 8:06 pm די עולם קאכט איבער "קיריעס דזשאול" ווידיאו.

ווי א פאפולער יוטובער האט באזוכט קרית יואל, און אראפגעמאלן די היימישער ציבור ווי ארבעטס'לאזע מענטשן, וואס ניצן אויס די גאווערמענט.

די ווידיאו איז געגאנגען וויירעל, און ליידער זעט אויס נישט אויס צו זיין די סוף.
נאך א וולאגער האט ארויסגעגעבן א ווידיאו פון בארא פארק. און די קרית יואל'ע וולאגער פלאנט צו גיין קיין לעיקוואוד נעקסט.

IMG_20260117_195507_926.jpg
דרך אגב, ווער ס'קען דעם יונגערמאן וואס מ'זעט דא אויפן בילד, ער האט לעצטענס געלאנדעט אין קרית יואל און איז גוט מיט יעדן, ביטע אין אישי מי האיש, ומה טיבו

Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור

געפאוסט: זונטאג יאנואר 18, 2026 10:48 pm
דורך הדסים
תינוק הבורח האט געשריבן: זונטאג יאנואר 18, 2026 5:01 pm
הדסים האט געשריבן: זונטאג יאנואר 18, 2026 4:04 pm
אין אלגעמיין בין איך נישט זיכער אז ער איז דוקא אן אנטיסעמיט, מער מסתבר אז ער זוכט קליקס. אבער דאס ברענגט בלי ספק אנטיסעמיטיזם.
אין אלגעמיין בין איך נישט זיכער אז פרעה איז דוקא אן אנטיסעמיט, מער מסתבר אז ער זוכט האט מורא פון ונוסף גם הוא על שונאנו. אבער דאס ברענגט בלי ספק אנטיסעמיטיזם
כמעט.

דער לויפט ארום אין אלע געגנטער זוכן סענזאציעס, קענסט זאגן אז ער איז בעצם א העיטער.

ס'איז אויך דא כפי ערך א שפאר ביסל שיינע זאכן וואס ער וואלט געקענט אויסלאזן און ער לאזט עס יא דארט וואס מאכט מיר מער זיכער אז ער האט אונז נישט פערזענליך פיינט.

אויף למעשה מאכט עס אויס צי מ'זאל אים פייטן אדער לאזן איינשלאפן.

Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 19, 2026 5:40 pm
דורך אגד
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג יאנואר 18, 2026 4:20 pm כ'ווייס נישט צו ער האט רעכט, כ'לייג עס פאר די אינטערסאנטקייט.

חוץ וואטעווער זאגט ער גארנישט

די חסד זאכן ווארפט ער קוים אריין און עס געבט אים קרעדיביליטי.

Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 19, 2026 6:36 pm
דורך הרב הגדול
ביטע געב א לייק
די ווידיאו געכשרט

Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 19, 2026 6:37 pm
דורך נויז מאשין
הרב הגדול האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 19, 2026 6:36 pm ביטע געב א לייק
די ווידיאו געכשרט
די האסט עס געכשרט?

Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 19, 2026 7:55 pm
דורך שמח
א זייטיגע שאלה.

קען מען פארהאלטן א מענטש - פארן אריינקומען אדער אפכאפן אין פראפערטי וואו ער האט נישט קיין רשות כניסה - נאכן דארט זיין און מ'האט אים גארנישט פארגעהאלטן בשעת מעשה?

Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 19, 2026 8:14 pm
דורך הדסים
שמח האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 19, 2026 7:55 pm א זייטיגע שאלה.

קען מען פארהאלטן א מענטש - פארן אריינקומען אדער אפכאפן אין פראפערטי וואו ער האט נישט קיין רשות כניסה - נאכן דארט זיין און מ'האט אים גארנישט פארגעהאלטן בשעת מעשה?
קלאגן ווייס איך נישט אבער מ'קען פארלאנגען פון יו-טוב עס אראפצונעמען.

Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 19, 2026 11:10 pm
דורך דיאמאנט סוחר
הרב הגדול האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 19, 2026 6:36 pm ביטע געב א לייק
די ווידיאו געכשרט
thanks for brining!! can you bring the reacte as well

Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 19, 2026 11:23 pm
דורך חנן
שמח האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 19, 2026 7:55 pm א זייטיגע שאלה.

קען מען פארהאלטן א מענטש - פארן אריינקומען אדער אפכאפן אין פראפערטי וואו ער האט נישט קיין רשות כניסה - נאכן דארט זיין און מ'האט אים גארנישט פארגעהאלטן בשעת מעשה?
אן אנדער זייטיגע נקודה.

ווי מען קען זען האט ער געמאכט בלורי די פנימ'ער פון די בחורים מיט וועמען ער רעדט אין גרויסן ביהמ"ד (גראדע האב איך שטארק הנאה געהאט פון דעם בחור וואס לערנט אין קאלעדזש..), ווייל ער ווייסט אז זיי זענען מיינערס', וואס לויט די יוטוב פארשריפטן, אויב כאפט מען אפ מינדעריעריגע אינעם ווידעא וועלן זיי נישט לאזן קאמענטירן אויפן ווידעא.

אלזא, עס איז שטארק מסתבר אז צווישן די פילע יונגעלייטליך וואס ער שטעלט אפ משוגע מאכן, איז פארהאן כאטש איינער אונטער 21, וואס דאן קען מען אים פאר'מסר'ן פאר יוטוב און זיי וועלן בלאקירן די קאמענטס דערויף (אביסל צו שפעט...).

Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 20, 2026 12:31 am
דורך נויז מאשין
חנן האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 19, 2026 11:23 pm

לאמיר האפן אז קיינער וועט דאס נישט טון און פראוון זיין קאמענטאר אז אידן קאנטראלירן יו טוב מילא גייט עס מסתם אראפגיין.

חוץ פון דעם וואס דאס וועט ווייטער זיין מיט שטאלץ אויף אינסטעגראם עקס און פעיסבוק.

Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 20, 2026 2:40 pm
דורך חנן
נויז מאשין האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 20, 2026 12:31 am
חנן האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 19, 2026 11:23 pm
שמח האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 19, 2026 7:55 pm א זייטיגע שאלה.

קען מען פארהאלטן א מענטש - פארן אריינקומען אדער אפכאפן אין פראפערטי וואו ער האט נישט קיין רשות כניסה - נאכן דארט זיין און מ'האט אים גארנישט פארגעהאלטן בשעת מעשה?
אן אנדער זייטיגע נקודה.

ווי מען קען זען האט ער געמאכט בלורי די פנימ'ער פון די בחורים מיט וועמען ער רעדט אין גרויסן ביהמ"ד (גראדע האב איך שטארק הנאה געהאט פון דעם בחור וואס לערנט אין קאלעדזש..), ווייל ער ווייסט אז זיי זענען מיינערס', וואס לויט די יוטוב פארשריפטן, אויב כאפט מען אפ מינדעריעריגע אינעם ווידעא וועלן זיי נישט לאזן קאמענטירן אויפן ווידעא.

אלזא, עס איז שטארק מסתבר אז צווישן די פילע יונגעלייטליך וואס ער שטעלט אפ משוגע מאכן, איז פארהאן כאטש איינער אונטער 21, וואס דאן קען מען אים פאר'מסר'ן פאר יוטוב און זיי וועלן בלאקירן די קאמענטס דערויף (אביסל צו שפעט...).
לאמיר האפן אז קיינער וועט דאס נישט טון און פראוון זיין קאמענטאר אז אידן קאנטראלירן יו טוב מילא גייט עס מסתם אראפגיין.

חוץ פון דעם וואס דאס וועט ווייטער זיין מיט שטאלץ אויף אינסטעגראם עקס און פעיסבוק.
וואו זאגט ער אז אידן קאנטראלירן יוטוב? חוצמזה, אויב פארלעצט ער די יוטוב רעגולאציעס האט עס גארנישט מיט קאנטראל.

Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 20, 2026 3:04 pm
דורך יאנטשי
חנן האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 20, 2026 2:40 pm
וואו זאגט ער אז אידן קאנטראלירן יוטוב? חוצמזה, אויב פארלעצט ער די יוטוב רעגולאציעס האט עס גארנישט מיט קאנטראל.
לאמיר שוין זאגן ביסט גערעכט, איז אבער דאס וואס דער ראסיסט זוכט יעצט, פובליסעטי און קראקאדיל טרערן, מיט אראפנעמען דעם ווידעא פון יוטוב וועט עס אים געבן א טאנקער טרעילאר גאז.