אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1514
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3151

Re: אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

קצי האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 5:56 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 3:20 pm
סטוצעך? האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 12:58 pm אַחַר־כָּךְ עָנָה הוּא זַ"ל וְאָמַר בְּקוֹל חָזָק מֵעֹמֶק הַלֵּב וּמָה אֹמַר לָכֶם אֵין דָּבָר גָּדוֹל מִזֶּה, הַיְנוּ מִלִּהְיוֹת אֶצְלוֹ עַל רֹאשׁ־הַשָּׁנָה. וְאָמַר בְּזוֹ הַלָּשׁוֹן בְּקוֹל זִיעַ סַגִּיא "וִוי אַזוֹי זָאל אִיךְ אַייךְ זָאגִין, קַיין גְרֶעסֶערְס דֶער פוּן אִיז נִיט פַאר הַאנֶין. אַיי אַנְדֶערֶע גוּטֶע יוּדִין זָאגִין נִיט אַזוֹי, אִיז נָאךְ אַקַשְׁיֶא" [מָה אֹמַר לָכֶם אֵין דָּבָר גָּדוֹל מִזֶּה, וְאִם צַדִּיקִים אַחֵרִים אֵינָם אוֹמְרִים כָּךְ אָז עוֹד קֻשְׁיָא] (כְּלוֹמַר הֲלֹא בְּלֹא זֶה כְּבָר מַקְשִׁין עָלָיו קֻשְׁיוֹת הַרְבֵּה וְיִהְיֶה קָשֶׁה עוֹד קֻשְׁיָא זֹאת גַּם־כֵּן מַה שֶּׁהִקְפִּיד כָּל כָּךְ לִהְיוֹת אֶצְלוֹ עַל רֹאםשׁ־הַשָּׁנָה דַּיְקָא). וּמִכְּלַל דְּבָרָיו הַקְּדוֹשִׁים שֶׁדִּבֵּר אָז עִמָּנוּ לָמַדְנוּ כַּמָּה דְּבָרִים. לָמַדְנוּ עוֹד הַפַּעַם עֹצֶם גֹּדֶל הַחִיּוּב לִהְיוֹת אֶצְלוֹ עַל רֹאשׁ־הַשָּׁנָה. כִּי אַף־עַל־פִּי שֶׁיָּדַעְנוּ זֹאת מִכְּבָר, אַף־עַל־פִּי־כֵן מֵרִבּוּי דְּבָרָיו הַקְּדוֹשִׁים אָז בָּזֶה, וּמִתְּנוּעוֹתָיו הַנּוֹרָאוֹת אָז, הֵבִינוּ עֹצֶם הַחִיּוּב יוֹתֵר וְיוֹתֵר, שֶׁאִי אֶפְשָׁר לְבָאֵר זֹאת בִּכְתָב. גַם אָז לָמַדְנוּ שֶׁרְצוֹנוֹ חָזָק לִהְיוֹת אֶצְלוֹ בְּאוּמֶין עַל רֹאשׁ־הַשָּׁנָה תָּמִיד לְאַחַר הִסְתַּלְּקוּתוֹ,
ייש"כ פאר'ן מקור.

קומט אויס קלאר אז רבי נחמן האט דאס קיינמאל נישט געזאגט.

נאר, רבי נתן זאגט עפעס ווערטער (וואס איך שפל באנשים פארשטיי נישט בכלל) אז היות אינעם לעצטן יאר האט ער מקפיד געווען אויף די וואס זענען נישט געקומען, איז א צייכן אז דאס וועט אויך זיין לאחר הסתלקותו.
איך האב נישט כח אויף וויכיחים אבער די וועסט קוקען אלע שיחות פון די נושא נישט נאר וואס יענער האט געברענגט וועסטו אליינס זען אז ס'איז אמת ויצב ַַ
בפרט וועלכע מצב הרה"ק רבי נחמן מברסלב איז געווען ווען ער האט געזאגט די שיחות פארשטייט מיט קלאָר אז ער האט געמיינט פאר לאחר פיטרתו. דאס שרייב איך לשיטתך אבער פאר מיר איז הרהק ר'נתן מברסלב אויך גוט פאר א מקור אפ'רבי נחמן מברסלב האט עס נישט געזאגט

ערשטנס איך בין נישט דא פאר וויכוחים בכלל, איך וויל באמת וויסן דעם אמת שבדבר.

צווייטנס אויב איז דא בעסערע מקורות, ביטע צייכן עס צו.

אין וויזניץ איז אויך א מורא'דיגע זאך דאס קומען אויף ר"ה, ממש כמעט די זעלבע התלהבות מיט די מניעות וכו', אבער דאס מיינט נישט אז ס'איז היינט אן ענין פאר א וויזניצע חסיד צו גיין צום אהבת ישראל'ס ציון ר"ה. ממילא איז מיין שאלה צו דאס אז ביי רבי נחמן איז אנדערש, איז ווייל ער האט אזוי געזאגט, צי כאטש מרמז געווען, אדער ס'איז פשוט נישט פון רבי נחמן נאר פון רבי נתן.
טיר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 312
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 10:24 pm
x 351

Re: אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

פאוסט דורך טיר »

קצי האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 7:44 pm נאך איין נקודה טאקע דעי גרױסע תלמיד וואס איז נישט געווען די לעצטע ראש השנה וואס ער האט נישט געהערט די אלע גרויסע אזהרות וואס רבי נחמן מברסלב האט געזאגט דעמאָלט ווען רבי נחמן איז שוין געווען צוויי וואכן פאר זיין פטירה ס'האט געגאסן שיסלן בלוט פון די מויל ווי אזוי די תלמידים שטעלן איז פאר האט ער געלעבט בנס איז ער טאקע די איינציגסטע תלמיד וואס איז נישט געקומען אחר פיטרתו אחוץ דעם האבן אלע תלמידים פארשטאנען אז מ'דארף זיין אחר פיטרתו
טיר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 312
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 10:24 pm
x 351

Re: אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

פאוסט דורך טיר »

ר'יודל מדשיב נאך געווען א תלמיד פון ר'פנחס קאריצער זצ״ל נאכ'ן הסתלקות פון זיין רבין האט ער געפירט א
עדה מיט חסידים שפעטער איז ער מקורב געווארן צו רבי נחמן מברסלב זצ״ל ער האט אלעס אפגעלאזט די גאנצע רביסטעווע און זיך מבטל און גאנצן צו רבי נחמן ער איז געווען גאר א גרויסע בעל השגה אזוי ווייט אז רבי נחמן האט אים איבערגעגעבן לאחר פיטרתו די ענין פון פדיונות מ'זעהט טאקע און די בריוו פון רב נתן מברסלב אז ער האט אים געשיקט כמה פעמים פדיונות ווען ער האט געדארפט א ישועה ר'יודל מדשיב איז געווען א סאך עלטער פון ר'נתן און פארשטיי זיך נישט געהאלטן א תלמיד פון אים אין ער האט זיך געהאט אן אייגענע חבורה מיט תלמידים און דער ר' יודל אזוי ווי אלע תלמידים פון ר'נחמן האט אויך פארשטאנען אז מ'דארף זיין ראש השנה און אומאן אפילו אחר פיטרתו אזוי ווי ער איז געווען א גרויסע בעל השגה האט ער געוואלט מוכיח פאר'ן עולם דארטן אז רבי נחמן איז דא צווישן אונז אזוי ווי בחיים חייתו האט ער געוואלט ווייזן אז מראה אז יעדער זאל קענען זעהן אבער למעשה איז מן שמים זעהט אויס האט מען געוואלט אז ס'זאל צו גיין מער מיט אמונה אויפן נישט מיט אזא גרויסע התגלות האט ער געזאגט אז באנאכט האט איינער געהאט א ענין פון א אונס וועגן דעם איז מען שוין נישט ראוי צו ווייזן אזא גרויסע זאך
יודעלע
פרישער באניצער
פאוסטס: 69
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:39 am
x 6

Re: אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

פאוסט דורך יודעלע »

קצי האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 7:44 pm נאך איין נקודה טאקע דעי גרױסע תלמיד וואס איז נישט געווען די לעצטע ראש השנה וואס ער האט נישט געהערט די אלע גרויסע אזהרות וואס רבי נחמן מברסלב האט געזאגט דעמאָלט ווען רבי נחמן איז שוין געווען צוויי וואכן פאר זיין פטירה ס'האט געגעסן שיסלן בלוט פון די נאז ווי אזוי די תלמידים שטעלן איז פאר האט ער געלעבט בנס איז ער טאקע די איינציגסטע תלמיד וואס איז נישט געקומען אחר פיטרתו אחוץ דעם האבן אלע תלמידים פארשטאנען אז מ'דארף זיין אחר פיטרתו
יעצט באמערקט....

וְעִנְיָן זֶה רָאִינוּ מֵרַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה כַּמָּה פְּעָמִים בִּפְרָט בְּעִנְיַן ראשׁ הַשָּׁנָה שֶׁהָיוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ לָהֶם מְנִיעוֹת מִלִּהְיוֹת אֶצְלוֹ עַל ראשׁ הַשָּׁנָה וְשָׁאֲלוּ אוֹתוֹ בְּעַצְמוֹ וְהֵשִׁיב לָהֶם שֶׁלּא יִהְיוּ עַל ראשׁ הַשָּׁנָה. וְהִתְחִילוּ לְהִתְעַקֵּשׁ, הֲלא שָׁמַעְנוּ מִכֶּם גּדֶל הָאַזְהָרָה לִהְיוֹת אֶצְלְכֶם עַל ראשׁ הַשָּׁנָה וְעָשָׂה עַצְמוֹ כְּמַקְפִּיד עֲלֵיהֶם וְגָעַר בָּהֶם שֶׁלּא יְדַבְּרוּ יוֹתֵר וְכֵן עָשׂוּ וְלא בָּאוּ עַל ראשׁ הַשָּׁנָה. וְאַף עַל פִּי כֵן אֲנַחְנוּ זָכִינוּ לִהְיוֹת רְגִילִים לַעֲמד לְפָנָיו. שָׁמַעְנוּ וְהֵבַנּוּ בְּרֶמֶז וּבְפֵרוּשׁ שֶׁפְּנִימִיּוּת רְצוֹנוֹ אֵינוֹ נוֹחָה בָּזֶה כְּלָל רַק הוּא מֻכְרָח לוֹמַר לָהֶם כָּךְ מֵחֲמַת שֶׁשּׁוֹאֲלִים אוֹתוֹ עַל זֶה. וְיֵשׁ בָּזֶה הַרְבֵּה לְסַפֵּר וּמְעַט מִזֶּה יִתְבָּאֵר בְּמָקוֹם אַחֵר. וְכֵן הוּא נוֹהֵג לְדוֹרוֹת שֶׁכְּשֶׁשּׁוֹאֲלִין לְהָרַב וְהַמַּנְהִיג עַל דָּבָר שֶׁיֵּשׁ בּוֹ כְּעֵין מְסִירַת נֶפֶשׁ צָרִיךְ לְהָשִׁיב לָאו אַף עַל פִּי שֶׁבֶּאֱמֶת לַאֲמִתּוֹ רְצוֹנוֹ שֶׁיִּמְסֹר נַפְשׁוֹ וִישַׁבֵּר כָּל הַמְּנִיעוֹת. עַל כֵּן מִי שֶׁרוֹצֶה לְהִתְקָרֵב וּלְשַׁבֵּר הַמְּנִיעוֹת בֶּאֱמֶת לַאֲמִתּוֹ צָרִיךְ לִזָּהֵר מְאד לִבְלִי לִשְׁאל אוֹתוֹ בָּזֶה כְּלָל.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1514
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3151

Re: אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מוצש"ק יולי 29, 2023 11:24 pm צווייטנס אויב איז דא בעסערע מקורות, ביטע צייכן עס צו.

אין וויזניץ איז אויך א מורא'דיגע זאך דאס קומען אויף ר"ה, ממש כמעט די זעלבע התלהבות מיט די מניעות וכו', אבער דאס מיינט נישט אז ס'איז היינט אן ענין פאר א וויזניצע חסיד צו גיין צום אהבת ישראל'ס ציון ר"ה. ממילא איז מיין שאלה צו דאס אז ביי רבי נחמן איז אנדערש, איז ווייל ער האט אזוי געזאגט, צי כאטש מרמז געווען, אדער ס'איז פשוט נישט פון רבי נחמן נאר פון רבי נתן.
קצי האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 1:19 am נאך איין נקודה טאקע דעי גרױסע תלמיד וואס איז נישט געווען די לעצטע ראש השנה וואס ער האט נישט געהערט די אלע גרויסע אזהרות וואס רבי נחמן מברסלב האט געזאגט דעמאָלט ווען רבי נחמן איז שוין געווען צוויי וואכן פאר זיין פטירה ס'האט געגאסן שיסלן בלוט פון די מויל ווי אזוי די תלמידים שטעלן איז פאר האט ער געלעבט בנס איז ער טאקע די איינציגסטע תלמיד וואס איז נישט געקומען אחר פיטרתו אחוץ דעם האבן אלע תלמידים פארשטאנען אז מ'דארף זיין אחר פיטרתו

זייער שטארק! אלע תלמידים האבן אזוי געשפירט און פארשטאנען!

אבער מיט רבי נחמן האט דאס - דערווייל - נישט קיין שייכות.
world champion
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 384
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:45 pm
x 273

Re: אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

פאוסט דורך world champion »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 10:40 am

נישט קיין שיכות?
בחיו איז דאך דאס בודאי געווען א זאך וואס ער האט געזאגט "אין דבר גדול מזה". די תלמידים האבן פארשטאנען אז אלעס גייט פונקט אזוי אהן לאחר פטירתו. סאו וואס הייסט עס האט נישט קיין שיכות?
די נייעס באריכט קומט פון אייוועלט דאט קאם.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1514
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3151

Re: אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

ליין איבער. אזוי ווי אין וויזניץ. די 'לאחר פטירתו' האט ער קיינמאל נישט געזאגט און אפילו נישט מרמז געווען, לויט וויפיל איך זע דא דערווייל.

אפשר זאלן סיגוט'ע חסידים פראווען שמחת תורה אין אוהעל ווייל ביים יטב לב איז דאס געווען אן אויסטערלישע זאך? (אפשר טאקע?...)
world champion
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 384
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:45 pm
x 273

Re: אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

פאוסט דורך world champion »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 10:45 am ליין איבער. אזוי ווי אין וויזניץ. די 'לאחר פטירתו' האט ער קיינמאל נישט געזאגט און אפילו נישט מרמז געווען, לויט וויפיל איך זע דא דערווייל.
די תלמידים האבן פארשטאנען פון "איהם" אזוי! פון דא ביז נישט האבן קיין שיכות איז גאר ווייט און אפילו מאדנע.
די נייעס באריכט קומט פון אייוועלט דאט קאם.
world champion
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 384
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:45 pm
x 273

Re: אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

פאוסט דורך world champion »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 10:45 am

אפשר זאלן סיגוט'ע חסידים פראווען שמחת תורה אין אוהעל ווייל ביים יטב לב איז דאס געווען אן אויסטערלישע זאך? (אפשר טאקע?...)
די תלמידים פונעם יטב לב האבן פארשטאנען פונעם יטב לב אז עס איז דא א חיוב אויף יעדער וואס גלייבט אין באשעפער צו זיין ביים ציון אויף ראש השנה?
די נייעס באריכט קומט פון אייוועלט דאט קאם.
world champion
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 384
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:45 pm
x 273

Re: אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

פאוסט דורך world champion »

אויף די עצם זאך איז דאך אודאי נישט שייך און ניטאמאל נוצלעך צו האבן א ויכוח, אבער אויף די חציוניות'דיגע היסטאריע פון דעם גרעסטן זאך, איז יא שייך.
די נייעס באריכט קומט פון אייוועלט דאט קאם.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1514
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3151

Re: אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

וואס פארשטייסטו נישט. איך וויל וויסן צו איינער וואס איז א חסיד נלהב פון הקדוש רבי נחמן זי"ע, אבער נישט פון זיינע תלמידים, צי ער האט עני סיבה צו גיין אויף ראש השנה אין אומאן, מער ווי א וויזניצער אויפ'ן ציון אין בני ברק, אדער א סאטמארער אויפ'ן ציון אין אוהעל.
world champion
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 384
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:45 pm
x 273

Re: אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

פאוסט דורך world champion »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 10:57 am וואס פארשטייסטו נישט. איך וויל וויסן צו איינער וואס איז א חסיד נלהב פון הקדוש רבי נחמן זי"ע, אבער נישט פון זיינע תלמידים, צי ער האט עני סיבה צו גיין אויף ראש השנה אין אומאן, מער ווי א וויזניצער אויפ'ן ציון אין בני ברק, אדער א סאטמארער אויפ'ן ציון אין אוהעל.
אויב איז ער א תלמיד, וואלט ער געוויסט פון דעם רבינ'ס מימרא אויף ר' נתן אז ער איז די איינציגסטע וואס פארשטייט, און אז ער זאגט, אז דאס האט ער פארשטאנען פון זיין רבין', איז עס אזוי.
די נייעס באריכט קומט פון אייוועלט דאט קאם.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1514
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3151

Re: אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

נישט ממש, אבער קודם צייכן מיר ביטע צו דעם מימרא אויף רבי נתן.
world champion
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 384
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:45 pm
x 273

Re: אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

פאוסט דורך world champion »

בדרך אגב... איז לאמיר זאגן בדרך היכי תמצא אז די גאנצע חידוש וואלט געקומען פון ר' נתן וואלט עס געווען פונקט אזוי. עס איז דא א זאך וואס אסאך נישט ברסלב'ער פארשטייען נישט, און דאס איז אז ביי חסידי ברסלב איז ר' נתן, ברסלב. רובא דרובא אויב נישט אלע חסידי ברסלב זענען נתקרב געווארן צו ר' נתן, וואס ער האט זיי געברענגט צו זיין רבין.
די נייעס באריכט קומט פון אייוועלט דאט קאם.
world champion
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 384
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:45 pm
x 273

Re: אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

פאוסט דורך world champion »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 11:06 am נישט ממש, אבער קודם צייכן מיר ביטע צו דעם מימרא אויף רבי נתן.
דאס איז די לשון אין חיי מוהר"ן.

אף אחד לא יודע ממני, רק רבי נתן, ורבי נפתלי קצת.
די נייעס באריכט קומט פון אייוועלט דאט קאם.
גראדער מעכל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 130
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:07 am
x 181

Re: אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

פאוסט דורך גראדער מעכל »

עפעס סתירות דא
קצי האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 12:28 pm רבי נחמן מברסלב זצ״ל האט געזאגט אז די איינציגסטער וואס פארשטייט מיר איז הרהק ר'נתן מברסלב זצ״ל בדרך אגב די ענין פון קומען אויך אחר פיטרתו האבן אלע תלמידים אזוי פארשטאנען עי'די שיחות אפ' די עלטערע תלמידים פון ר'נחמן וואס זענען געווען א סאך עלטער פון ר'נתן און פארשטענדליך נישט געהאלטן תלמידים פון ר'נתן אם כל זה ראש השנה און אומאן האבן אלע אייניג אזוי פארשטאנען ווער סליינט די מעשיות פון די לעצטע ראש השנה פון ר'נחמן וועטס פארשטיין
קצי האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 7:44 pm נאך איין נקודה טאקע דעי גרױסע תלמיד וואס איז נישט געווען די לעצטע ראש השנה וואס ער האט נישט געהערט די אלע גרויסע אזהרות וואס רבי נחמן מברסלב האט געזאגט דעמאָלט ווען רבי נחמן איז שוין געווען צוויי וואכן פאר זיין פטירה ס'האט געגעסן שיסלן בלוט פון די נאז ווי אזוי די תלמידים שטעלן איז פאר האט ער געלעבט בנס איז ער טאקע די איינציגסטע תלמיד וואס איז נישט געקומען אחר פיטרתו אחוץ דעם האבן אלע תלמידים פארשטאנען אז מ'דארף זיין אחר פיטרתו
ווער איז געווען דער תלמיד?

איין מינוט, האט ער נישט געזאגט אז ר’ נפתלי פארשטייט אים אויך?
איז ר’ נפתלי געווען שווה מיט ר’ נתן אין די ענין פון ר”ה אחר פטירתו?
וואס איז געווען די מחלוקת צווישן ר’ נפתלי און ר’ נתן?
דער מאמר איז דאך ווי מען ברענגט עס אראפ: אז נאר ר’ נתן פארשטייט אים, און ר’ נפתלי אביסל, נא האט ער אים אויך פארשטאנען, און בכלל מיין איך עס אראפ ברענגען נאר די ווערטער איז אויט אף קאנטענט, מען דארף אראפברענגען די גאנצע מאמר לראות במה הדברים אמירים
האט טאקע הרה”ק ר’ נתן געשריבן ליקוטי מוהר”ן אליינס? גארנישט ר’ נחמן? איז רבי נחמן נישט איבערגעגאנגען די מאמרים?
world champion
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 384
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:45 pm
x 273

Re: אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

פאוסט דורך world champion »

האט טאקע דער גרינפעלד געשריבן די דברי יואל? גארנישט די רבי? איז די רבי נישט איבערגעגאנגען די מאמרים?
די נייעס באריכט קומט פון אייוועלט דאט קאם.
טיר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 312
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 10:24 pm
x 351

Re: אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

פאוסט דורך טיר »

גראדער מעכל האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 11:37 am עפעס סתירות דא
קצי האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 12:28 pm רבי נחמן מברסלב זצ״ל האט געזאגט אז די איינציגסטער וואס פארשטייט מיר איז הרהק ר'נתן מברסלב זצ״ל בדרך אגב די ענין פון קומען אויך אחר פיטרתו האבן אלע תלמידים אזוי פארשטאנען עי'די שיחות אפ' די עלטערע תלמידים פון ר'נחמן וואס זענען געווען א סאך עלטער פון ר'נתן און פארשטענדליך נישט געהאלטן תלמידים פון ר'נתן אם כל זה ראש השנה און אומאן האבן אלע אייניג אזוי פארשטאנען ווער סליינט די מעשיות פון די לעצטע ראש השנה פון ר'נחמן וועטס פארשטיין
קצי האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 7:44 pm נאך איין נקודה טאקע דעי גרױסע תלמיד וואס איז נישט געווען די לעצטע ראש השנה וואס ער האט נישט געהערט די אלע גרויסע אזהרות וואס רבי נחמן מברסלב האט געזאגט דעמאָלט ווען רבי נחמן איז שוין געווען צוויי וואכן פאר זיין פטירה ס'האט געגעסן שיסלן בלוט פון די נאז ווי אזוי די תלמידים שטעלן איז פאר האט ער געלעבט בנס איז ער טאקע די איינציגסטע תלמיד וואס איז נישט געקומען אחר פיטרתו אחוץ דעם האבן אלע תלמידים פארשטאנען אז מ'דארף זיין אחר פיטרתו
ווער איז געווען דער תלמיד?

איין מינוט, האט ער נישט געזאגט אז ר’ נפתלי פארשטייט אים אויך?
איז ר’ נפתלי געווען שווה מיט ר’ נתן אין די ענין פון ר”ה אחר פטירתו?
וואס איז געווען די מחלוקת צווישן ר’ נפתלי און ר’ נתן?
דער מאמר איז דאך ווי מען ברענגט עס אראפ: אז נאר ר’ נתן פארשטייט אים, און ר’ נפתלי אביסל, נא האט ער אים אויך פארשטאנען, און בכלל מיין איך עס אראפ ברענגען נאר די ווערטער איז אויט אף קאנטענט, מען דארף אראפברענגען די גאנצע מאמר לראות במה הדברים אמירים
האט טאקע הרה”ק ר’ נתן געשריבן ליקוטי מוהר”ן אליינס? גארנישט ר’ נחמן? איז רבי נחמן נישט איבערגעגאנגען די מאמרים?
רבי נפתלי איז געווען ראש השנה און אומאן אחר פיטרתו פונקט ווי אלע תלמידים. די תלמוד וואס מ'רעדט איז ר'אהרן די רב פון ברסלב ער איז געקומען צו פארן די לעצטע ראש השנה פון ברסלב צו אומאן די ברסלבע תושבים האָבן געהאַט טענות אז די רב פון שטאט פארט אוועק פון זיי ראש השנה
גראדער מעכל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 130
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:07 am
x 181

Re: אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

פאוסט דורך גראדער מעכל »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 4:40 pm
סטוצעך? האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 1:09 pmרביה״ק מסאטמאר זי״ע ברענגט נאך א שטיקל שיחות הר״ן אין ספר הקדוש ויואל משה, און ער דרוקט זיך אז ס׳איז געזאגט געווארן מיט רוח הקודש, דער ספר שיחות הר״ן איז פון ר׳ נתן.

דער רבי שרייבט נאמרה ברוה"ק אויף רבי נתן???
כ’וואלט זייער שטארק געוואלט זעהן די מקור אינעווענדיג, מקור ביטע!

נישט ווייל כ’האב עני ספוק אין קדושת הרה”ק רבי נתן זצ”ל (כלנו לפניו פחות מקליפת השום, און דאס אויך נישט, הלואי נאר א קליפה), אבער ס’איז זייער אינטרעסאנט צו זעהן לגבי מה הדברים אמורים, לגבי א מאמר פון רבי נחמן אליינס, צו לגבי א מעשה אדער א טייטש אין א שיחה וואס רבי נתן איז מסביר

(נ.ב. כ’האב אמאל געהערט אז אמאל איז אויף די חיבורים געווען געדריקט אז ס’איז פון ר’ נחמן, גארנישט געשטאנען ר’ נתן, ווייל ס’געווען א גרויסע נגדיות פון געוויסע חסידות’ער אנטקעגן אים, איז עס אמת? און ווען האט זיך עס געטוישט? און וועלעכע חיבורים?)
world champion
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 384
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:45 pm
x 273

Re: אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

פאוסט דורך world champion »

גראדער מעכל האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 11:48 am

די רבי שרייבט עס אין ויואל משה אויף ספר שיחות הר"ן וואס ר' נתן האט געדרוקט, נישט אויף ר' נתן.
די נייעס באריכט קומט פון אייוועלט דאט קאם.
גראדער מעכל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 130
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:07 am
x 181

Re: אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

פאוסט דורך גראדער מעכל »

world champion האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 11:42 am האט טאקע דער גרינפעלד געשריבן די דברי יואל? גארנישט די רבי? איז די רבי נישט איבערגעגאנגען די מאמרים?
כ’האב געפרעגט מיין שאלה ווייל ער לייגט אראפ כאילו ליקוטי מוהר”ן איז כולו ר’ נתן ווייל ער האט עס געשריבן, און מען קען נישט אפטיילן הרה”ק ר’ נתן פון הרה”ק רבי נחמן,

אבער כ’געדענק רבי נחמן האט זיך שטארק געקאכט אויף יעדע תורה, און פונקטליך איבערגעגאנגען ווי אזוי צושרייבן, און געוויסע תורות אליינס געשריבן, סוי די אנדערע ספרים פון רבי נתן איז (על אף קדושתם וואס איך גיי בכלל נישט אריין דא) איז בכלל נישט די זעלבע

אסאך צדיקים האבן געהאט סופרים וואס האבן געשריבן זייערע תורות, כ’מיין הרה”ק בעל היכל הברכה האט אויך געהאט, כידוע מעשה מזה,
world champion
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 384
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:45 pm
x 273

Re: אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

פאוסט דורך world champion »

גראדער מעכל האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 11:56 am
world champion האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 11:42 am האט טאקע דער גרינפעלד געשריבן די דברי יואל? גארנישט די רבי? איז די רבי נישט איבערגעגאנגען די מאמרים?
כ’האב געפרעגט מיין שאלה ווייל ער לייגט אראפ כאילו ליקוטי מוהר”ן איז כולו ר’ נתן ווייל ער האט עס געשריבן, און מען קען נישט אפטיילן הרה”ק ר’ נתן פון הרה”ק רבי נחמן,

אבער כ’געדענק רבי נחמן האט זיך שטארק געקאכט אויף יעדע תורה, און פונקטליך איבערגעגאנגען ווי אזוי צושרייבן, און געוויסע תורות אליינס געשריבן, סוי די אנדערע ספרים פון רבי נתן איז (על אף קדושתם וואס איך גיי בכלל נישט אריין דא) איז בכלל נישט די זעלבע

אסאך צדיקים האבן געהאט סופרים וואס האבן געשריבן זייערע תורות, כ’מיין הרה”ק בעל היכל הברכה האט אויך געהאט, כידוע מעשה מזה,
וואס ווילסטו? איך כאפ נישט דיין נקודה וואס איז דא אנדערש פון אלע רבי'ס ותלמידיהם אנגעהויבן פון משה רבינו ויהושע בן נון?
די נייעס באריכט קומט פון אייוועלט דאט קאם.
טיר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 312
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 10:24 pm
x 351

Re: אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

פאוסט דורך טיר »

ר'אהרן די רב פון ברסלב האט געזאגט אחר פיטרתו פון ר'נתן אז דעס וואס ר'נחמן שרייבט אין תורה ו אין אויך תורה ח חלק ב' די ענין פון חמה לבנה משה יהושע רבי ותלמיד האט ער מכוון געווען אויף ר'נתן מברסלב אזוי שרייבט זיין אייניקל די טשערין רב אין פרפראות לכחמה
טיר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 312
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 10:24 pm
x 351

Re: אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

פאוסט דורך טיר »

ר'נתן שרייבט אין ימי מוהרנ"ת וזה לשנו אחר הסתלקותו נתחזקתי תיכף שאנחנו צריכים להתקבץ יחד על ראש השנה באומן כמו בחיים חיותו והיו לי על זה כמה ראיות מבארות מדבוריו הקדושים
גראדער מעכל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 130
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:07 am
x 181

Re: אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

פאוסט דורך גראדער מעכל »

@Azoi Tzi Zugen כ’פארשטיי דיין שאלה איז געווען איבער דער מקור
באמת מאכט עס נישט אויס, אסאך אידן פארן אהין בלויז די התעוררות וואס שאפט זיך פון שווערע טויזענטער אידן דאווענען צוזאמען, די הערצער עפענען זיך און די התעוררות איז אום באשרייבליך, מען זאגט ווער ס’שפירט עס 1 מאל, קען עס מער נישט פארפאסן
שרייב פאוסט