בלאט 2 פון 2
Re: טעות לעולם חוזר, מזל טוב ביידע סאטמאר'ס!
געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 4:19 pm
דורך יצב
איך פארשטיי נישט וואס די פרעגסט, איך ווייס אויף קיין איינס פון די צוויי וואס די רבי האט געהאלטן
ביידע איז געווען אזעלעכע וואס האבן געהאט אגענדעס נישט צו מאכן/האבן
האב איך אים גענטפערט וואס ער האט געשריבן אז חומש סעודות איז פלעין נישט געווען, האב איך געזאגט גארנישט איז געווען פלעין
Re: טעות לעולם חוזר, מזל טוב ביידע סאטמאר'ס!
געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 4:35 pm
דורך Think and Thank
יצב האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 4:19 pm
איך פארשטיי נישט וואס די פרעגסט, איך ווייס אויף קיין איינס פון די צוויי וואס די רבי האט געהאלטן
ביידע איז געווען אזעלעכע וואס האבן געהאט אגענדעס נישט צו מאכן/האבן
האב איך אים גענטפערט וואס ער האט געשריבן אז חומש סעודות איז פלעין נישט געווען, האב איך געזאגט גארנישט איז געווען פלעין
סאו חומש סעודות ווייסטו אז ס'נישט געווען פלעין, אבער ביי יוניפארמס קען יא זיין אז ס'געווען פלעין?
Re: טעות לעולם חוזר, מזל טוב ביידע סאטמאר'ס!
געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 4:36 pm
דורך בודקע
לויט די דעמאלטסדיגע קליידונג סטאנדארטן, האט די רבי געהאלטן אז ס'איז מער צניעותדיג אז יעדע מיידל זאל גיין אנדערש אנגעטאן ווי ווען יעדער גייט די זעלבע, ווייל ווען יעדער גייט די זעלבע איז עס סאך מער שרייעדיג.
היינט ליידער איז די סטאנדארטן סאך שוואכער, האט מען געמאכט א ליסטע מיט וועלכע מלבושים מ'מעג גיין, מ'האט אבער טאקע נישט געמאכט אז יעדער זאל גיין די זעלבע, מהאי טעמא ווייל ס'איז זייער שרייעדיג.
Re: טעות לעולם חוזר, מזל טוב ביידע סאטמאר'ס!
געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 4:39 pm
דורך יצב
Think and Thank האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 4:35 pm
יצב האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 4:19 pm
איך פארשטיי נישט וואס די פרעגסט, איך ווייס אויף קיין איינס פון די צוויי וואס די רבי האט געהאלטן
ביידע איז געווען אזעלעכע וואס האבן געהאט אגענדעס נישט צו מאכן/האבן
האב איך אים גענטפערט וואס ער האט געשריבן אז חומש סעודות איז פלעין נישט געווען, האב איך געזאגט גארנישט איז געווען פלעין
סאו חומש סעודות ווייסטו אז ס'נישט געווען פלעין, אבער ביי יוניפארמס קען יא זיין אז ס'געווען פלעין?
די האסט גענטפערט פארן ענדיגן לייענען, כהאב געשריבן אז ביידע איז נישט געווען פלעין
Re: טעות לעולם חוזר, מזל טוב ביידע סאטמאר'ס!
געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 12:31 am
דורך לעכטיג
איך דארף שוין א נייע פענסיל. מיין מעקער איז שוין כמעט אויסגענוצט נאר אין דעם טעמע אליינס
ביטע זיך האלטן צו די אידטיש סטאנדארטן
Re: טעות לעולם חוזר, מזל טוב ביידע סאטמאר'ס!
געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 11:55 am
דורך Think and Thank
יצב האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 4:39 pm
Think and Thank האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 4:35 pm
יצב האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 4:19 pm
איך פארשטיי נישט וואס די פרעגסט, איך ווייס אויף קיין איינס פון די צוויי וואס די רבי האט געהאלטן
ביידע איז געווען אזעלעכע וואס האבן געהאט אגענדעס נישט צו מאכן/האבן
האב איך אים גענטפערט וואס ער האט געשריבן אז חומש סעודות איז פלעין נישט געווען, האב איך געזאגט גארנישט איז געווען פלעין
סאו חומש סעודות ווייסטו אז ס'נישט געווען פלעין, אבער ביי יוניפארמס קען יא זיין אז ס'געווען פלעין?
די האסט גענטפערט פארן ענדיגן לייענען, כהאב געשריבן אז
ביידע איז נישט געווען פלעין
איך האב געליינט די גאנצע, אבער איך האב אויך געליינט וואס דו האסט געשריבן צו פארענטפערן דעם פרעכן קעפל:
יצב האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 9:56 am
בודקע האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 12:40 am
בד"וו, שטארק מעגליך אז @סטעישאן וועעגן האט נישט געוואוסט אז ס'איז א הוראה פונעם רבי ז"ל, ממילא דארף מען טאקע נישט גיין שארף.
לענ"ד א זאך וואס די רבי זי"ע האט נישט געזאגט ברבים, איז נישט קיין דאורייתא, אלעס איז געבויעט אויף מענטשן מיט אגענדעס, אסאך מאל לש"ש, האבן זיי נאכגעזאגט בשמו
אין אנדערע ווערטער זאגסטו אז ס'קען זיין אז דאס נישט האבן א יוניפארם ווען אלע אנדערע מוסדות האבן יא געהאט איז נישט געווען קיין הוראה פון רבי'ן נאר ס'פלעין געשען.
Re: טעות לעולם חוזר, מזל טוב ביידע סאטמאר'ס!
געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 12:00 pm
דורך Think and Thank
יצב האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 2:43 pm
Think and Thank האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 2:09 pm
[/b]
יצב האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 9:56 am
חומש סעודות האב איך געהערט א קלארע מקור אז מ' האט נישט געמאכט, צוליב וואס די רבי זי"ע מיט די רעבעצין ע"ה האבן ל"ע נישט געהאט קינדער, במילא וואס מ דארף דארף מען, אבער מוסיף זיין האט נישט אויסגעפעילט
מ'דארף זיין אן אויסטערלישער נאר צו גלייבן אזא 'קלארע מקור'. אנטשולדיגט פאר די שפראך אבער כ'האב נישט קיין בעסערע הגדרה.
מיינסט צו זאגן אז איינער האלט אנדערש פון דיר איז א נער, כהער
קודם כל, מ'רעדט פון די אידישע ווארט נאר, נישט די לה"ק ווארט הער וואס מיינט אן אנדערע זאך.
שנית, יא, מען דארף זיין אן ערנסטער נאר צו גלייבן אז דער רבי האט געמאכט די תלמוד תורה נאר ככפאו שד ווייל היות ער האט נישט געהאט קיין קינדער האט ער בעצם בכלל נישט געוואלט טון גארנישט מיט קינדער, ממילא וואס מ'דארף דארף מען אבער וואס ס'האט נישט ממש אויסגעפעלט האט מען נישט געטון. און נישט נאר מכח די גדלות פון רבי'ן, נאר אויך פשוט מכח די מציאות וויאזוי ער האט זיך געטשאטשקעט מיט די קינדער פון זיינע תלמוד תורה'ס, און ביי די רביצין איז עס נאך געווען פי כמה וכמה.
Re: טעות לעולם חוזר, מזל טוב ביידע סאטמאר'ס!
געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 12:59 pm
דורך סטעישאן וועעגן
להעביר החרון אף
איך האב געהערט פון מיין זיידן ז"ל וואס איז געוועהן אסאך אינוואלווד אין מוסדות אין וויליאמסבורג אין די בראשית יארן.
עס זענען געווען עקטרעמיסטן אין סאטמאר וואס זענען געווען אינטער דעם יוניפארם דיסיזשען.
סאו מיין קעפל באציט זיך צו זיי, והראי' אז מ'האט שוין איינגזעהן דעם חורבן.
ח"ו אז דער רבי האט זיך טועה געווען.
ודו''ק כי קצרתי מחמת טירדות החג
Re: טעות לעולם חוזר, מזל טוב ביידע סאטמאר'ס!
געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 1:40 pm
דורך שאינו יודע לשאול
סטעישאן וועעגן האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 12:59 pm
להעביר החרון אף
איך האב געהערט פון מיין זיידן ז"ל וואס איז געוועהן אסאך אינוואלווד אין מוסדות אין וויליאמסבורג אין די בראשית יארן.
עס זענען געווען עקטרעמיסטן אין סאטמאר וואס זענען געווען אינטער דעם יוניפארם דיסיזשען.
סאו מיין קעפל באציט זיך צו זיי, והראי' אז מ'האט שוין איינגזעהן דעם חורבן.
ח"ו אז דער רבי האט זיך טועה געווען.
ודו''ק כי קצרתי מחמת טירדות החג
האסט נאכאלס נישט געענטפערט וועגן סאטמאר מהרי"י, פון וואו דו נעמסט אז זיי פירן איין אוניפארמ'ס.
Re: טעות לעולם חוזר, מזל טוב ביידע סאטמאר'ס!
געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 2:04 pm
דורך יצב
Think and Thank האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 12:00 pm
יצב האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 2:43 pm
Think and Thank האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 2:09 pm
[/b]
מ'דארף זיין אן אויסטערלישער נאר צו גלייבן אזא 'קלארע מקור'. אנטשולדיגט פאר די שפראך אבער כ'האב נישט קיין בעסערע הגדרה.
מיינסט צו זאגן אז איינער האלט אנדערש פון דיר איז א נער, כהער
קודם כל, מ'רעדט פון די אידישע ווארט נאר, נישט די לה"ק ווארט הער וואס מיינט אן אנדערע זאך.
שנית, יא, מען דארף זיין אן ערנסטער נאר צו גלייבן אז דער רבי האט געמאכט די תלמוד תורה נאר ככפאו שד ווייל היות ער האט נישט געהאט קיין קינדער האט ער בעצם בכלל נישט געוואלט טון גארנישט מיט קינדער, ממילא וואס מ'דארף דארף מען אבער וואס ס'האט נישט ממש אויסגעפעלט האט מען נישט געטון. און נישט נאר מכח די גדלות פון רבי'ן, נאר אויך פשוט מכח די מציאות וויאזוי ער האט זיך געטשאטשקעט מיט די קינדער פון זיינע תלמוד תורה'ס, און ביי די רביצין איז עס נאך געווען פי כמה וכמה.
איך האב אינוואלווד דעם רבין דא? דער רבי האט אפילו געוויסט פון א חומש סעודה? מעגליך ווען מ פרעגט אים וואלט ער מסכים געווען
דא זענען געווען אנדערע אינוואלווד, מפני כבודם זאג איך נישט ווער,
די קשיא בלייבט שווער, די וואס האלטן אז די רבי האט נישט געוואלט. פארוואס בפ און מאנסי מעגן
און אזוי מיט די אנדערע זאכן
Re: טעות לעולם חוזר, מזל טוב ביידע סאטמאר'ס!
געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 3:18 pm
דורך וואוילער
סטעישאן וועעגן האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 12:59 pm
להעביר החרון אף
איך האב געהערט פון מיין זיידן ז"ל וואס איז געוועהן אסאך אינוואלווד אין מוסדות אין וויליאמסבורג אין די בראשית יארן.
עס זענען געווען עקטרעמיסטן אין סאטמאר וואס זענען געווען אינטער דעם יוניפארם דיסיזשען.
סאו מיין קעפל באציט זיך צו זיי,
והראי' אז מ'האט שוין איינגזעהן דעם חורבן.
ח"ו אז דער רבי האט זיך טועה געווען.
ודו''ק כי קצרתי מחמת טירדות החג
געגעבן אזא ריק אריין נאכאמאהל דעם החלטה אז מ'האט איינגעזעהן אז ס'געווען א טעול למפרע.
ניין, נישט אלעמאל ווען מ'טוישט עפעס מיינט אז ביז יעצט איז געוועהן א טעות.
Re: נייע קליידער תקנות אין סאטמאר, אזוי ווי יוניפארם. פארוואס?
געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 7:10 pm
דורך איד
וועלכע יאר האט מען אנגעהויבן צו מאכן די חומש סעודה אין ב''פּ?
Re: טעות לעולם חוזר, מזל טוב ביידע סאטמאר'ס!
געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 7:42 pm
דורך תינוק הבורח
מיין מיינונג האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 3:06 pm
יצב האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 2:45 pm
מיין מיינונג האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 2:16 pm
דו קענסט דיקוסירן אויב דער רבי האט דאס יא אדער נישט געזאגט, (קיין הוכחות אז נישט האסטו זיכער נישט...) אבער ארויסקומען מיט א דעקלעראציע אז "טעות לעום חוזר" ווען ס'איז אנגענומען און באקאנט אז דאס איז געווען אן הוראה פונעם רבי'ן איז א חוצפה.
און אנשטאט זיך פרובירן צו פארענטפערן, זיי מוחל ביטע און טויש דעם קעפל.
אויב א זאך וואס איז אנגענומען אלס הוראה איז א חוצפה זאגן אנדערש, וואס איז שוין א זאך וואס די רבי האט געזאגט ברבים אין ישיבה אז בחורים זאלן נישט גיין אויף חתונות, וואס איז דאס? א בועט ברבו?
די חוצפה איז צו זאגן 'טעות לעולם חוזר' אויף אן הוראה פון א רבן של ישראל.
וועגן חתונות, אויב איינער וועט ארויסקומען זאגן אז 'טעות לעולם חוזר' און מ'מעג יא גיין איז ער לכאורה טאקע דאס.
אגב, ווי ווייט איך ווייס גייען די תלמידי המתיבתא אין ק"י טאקע נישט אויף חתונות.
אין מיין גמרא שטייט הוריות י ע"ב
אשר נשיא יחטא - אמר רבן יוחנן בן זכאי: אשרי הדור שהנשיא שלו מביא קרבן על שגגתו
Re: טעות לעולם חוזר, מזל טוב ביידע סאטמאר'ס!
געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 7:44 pm
דורך מיין מיינונג
סטעישאן וועעגן האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 12:59 pm
להעביר החרון אף
איך האב געהערט פון מיין זיידן ז"ל וואס איז געוועהן אסאך אינוואלווד אין מוסדות אין וויליאמסבורג אין די בראשית יארן.
עס זענען געווען עקטרעמיסטן אין סאטמאר וואס זענען געווען אינטער דעם יוניפארם דיסיזשען.
סאו מיין קעפל באציט זיך צו זיי, והראי' אז מ'האט שוין איינגזעהן דעם חורבן.
ח"ו אז דער רבי האט זיך טועה געווען.
ודו''ק כי קצרתי מחמת טירדות החג
אינעם מענטשליכן לעקסיקאן ווערט אזאנס אנגערופן "קאנספיראציע טעאריע"...
Re: נייע קליידער תקנות אין סאטמאר, אזוי ווי יוניפארם. פארוואס?
געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 9:27 pm
דורך מיין מיינונג
אין איין ווארט.
אוניפארעם מיינט, אז אלע תלמידות זאלן גיין אייניג געקליידעט. וואס אזוי איז דאס אויך אנגענומען אין די אלגעמיינע גאס.
ווען דער רבי האט געגרינדעט דעם בית רחל, וואס איז דאן געווען א נייע דערהער פון נאכן קריג, אין אונזערע קרייזן. האט דער רבי נישט געוואלט אז עס זאל האבן דעם צורה. איז דער באשלוס געווען, אז אין סאטמאר גייט מען נישט גיין קיין אוניפארעם. נאר אנשטאט, וועט מען אראפשטעלן שטארקע תקנות וויאזוי א תלמידת בית רחל מעג יא אדער נישט גיין אנגעטון. און דאס האט זיך זייער גוט אויסגעארבעט.
איז פארלאפן אפאר יאר, און מ'האט זיך דערזען אין א מציאות אז די ירידת הדורות הייבט זיך מער און מער אנזען אויף די א.ג. צניעות'דיגע קליידער, און עס איז אנטשטאנען א גרויסע "גרעי עריע", וואס מ'האט זיך געדארפט שלאגן אויף יעדע קנייטש ארויף אדער אראפ, איז מען געקומען צו די החלטה, אז אנשטאט צו זיין פארנומען זיך צו שלאגן אויף יעדע סטייל און קאליר וכו' וכהנה, גייט מען מטעם די מוסדות ארויס געבן א ליסטע פון צניעות'דיגע קליידער וואס נאר מיט דעם מעג מען קומען ותו לא.
כאטש וואס עס האט אן ענליכער אויסקוק ווי גיין מיט אן אוניפארעם, (טראץ וואס עס איז נישט "אייניג אנגעטון", נאר א ליסטע פון אויסגעהאלטענע קליידער, דא א גרעסער אויסוואל, און דארט א קלענערע, הצד השוה, אז דאס זענען מער גיידליינס ווי אוניפארעם.) קומט עס פון אינגאנצן אן אנדערע פלאץ. עס קומט פון די זעלבע סיבה פארוואס מען האט איינגעפירט ביי די יונגלעך צו גיין נאר מיט מלבושים באשטעטיגט דורך 'מלבושי כבוד', און פארוואס מען האט באשטימט פאר בר מצוה בחורים א געצוימטע ליסטע פון תפילין בייטלעך באשטעטיגט דורך די מוסדות.
די וועלט האט זיך גערוקט אויף לינקס, מענטשן קריכן אסאך צווישן די טראפן אויסצושפילן די תקנות המוסדות, איז נישט געבליבן קיינע ברירות, נאר אראפ שטעלן שווארץ און ווייסע גיידליינס, און אלע תחומים. וק"ל.
אגב, בית רחל אליין ראי' הוא. פארן קריג האט דער רבי מיט אנדערע גדולים פון אונזערע קרייזן געהאלטן אז א מיידל שולע איז נישט קיין זאך וואס דארף צו זיין. נאכן קריג האט נישט דער רבי איינגעזען אז באמת פעלט עס יא אויס. נאר פשוט, דעמאלטס נישט, אבער היינט, מיט דעם יעצטיגן מציאות פעלט אויס דאס מייסד צו זיין כדי צו קענען אנצוהאלטן ריכטיג אידישקייט נאכן חורבן, אין דעם אמעריקאנער מציאות. מיט די יעצטיגע נסיונות.
טוישן דעפענסיווע סטראטעגיע, מיינט נישט אז די אלטע איז נישט גוט געווען. נאר דער פיינט האט אנגעהויבן א פרישער סטיל אפענסיווע.
Re: טעות לעולם חוזר, מזל טוב ביידע סאטמאר'ס!
געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2025 10:14 am
דורך שאינו יודע לשאול
תינוק הבורח האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 7:42 pm
אין מיין גמרא שטייט הוריות י ע"ב
אשר נשיא יחטא - אמר רבן יוחנן בן זכאי: אשרי הדור שהנשיא שלו מביא קרבן על שגגתו
שטייט נישט דארט אשרי הדור שמביא קרבן על שגגת נשיאיהם...
Re: טעות לעולם חוזר, מזל טוב ביידע סאטמאר'ס!
געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2025 3:55 pm
דורך צווייטער
תינוק הבורח האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 7:42 pm
מיין מיינונג האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 3:06 pm
יצב האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 2:45 pm
אויב א זאך וואס איז אנגענומען אלס הוראה איז א חוצפה זאגן אנדערש, וואס איז שוין א זאך וואס די רבי האט געזאגט ברבים אין ישיבה אז בחורים זאלן נישט גיין אויף חתונות, וואס איז דאס? א בועט ברבו?
די חוצפה איז צו זאגן 'טעות לעולם חוזר' אויף אן הוראה פון א רבן של ישראל.
וועגן חתונות, אויב איינער וועט ארויסקומען זאגן אז 'טעות לעולם חוזר' און מ'מעג יא גיין איז ער לכאורה טאקע דאס.
אגב, ווי ווייט איך ווייס גייען די תלמידי המתיבתא אין ק"י טאקע נישט אויף חתונות.
אין מיין גמרא שטייט הוריות י ע"ב
אשר נשיא יחטא - אמר רבן יוחנן בן זכאי: אשרי הדור שהנשיא שלו מביא קרבן על שגגתו
יא יא, ווער האט דיר דאס אנטפלעקט?
קענסט די משל פון גדי פולק פונעם בעל חוב מיט'ן זיך נאריש מאכן?...
Re: טעות לעולם חוזר, מזל טוב ביידע סאטמאר'ס!
געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2025 4:20 pm
דורך תינוק הבורח
צווייטער האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 26, 2025 3:55 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 7:42 pm
מיין מיינונג האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 3:06 pm
די חוצפה איז צו זאגן 'טעות לעולם חוזר' אויף אן הוראה פון א רבן של ישראל.
וועגן חתונות, אויב איינער וועט ארויסקומען זאגן אז 'טעות לעולם חוזר' און מ'מעג יא גיין איז ער לכאורה טאקע דאס.
אגב, ווי ווייט איך ווייס גייען די תלמידי המתיבתא אין ק"י טאקע נישט אויף חתונות.
אין מיין גמרא שטייט הוריות י ע"ב
אשר נשיא יחטא - אמר רבן יוחנן בן זכאי: אשרי הדור שהנשיא שלו מביא קרבן על שגגתו
יא יא, ווער האט דיר דאס אנטפלעקט?
קענסט די משל פון גדי פולק פונעם בעל חוב מיט'ן זיך נאריש מאכן?...
ניין
Re: טעות לעולם חוזר, מזל טוב ביידע סאטמאר'ס!
געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2025 12:04 am
דורך Think and Thank
יצב האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 2:04 pm
Think and Thank האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 12:00 pm
יצב האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 2:43 pm
מיינסט צו זאגן אז איינער האלט אנדערש פון דיר איז א נער, כהער
קודם כל, מ'רעדט פון די אידישע ווארט נאר, נישט די לה"ק ווארט הער וואס מיינט אן אנדערע זאך.
שנית, יא, מען דארף זיין אן ערנסטער נאר צו גלייבן אז דער רבי האט געמאכט די תלמוד תורה נאר ככפאו שד ווייל היות ער האט נישט געהאט קיין קינדער האט ער בעצם בכלל נישט געוואלט טון גארנישט מיט קינדער, ממילא וואס מ'דארף דארף מען אבער וואס ס'האט נישט ממש אויסגעפעלט האט מען נישט געטון. און נישט נאר מכח די גדלות פון רבי'ן, נאר אויך פשוט מכח די מציאות וויאזוי ער האט זיך געטשאטשקעט מיט די קינדער פון זיינע תלמוד תורה'ס, און ביי די רביצין איז עס נאך געווען פי כמה וכמה.
איך האב אינוואלווד דעם רבין דא? דער רבי האט אפילו געוויסט פון א חומש סעודה? מעגליך ווען מ פרעגט אים וואלט ער מסכים געווען
דא זענען געווען אנדערע אינוואלווד, מפני כבודם זאג איך נישט ווער,
די קשיא בלייבט שווער, די וואס האלטן אז די רבי האט נישט געוואלט. פארוואס בפ און מאנסי מעגן
און אזוי מיט די אנדערע זאכן
אה, זאגסט אז נישט דער רבי איז געווען דער וואס האט מחליט געווען נישט צו מאכן א חומש סעודה נאר דער רבי האט בכלל נישט געוואוסט פון אזא מושג, און די אדמיניסטראציע צו די הנהלה רוחנית צו ווער האט מחליט געווען אז מ'גייט בכלל נישט דערציילן דעם רבי'ן דערוועגן און אזוי וועט מען אים נישט מצער זיין. און די אלע יארן פון תש"ז ביז תשל"ט איז קיין איינמאל נישט געווען קיין בילדער אין דער איד וכדומה פון חומש סעודות אין אנדערע מוסדות, אזוי אז דער רבי איז געבליבן אין די טונקל ביז סוף ימיו און פשוט נישט געוואוסט פון אזא מושג ווי חומש סעודה.
און די זעלבע זאך איז מסתמא מיט יוניפארמס, וואס דער רבי האט פשוט נישט געוואוסט פון אזא מושג (כאטש די טיטשערס די ערשטע יארן זענען געווען בית יעקב תלמידות און כאטש דער רבי איז פערזענליך געשטאנען אויף יעדן ריר פון די סקול) און מ'האט אים נישט דערציילט נאר אליין געמאכט די דעסיזשאן, ממילא האט דאס נישט האבן יוניפארמס גארנישט געהאט מיט'ן רבי'ן ווייל דער רבי האט ניטאמאל געוואוסט פון דעם.
אין דיינע אויגן מאכט דאס סענס?
Re: נייע קליידער תקנות אין סאטמאר, אזוי ווי יוניפארם. פארוואס?
געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2025 5:28 am
דורך יצב
די מאכסט סענס?
בילדער אין דער איד?
דער רבי האט געוויסט וויאזוי די מיידלעך אין בית יעקב גייען ווייל די טיטשערס זענן געווען פון בית יעקב?
לאמיר רעדן פון היינט
פארוואס אין ב"פ און אין מאנסי מעגן די אלע זאכן זיין, משא"כ וויליאמסבורג און קר"י?
Re: נייע קליידער תקנות אין סאטמאר, אזוי ווי יוניפארם. פארוואס?
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 05, 2025 1:44 pm
דורך Think and Thank
יצב האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 28, 2025 5:28 am
די מאכסט סענס?
יא.
יצב האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 28, 2025 5:28 am
בילדער אין דער איד?
די נקודה איז נישט דוקא בילדער אין דער איד (וואס איך כאפ גראדע נישט וואס ס'איז אזוי מאדנע מיט די משל), נאר מען האט באוויזן אויסצובאהאלטן פונ'ם רבי'ן די עקזיסטענץ פון אזא סארט זאך בכלל פאר 30 יאר אין די צייט וואס אנדערע מוסדות האבן עס דורכגעפירט יאר יערליך מיט גרויס פאמפע.
יצב האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 28, 2025 5:28 am
דער רבי האט געוויסט וויאזוי די מיידלעך אין בית יעקב גייען ווייל די טיטשערס זענן געווען פון בית יעקב?
נישט הונדערט פראצענט אז יא, נאר הונדערט טויזנט פראצענט אז יא. מ'רעדט נישט דא פון וועלכע סטיילס זענען געווען אין, נאר פון א קאנצעפט וואס איז איינגעפירט געווארן מטעם די הנהלת המוסדות און איז געווען אן אינטעגראלער טייל פון די סיסטעם. ווען דער רבי האט געעפנט די מיידל שולע איז ער געזעצן שעות ארוכות אויף יעדן פיצי דעטאל, יעדע פיצי קלייניגקייט, זיך נאכגעפרעגט וויאזוי עס גייט צו אין אנדערע מוסדות, מכריע געווען וואס יא צו טון און וואס נישט צו טון. צו זאגן אז דער רבי האט פשוט נישט געוואוסט פון א זאך וואס איז געווען איינגעפירט מיט א שטארקקייט אין אלע אנדערע מוסדות - אריינגערעכנט די מוסדות פון וואו די טיטשערס זענען געקומען - איז גאר גאר נאריש.
יצב האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 28, 2025 5:28 am
לאמיר רעדן פון היינט
פארוואס אין ב"פ און אין מאנסי מעגן די אלע זאכן זיין, משא"כ וויליאמסבורג און קר"י?
נאו איידיע, פרעג די וואס האבן עס דארט איינגעפירט. דאס מאכט נישט אויס קיין האר אויף אונזער שמועס.