3,339 יאר פונעם חטא המרגלים (די מרגלים האבן זיך אנטזאגט פון כובש זיין ארץ ישראל וואס האט געברענגט צו די מגיפה פון די גאנצע דור פון אידן אין מדבר סיני)
2,612 פונעם חורבן בית המקדש הראשון (געבויעט דורך שלמה המלך, וואס האט אין רעזולטאט געפירט צו גלות בבל).
1,957 יאר פונעם חורבן בית המקדש השני (וואס האט געפירט צום גלות וואס מיר געפונען זיך עד היום הזה)
1,891 יאר פונעם חורבן ביתר (ווי די רוימישע אימפעריע האט ברוטאל דערשטיקט די בר כוכבא רעוואלוציע און געברענגט צו די ענדע פון אידישע האפענונג און די מארד פון מיליאנען)
1,890 יאר פונעם גענצליכע פארמעקן ירושלים עיר הקודש (וואס האט געפירט צו אויפשטעלן במקום שהשכינה שורה א רוימישע שטאט מיט אן עבודה זרה אויפן הר הבית)
736 יאר פונעם גירוש ענגלאנד.
534 יאר פונעם גירוש שפאניע.
112 יאר פונעם אויסברעכונג פון די ערשטע וועלט מלחמה.
84 יאר פונעם דעפארטאציע פון ווארשע געטאו און גרינדונג פון טרעבלינקע טויט לאגער.
טראפקעלע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:19 pm
די ערשטע וועלט מלחמה האט אויסגעבראכן ערב ת"ב,אום ת"ב האט זיך דייטשלאנד אנגעשלאסן אין די מלחמה.
מטות מסעי האט געשריבן: ↑מוצש"ק אוגוסט 02, 2025 11:47 pm
תשעה באב שנת תשפ"ה
112 יאר פונעם אויסברעכונג פון די ערשטע וועלט מלחמה.
די וועלט זאגט טאקע אזוי אבער דאס איז נישט ריכטיג. די ערשטע וועלט מלחמה האט אויסגעבראכן דינסטאג פרשת דברים, ה' אב תרע"ד (למספרם יולי 28, 1914), ווען עסטרייך-אונגארן האט דערקלערט קריג קעגן סערביע.
יעצט ביים ארומקוקן אין די געוועב זאכן וואס ברענגען צו געדענקן פון די צרות. זע איך אין המכלול (אויף עברית) אז זיי באשולדיגן נישט היטלער ימ"ש אין דאס אויס'הרג'נען רוב רובו כלל ישראל, וואס איז פשט דערפון???
פיילס
צילום מסך 2025-08-03 060419.png (179.88 KiB) געזען געווארן 619 מאל
מטות מסעי האט געשריבן: ↑מוצש"ק אוגוסט 02, 2025 11:47 pm 2,612 פונעם חורבן בית המקדש הראשון (געבויעט דורך שלמה המלך, וואס האט אין רעזולטאט געפירט צו גלות בבל).
1,957 יאר פונעם חורבן בית המקדש השני (וואס האט געפירט צום גלות וואס מיר געפונען זיך עד היום הזה)
צרורא דלעילא האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 03, 2025 1:16 pm

ווי באקאנט, אלעס וואס אידן זענען אדורך זינט די חורבן בית שני ווען די פאלק איז פארטריבן געווארן אין גלות איז געקומען אין רעזולטאט פון עפעס וואס פלאגט שוין דאס פאלק פון איר עקזיסטענץ.
"שנאת חינם"
ווי טיטוס הרשע האט אליין געזאגט "עס איז נישט איך וואס האט בייגעקומען די אידן, נאר די אידן זעלבסט האבן בייגעקומען די אידן"
ענליכע ווערטער זענען געהערט געווארן דורכאויס די גאנצע היסטאריע פון אידישע צרות אריינגערעכנט פון היטלער ימש"ו (נאצי פיהריער)
חז"ל לימדו אותנו כלל נוקב:
"כל דור שלא נבנה בית המקדש בימיו – כאילו נחרב בימיו."
(ירושלמי יומא א, א)
אם עדיין לא נבנה בית המקדש – זו קריאה אלינו.
לא בגלל שהדור שלנו פחות טוב, אלא כי יש לנו שליחות.
לתקן. לאחד. להרבות באהבת חינם, בעשיית חסד, בטהרה, ובקירוב הלבבות.
החורבן לא היה רק של אבנים, אלא של הלב.
והבניין – יתחיל מהלב.
רק דור שיבין שהאחריות בידיים שלו – יזכה לראות את הגאולה. רק עם שיבחר באחדות – יביא את השכינה לשכון בתוכו.
מטות מסעי האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 03, 2025 8:52 pm
צרורא דלעילא האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 03, 2025 1:16 pm
מטות מסעי האט געשריבן: ↑מוצש"ק אוגוסט 02, 2025 11:47 pm 2,612 פונעם חורבן בית המקדש הראשון (געבויעט דורך שלמה המלך, וואס האט אין רעזולטאט געפירט צו גלות בבל).
1,957 יאר פונעם חורבן בית המקדש השני (וואס האט געפירט צום גלות וואס מיר געפונען זיך עד היום הזה)
1,957 + 420 + 70 = 2,447 נישט 2,612
ריכטיג
נא כ'האב געמיינט וועסט קומען מיט פשעטלעך פון די 'מיסינג יערס'... (קען זיין ס'נישט לפי תקנות המקום דא)