בלאט 2 פון 6
Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 8:24 pm
דורך זאנוויל ראזענבערג
איד האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 7:39 pm
@בודקע , ס'קען זיין אז דו קענסט יא וכו'
אבער דיין מישן דא צרפת און טהרת הקודש מוסדות מאכט אויסזעהן אז דו האסט א צווייטע פראבלעם...
יא, ס'איז א רשעות דעס וואס מ'ווארפט ארויס וכו', אבער ס'האט גארנישט מיט די אנדערע געלטער!
ווייל יענע געלטער קען מען בלויז שאפן פאר יענע צרכים, און וויפיל מ'קען שאפן פאר די אייגענע מוסדות שאפן סייווי
יעדע מוסד דא אין אמעריקע נעמט שכ''ל, און ע''פ רוב צאלט מען, יעדע מוסד האט וועגן וויאזוי צו איינמאנען,
ביסט גערעכט אז דאס איז נישט די וועג, אבער די אופן וויאזוי דו ברענגסט עס ארויס זעהט אויס ווי עפעס אנדערש דרוקט דיך
בשפתך יושק כל דבר... פיין געזאגט
Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 8:38 pm
דורך בודקע
Think and Thank האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 8:12 pm
בודקע האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 5:27 pm
Think and Thank האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 5:19 pm
דארף מען וויסן צו ער האט טאקע געוויינט צו זיי אדער נאר צו דיר און זיי האט ער איגנארירט.
(אין קר"י אין קהילת ויואל משה איז אין יענע צייטן געווען אסאך אזעלכע, און דאס איז געווען איינס פון די הויפט סיבות פארוואס די קהילה און מוסדות זענען געווען אזוי צופראסקעט ווי זיי זענען געווען.)
א. ניין, דער איד האט טאקע נישט קיין געלט (ער איז אויך נישט געווען אין קאנטרי..)
ב. יעדע מוסד מיטשעט זיך מיט אזאנע, די מהלך פון לייגן גארדס באלאנגט פאר א פובליק סקול, נישט פאר א אידישע מוסד, זיכער נישט סאטמאר.
א. האסט (ווארשיינליך בכוונה) נישט פארשטאנען וואס איך האב געשריבן. מען רעדט נישט יא האבן ווס. נישט האבן, מען רעדט פון רעדן מיט די הנהלה און זאגן אז ער האט נישט ווס. זיי איגנארירן ווי זיי וואלטן געווען א קאר עקסטענדעד וואראנטי סקעמער.
ב. א געווענליכע מוסד האט עטליכע אזעלכע. א מוסד וואס האט מער ווי 25 פראצענט האט צוויי ברירות: שפארן די גאנצע מוסד אדער שטעלן גארדס.
איך בין נישט זיכער אז ווען איך בין אדמיניסטראטאר וואלט איך נישט ענדערש געשפארט די מוסד ווי איידער שטעלן גארדס, אבער ס'פארט דא א צווייטע זייט און איך בין ב"ה נישט אין נישט אין זיינע שיך.
מאכט סענס, שטימט
Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 9:07 pm
דורך משיח משיח
שומי שמים: נישט אידישע סעקיוריטי גארדס לאָזן נישט מיידלעך אריין און סאטמאר מיידל שולע אין לעיקוואד פארן חטא פון נישט האבן געצאלט שכר לימוד.
יעצט בשעת קליינע מיידלעך זענען פארשעמט אין גאס
מיט גארדס פארן געפארליכע חטא טיט מען בויען
מאדערנע בילדונגס פאר הונדערטער מיליאנען
דאלער אסאך פון זיי פאר בלויז פאליטישע צוועקן.
אפשר נעמט די געלט פון איין בילדונג און מאכט זיכער אז
קיין איינציגער יונגל און מיידל בלייבט נישט אין גאס
Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 9:31 pm
דורך וויענער חסיד
אן פחד נאכדעם עט מען זאגען ביים דינער די עלטערן זענען שותפים אינעם מוסד
Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 9:35 pm
דורך Think and Thank
וויענער חסיד האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 9:31 pm
אן פחד נאכדעם עט מען זאגען ביים דינער די עלטערן זענען שותפים אינעם מוסד
דאס איז שוין אן אלטע טענה. קענסט נישט ביים צאלן שכר לימוד טענה'ן אז ס'איז א ביזנעס וואס מוז פאדערן באצאלט פאר די סערוויסעס זיך צו דעקן, און ביים דינער וויינען אז ס'איז 'אונזער' מוסד און מיר מוזן טראגן די אחריות עס זאל זיך דעקן...
Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 9:40 pm
דורך כלל ישראל
הרב בודקע מיט'ן גאנצן רעספעקט איך וועל נישט אריינגיין אינעם נושא יעצט ווייל עס איז זייער ווייטאגליך ממה נפשך....
אבער אייך באדערט נישט דאס אז מען נעמט נישט אריין קיין קינדער אין די מוסדות, האסט פשוט נאך א סיבה צו פארפירן אויף דיין פארטיי'ס קאמפעטישן איך קען מיר שוין פארשטעלן וואס די וואלסט געענפערט ווען עס וואלט געווען ביי דיר. הצלחה!
Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 9:44 pm
דורך וויענער חסיד
מיין מאמע האט מען אהיימגעשיקט אלץ קינד און ארגענטינא חודשלך פאר אן יאר און זי וויל נישט רעדן פונעם קינדערישען יארען
Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 10:41 pm
דורך Think and Thank
איך קען פערזענליך באשטעטיגן אז צולייגער (פון אייוועלט - כ'ווייס נישט אויב דער היגער איז דער זעלבער) וואוינט אין לעיקוואוד און שיקט אין די סאטמארע מוסדות דארט.
צולייגער האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 9:38 pm
צו געזונט האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 9:03 pm
גוט אין דעם הינזיכט פון זיך רעכענען מיט עלטערן!
גראדע בין איך א צייטליכער צאלער, ביים איינשרייבען מיינע קינדער איז ממש טרם אקרא והם עונים. אבער איך ווייס פון אנדערע וואס פלאגען זיך און מען רעכנט זיך
אקוראט ווי דער מוסד וואס האט היינט געשטעלט גארדס. איך שיק אין יענעם מוסד, איך מוטשע זיך אויך און זיי רעכענען זיך מיט מיר ודכותי אויף א מאסשטאבליכן פארנעם לא יאומן כי יסופר.
כ'בין גאנץ זיכער אז די מוסד רעכנט זיך נאך אזוי מיט עלטערן ווי די מוסד וואו דיינע קינדער גייען. על אף זייערע הכנסות פראפארציאנעל זענען פילפאכיג קלענער.
Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 12:17 am
דורך וואוילער
הישמע כזאת??!!
וואו איז דאס אידיש הארץ???
עלטערן שיקן זייער קינד אין סקול וואוסענדיג אז זיי זענען נישט רעגיסטרירט און מ'וועט זיי נישט אריינלאזן.
וואס האסטו געוואלט פון דיין אומשילדיג קינד? פארוואס האסטו איר אזוי פארשעמט ברבים??
האסט נישט קיין געלט? טאקע א צרה, ס'דא אזויפיהל אידן - אריינגערעכנט פון די הנהלה - וואס לויפן העלפן א צווייטן, דארפסט נאר זיין דא צו מיטארבעטן.
אין יעדן פאל, אויב ווייסטו אז דיין קינד וועט האבן בושות, שיק איר נישט. נוץ נישט דיין קינד פאר ש שטעקן צו קענען שרייען אויף די הנהלה!
Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 12:18 am
דורך וואוילער
איין זאך וואס שטערט מיך יא איז טאקע דאס בויען טייערע לוקסריעזע בנינים פאר די מוסדות, מ'וואלט געמעגט שניידן אביסל פון די ״הערליכע פראכטפולע״ דיזיינס און טיילס, און האבן א קלענערע בודזעט.
Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 12:25 am
דורך אנדערער
וואוילער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 12:18 am
איין זאך וואס שטערט מיך יא איז טאקע דאס בויען טייערע לוקסריעזע בנינים פאר די מוסדות, מ'וואלט געמעגט שניידן אביסל פון די ״הערליכע פראכטפולע״ דיזיינס און טיילס, און האבן א קלענערע בודזעט.
עס איז גרינגער צו באקומען א מיליאן דאלער פאר א 10 מיליאן בנין ווי 100 אלפים פאר א 1 מיליאן דאלער בנין
Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 12:33 am
דורך totty
וואוילער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 12:17 am
הישמע כזאת??!!
וואו איז דאס אידיש הארץ???
עלטערן שיקן זייער קינד אין סקול וואוסענדיג אז זיי זענען נישט רעגיסטרירט און מ'וועט זיי נישט אריינלאזן.
וואס האסטו געוואלט פון דיין אומשילדיג קינד? פארוואס האסטו איר אזוי פארשעמט ברבים??
האסט נישט קיין געלט? טאקע א צרה, ס'דא אזויפיהל אידן - אריינגערעכנט פון די הנהלה - וואס לויפן העלפן א צווייטן, דארפסט נאר זיין דא צו מיטארבעטן.
אין יעדן פאל, אויב ווייסטו אז דיין קינד וועט האבן בושות, שיק איר נישט. נוץ נישט דיין קינד פאר ש שטעקן צו קענען שרייען אויף די הנהלה!
הייסט ער זאל גאר זיין דער רוצח און זאגן זיין קינד אז מגייט נישט אין סקול אדער חדר ווייל סאיז נישטא קיין געלט...
אוודאי דארף מען העלפן די מוסד און ווער עס קען זאל זיך אנשטרענגען יותר מכפי יכולתו אבער א מוסד וואס נעמט איין סענט צדקה טאר נישט ארויסווארפן קיין קינד
אויב ביסטו א ביזנעס ווי און ענד אר דאן סטאפ דינערס סטאפ בן גמלא וכו’
אויב נעמסטו נדבות פון אידן לעבסטו אויף נכסי ציבור און ביסט א שליח ציבור און דו קענסט נישט ארויסשיקן קינדער נגד רצון פון יעדע נדיב שבעולם
וויאזוי שרייט נאר דער ברייער: לאז יעדן פריקן סאטמארער אריין דא...
Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 1:04 am
דורך Think and Thank
totty האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 12:33 am
וואוילער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 12:17 am
הישמע כזאת??!!
וואו איז דאס אידיש הארץ???
עלטערן שיקן זייער קינד אין סקול וואוסענדיג אז זיי זענען נישט רעגיסטרירט און מ'וועט זיי נישט אריינלאזן.
וואס האסטו געוואלט פון דיין אומשילדיג קינד? פארוואס האסטו איר אזוי פארשעמט ברבים??
האסט נישט קיין געלט? טאקע א צרה, ס'דא אזויפיהל אידן - אריינגערעכנט פון די הנהלה - וואס לויפן העלפן א צווייטן, דארפסט נאר זיין דא צו מיטארבעטן.
אין יעדן פאל, אויב ווייסטו אז דיין קינד וועט האבן בושות, שיק איר נישט. נוץ נישט דיין קינד פאר ש שטעקן צו קענען שרייען אויף די הנהלה!
הייסט ער זאל גאר זיין דער רוצח און זאגן זיין קינד אז מגייט נישט אין סקול אדער חדר ווייל סאיז נישטא קיין געלט...
ניין, ער זאל זיין א נארמאלער מענטש און אויפהייבן די טעלעפאן ווען די הנהלה רופט.
Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 1:04 am
דורך שאינו יודע לשאול
צי ער דארף אריינלאזן צי נישט קען מען דעבאטירן, אבער פארוואס לאזן אויפן גאס? קענסט זיי נישט ארייננעמען אין מנהל'ס אפיס און אהיימשיקן מיט א טעקסי?? אז דער טאטע האט נישט קיין אחריות און צאלט נישט דארפן זיינע קינדער דורכגיין אזא השפלה?
פאר דער וואס גייט ענטפערן אז ער איז נישט מחויב זיי צו צאלן א טעקסי: די גארדס קאסטן מער געלט ווי פינף טעקסיס.
Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 1:10 am
דורך טעכניש גערעדט
לויט ווי מ'שרייבט אויף אייוועלט זענען די קינדער געווען אויפן גאס פאר געציילטע מינוט ביז מ'האט זיי אריינגעלאזט.
Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 1:18 am
דורך Think and Thank
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 1:04 am
צי ער דארף אריינלאזן צי נישט קען מען דעבאטירן, אבער פארוואס לאזן אויפן גאס? קענסט זיי נישט ארייננעמען אין מנהל'ס אפיס און אהיימשיקן מיט א טעקסי?? אז דער טאטע האט נישט קיין אחריות און צאלט נישט דארפן זיינע קינדער דורכגיין אזא השפלה?
ווען איך בין געווען אין קעמפ האט דער ראש ישיבה איין דאנערשטאג ארויסגעווארפן א בחור (גראדע א וואוילער בחור וואס איז היינט א חשוב'ער יונגערמאן) פאר א וואך. דער בחור איז אהיימגעפארן, אבער זיין טאטע האט נישט געהאט קיין נערוון אים צו האלטן אינדערהיים, האט ער אים ארויפגעזעצט אויפ'ן באס און פרייטאג נאכמיטאג נאנט צום זמן איז דער בחור אנגעקומען צוריק אין קעמפ...
דאס איז אויך די סיבה פארוואס מען מוז שטעלן דוקא גוי'אישע, טונקלהויטיגע גארדס.
און מען מוז נאכאמאל באטאנען אז מען רעדט נישט פון "דער טאטע האט נישט קיין אחריות און צאלט נישט" נאר דער טאטע איגנארירט יעדע פרואוו פון די מוסד עס דורכצושמועסן מיט אים.
(נאכאמאל, כ'בין בכלל נישט איבערצייגט אז ווען איך שטיי אין אזא מצב וואלט איך נישט ענדערש פארמאכט די מוסד ווי שטעלן גארדס, אבער איך בין ב"ה נישט דארט און ער איז יא.)
Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 1:50 am
דורך שוהם
בודקע האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 5:05 pm
עדיטאריעל האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 4:59 pm
לעיקוואוד - א צאל מיידל שולעס אין שטאט האבן ארויסגעשיקט מעלדונגען צו די עלטערן אז צוליב די פינאנציעלע קריזיס וואס פלאגט די לאקאלע מוסדות התורה זעהן זיי נישט קיין וועג ווי אזוי צו קענען מאמענטאל צוריק עפענען די שולע פאר די נייע לערן יאר וואס הויבט זיך אהן אצינד.
די מיידל שולע בנות פנינה האט געמאלדן אז זיי שליסן דערווייל טויערן ביז אלע עלטערן ענדיגן באצאלן זייער שכר לימוד באלאנס בעפאר די נייע לערן יאר, צו קענען דעקן די פילע חובות וואס האט זיך אנגעזאמלט, און די מיידל שולע תפארת חיה האט געמאלדן אז דערווייל וועלן די תלמידות דארפן בלייבן אינדערהיים ביז מען טרעפט א לעזונג פאר די פינאנציעלע קריזיס, די שולעס האבן אנגעגעבן אז די לערערינס זענען שוין נישט געווארן באצאלט פאר א לענגערע צייט און אזוי אויך זיי קענען נישט באצאלן די רענט פאר די שולע געביידעס.
די עסקנים און מנהלי המוסדות אין שטאט ווארענען אז די פינאנציעלע קריזיס ווערט שווערער און שווערער פון יאר צו יאר, דערנאך וואס פילע עלטערן צאלן נישט קיין שכר לימוד צוליב אייגענע פינאנציעלע שוועריקייטן אדער וויבאלד זיי האבן מער וויכטיגע פריאריטעטן ווי באצאלן פאר די חינוך פון זייערע קינדער, אזוי אויך צוליב וואס פילע עלטערן באצאלן נישט די שכר לימוד באצייטנס.
עפן א עקסטערע טעמע פארדעם..
אלע מוסדות מיטשענען זיך.
עפן נישט קיין עקסטערע טעמע, ס'איז תלוי הא בהא.
א מוסד וואס פארשפארט ווען מ'צאלט נישט שכר לימוד איז הכל בסדר אבער א מוסד וואס וויל עס פארמיידן זענען רוצחים?
פארגעס נישט אז לעיקוואד מוסדות איז שוין געווען אין אן ערנסטער פינאנציעלער קריזיס (מעגליך מער ווי איינמאל), ער דארף ווארטן ביז זיין מוסד לייגט זיך צאם און דאן ארויסווארפן יעדן איינעם?
נאר וואס דען, ס'איז דא א פראבלעם וואס הייסט לב שליט על המוח און ווען א איד זעט ווי אומשולדיגע קינדער ווערן ארויסגעווארפן אויף עפעס וואס איז נישט זייער שולד ווערט ער פול מיט רחמנות און זיין געפיל שטופט אוועק זיין שכל.
(ובמאמר המוסגר איז דאס די מהלך פון אלע ליבעראלן, רחמנות באדייט אז מ'קען נישט צוקוקן קיין שווערע סצענעס אפילו יענער איז שולדיג, יעדער פארשטייט אז דאס איז די ריכטיגע/איינציגע זאך וואס מ'קען טון; 'איך' קען דאס נישט צוקוקן. והיינו טעמא דעזה היינו טעמא דבעיל רעפארם ועוד הרבה)
_________
@totty, אויב איז ער א ביזנעס בעט פון יעדן וויפיל ער קאסט פארן מוסד און מ'מאכט נישט קיין דינער און נישט קיין גמלא, היות ער איז א מוסד בעט ער אסאך אסאך ווייניגער פון וויפיל עס קאסט באמת פארן מוסד פער קינד, אבער היות ער איז נישט קיין געלט קוואל אויך נישט מוז מען זיכער מאכן אז כאטש דאס צאלט מען. און אז איינער צאלט נישט מאיזה סיבה שהוא איז נישטא קיין ברירה נאר פארשיקן זיינע קינדער.
אגב ווייסט איינער פארוואס דער מוסד וואס גייט שוין נאך געלט פאר האלב פון זיינע קאסטן דארף גיין נאך געלט פאר דער אנדערער האלב אויך? פאלט אים נישט איין אליינס צאמצונעמען געלט פאר זיין שכר לימוד?
Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 1:59 am
דורך צולייגער
איינער האט ציטירט מיין תגובה אויף אייוועלט.
כ'קען ווידערהאלן, עס זענען דא איבער פופציג טאטעס מיט א באלאנס פון פאראיאר וואס האבן זיך נאכנישט מסדר געווען. אבער זיי האבן פלעין אויפגעהויבן א טעלעפאן ווען מ'האט זיי געקאלט און גערעדט מיט דעם אדמיניסטראטאר אדער איינעם פון די הנהלה און גערעדט כדבר איש אל רעהו, (א טייל האבן געצאלט א שיבוש פון זייער בילל און א טייל האבן געזאגט קאל מיך נאך יום טוב), געסס ווהאט, זייערע קינדער זענען אריין אין בילדינג מיט א שמייכל, פאכנדיג זייער קארטל פאר די שומרי הפתח. זארגלאז און לוסטיג.
די טאטעס וואס זייערע קינדער זענען געווען אינדרויסן (ווי ערווענט, פאר א קורצע צייט) זענען די וועלכע האבן סתם איגנארט טעלעפאן קאלס און טעקסטס און אימעילס די לעצטע יאר און בעיקר די לעצטע זעקס וואכן. ניטאמאל האבן זיי געזאגט וואס מען שרייבט דא אדער אויף אנדערע קאנאלן און פלאטפארמעס.
עווריבאדי טשילל דאון.
Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 2:34 am
דורך שוהם
צולייגער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 1:59 am
איינער האט ציטירט מיין תגובה אויף אייוועלט.
כ'קען ווידערהאלן, עס זענען דא איבער פופציג טאטעס מיט א באלאנס פון פאראיאר וואס האבן זיך נאכנישט מסדר געווען. אבער זיי האבן פלעין אויפגעהויבן א טעלעפאן ווען מ'האט זיי געקאלט און גערעדט מיט דעם אדמיניסטראטאר אדער איינעם פון די הנהלה און גערעדט כדבר איש אל רעהו, (א טייל האבן געצאלט א שיבוש פון זייער בילל און א טייל האבן געזאגט קאל מיך נאך יום טוב), געסס ווהאט, זייערע קינדער זענען אריין אין בילדינג מיט א שמייכל, פאכנדיג זייער קארטל פאר די שומרי הפתח. זארגלאז און לוסטיג.
די טאטעס וואס זייערע קינדער זענען געווען אינדרויסן (ווי ערווענט, פאר א קורצע צייט) זענען די וועלכע האבן סתם איגנארט טעלעפאן קאלס און טעקסטס און אימעילס די לעצטע יאר און בעיקר די לעצטע זעקס וואכן. ניטאמאל האבן זיי געזאגט וואס מען שרייבט דא אדער אויף אנדערע קאנאלן און פלאטפארמעס.
עווריבאדי טשילל דאון.
פארוואס איז קיינעם נישט איינגעפאלן אז אפשר דאך האבן די מנהלי המוסדות רעכט? פעלט עלטערן וואס קוקן אן שכ"ל ווי נר למאור? נאר כדלעיל במאמר המוסגר; מ'זעט א שווער בילד און די שכל כאפט א דרימל.
זאת ועוד 'דער שטארקער איז אייביג אומגערעכט'.
Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 2:53 am
דורך צולייגער
בודקע האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 5:17 pm
Think and Thank האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 5:15 pm
בני יואל האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 5:08 pm
די שאלה איז, צו דעס איז קינדער וואס די עלטערען קענען נישט אדער ווילען נישט……
דאס איז די שליסל. ווען מען האט עס געטון אין קר"י האט די גאס גערודערט, ביז די מוסד האט קלארגעשטעלט אז מען האט נישט אהיימגעשיקט קיינעם פאר נישט באצאלן שכר לימוד, מען האט נאר אהיימגעשיקט די וואס דער טאטע האט איגנארירט די פרואוון פון די הנהלה צו
רעדן וועגן שכר לימוד. אז א טאטע האט געזאגט אז ער קען נישט יעצט צאלן האט מען נישט אהיימגעשיקט, אבער די וואס האבן פשוט נישט אויפגעהויבן קיין טעלעפאן און איגנארירט יעדע פרואוו אויסצושמועסן די נושא, אזא איינער - מיט די עדיטוט אז די מוסד קומט מיר אלעס און איך בין נישט מחויב אפילו זיך צו מאכן ווי איך פרוביר עטוואס זיך צוצושטעלן צו העלפן באצאלן - איז מען טאקע נישט מחויב צו לאזן ווייטער רייטן אויפ'ן מוסד ווען די מוסד דערטרענקט זיך אין חובות (אזוי איז געווען די מצב דעמאלס אין קר"י).
איך ווייס פון איינעם וואס האט א באלאנס פון 1500 דאלער, און ער האט געוויינט צו זיי אז ער האט נישט יעצט צו צאלן, און יא.. איינע פון די מיידלעך וואס זיצן דארט אויפן גאס איז זיין טאכטער..
Going on record
די מעשה איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן.
נישטא 'קיין איין טאטע אין סאטמאר לעיקוואד', וואס האט:
1) א באלאנס פון בלויז $1,500
2) געוויינט צו די הנהלה איין מאל אין די לעצטע צוויי חדשים אז יעצט האט ער נישט
3) ס'איז אמת אז ער מוטשעט זיך, אפי' נאר אביסל
4) זיין טאכטער איז געווען אויפן גאס היינט.
אויב איז יא דא, איך בין נאנט מיט עטליכע נדיבי עם אין לעיקוואד וואס האבן א געפיל און געבן גערן נדבת לבם פאר מענטשן וואס האבן א פשוט'ע לעבנסשטייגער, דארפן האבן אפאר דאלער ממש צו דעקן דעם בילל און דאס קען זיי ראטעווען. הכלל, אויב איז די מעשה אמת, ברענג מיר דעם נאמען פון דעם טאטן און אויב די פרטים זענען אמת וועל איך אי"ה שאפן די געלט אין די נעקסטע פאר שעה. דער טאטע וועט האבן אפגעצאלט די $1,500 ביז עלף פארמיטאג דאנערשטאג תצא תשפ"ה.
אבער נאר אויב אלע פרטים זענען אמת...
Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 5:43 am
דורך דעת תורה
פאר די אלע וואס ווילדעווען וויל איך נאר געבן אביסל חומר למחשבה סאטמאר ביהמ"ד הגדול אין וויאלמסבורג איז די איינציגסטע ביהמ"ד ווי די מקוה האט נישט קיין געיט
Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 6:31 am
דורך שוהם
מסתמא האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 5:34 pm
איך האב נישט געקלערט אז הקדוש והטהור רבינו יואל זצוק"ל וועט אדורכגיין חיבוט הקבר, להיכן הגענו??? איך זאג ענק צו אז דער צדיק גייט זיך נוקם זיין. מינימום שבמינימום נעם אראפ דיין סאטמארע לעטטערהעד. סארי דאס איז אומאקצעפטירבאר.
אלץ גייסטו שרייען אז עכט האט יענער יא געלט נאר ער קעירט נישט... זיי דיך משפיל פארנט פונעם גאנצן ועד, וכולי האי ואולי העט מען דיך נאכלאזן, כמובן מיטן דיך כסדר דרוקן און קוועטשן וכו' און האלטן חשבון כסדר אויב די מוסדות איז טאקע דיין טאפ פריאריטי, והא ראיה ביסט געגאנגען קיין פלארידע פאר עטליכע טעג (1000 דאללער טאטאל) צו אפשר מעגליך דאך איינשפארן א נערוון בראך פון לחץ. יע יע.... א נייע סאטמאר, יונגע שנוקעס אן קיין ברעקל לעבנס עקספיריענס אז אידיש בלוט קומט אהיים. רבינו יואל שטייט דיך נישט צו די האנט... דעי בעלאוניס איז גוט ביים דינער פארן יושב ראש. רבינו יואל איז דיך נישט מוחל. אז דו קענסט נישט פירן א חדר/סקול רשעות ריין, דאן אנטזאג דיך. זאל זיך עס צומאכן. דער אויבערשטער ברויך נישט דיין הילף.
איינער קען הלכות צדקה? וויפיל קומט מען פאר אן עני? וויפיל ער איז געוואוינט. די השפלה און לעוול פון טעראר אויף אידן וואס האבן באמת נישט קיין געלט שמעקט קמצא ובר קמצא'דיג. ווען א איד זאגט 'אין לי' און דו פארלאנגסט אן השפלה סעסיע צו זיכערמאכן אז יענער באגרייפט די עומק הענין גרעניצט זיך עס מיט שפיכת דמים און איז בעצם דער עיקר טעם פארוואס געוויסע איגנארירן די גאנצע ביל, זיי קענען עס נישט דערהייבן. בזיונות איז ביי רוב מענטשן טוב מותו מחייו. אנשטאטן זיין א משכיל אל דל פירט מען זיך ווי סדום ועמורה.
יא, איך ווייס אויכעט אז סאיז גרעי עריע, אבער לענ"ד איז עס אסאך נענטער צו שווארץ ווען מרעדט פון די כלליות'דיגע בילד.
און דער אמת איז אז ביי רוב סאטמארע מוסדותער איז די נושא פיין באלאנסירט - מרעדט פון ממש געציילטע אויסנאמען, און די יונגערע דור אדמינעסטרעיטערס.
נ.ב. אני הקטן בין אלץ און אלעמאל אין צייט בכסף מלא מיט די שכר לימוד.
און אזוי דערציילט ר' שלמה פעדער פון קרית יואל:
ס'איז געווען תשכ"ג ביי דער גרויסער פינאנציעלער קריזיס האט מען דאן בפקודת דעם רבי'ן אנגעהויבן שטארק דרוקן אויף שכ"ל, דער רבי האט דאן געזאגט אז שכ"ל זאל ווערן אן אויטאמאטישער חוב וואס גייט נישט אראפ מיט די צייט אויב מען באצאלט נישט.
ער - ר' שלמה - האט געהאט אריינגענומען צו זיך אין שטוב אויפצוציען א קינד פון א צעבראכענע שטוב וואס האט נישט געהאט געהעריג קיין עלטערן און ער האט נישט געהאט קיין געלט צו באצאלן שכר לימוד פאר דעם קינד. איז ער אריבער צו דער הנהלה און געבעטן אז מ'זאל אים פארשטיין ס'איז נישט זיין קינד, ער האט ממש נישט אבער זיי האבן נישט געוואלט הערן פון גארנישט.
בצר לו איז ער אריין צום רבי'ן און ער איז געווען זיכער אז ווען דער רבי וועט הערן אז מ'נעמט נישט אריין א קינד און דערצו א יתום וואס האט נישט ווער ס'זאל אים צאלן וועט דער רבי ווערן אויפגעציטערט און שרייען "פארדעם דארף איך האבן א מוסד?!"
למעשה דער רבי הערט אים אויס און פרעגט אים "וואס טו איך ווען איך דארף האבן געלט פאר א מצוה? איך גיי נאך געלט. גיי דו אויך נאך געלט!" זאגט ער פארן רבי'ן אז ער ארבעט און ער האט נישט ווען צו גיין נאך געלט. פרעגט אים דער רבי "זונטאג ארבעטסטו?" זאגט ער ניין, "נו אויב אזוי גיי נאך געלט זונטאג!"
במשך דריי יאר נאכאנאנד איז ר' שלמה געגאנגען יעדן זונטאג נאך געלט פאר א פרעמד קינד כדי די סאטמארע מוסדות זאלן אים נישט ארויסווארפן, און דער רבי האט נישט געזאגט אז די הנהלה קען נישט קיין הלכות צדקה, משכיל אל דל, יונגע שנוקעס אדער אידיש בלוט.
גיי פארשטיי
Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 8:02 am
דורך מסתמא
שוהם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 6:31 am

צו די מעשיות וואס איך האב געברענגט האסטו זיך נישט באצויגן, איך פרעג נישט פארוואס. ופשוט הוא שאין הנידון דומה לראיה ווען עס רעדט זיך גיין נאך געלט פאר יענעם ווערסוס אליינס זיך מבזה זיין, כדארף עס אפילו מסבירן??? אתמהה... און אפילו ר' שלמה אליינס, ווען ער קען ווען נישט גיין נאך געלט משום איזה סיבה וואלט א ודאי רבינו יואל געלאזט ווארפן יענע יתום... והא ראיה סאיז דא א בן גמלא פראגראם וואס נעמט צוזאמען געלט פאר קינדער פון עלטערן וואס צאלן נישט... אבסורד
דער עיקר אז די האסט ציטירט דעי פאוסט וואס כהאב געשריבן, דאס איז פון מיינע זכותים דעם חודש אלול.
Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 8:36 am
דורך תינוק הבורח
דעת תורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 5:43 am
פאר די אלע וואס ווילדעווען וויל איך נאר געבן אביסל חומר למחשבה סאטמאר ביהמ"ד הגדול אין וויאלמסבורג איז די איינציגסטע ביהמ"ד ווי די מקוה האט נישט קיין געיט
דאס מאכט נאר שווערער די קשיא.
Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 9:08 am
דורך צולייגער
צולייגער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 2:53 am
בודקע האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 5:17 pm
Think and Thank האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 5:15 pm
דאס איז די שליסל. ווען מען האט עס געטון אין קר"י האט די גאס גערודערט, ביז די מוסד האט קלארגעשטעלט אז מען האט נישט אהיימגעשיקט קיינעם פאר נישט באצאלן שכר לימוד, מען האט נאר אהיימגעשיקט די וואס דער טאטע האט איגנארירט די פרואוון פון די הנהלה צו
רעדן וועגן שכר לימוד. אז א טאטע האט געזאגט אז ער קען נישט יעצט צאלן האט מען נישט אהיימגעשיקט, אבער די וואס האבן פשוט נישט אויפגעהויבן קיין טעלעפאן און איגנארירט יעדע פרואוו אויסצושמועסן די נושא, אזא איינער - מיט די עדיטוט אז די מוסד קומט מיר אלעס און איך בין נישט מחויב אפילו זיך צו מאכן ווי איך פרוביר עטוואס זיך צוצושטעלן צו העלפן באצאלן - איז מען טאקע נישט מחויב צו לאזן ווייטער רייטן אויפ'ן מוסד ווען די מוסד דערטרענקט זיך אין חובות (אזוי איז געווען די מצב דעמאלס אין קר"י).
איך ווייס פון איינעם וואס האט א באלאנס פון 1500 דאלער, און ער האט געוויינט צו זיי אז ער האט נישט יעצט צו צאלן, און יא.. איינע פון די מיידלעך וואס זיצן דארט אויפן גאס איז זיין טאכטער..
Going on record
די מעשה איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן.
נישטא 'קיין איין טאטע אין סאטמאר לעיקוואד', וואס האט:
1) א באלאנס פון בלויז $1,500
2) געוויינט צו די הנהלה איין מאל אין די לעצטע צוויי חדשים אז יעצט האט ער נישט
3) ס'איז אמת אז ער מוטשעט זיך, אפי' נאר אביסל
4) זיין טאכטער איז געווען אויפן גאס היינט.
אויב איז יא דא, איך בין נאנט מיט עטליכע נדיבי עם אין לעיקוואד וואס האבן א געפיל און געבן גערן נדבת לבם פאר מענטשן וואס האבן א פשוט'ע לעבנסשטייגער, דארפן האבן אפאר דאלער ממש צו דעקן דעם בילל און דאס קען זיי ראטעווען. הכלל, אויב איז די מעשה אמת, ברענג מיר דעם נאמען פון דעם טאטן און אויב די פרטים זענען אמת וועל איך אי"ה שאפן די געלט אין די נעקסטע פאר שעה. דער טאטע וועט האבן אפגעצאלט די $1,500 ביז עלף פארמיטאג דאנערשטאג תצא תשפ"ה.
אבער נאר אויב אלע פרטים זענען אמת...
@בודקע דער אפפער איז אויפן טיש ביז היינט נאכט.
לאז מיר פליז וויסן, יישר כח