הפקרות ביי צדקה וחסד ארג. און קאמפיינס

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 215
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 241

Re: הפקרות ביי צדקה וחסד ארג. און קאמפיינס

פאוסט דורך דריידל »

אנדערער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 10:41 am
דריידל האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 8:31 am
געזאנג האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 11:29 pm זיי קויפן ביי ווענדאר‘ס?
זיי צאלן אלץ שפעט פאר געשעפטן ווי עס איז דא אפענע אקאונטס און אזוי גייט אהן זייער אפערעישאן
יא, פאר די פסח חלוקה קויפן זיי
און?
גארנישט. איינער האט עפעס געפרעגט און איך האב געענטפערט.

זיי מסביר וואס איז נישט קלאר
62, בלאק אריין די קעדי
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1080
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 3647

Re: הפקרות ביי צדקה וחסד ארג. און קאמפיינס

פאוסט דורך Think and Thank »

דריידל האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 10:54 am
אנדערער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 10:41 am
דריידל האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 8:31 am

יא, פאר די פסח חלוקה קויפן זיי
און?
גארנישט. איינער האט עפעס געפרעגט און איך האב געענטפערט.

זיי מסביר וואס איז נישט קלאר

אנדערער באציט זיך אודאי צו דיין תגובה וואס האט געטריגערט די שאלה וועגן ווענדארס:
דריידל האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 11:22 pm איך וויל נאר וויסן טאמער די ביסט א ווענדאר וואס האט פארקויפט עסן פאר די ארג. און נישט געווארן באצאלט, וויאזוי די וואלסט עס אנגעקוקט.

סאו דו זאגסט אז פאר זייער פסח חלוקה קויפן זיי פון זייער ווענדארס, און אויב א ווענדאר באקומט נישט באצאלט איז עס טאקע אן עוולה. די שאלה איז, איז בכלל דא אזא ווענדאר, אדער דו האסט סתם ארויפגעשמירט א נאסע ליילעך אויף א איד וואס טיילט מיליאנען פאר צדקה למעלה מכל חיוב?
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3211
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3619

Re: הפקרות ביי צדקה וחסד ארג. און קאמפיינס

פאוסט דורך אנדערער »

Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 11:03 am
דריידל האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 10:54 am
אנדערער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 10:41 am

און?
גארנישט. איינער האט עפעס געפרעגט און איך האב געענטפערט.

זיי מסביר וואס איז נישט קלאר

אנדערער באציט זיך אודאי צו דיין תגובה וואס האט געטריגערט די שאלה וועגן ווענדארס:
דריידל האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 11:22 pm איך וויל נאר וויסן טאמער די ביסט א ווענדאר וואס האט פארקויפט עסן פאר די ארג. און נישט געווארן באצאלט, וויאזוי די וואלסט עס אנגעקוקט.

סאו דו זאגסט אז פאר זייער פסח חלוקה קויפן זיי פון זייער ווענדארס, און אויב א ווענדאר באקומט נישט באצאלט איז עס טאקע אן עוולה. די שאלה איז, איז בכלל דא אזא ווענדאר, אדער דו האסט סתם ארויפגעשמירט א נאסע ליילעך אויף א איד וואס טיילט מיליאנען פאר צדקה למעלה מכל חיוב?
מיין שאלה איז צו עס איז דא א ווענדאר וואס האט נישט געגעבן אדעתא דהכי אז מען וועט אים באצאלן ווען די געלט וועט אריינקומען און האט יעצט טענות אז מען באצאלט נישט געהעריג

דערווייל קוקט אויס ווי אין סאמע אלול קריכט איינער אויף די גראדע ווענט צו מלמד חובה זיין
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
צולייגער
פרישער באניצער
פאוסטס: 86
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 9:57 am
x 251

Re: הפקרות ביי צדקה וחסד ארג. און קאמפיינס

פאוסט דורך צולייגער »

איך הייס נישט ----, און איך בין נישט קיין קרוב וגואל צו דעם בעל הארגון אדער סיי וועם פון זיינע קינדער און נאנטע. אבער כ'ווער באליידיגט ווען מ'האט נישט די מינדעסטע דיגניטי צו קומען אראפרייסן אן מאכן א טראפ ריסוירטש.

מען קען רעדן צו סיי וועלכע בוטשער סטאר אדער פיש סטאר וועלכע האט א פעידזש אויף דעם קאמפיין. זייערע אפעראציעס זענען בכלל נישט קיין סוד און פארדרייט.

ניין, מ'קען נישט קויפן סתם תרטימר בשר אין די וועלט אריין, עס איז דא א חשבון און עס איז לימיטעד. ווען מ'מאכט א שמחה און מ'דארף מער, דארף די ארג. וויסן דערפון (און פראבירן עס צו דעקן עקסטער).

נישטא קיין אפערעישנס און אווערהעד, נישטא קיין לעוויש פארטי'ס און מסיבות און געשאסענע מארקעטינג. און באזונדער קריגט ער א שטארקע דיסקאונט אויף די פלייש און פיש, אזוי אז עס איז באמת "מעיד די בעסט יוז אוו די מאני", נאר וואס?! ער האט אנגעהויבן טיילן אין מערערע שטעט און געגנטער, וואס האט ארויפגעטריבן די קאסטן. ער האט זיינע פאנדרעיזינג אפעראציעס, און ער פלעגט מאכן זיין געלט און זיך אויסגלייכן איינס צוויי מאל א יאר. ער איז היבש געוואקסן, און ער האט דערפאר פארברייטערט זיין פאנדרעיזינג אפילו, אבער ער האט מיט צוויי דריי יאר צוריק (ווען נצרכים האבן זיך געטריפלט ל"ע און די גרינגע הכנסות האבן זיך אויפגעהערט) זיך געטראפן אז ער איז שארט מיט אפאר מיליאן, ער האט איינגעצויגן די פאסיק און אויפגעהערט ארייננעמען נאך משפחות אזוי גרינג, און פראבירט צו דרייען און העכערן אינקאם, למעשה איז די עקאנאמיע נישט בעסער געווארן, אראפווארפן משפחות איז נישט אזוי בא'טעמ'ט, און ער מוטשעט זיך. ער האט אביסל פארבעסערט די אפעראציעס, און איז סאך שווערער מיטן אננעמען משפחות. אבער למעשה האט ער נישט געדעקט די אלטע חובות, עטליכע בוטשער סטארס האבן פארמאכט די אקאונט לעת עתה.

כ'וויל בעטן דעם פותח האשכול זאל קומען און קלארשטעלן וואס דער בעל הארגון וואלט געדארפט טוהן אנדערש, לפחות איצט באשר הוא שם.

יישר כח.
עומד על תלת
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 106
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 5:15 pm
Location: Ny
x 130

Re: הפקרות ביי צדקה וחסד ארג. און קאמפיינס

פאוסט דורך עומד על תלת »

איך טראכט נאר,
אויב די ארגאניזאציע וואלט געווען מסודר אין צוליב דעים וואלט ער געמוזט זאגן ניין פאר אלמנות....
וואלט דער זעלבער געווען וואס האט טענות, געשריגן יעצט,
א חוצפה א ארגאניזאציע מאכט א קאמפיין איך קען א אלמנה וואס ער לאזט נישט נעמען......
ויצא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 182
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 7:07 pm
x 199

Re: הפקרות ביי צדקה וחסד ארג. און קאמפיינס

פאוסט דורך ויצא »

מעיד אני אז איך האלט מיט א גרושה וואס באקומט פון דעי ארגענזעציע און סאיז צדקה אויף די העכסטע מדרגה שענער קען נישט זיין!!
בני יואל
פרישער באניצער
פאוסטס: 88
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 10:35 pm
x 167

Re: הפקרות ביי צדקה וחסד ארג. און קאמפיינס

פאוסט דורך בני יואל »

איך האב נישט פונקטליך דורכגעליינט די גאנצע נושא קען זיין אז איינער האט שוין געשריבען די נקודה וואס איך וויל דא שרייבען.
צו זאגען אויף די ארגענעזאציע אומאחריותדיג איז אן אום אחריות נעקסט לעוועל, מרעדט פון א יוד וואס געבט צדקה בדרך כבוד אויף א אופן וואס איז נישטא גלייכען, ער מאכט זיכער אז די אלמנות זאלן אייביג האבען גענוג, און גענוג אז זיי זאלען קענען רופען קינדער אויף יום טוב און נאך זאכען וואס איז ממש להפליא ווי א יוד קען האבען השגות און געבן בדרך כבוד אן ספענדן טויזענטערס אדער מיליאנען פאר פאנדרעיזינג/נסיעות/פארטיס וכו׳
די זאכען וואס איך שרייב דא ווייס איך ביודעי ובמכירי נישט כלי שני אדער שלישי
די חובות וואס איז דא איז פון זאכען וואס איז געגאנגען אויסדריקלעך פאר צובראכענע אלמנות און יתומים און נישט פאר זייטיגע זאכען
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 215
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 241

Re: הפקרות ביי צדקה וחסד ארג. און קאמפיינס

פאוסט דורך דריידל »

גיבן צדקה פאר אלמנות וכדומה איז א געוואלדיגע זאך ועאכו"כ בדרך כבוד. ס'פעלט נישט אויס איבערצושרייבן נאכאמאל און נאכאמאל, ווייל נישט דאס איז די נידון. די רעדע איז, וויאזוי א בעל אחריות קען צולאזן זיך צו דערזען אין חובות פון מיליאנען.

נאך אפאר וואכן, אדער חדשים לכל היותר, וואס מ'דערזעהט זיך אין א שווערע פינאנציעלע מצב, דארף מען שניידן צו די מינימום. למשל, טאמער ביז יעצט האט מען געקענט נעמען פיש/פלייש ביז $200 א וואך, וועט מען עס שניידן צו בלויז $100 (כאפ מיך נישט ביי דעם ווייל ס'נאר א משל).

בקיצור, מ'דערזעהט זיך נישט מיט חובות פון 6 רעדלעך, פליצלינג. דאס איז א גרוב וואס מ'האט זיך אליין געגראבן, און איינער דארף נעמען אחריות דערויף און פארשטיין אז דא דארף מען ארייננעמען איינער וואס וועט מאכן סדר צו פארזיכערן אז דאס פאסירט נישט נאכאמאל.

ווער ס'האט נישט קיין פראבלעם מיט אזא הנהגה, זאל ווייטער גיבן, אבער פון מיין קוק ווינקל איז אזא ארגעניזאציע אפגעפרעגט, ווילאנג ער איז נישט מסביר וויאזוי דאס האט געקענט פאסירן.
62, בלאק אריין די קעדי
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3211
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3619

Re: הפקרות ביי צדקה וחסד ארג. און קאמפיינס

פאוסט דורך אנדערער »

דריידל האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 8:56 am גיבן צדקה פאר אלמנות וכדומה איז א געוואלדיגע זאך ועאכו"כ בדרך כבוד. ס'פעלט נישט אויס איבערצושרייבן נאכאמאל און נאכאמאל, ווייל נישט דאס איז די נידון. די רעדע איז, וויאזוי א בעל אחריות קען צולאזן זיך צו דערזען אין חובות פון מיליאנען.

פאר וועם דארף ער מסביר זיין?
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1080
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 3647

Re: הפקרות ביי צדקה וחסד ארג. און קאמפיינס

פאוסט דורך Think and Thank »

דריידל האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 8:56 am גיבן צדקה פאר אלמנות וכדומה איז א געוואלדיגע זאך ועאכו"כ בדרך כבוד. ס'פעלט נישט אויס איבערצושרייבן נאכאמאל און נאכאמאל, ווייל נישט דאס איז די נידון. די רעדע איז, וויאזוי א בעל אחריות קען צולאזן זיך צו דערזען אין חובות פון מיליאנען.

נאך אפאר וואכן, אדער חדשים לכל היותר, וואס מ'דערזעהט זיך אין א שווערע פינאנציעלע מצב, דארף מען שניידן צו די מינימום. למשל, טאמער ביז יעצט האט מען געקענט נעמען פיש/פלייש ביז $200 א וואך, וועט מען עס שניידן צו בלויז $100 (כאפ מיך נישט ביי דעם ווייל ס'נאר א משל).

בקיצור, מ'דערזעהט זיך נישט מיט חובות פון 6 רעדלעך, פליצלינג. דאס איז א גרוב וואס מ'האט זיך אליין געגראבן, און איינער דארף נעמען אחריות דערויף און פארשטיין אז דא דארף מען ארייננעמען איינער וואס וועט מאכן סדר צו פארזיכערן אז דאס פאסירט נישט נאכאמאל.

ווער ס'האט נישט קיין פראבלעם מיט אזא הנהגה, זאל ווייטער גיבן, אבער פון מיין קוק ווינקל איז אזא ארגעניזאציע אפגעפרעגט, ווילאנג ער איז נישט מסביר וויאזוי דאס האט געקענט פאסירן.

עטליכע - וגם אני בתוכם - האבן שוין געבעטן א קלארשטעלונג, וואס איז די עוולה פון בארגן געלט צו קענען טיילן פאר אידן אויב ער זעצט נישט קיינעם אן. אפשר דאך וועט איר נעמען די מי און ערקלערן פאר'ן נייגעריגן ציבור?

צולייגער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 4:53 pm איך הייס נישט ----, און איך בין נישט קיין קרוב וגואל צו דעם בעל הארגון אדער סיי וועם פון זיינע קינדער און נאנטע. אבער כ'ווער באליידיגט ווען מ'האט נישט די מינדעסטע דיגניטי צו קומען אראפרייסן אן מאכן א טראפ ריסוירטש.

מען קען רעדן צו סיי וועלכע בוטשער סטאר אדער פיש סטאר וועלכע האט א פעידזש אויף דעם קאמפיין. זייערע אפעראציעס זענען בכלל נישט קיין סוד און פארדרייט.

ניין, מ'קען נישט קויפן סתם תרטימר בשר אין די וועלט אריין, עס איז דא א חשבון און עס איז לימיטעד. ווען מ'מאכט א שמחה און מ'דארף מער, דארף די ארג. וויסן דערפון (און פראבירן עס צו דעקן עקסטער).

נישטא קיין אפערעישנס און אווערהעד, נישטא קיין לעוויש פארטי'ס און מסיבות און געשאסענע מארקעטינג. און באזונדער קריגט ער א שטארקע דיסקאונט אויף די פלייש און פיש, אזוי אז עס איז באמת "מעיד די בעסט יוז אוו די מאני", נאר וואס?! ער האט אנגעהויבן טיילן אין מערערע שטעט און געגנטער, וואס האט ארויפגעטריבן די קאסטן. ער האט זיינע פאנדרעיזינג אפעראציעס, און ער פלעגט מאכן זיין געלט און זיך אויסגלייכן איינס צוויי מאל א יאר. ער איז היבש געוואקסן, און ער האט דערפאר פארברייטערט זיין פאנדרעיזינג אפילו, אבער ער האט מיט צוויי דריי יאר צוריק (ווען נצרכים האבן זיך געטריפלט ל"ע און די גרינגע הכנסות האבן זיך אויפגעהערט) זיך געטראפן אז ער איז שארט מיט אפאר מיליאן, ער האט איינגעצויגן די פאסיק און אויפגעהערט ארייננעמען נאך משפחות אזוי גרינג, און פראבירט צו דרייען און העכערן אינקאם, למעשה איז די עקאנאמיע נישט בעסער געווארן, אראפווארפן משפחות איז נישט אזוי בא'טעמ'ט, און ער מוטשעט זיך. ער האט אביסל פארבעסערט די אפעראציעס, און איז סאך שווערער מיטן אננעמען משפחות. אבער למעשה האט ער נישט געדעקט די אלטע חובות, עטליכע בוטשער סטארס האבן פארמאכט די אקאונט לעת עתה.

כ'וויל בעטן דעם פותח האשכול זאל קומען און קלארשטעלן וואס דער בעל הארגון וואלט געדארפט טוהן אנדערש, לפחות איצט באשר הוא שם.

יישר כח.

האב איך היינט געזען די עד אינ'ם גוט מארגן, ממש ווי דו לייגסט עס אראפ:
פיילס
Screenshot 2025-09-03 214020.png
Screenshot 2025-09-03 214020.png (587.51 KiB) געזען געווארן 340 מאל
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 215
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 241

Re: הפקרות ביי צדקה וחסד ארג. און קאמפיינס

פאוסט דורך דריידל »

Think and Thank האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 9:41 pm
דריידל האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 8:56 am גיבן צדקה פאר אלמנות וכדומה איז א געוואלדיגע זאך ועאכו"כ בדרך כבוד. ס'פעלט נישט אויס איבערצושרייבן נאכאמאל און נאכאמאל, ווייל נישט דאס איז די נידון. די רעדע איז, וויאזוי א בעל אחריות קען צולאזן זיך צו דערזען אין חובות פון מיליאנען.

נאך אפאר וואכן, אדער חדשים לכל היותר, וואס מ'דערזעהט זיך אין א שווערע פינאנציעלע מצב, דארף מען שניידן צו די מינימום. למשל, טאמער ביז יעצט האט מען געקענט נעמען פיש/פלייש ביז $200 א וואך, וועט מען עס שניידן צו בלויז $100 (כאפ מיך נישט ביי דעם ווייל ס'נאר א משל).

בקיצור, מ'דערזעהט זיך נישט מיט חובות פון 6 רעדלעך, פליצלינג. דאס איז א גרוב וואס מ'האט זיך אליין געגראבן, און איינער דארף נעמען אחריות דערויף און פארשטיין אז דא דארף מען ארייננעמען איינער וואס וועט מאכן סדר צו פארזיכערן אז דאס פאסירט נישט נאכאמאל.

ווער ס'האט נישט קיין פראבלעם מיט אזא הנהגה, זאל ווייטער גיבן, אבער פון מיין קוק ווינקל איז אזא ארגעניזאציע אפגעפרעגט, ווילאנג ער איז נישט מסביר וויאזוי דאס האט געקענט פאסירן.

עטליכע - וגם אני בתוכם - האבן שוין געבעטן א קלארשטעלונג, וואס איז די עוולה פון בארגן געלט צו קענען טיילן פאר אידן אויב ער זעצט נישט קיינעם אן. אפשר דאך וועט איר נעמען די מי און ערקלערן פאר'ן נייגעריגן ציבור?
איך פראביר צו פארשטיין די גרויסע קשיא.

נארמאל ווען איינער קומט ארויס מיט א ווייגעשריי אז ער איז פארזינקן אין חובות, מיינט דאס אז האט אנגעזעצט. ער האט געבארגט אין קען נישט באצאלן = אנגעזעצט.
62, בלאק אריין די קעדי
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3211
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3619

Re: הפקרות ביי צדקה וחסד ארג. און קאמפיינס

פאוסט דורך אנדערער »

דריידל האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 11:47 pm

אריינגעלערנט פשט און יעצט מוז יענער זיך קומען פארענטפערן
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1080
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 3647

Re: הפקרות ביי צדקה וחסד ארג. און קאמפיינס

פאוסט דורך Think and Thank »

דריידל האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 11:47 pm
Think and Thank האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 9:41 pm
דריידל האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 8:56 am גיבן צדקה פאר אלמנות וכדומה איז א געוואלדיגע זאך ועאכו"כ בדרך כבוד. ס'פעלט נישט אויס איבערצושרייבן נאכאמאל און נאכאמאל, ווייל נישט דאס איז די נידון. די רעדע איז, וויאזוי א בעל אחריות קען צולאזן זיך צו דערזען אין חובות פון מיליאנען.

נאך אפאר וואכן, אדער חדשים לכל היותר, וואס מ'דערזעהט זיך אין א שווערע פינאנציעלע מצב, דארף מען שניידן צו די מינימום. למשל, טאמער ביז יעצט האט מען געקענט נעמען פיש/פלייש ביז $200 א וואך, וועט מען עס שניידן צו בלויז $100 (כאפ מיך נישט ביי דעם ווייל ס'נאר א משל).

בקיצור, מ'דערזעהט זיך נישט מיט חובות פון 6 רעדלעך, פליצלינג. דאס איז א גרוב וואס מ'האט זיך אליין געגראבן, און איינער דארף נעמען אחריות דערויף און פארשטיין אז דא דארף מען ארייננעמען איינער וואס וועט מאכן סדר צו פארזיכערן אז דאס פאסירט נישט נאכאמאל.

ווער ס'האט נישט קיין פראבלעם מיט אזא הנהגה, זאל ווייטער גיבן, אבער פון מיין קוק ווינקל איז אזא ארגעניזאציע אפגעפרעגט, ווילאנג ער איז נישט מסביר וויאזוי דאס האט געקענט פאסירן.

עטליכע - וגם אני בתוכם - האבן שוין געבעטן א קלארשטעלונג, וואס איז די עוולה פון בארגן געלט צו קענען טיילן פאר אידן אויב ער זעצט נישט קיינעם אן. אפשר דאך וועט איר נעמען די מי און ערקלערן פאר'ן נייגעריגן ציבור?
איך פראביר צו פארשטיין די גרויסע קשיא.

נארמאל ווען איינער קומט ארויס מיט א ווייגעשריי אז ער איז פארזינקן אין חובות, מיינט דאס אז האט אנגעזעצט. ער האט געבארגט אין קען נישט באצאלן = אנגעזעצט.

מוסדות סאטמאר ווילי (מהרי"י, די וועלכע האט יעצט געבויעט בנינים פאר 50 מיליאן דאלער) איז אנגעזעצט? ביים דינער הערט מען העכערע נומערן ווי זעקס מיליאן דאלער חובות אין דריי יאר.

ווען א מענטש לייגט א צעטל אין ביהמ"ד אז ער איז פארזינקען אין חובות האט ער אנגעזעצט, דהיינו ער קען זיך נישט דעקן פון די געווענליכע אינקאם אזש ער מוז גיין בעטן הילף ביי מענטשן. ווען א ביזנעס - וואס דארף זיך ווען דעקן דורך פארקויפן זיינע פראדוקטן אדער סערוויסעס - בעט געלט פון מענטשן ווייל ער איז פארזינקען אין חובות האט ער אנגעזעצט, דהיינו די הוצאות זענען מער ווי די געווענליכע הכנסות פון פארקויפן פראדוקטן אדער סערוויסעס. משא"כ אן ארגאניזאציע וואס איז מתחילה אויסגעשטעלט אז עס האט נישט קיין שום אינקאם פון פארקויפן פראדוקטן אדער סערוויסעס, און די איינציגסטע 'הכנסה' איז ארומגיין בעטן אידן נדיבי לב זיי זאלן ארויסהעלפן, איז לייגן אזא צעטל די עקוויוועלענט צו א גראסערי וואס שטעלט ארויס א צעטל "צוליב העכערע קאסטן זענען מיר געצווינגען צו העכערן די פרייזן." דער גראסערי טוט עס דורך פרובירן צו העכערן זיין געווענליכע אינקאם, און דער ארגאניזאציע פרובירט צו העכערן זיין געווענליכע אינקאם.
צולייגער
פרישער באניצער
פאוסטס: 86
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 9:57 am
x 251

Re: הפקרות ביי צדקה וחסד ארג. און קאמפיינס

פאוסט דורך צולייגער »

איך ווארט נאך צו הערן וועלכע ארג. (אדער עני צוועק פאָר דעט מעטטער) איז יא קארעקט.

מ'קען איבערקוקן מענטשנ'ס תגובות, סיי דא און סיי ערגעץ אנדערש. דא געוויסע וואס נאך פאר איינער בעט זיי עפעס האבן זיי מקדים געווען רפואה למכה און קומען מיט א הסבר אז דעם צוועק קען מען נישט טראסטן...

צדיק, זאג אפשר וועם מ'קען יא טראסטן?
צולייגער
פרישער באניצער
פאוסטס: 86
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 9:57 am
x 251

Re: הפקרות ביי צדקה וחסד ארג. און קאמפיינס

פאוסט דורך צולייגער »

Think and Thank האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 9:42 pm
צולייגער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 4:53 pm איך הייס נישט ----, און איך בין נישט קיין קרוב וגואל צו דעם בעל הארגון אדער סיי וועם פון זיינע קינדער און נאנטע. אבער כ'ווער באליידיגט ווען מ'האט נישט די מינדעסטע דיגניטי צו קומען אראפרייסן אן מאכן א טראפ ריסוירטש.

מען קען רעדן צו סיי וועלכע בוטשער סטאר אדער פיש סטאר וועלכע האט א פעידזש אויף דעם קאמפיין. זייערע אפעראציעס זענען בכלל נישט קיין סוד און פארדרייט.

ניין, מ'קען נישט קויפן סתם תרטימר בשר אין די וועלט אריין, עס איז דא א חשבון און עס איז לימיטעד. ווען מ'מאכט א שמחה און מ'דארף מער, דארף די ארג. וויסן דערפון (און פראבירן עס צו דעקן עקסטער).

נישטא קיין אפערעישנס און אווערהעד, נישטא קיין לעוויש פארטי'ס און מסיבות און געשאסענע מארקעטינג. און באזונדער קריגט ער א שטארקע דיסקאונט אויף די פלייש און פיש, אזוי אז עס איז באמת "מעיד די בעסט יוז אוו די מאני", נאר וואס?! ער האט אנגעהויבן טיילן אין מערערע שטעט און געגנטער, וואס האט ארויפגעטריבן די קאסטן. ער האט זיינע פאנדרעיזינג אפעראציעס, און ער פלעגט מאכן זיין געלט און זיך אויסגלייכן איינס צוויי מאל א יאר. ער איז היבש געוואקסן, און ער האט דערפאר פארברייטערט זיין פאנדרעיזינג אפילו, אבער ער האט מיט צוויי דריי יאר צוריק (ווען נצרכים האבן זיך געטריפלט ל"ע און די גרינגע הכנסות האבן זיך אויפגעהערט) זיך געטראפן אז ער איז שארט מיט אפאר מיליאן, ער האט איינגעצויגן די פאסיק און אויפגעהערט ארייננעמען נאך משפחות אזוי גרינג, און פראבירט צו דרייען און העכערן אינקאם, למעשה איז די עקאנאמיע נישט בעסער געווארן, אראפווארפן משפחות איז נישט אזוי בא'טעמ'ט, און ער מוטשעט זיך. ער האט אביסל פארבעסערט די אפעראציעס, און איז סאך שווערער מיטן אננעמען משפחות. אבער למעשה האט ער נישט געדעקט די אלטע חובות, עטליכע בוטשער סטארס האבן פארמאכט די אקאונט לעת עתה.

כ'וויל בעטן דעם פותח האשכול זאל קומען און קלארשטעלן וואס דער בעל הארגון וואלט געדארפט טוהן אנדערש, לפחות איצט באשר הוא שם.

יישר כח.

האב איך היינט געזען די עד אינ'ם גוט מארגן, ממש ווי דו לייגסט עס אראפ:
וואו איך וואוין קומט נישט אן די גוט מארגן... כ'האב געהערט די נומבערס און עקספלענעישן פון עפשטיינס בוטשער אין לעיקוואד.

יעדער וואס זעהט זיינע נומבערס זעהט אז ער שטייט שוין סאך בעסער (דהיינו ער האט שוין כמעט אויסגעגראדט זיינע הכנסות און הוצאות, כאטש די הוצאות זענען ארויף דראסטיש!). ס"ה האט ער אן אלטן חוב וואס ער וויל דעקן צו קענען ווייטער אנגיין.

אבער דאס האלט נישט צוריק חוש'ערס פון צו מישן א קאשע און איגנארירן די פשוט'ע און זאכליכע הסברים.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1080
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 3647

Re: הפקרות ביי צדקה וחסד ארג. און קאמפיינס

פאוסט דורך Think and Thank »

צולייגער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 1:20 am מ'קען איבערקוקן מענטשנ'ס תגובות, סיי דא און סיי ערגעץ אנדערש. דא געוויסע וואס נאך פאר איינער בעט זיי עפעס האבן זיי מקדים געווען רפואה למכה און קומען מיט א הסבר אז דעם צוועק קען מען נישט טראסטן...

איך האב אמאל געהערט א שטארקע ווארט, ווען איינער האט זיך געדראפעט אויף די גראדע ווענט צו פרעגן א קשיא, האט דער נשאל אים געזאגט: מ'טרעפט אסאך מאל 'ויש ליישב בדוחק', אבער 'ויש להקשות בדוחק' טרעפט מען נישט...
שרייב פאוסט