צייטווייליג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 19, 2026 3:47 pm
איך בין דער אחראי וואס האט דא געמעקט און איך אנטשולדיג מיך פאר יעדער וואס מיינט אז עס האט א כוונה, איך גיי זיין דאסמאל עכט טערספערענט פשוט ווייל מען זאל זעהן אז מען מיינט נישט גארנישט און קיינעם, מען מעקט ביידע זייטן אייניג, ווייל אין די אשכול איז מען זייער קעירפול אז עס זאל נישט געשעהן וואס עס איז שוין געשעהן אזויפיל מאל, און דעמאלס ווערט מען הערשט אנגעגעסן, מיט רעכט.
קוקטס נאר וואס דא איז געווען:
Screenshot 2026-02-19 143814.jpg
Screenshot 2026-02-19 143840.jpg
איך האב געלאזט די מעין קאנווערסעישן און אוועקגענומען אלעס ארום. איך ווייס אז מענטשן ווילן מען זאל הערן זייער קאמענט אבער נאכדעם איז דא זיין שכן וואס וויל די זעלבע און עס ווערט א מעסאפ. אונז לאזן נאר שרייבן נייעס, פאקטן, גארנישט קיין סתם שמועסערייען. אדרבה פליז מאכט אונז גרינגער און הייבט נישט אן. דא האט איין ניק אנגעהויבן מיט א שמועס איבער לייקס, און א צווייטער איבער ווער עס שרייבט איידל. אפילו דער וואס איז גערעכט ברענגט אבער א פעקל שמוץ דערנאך. מען קען עס נישט לאזן. איך פיל עכט שלעכט אבער דאס איז וואס מען מוז טוהן ביי דעם אשכול דא.
איך האף יעדער פארשטייט מיך, און אדרבה, מיינע מנהלים וועלן זאגן אויב איך האב געטוהן גוט.
ש'כח פאר'ן אריינקומען, גראדע מיין פאוסט איז נישט צווישן די פארמעקטע אויפ'ן בילד...
אבער ווי שוין געשריבן
דא, מיין פראבלעם איז נישט מיט'ן מעקן, איך האב נישט אינוועסטירט קיין צוויי מינוט דערין און לב טהור איז נישט מיין קינד.
מיין פראבלעם איז מיט וואס דא איז געווארן, ווי אזוי איז געווארן דא א מצב פון פליקן, שטעכן און שיסן עדיטוטד אן קיין שום אקאונטעביליטי? די הנהלה האט באשלאסן צו געבן רשות הדיבור פאר עסקנים, הארצן גערן. אבער זאלן זיי זיך צושטעלן צו די אנגענומענע פארשריפטן ווי יעדן איינעם. ס'וואלט נישט געשאדט צו געדענקען: דו ביסט א גאסט דא, פיר דיר ווי א מענטש, זאג דיר אפ דאס דייניגע (און פיץ).
אויב האבן זיי באקומען רשות צו טון מה שלבם חפץ כאדם העושה בתוך שלו קען איך באשטיין עס צו הערן.
און אין די מיענטיים האפן אז נעטפרי וועט מיר נישט אפשפארן דעם סייט נאך אזויפיל וד"ל'ס