בודקע האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 25, 2025 12:53 am
הדסים האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 25, 2025 12:29 am
זאג קלארער, ס'איז נישט געווען קיין נסיון פון ניסים (עכ"פ פאר די וואס ווייסן וואס הייסט א נס) ס'איז אבער געווען א נסיון פון נאציאנאליזם.
אה, ניין, ווייל איך האלט נישט אז ס'איז געווען א נסיון פון נאציאנאליזם
(אגעין, לענ"ד)
בודקע האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 24, 2025 2:13 pm
איראן האט עקוויפמענט, אבער נישט טאלאנט.
מדנ"י האט עקוויפמענט מיט טאלאנט.
אמעריקע האט עקוויפמענט מיט טאלאנט.
2=1+1
סאוי ווי איז דא דא צו ווערן איבער גענומען?
איך וועל מסכים זיין אויף די נקודה אז עס איז נישט קיין חידוש אז מדינת ישראל איז האט מנצח געווען. עס געווען ערווארטעט אז מדינת ישראל זאל מנצח זיין, זיי זענען שטערקער ווי איראן. אבער עס גייט מיר נישט אין קאפ אריין פארוואס דו עקשנ'סטיך אזוי איבער די חלק ההתפעלות און נאציאנאליזם.
יאר יערליך קומט פאר א פארמעסט צווישן די שטערקסטע מענטשן פון איבער די וועלט, וואס צווישן אנדערע הייבן זיי אויף ריזיגע שווערע שטיינער און שפאצירן ארום מיט דעם. לעצטענס זאגט מיר איינער, אז ער ווערט בכלל נישט נתפעל פון זיי. די חברה גייען דאך אין דזשים יארן לאנג ברציפות, נו וואס האסטו געמיינט? אויב מאכט מען עקסערסייז ווערט מען שטארק. ס'איז די טבע הבריאה!
פרעג איך אים פון וואס וואלט איר יא געכאפט התפעלות? ווען א ניי געבוירן קינד הייבט אויף א שטיין פון 800 פונט? איר ווערט נאר נתפעל פון זאכן וואס קען נישט פאסירן בדרך הטבע? פון א שיינע בעל תפילה ווערט איר נישט נתפעל ווייל דאס איז בטבע? פון א שיינע דרשה ווערט איר נישט נתפעל ווייל יענער האט זיך גוט צוגעגרייט? פון א גוטע ארטיקעל ווערט איר נישט נתפעל ווייל יענער איז ממילא א גוטע שרייבער?
די פשוטע טייטש פון התפעלות, איז אז ווען איינער טוט עפעס וואס איז impressive און דו ווערסט פון דעם impressed. ווען איינער טוט עפעס וואס דער עוורידזש מענטש קען נישט, איז דאס impressive. א מענטש ווערט impressed פון א שיינע בעל תפילה, פון א גוטע רעדנער, פון א גוטע שרייבער, אדער גאר פון א גוטע Olympic שפילער. יעדער איינער אין זאכן וואס איז אים אינטערעסאנט. דער תלמיד חכם ווערט impressed פון א גוטע ספר, און איינער וואס האלט זיך פאר א מבין אין נגינה ווערט impressed פון א שיינע ניגון. וכו' וכו'.
ווען איינער ווערט impressed פון א צווייטן, קומט דערנאך די חלק פון Admiration, דהיינו הערצה, ער קוקט יענעם ארויף. די מציאות איז אז א מענטש קוקט ארויף טאלאנט. א שיינע זינגער ווערט א סאלעברעטי, ער באקומט פענס. די גוישע גאס איז פיל מיט פענס און סאלעבראטיס, און להבדיל אין די אידיש גאס איז עס אויך דא. דער תלמיד חכם קוקט ארויף אויף דער וואס געבט ארויס א שיינע ספר, דער בעל מנגן קוקט ארויף אויפן גוטע קאפאזיטער, און אזוי ווייטער.
ווען א לאנד באווייזט שטארקייט, איז דאס impressive, און אויב איז דאס impressive, ווערסטו impressed, און דערנאך האסטו פאר זיי Admiration. איך בין מוראדיג שטארק נתפעל פון די גינגאנטישע כוחות פון אמעריקע. די כוחות וואס אמעריקע האט, איז נישט צום באשרייבן. אנדערע לענדער זענען ניטאמאל אין שאטן פון אמעריקע, נישט אין מיליטער, נישט אין עקאנאמיע, און נישט אין טעכנילאגיע. נישט אומזונסט איז אמעריקע די מערס ריספעקטפולע לאנד איבער די כדור הארץ! און איך שפיר מיך שטאלץ זיך צו איידענטיפעצירן אלץ אמעריקאנער בירגער.
די ארבעט וואס מדינת ישראל האט אראפגעלייגט ביי די קריג איז impressive. אה"נ אז זיי זענען שטערקער פון איראן, אבער עכ"ז האט מען דא געזעהן די שטארקייט און די סעפיסטעקירטקייט פון די מדינת ישראל מיליטער און זייער מוסד. זיי האבן באוויזן עפעס וואס ווייניג לענדער האבן באוויזען אין היסטאריע. יעדער האט מורא געהאט פון איראן, און זיי האבן ביז עטליכע שעה אומשעדליך געמאכט דעם שונא אויף א פארנעם וואס חוץ אמעריקע האט האט נאך קיינער נישט אזוי שנעל אומשעדליך געמאכט א שונא. זיי האבן באוויזן צו נעמען קאנטראל פון די הימלען, דיסטרויען זייער מיסל דיפענס און אנטי עירקרעפט דיפענס,זיי האבן געוויסט וואו די העכסטע פירער זענען און זיי געצילט מיט פונקליכע באמבעס, און חרוב געלייגט זייער מיסל פארבריקן קאמפלעקסעס.
איך זאג נישט אז ס'איז געווען ניסים, אבער דאס איז געווען א גאר געלונגענע אטאקע מצד די איזרעיליס. ס'איז impressive. און טאקע דאס איז די נסיון. מען זאל נישט האבן קיין Admiration פאר די מדינה וואס איז נגד השם, און זיך נישט איידענטעפעצירן מיט זייער מיליטער, כאטש זיי באווייזן גרויסע נצחונות. ס'איז זייער א גרויסע נאציאנאליסטישע נסיון. ס'איז דא א נסיון פון גלייבן אין כוחי ועוצם ידי פון די אזוי גערופענע אידישע מדינה.