לאמיר זעהן ווער עס וועט דיר ענטפערן
שוידערליכער איבערפאל אין אנטווערפן אויף מוהלים
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 47
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 4:16 pm
- Location: נעבן א קאמפוטער
- x 234
Re: שוידערליכע איבערפאל אין אנטווערפען אויף מוהלים
איך בין מיך און דו בלייב דו
און ווער ס'מיינט אז איך מיין נישט איהם מיין איך אז איך מיין דווקא יא איהם
און ווער ס'מיינט אז איך מיין נישט איהם מיין איך אז איך מיין דווקא יא איהם
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1957
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 6999
Re: שוידערליכע איבערפאל אין אנטווערפען אויף מוהלים
דער בלאט מיט אן אינטערוויו מיטן מוהל וועם מ'איז איבערגעפאלן הרב אהרן עקשטיין. (אונטן)
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 215
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2025 12:39 pm
- Location: אריין די קארנער
- x 147
Re: שוידערליכע איבערפאל אין אנטווערפען אויף מוהלים
אנטווערפן - דערנאך וואס די בית דין צדק פון ק”ק מחזיקי הדת האט ארויסגעשטעלט א קול קורא צו אלע איינוואינער אין שטאט צו זאגן עטליכע פרקי תהילים צווישן מנחה און מעריב דעם פרייטאג צונאכטס צו מבטל זיין די גזירה קעגן ברית מילה וואס הויערט אויף די קעפ פון די אנטווערפנער אידנטום, האבן זיך הונדערטער בחורים פון אלע ישיבות אין שטאט זיך פארזאמלט צו א ספעציעלע כינוס צו איינרייסן און מעורר זיין רחמי שמים אין די גרויסע אסטען שוהל אין שטאט, ערב שבת ל”ג בעומר נאכמיטאג.
נאך מנחה האט דער גאב"ד הגה"צ רבי אהרן שיף שליט"א אויפגעטרויטן מיט דברי התעוררות זיך צו מחזק זיין אין עניני תפילה און חסידישע מלבושים און אויסגערופן מיט א קול גדול דעם "שבכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו - והקב"ה מצילנו מידם" זאגנדיג אז גארנישט וועט אונז נישט בייגן פון אנהאלטן אונזער הייליגע מסורה וויאזוי צו מקיים זיין די הייליגע מצווה פון ברית מילה.
צו תהילים איז צוגעגאנגען צום עמוד הגאון רבי עמרם האניג שליט"א דומ"ץ אין קהילת מחזיקי הדת וואס האט פארגעזאגט די תהילים און די יה"ר מיט י"ג מידות, דערנאך איז מען ארויס מיט פרייליכע טענץ אויף ניגוני ל”ג בעומר, ביים כינוס זענען אויך געווען אנוועזנד אלע ראשי ישיבות פון שטאט און די צוויי מוהלים וואס די ארטיגע פאליציי האט פארלאפענע דאנערשטאג אינדערפרי דורכגעפירט די שאקירענדע אבלאוועס ביי זיי אין שטוב, הרה"ח ר׳ אהרן עקשטיין שליט"א און הרה"ח ר׳ משה דוד לאנדא שליט"א.

- פאוסטס: 51
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 2:45 pm
- Location: Monsey
- x 79
Re: שוידערליכע איבערפאל אין אנטווערפען אויף מוהלים
וואס איז טאקע געבליבן מיט די מוהלים?
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 179
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:07 am
- x 315
Re: שוידערליכע איבערפאל אין אנטווערפען אויף מוהלים
אה דאס איז ער... כ'געדענק אים נאר מיטן בארד....איך ווייס האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 16, 2025 10:23 amאבער דערנאך איז ער געווארן א ציוני אויף א קציוניתדיג'ע אופן
בשעתו האט מען געזאגט אז ווען ער איז געווען אין איראן האבן זיי עם נישט געוואלט ארויסלאזן, (זיי האבן געטענה'ט אז ער איז א שפיאן), און דאס איז געווען די סיבה פארוואס ער האט זיך אזוי געטוישט.
יעצט זעהט מען אז דער פארשוין איז פשוט א קציוני, וועלעכע זאך ער טוהט, טוהט ער עד הסוף, אבער בעצם זיינע שיטות זענען נישט אזוי פעלזן פעסט.
כ'גלייב ס'האט גארנישט מיט שיטות צוטיען, ער איז סתם א באקאנטע מעשיגענער הינגעריג פאר עטענשן מיט א קליינע IQ,
דאס איז מן הסתם נקמה צו נעמען, ווי איך געדענק גירסה דינקותא, נאך וואס ער האט געדארפט אנטלויפן פון וויען איבער די רדיפות אויף אים מען האט ארויסגעווארפן זיינע קינדער פון די מוסדות, נאכדעם וואס ער איז געווען אין איראן מיט נטורי קרתא (לאו דוקא, איך געדענק ער איז געפארן מדעת עצמו, נ.ק. האט זיך דאן אפגעשאקלט פון אים, ווי מען געדענקט ער האט גערעדט אין א מייק שב"ק...), דאן איז ער געקומען קיין אנטווערפן צו מאכן א ברית ביים רב, און דער רב האט אים נישט געוואלט מאכן דעם ברית
כ'גלייב אז יעצט איז ער גובה חובו
נעמט א טייל אין די קאמפיין פון מיין פריינט
איין צדקה, צוויי פאר אויגן!