בלאט 2 פון 9
Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן
געפאוסט: מאנטאג אפריל 28, 2025 10:56 am
דורך מאירוואלף
פאקיסטאן'ס אויסערן מיניסטער ביי א זיצונג:
"פאקיסטאן וועט נעמען אלע נויטיגע שריט צו באשיצן די רעכטן פון איר חלק פון די וואסער, וואס איז גאראנטירט דורך דעם אינדוס וואסער אפמאך. פאקיסטאן וועט שטופן פאר דער פולער דורכפירונג פון דעם אפמאך צו פארזיכערן דעם שוץ פון אירע וואסער רעכטן".
Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן
געפאוסט: מאנטאג אפריל 28, 2025 11:38 am
דורך מאירוואלף
כינע האט געבעטן אינדיע און פאקיסטאן זיך צו באהערשן אין קאשמיר, רופענדיג פאר רואיגקייט און דיאלאג צו באהאנדלען די חילוקי דעות נאך די שיסעריי אויסטוישן צווישן די צוויי לענדער פאר די פערטע נאכט אין א ריי אין די סכסוך אין קאשמיר.
Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן
געפאוסט: מאנטאג אפריל 28, 2025 12:44 pm
דורך מאירוואלף
פאקיסטאן'ס אויסערן מיניסטער אישאק דאר האט גערעדט מיטן אויסערן מיניסטער פון קאטאר איבער רעגיאנאלע ענינים און אינדיע'ס אקציעס. קאטאר האט באטאנט די וויכטיגקייט פון דיאלאג און דיפלאמאטיע צו לייזן קאנפליקטן צווישן לענדער.
Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן
געפאוסט: מאנטאג אפריל 28, 2025 12:48 pm
דורך מאירוואלף
ארדואן פון טערקיי דרוקט אויס זיי 'שטארקע שטיצע' פאר די פאקיסטאנער פאלק.
Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן
געפאוסט: מאנטאג אפריל 28, 2025 12:54 pm
דורך מאירוואלף
די אינדיאנער ארמיי האט געגעבן מיליטערישע טרענירונג פאר די לאקאלע איינוואינער ביי די גרעניץ געגנטער כל כל צרה שלא תבוא.
Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן
געפאוסט: מאנטאג אפריל 28, 2025 1:39 pm
דורך מאירוואלף
פאקיסטאן'ס פארטיידיגונגס מיניסטער זאגט אז קריג קען אויסברעכן אין 2-4 טעג.
"די וואלקענעס פון מלחמה זאמלען זיך אן איבער די געגנט."
Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן
געפאוסט: מאנטאג אפריל 28, 2025 6:17 pm
דורך הדסים
פאקיסטאן האט גענומען אחריות אויפן טעראר אטאקע?
Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן
געפאוסט: דינסטאג אפריל 29, 2025 12:11 pm
דורך מאירוואלף
הדסים האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 28, 2025 6:17 pm
פאקיסטאן האט גענומען אחריות אויפן טעראר אטאקע?
פארקערט. געלייקנט סיי וועלכע שייכות.
Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן
געפאוסט: דינסטאג אפריל 29, 2025 12:19 pm
דורך מאירוואלף
דער אינדיאנער פרעמיער מיניסטער מאודי האט יעצט אין א זיצונג מיט די זיכערהייט פירער געגעבן פאר די אינדיאנער מיליטער די פולשטענדיגע פרייהייט אויסצוקלויבן די פאסיגע רעאקציע קעגן פאקיסטאן, סיי איבער די ריכטיגע צייט און סיי איבער וועלכע סארט רעאקציע צו נעמען.
Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן
געפאוסט: דינסטאג אפריל 29, 2025 1:53 pm
דורך מאירוואלף
אינדיע האט אינפארמירט די יו-ען אז זי פלאנירט צו נעמען מיליטערישע אקציעס קעגן די טעראריסטן, זייערע פירער און זייערע שטיצער.
Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן
געפאוסט: דינסטאג אפריל 29, 2025 1:55 pm
דורך מאירוואלף
דער יו-ען סעקרעטאר גענעראל אנטאניא גוטערעש דריקט אויס "טיפע זארג איבער די שטייגענדע שפאנונגען צווישן אינדיע און פאקיסטאן".
Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן
געפאוסט: דינסטאג אפריל 29, 2025 1:56 pm
דורך פופציגער
מאירוואלף האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 29, 2025 1:55 pm
דער יו-ען סעקרעטאר גענעראל אנטאניא גוטערעש דריקט אויס "טיפע זארג איבער די שטייגענדע שפאנונגען צווישן אינדיע און פאקיסטאן".
זארג אויסגעדרוקט סוקסעספול.
א דאנק אייך, מיסטער אנטאניא.
מיר וואלטן נישט געקענט אן דיין הילף.
Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן
געפאוסט: דינסטאג אפריל 29, 2025 1:56 pm
דורך מאירוואלף
פאקיסטאן האט פארלעצט דעם וואפן-שטילשטאנד אין פארגוואל אויף דער אינטערנאציאנאלער גרענעץ (IB) אין דזשאמו'ס אכנור סעקטאר.
די אינדיאנער ארמיי נעמט נקמה.
דאס איז דער ערשטער מאל וואס פאקיסטאן האט פארלעצט דעם וואפן-שטילשטאנד אויף דער אינטערנאציאנאלער גרענעץ (IB) נאך דעם פאהאלגאם טעראר אטאקע.
Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן
געפאוסט: דינסטאג אפריל 29, 2025 2:45 pm
דורך בודקע
@מאירוואלף , א גרויסע שכח פארן קיעפן אפדעיטעט דעם ציבור!!
כה לחי!
(פרעג מיך נישט וואס ס'מיינט כה לחי..)
Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן
געפאוסט: דינסטאג אפריל 29, 2025 4:06 pm
דורך פשוט און גראד
מאירוואלף האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 28, 2025 12:48 pm
ארדואן פון טערקיי דרוקט אויס זיי 'שטארקע שטיצע' פאר די פאקיסטאנער פאלק.
שוין צייט איהם ארויס צו טראסקענען פון נאטא
Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן
געפאוסט: דינסטאג אפריל 29, 2025 4:07 pm
דורך פשוט און גראד
מאירוואלף האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 28, 2025 11:38 am
כינע האט געבעטן אינדיע און פאקיסטאן זיך צו באהערשן אין קאשמיר, רופענדיג פאר רואיגקייט און דיאלאג צו באהאנדלען די חילוקי דעות נאך די שיסעריי אויסטוישן צווישן די צוויי לענדער פאר די פערטע נאכט אין א ריי אין די סכסוך אין קאשמיר.
פינג טראמפ
Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן
געפאוסט: דינסטאג אפריל 29, 2025 4:41 pm
דורך נין
די פאקיסטאנער אינפארמאציע מיניסטער זאגט אז ער גייט געבן א גאר וויכטיגע פרעסע קאנפרענס אין די נעקסטע פאר מינוט, עס איז יעצט 1:30 פארטאגס דארט
Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן
געפאוסט: דינסטאג אפריל 29, 2025 4:43 pm
דורך פשוט און גראד
איינער מיט א מקור (לכתחלה א זוהר וכדו') אז א מלחמה צווישן פאקיסטאן - אינדיע איז פון די סימני הגאולה???
נישט אייגענס
Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן
געפאוסט: דינסטאג אפריל 29, 2025 4:44 pm
דורך בודקע
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 29, 2025 4:06 pm
מאירוואלף האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 28, 2025 12:48 pm
ארדואן פון טערקיי דרוקט אויס זיי 'שטארקע שטיצע' פאר די פאקיסטאנער פאלק.
שוין צייט איהם ארויס צו טראסקענען פון נאטא
נישט ווילאנג טראמפ איז אין מאכט, ווי איך פארשטיי גלייכט אים טראמפ זייער שטארק (איינס פאר די בעסטע פרענד, איינס נאך פוטין)

פשוט און גראד האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 29, 2025 4:43 pm
איינער מיט א מקור (לכתחלה א זוהר וכדו') אז א מלחמה צווישן פאקיסטאן - אינדיע איז פון די סימני הגאולה???
נישט אייגענס
וועיט פאר פינטאו
Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן
געפאוסט: דינסטאג אפריל 29, 2025 4:48 pm
דורך פשוט און גראד
א פאטענטשעל בענעפיט פון אזא מלחמה .
די סקעמערס וועלן מיר אויפהערן רופן 15 מאל א טאג
Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן
געפאוסט: דינסטאג אפריל 29, 2025 4:48 pm
דורך פשוט און גראד
בודקע האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 29, 2025 4:44 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 29, 2025 4:06 pm
מאירוואלף האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 28, 2025 12:48 pm
ארדואן פון טערקיי דרוקט אויס זיי 'שטארקע שטיצע' פאר די פאקיסטאנער פאלק.
שוין צייט איהם ארויס צו טראסקענען פון נאטא
נישט ווילאנג טראמפ איז אין מאכט, ווי איך פארשטיי גלייכט אים טראמפ זייער שטארק (איינס פאר די בעסטע פרענד, איינס נאך פוטין)
סתם טראמפ טאלק.
Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן
געפאוסט: דינסטאג אפריל 29, 2025 4:55 pm
דורך בודקע
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 29, 2025 4:48 pm
בודקע האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 29, 2025 4:44 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 29, 2025 4:06 pm
שוין צייט איהם ארויס צו טראסקענען פון נאטא
נישט ווילאנג טראמפ איז אין מאכט, ווי איך פארשטיי גלייכט אים טראמפ זייער שטארק (איינס פאר די בעסטע פרענד, איינס נאך פוטין)
סתם טראמפ טאלק.
אבער פאר א טשעינדזש איז עס אויך אמת
Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן
געפאוסט: דינסטאג אפריל 29, 2025 5:07 pm
דורך מאירוואלף
נין האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 29, 2025 4:41 pm
די פאקיסטאנער אינפארמאציע מיניסטער זאגט אז ער גייט געבן א גאר וויכטיגע פרעסע קאנפרענס אין די נעקסטע פאר מינוט, עס איז יעצט 1:30 פארטאגס דארט
ער סטראשעט!
Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן
געפאוסט: דינסטאג אפריל 29, 2025 11:12 pm
דורך מאירוואלף
אינדיע טעלעוויזיע באריכטעט אז פאקיסטאן'ס 12טע, 19טע, און 23סטע אינפאנטרי דיוויזיעס זענען מאביליזירט געווארן לעבן דזשאמו און קאשמיר, אלס א טייל פון די פארגרעסערטע טרופן צאל לענגאויס דער אינדיע פאקיסטאן גרעניץ. דאס נעמט אריין אינפאנטרי, ארטילעריע, און ספעציעלע כוחות, וואס רופט ארויס זארגן איבער א עסקעלאציע.