חתונה מאכן, תקנות, וכדומה
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
איך קען נישט מער ווי צושטימען.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 18, 2025 2:46 pmמצדי זאל מען אפשטעלן די באווארפן'ס, הגם ביי אסאך משפחות איז עס א אויסטערלישע זאך אז די משפחה קומט זיך אמאל צוזאם, מ'קען בכלל נישט חוזק מאכן אדער עס אוועקמאכן במחי יד, אבער דאך צוליב די געלט וואס ס'קאסט און רובא דרובא מענטשן מוטשען זיך, איז דאס פאסיג צו שניידן.שמח בחלקו האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 18, 2025 2:40 pmאיך האב געמאכט א באווארפן א צייט צוריק און "קיינעם" נישט גערופן. בלויז די צוויי זיידעס (חתן'ס זייט) זענען געווען ביים סעודה. עס איז ניטאמאל געווען קיין צען ביים בענטשן.להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 18, 2025 2:25 pm
באווארפן ווענצעך וואס א וואך עס איז נישט קיין כלל
אבער שבת שבע ברכות איז א גרויסער רוב אין א זאל
איך האב שוין טאקע לאנג נישט מיטגעהאלטן קיין באווארפן אין די משפחות, אבער עס קריכט מיר נישט אריין אין קאפ פארוואס מען דארף ארויסנעמען א זאל וכדו', מאך עס בלויז פאר די געשוויסטער פונעם חתן, רוף די זיידעס מצד החתן, און די איבריגע זאלן אריבערקומען צו א באטע / פארשפיל אויף נאך די סעודה פאר וועם עס איז מעגליך.
עס איז נאכנישט דא קיין שבע ברכות, ער איז בסך הכל א בחור פאר די חתונה, מיט נאך עטליכע מנהגים אלס אריינפיר צו די חתונה, אבער קיין שמחת חתן וכלה איז נאכנישט דא.
מוז איך נישט אלעס פארשטיין.
(כ'האב געזוכט די חתונה תקנות אשכול און נישט געפונען מוז איך פירן דעם שמועס ווייטער דא)
פארוואס דארף מען בכלל רופן איינעם?
א שבת שבע ברכות דארף מען כאטש מנין, עס איז א מנהג צו פראווען שבת שבע ברכות (לאפוקי וואכן שבע ברכות וואס דער רבי דער ברך משה האט שוין פארפירט אז דאס איז אן אמעריקאנער מנהג)
איין זאך וואלט איך נאר געבעטן, מ'זאל ענדערשט אינגאנצן אוועקניידן א זאך, ווי איידער מאכן חזירי'ש. אנטשולדיגט פאר'ן אויסדרוק.
כלומר. איך וואלט אסאך מער הנאה געהאט ווען ס'וואלט בכלל נישט געווען מער קיין תנאים'ס, ווי מען מאכט א יא תנאים און מ'רופט יא מענטשן אבער מ'דארף זיך דארט מצער זיין אז מ'קען נישט אויפנעמען געסט פון די נאנט און ווייט מיט א ווארים שטיקל קוגל, אדער זעצן אויף א נארמאלע טיש וואו ער קען כאפן א שמועס מיט זיינע געשוויסטער.
עניית דעתי השפל.
כ’זוך נאך די סיבה פארוואס אין די וועלט מ’מאכט א תנאים, אויב איז ניטאמאל דא פלאץ צו זיצן און טועם זיין נעכטיגע ראגעלעך.
נישט שייך צו מבטל זיין דעם תנאים פאראדע אינגאנצן?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
Re: חתונה מאכן, תקנות, וכדומה
און כבין שארף מחולק אויף די 40 אלפים. מ’מוז שניידן נאך מער.
ובזה יצאתי חובת מחאתי (הא? חובת וועמען?)
ובזה יצאתי חובת מחאתי (הא? חובת וועמען?)
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2274
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 7111
Re: חתונה מאכן, תקנות, וכדומה
ממוז שניידן מער אבער במציאות, וויפיל קאסט בלויז קליידונג צו לעבן אנדערטהאלבן וואך נישט געטשאוקד?
א ביליגע אכצענער שטריימל, איין היט ווייל פאר ספעיר קען ער נוצן פון אלס בחור, נייע ברילן, וכו'
פלעינע מענטשליכע שטאפיר קאסט שוין עטליכע אלפים, דירה געלט קאסט אויך, א חתונה מדריך קאסט געלט, די באווארפן קידוש קאסט געלט וכו' און איך רעד נאר פון מינימום שבמינימום.
די ריזיגע זילבערנע מנורות קען מען מאכן קלענער, וכו' איך בין אריינגעפאלן מיט א מנורה וואס איז נישט אהער און נישט אהין... פונקט נישט צו זיין העכער 3 טפחים און אונטער 10 אזוי פונקט נישט...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
Re: חתונה מאכן, תקנות, וכדומה
גיב אכטונג ווען דו רעדסט פון דיין מנורה סייז, ס'קען ארויסגעבן דיין יארגאנג...להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 21, 2025 5:19 amממוז שניידן מער אבער במציאות, וויפיל קאסט בלויז קליידונג צו לעבן אנדערטהאלבן וואך נישט געטשאוקד?
א ביליגע אכצענער שטריימל, איין היט ווייל פאר ספעיר קען ער נוצן פון אלס בחור, נייע ברילן, וכו'
פלעינע מענטשליכע שטאפיר קאסט שוין עטליכע אלפים, דירה געלט קאסט אויך, א חתונה מדריך קאסט געלט, די באווארפן קידוש קאסט געלט וכו' און איך רעד נאר פון מינימום שבמינימום.
די ריזיגע זילבערנע מנורות קען מען מאכן קלענער, וכו' איך בין אריינגעפאלן מיט א מנורה וואס איז נישט אהער און נישט אהין... פונקט נישט צו זיין העכער 3 טפחים און אונטער 10 אזוי פונקט נישט...
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן
וואס איז דאס מצא טוב אין קורצן
אונז האמיר שוין געהאט חתונה תקנות פון קהילות
מ'האמיר שוין געהאט א כח היחיד ווער געדענקט דען נישט די בארימטע קערקטערס שמאי און גמליאל?....
מ'האמיר שוין געהאט יחדיו
איז דאס א נייע חידוש? וואס וויל מען איינפירן? און וויאיזוי גייט מען דאס אינפארסירן?
וואס מאכט אויס א קו''ק פון הונדרעטער רבנים ? וועם איז עס מחייב? סתם ס'זאל זיין וואס נאך מ'קען מכחיש זיין?

אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
נפשי חולת אהבתך....
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן
אביסל פון וואס איך פארשטיי, איז אז זיי צילן די בחורים און די מיידלעך גראד, אז זיי זאלן זיין דער וואס וויל דאס.דעת קדשי האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 02, 2025 1:29 am וואס איז דאס מצא טוב אין קורצן
אונז האמיר שוין געהאט חתונה תקנות פון קהילות
מ'האמיר שוין געהאט א כח היחיד ווער געדענקט דען נישט די בארימטע קערקטערס שמאי און גמליאל?....
מ'האמיר שוין געהאט יחדיו
איז דאס א נייע חידוש? וואס וויל מען איינפירן? און וויאיזוי גייט מען דאס אינפארסירן?
וואס מאכט אויס א קו''ק פון הונדרעטער רבנים ? וועם איז עס מחייב? סתם ס'זאל זיין וואס נאך מ'קען מכחיש זיין?
כ'מיין אז די איידיע איז, אז זיי וועלן אליינס אריינברענגן א ריזיגע שיפמענט פון פערניטשער, און ווען מען ברענגט אזוי סאך, באקומט מען עס פאר סאך ביליגער, וועט מען עס קענען פארקויפן פאר ביליגער.
עפעס אז מען זאל קענען חתונה מאכן מיט געהעריגע שיינע זאכן פאר ביליג.
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן
אז זיי פרעגן מיר זאלן זיי אריינברענגען ריזיגע שיפמענטס פון אייקיע פורניטשער, ס'קען אויסקומען ביליגערפעינטיג האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 02, 2025 2:03 amאביסל פון וואס איך פארשטיי, איז אז זיי צילן די בחורים און די מיידלעך גראד, אז זיי זאלן זיין דער וואס וויל דאס.דעת קדשי האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 02, 2025 1:29 am וואס איז דאס מצא טוב אין קורצן
אונז האמיר שוין געהאט חתונה תקנות פון קהילות
מ'האמיר שוין געהאט א כח היחיד ווער געדענקט דען נישט די בארימטע קערקטערס שמאי און גמליאל?....
מ'האמיר שוין געהאט יחדיו
איז דאס א נייע חידוש? וואס וויל מען איינפירן? און וויאיזוי גייט מען דאס אינפארסירן?
וואס מאכט אויס א קו''ק פון הונדרעטער רבנים ? וועם איז עס מחייב? סתם ס'זאל זיין וואס נאך מ'קען מכחיש זיין?
כ'מיין אז די איידיע איז, אז זיי וועלן אליינס אריינברענגן א ריזיגע שיפמענט פון פערניטשער, און ווען מען ברענגט אזוי סאך, באקומט מען עס פאר סאך ביליגער, וועט מען עס קענען פארקויפן פאר ביליגער.
עפעס אז מען זאל קענען חתונה מאכן מיט געהעריגע שיינע זאכן פאר ביליג.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4823
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 14382
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן
פאר איינער וואס וויל גיין עכט ביליג איז עס טאקע א בעסערע אפציע.
אין די וואך שרייבן זיי אז דער ערשטער מחותן וואס איז אינגאנצן געגאנגען מיט זייער מהלך האט חתונה געמאכט פאר צווישן פופציג און זעכציג טויזנט, כדענק נישט די פונקטליכע נומער.
איך האב חתונה געהאט פאר אביסל מער ווי 45... קען זיין א כלה איז טייערער, קען זיין פון יאר צו יאר ווערן די נומערן העכער, אבער אייקיע שענק וכדו' איז דעפענעטלי ביליגער ווי די ביליגסטע פורניטשער.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 454
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 12:30 pm
- Location: Palm Tree
- x 1100
Re: חתונה מאכן, תקנות, וכדומה
די אויבער חכם אלזער קרויס האט שוין אנגעהויבן א פרישע מלחמה אקעגן מצה טוב חתונה פלאן
Re: חתונה מאכן, תקנות, וכדומה
ס'האט ענליכע סוקסעס שאנסן צו יחדיו ירננו
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1550
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 6074
Re: חתונה מאכן, תקנות, וכדומה
יחדיו ירננו האט געהאט איין סיבה פארוואס עס האט זיך אפגעשטעלט, און דאס איז: פאנדינג.
זיי האבן געהאט א געוויסע גביר וואס האט זיי פארשפראכן אז ער וועט פינאנצירן דעם גאנצן קאמפיין, און ווען זאכן האבן שוין געהאלטן אין די לעצטע פאזעס פון געשעהן פאקטיש, און אין דעם איז אריינגערעכנט גאר אסאך, טייל וואס איז שוין דעמאלטס געווען באקאנט, און גאר אסאך פראיעקטן וואס זענען שוין געווען גאר נאנט צום מציאות, האט דער גביר זיך ארויסגעצויגן דערפון, וואס האט צעווארפן אלע קארטן, דאס קען דיר מעיד זיין יעדער וואס איז געווען דאן פארמישט.
גארנישט קיין שייכות מיט דער עצם געדאנק.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 454
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 12:30 pm
- Location: Palm Tree
- x 1100
Re: חתונה מאכן, תקנות, וכדומה
וויפיל שאנסן פאר סוקסעס האט די פלאן פון אלזער קרויס
ס'איז נישט דא קיין מציאות צו מאכן אז יעדער זאל טון וואס ער וויל לויט וויפיל געלט ער האט
רוב מענטשן וועלן בדרך כלל גיין מיט די מידה בינונית (סטענדערט בל''ז) אזוי איז די נעטאר ווי אזוי א מענטש איז בשאפן געווארן
אפ' אויב איינער וויל יא גיין ביליג האט ער ביז היינט נישט געהאט קיין נערמאלע אויסוואל (אין אקיע קען מען נישט קויפן א שאנק וואס איז געמאכט צו האלטן זילבער)
Re: חתונה מאכן, תקנות, וכדומה
נאר קלארצושטעלן איך בין נישט באקאנט פונקטליך מיט זיינע שיטות און פלענער, אויב ער האט...
אבער כח היחיד האט געהאט שיינע סוקסעסן.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 454
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 12:30 pm
- Location: Palm Tree
- x 1100
Re: חתונה מאכן, תקנות, וכדומה
Re: חתונה מאכן, תקנות, וכדומה
אראפגעשפילטע סטאנדארטן (וואס איז געקומען צו אן ענדע מוצאי קאוויד), ריזיגע אויפוואכונג צווישן די בחורים אין ישיבות צו סטאפן פארלאנגען די נאנסענס, קאנפידענץ פאר מענטשן וואס ווילן אליין שפארן,
אסאך זאכן זענען שוין זייט דעמאלט געווארן אפשענעל אריינגערעכנט פורניטשור (וואס ס'איז מיר בעצם א פלא אז מ'ברענגט אריין ביליגע, גאר אסאך מענטשן קויפן שוין היינט נישט קיין 'עכטע' פורניטשור ס'קען סתם הייבן די סטאנדארט) און שבת באווארפן.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן
כ'מיין אז די צוויי זאכן האבן קיין שייכות, און קענען נישט ווערן געמישט.פעינטיג האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 02, 2025 2:03 amאביסל פון וואס איך פארשטיי, איז אז זיי צילן די בחורים און די מיידלעך גראד, אז זיי זאלן זיין דער וואס וויל דאס.דעת קדשי האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 02, 2025 1:29 am וואס איז דאס מצא טוב אין קורצן
אונז האמיר שוין געהאט חתונה תקנות פון קהילות
מ'האמיר שוין געהאט א כח היחיד ווער געדענקט דען נישט די בארימטע קערקטערס שמאי און גמליאל?....
מ'האמיר שוין געהאט יחדיו
איז דאס א נייע חידוש? וואס וויל מען איינפירן? און וויאיזוי גייט מען דאס אינפארסירן?
וואס מאכט אויס א קו''ק פון הונדרעטער רבנים ? וועם איז עס מחייב? סתם ס'זאל זיין וואס נאך מ'קען מכחיש זיין?
כ'מיין אז די איידיע איז, אז זיי וועלן אליינס אריינברענגן א ריזיגע שיפמענט פון פערניטשער, און ווען מען ברענגט אזוי סאך, באקומט מען עס פאר סאך ביליגער, וועט מען עס קענען פארקויפן פאר ביליגער.
עפעס אז מען זאל קענען חתונה מאכן מיט געהעריגע שיינע זאכן פאר ביליג.
פורניטשור פאר ביליג האט מען שוין געטוהן עטליכע מאל, און נישט עכט מצליח געוועהן מחמת כמה טעמים.
ווי האט מיר איינער געזאגט - ווען איך וועל חתונה מאכן וועט שוין סייווי זיין די נעקסטע ביליגע ווערהאוז ווייל מצא טוב וועט שוין זיין טייער...
אייקיע פורניטשור איז נישט אזוי פשוט, שוין בעסער צו מחליט זיין אז מ'קען זיך באגיין אן פורניטשור בכלל.
די איינציגסטע חידוש וואס איך זעהן אין מצא טוב איז טאקע די נושא פון טארגעטן די בחורים און מיידלעך.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
Re: חתונה מאכן, תקנות, וכדומה
@דעת קדשי אריינגעפירט די שמועס אהער ביטע אנטשולדיגן,
אויב דייקא געוואלט דארט ביטע לאזן וויסן
אויב דייקא געוואלט דארט ביטע לאזן וויסן
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4823
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 14382
Re: חתונה מאכן, תקנות, וכדומה
ווען איינער טוט, רייס נישט אראפ, רעכן נישט די סוקסעס ראטעס, לאז יענעם טון.
דאס איז בעצם זיינע אייגענע ווערטער, ווען איינער קאנפראנטירט אים איבער זיינע דורכגעפאלענע פראיעקטן, דעמאלטס פארשטייט ער אז דער וואס טוט נישט וועט זיכער נישט אנקומען, כאטש פרוביר וכו' וגו', אבער ווען איינער טוט עס אויף א וועג וואס ער האלט אז ס'איז נישט די ריכטיגע, ברויך ער אטאקירן און אראפרייסן.
נאַט נייס.
Re: חתונה מאכן, תקנות, וכדומה
ריכטיג, הגם פורניטשור מיין איך אז ס'וועט נאר זיין שאדן, עכ"ז קומט נישט אראפצורייסן נאך איידער יענער האט א שאנס מצליח צו זיין.שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 04, 2025 11:34 pmווען איינער טוט, רייס נישט אראפ, רעכן נישט די סוקסעס ראטעס, לאז יענעם טון.
דאס איז בעצם זיינע אייגענע ווערטער, ווען איינער קאנפראנטירט אים איבער זיינע דורכגעפאלענע פראיעקטן, דעמאלטס פארשטייט ער אז דער וואס טוט נישט וועט זיכער נישט אנקומען, כאטש פרוביר וכו' וגו', אבער ווען איינער טוט עס אויף א וועג וואס ער האלט אז ס'איז נישט די ריכטיגע, ברויך ער אטאקירן און אראפרייסן.
נאַט נייס.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
Re: חתונה מאכן, תקנות, וכדומה
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 04, 2025 11:34 pmווען איינער טוט, רייס נישט אראפ, רעכן נישט די סוקסעס ראטעס, לאז יענעם טון.
דאס איז בעצם זיינע אייגענע ווערטער, ווען איינער קאנפראנטירט אים איבער זיינע דורכגעפאלענע פראיעקטן, דעמאלטס פארשטייט ער אז דער וואס טוט נישט וועט זיכער נישט אנקומען, כאטש פרוביר וכו' וגו', אבער ווען איינער טוט עס אויף א וועג וואס ער האלט אז ס'איז נישט די ריכטיגע, ברויך ער אטאקירן און אראפרייסן.
נאַט נייס.
א קלאפ אין פלייצע פאר יעדער וואס פראבירט!
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1831
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 3140
Re: חתונה מאכן, תקנות, וכדומה
געהערט א געדאנק, כ‘מיז זאגען ס‘איז בכלל נישט אפגעפרעגט..
חתן כלה זאלען אליינס זיך זארגען פאר זייער שמחה..
חתן כלה זאלען אליינס זיך זארגען פאר זייער שמחה..
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4823
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 14382
Re: חתונה מאכן, תקנות, וכדומה
געליינט אמאל א געדאנק אז די געלט פאר די חתונה זאל ווערן אויסגעבארגט און די חתן כלה זאלן עס באצאלן אין פעימענטס דורכאויס די יארן. כמובן גארנישט געווארן דערפון.פשוט און גראד האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 05, 2025 1:05 am געהערט א געדאנק, כ‘מיז זאגען ס‘איז בכלל נישט אפגעפרעגט..
חתן כלה זאלען אליינס זיך זארגען פאר זייער שמחה..
און עס וועט לכאורה קיינמאל נישט ווערן עפעס דערפון, אנלעסס מען האט חתונה ביי די פינף און צוואנציג/דרייסיג... קענסט נישט פארלאנגען אזאנע יונגע קאפלס זיך צו פאר'חובות'ן פארן לעבן. און אפילו אויב אין לאגיק קענסטו אפשר יא, וועט עס נישט ארבעטן אין פראקטיק.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1831
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 3140
Re: חתונה מאכן, תקנות, וכדומה
וואס עפעס?שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 05, 2025 1:13 amגעליינט אמאל א געדאנק אז די געלט פאר די חתונה זאל ווערן אויסגעבארגט און די חתן כלה זאלן עס באצאלן אין פעימענטס דורכאויס די יארן. כמובן גארנישט געווארן דערפון.פשוט און גראד האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 05, 2025 1:05 am געהערט א געדאנק, כ‘מיז זאגען ס‘איז בכלל נישט אפגעפרעגט..
חתן כלה זאלען אליינס זיך זארגען פאר זייער שמחה..
און עס וועט לכאורה קיינמאל נישט ווערן עפעס דערפון, אנלעסס מען האט חתונה ביי די פינף און צוואנציג/דרייסיג... קענסט נישט פארלאנגען אזאנע יונגע קאפלס זיך צו פאר'חובות'ן פארן לעבן. און אפילו אויב אין לאגיק קענסטו אפשר יא, וועט עס נישט ארבעטן אין פראקטיק.
אז מ‘וואקסט אויף דערמיט אין ס‘איז די נארם..
מאכט אסאך מער סענס די קינדער זיך צו פארזארגען פאר זיי אליינס, ווערסעס א טאטע פאר 10 קינדער,
ביסיידס די פוינט, אלע תקנות וכו‘ וועלן מער נישט זיין נוגע