עקסקלוסיוו: משתה היין #2!!! פורים תשפ"ה
Re: עקסקלוסיוו: משתה היין #2!!! פורים תשפ"ה
איינער ווייסט ווען די אלבום קומט ארויס?
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5951
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 12874
Re: עקסקלוסיוו: משתה היין #2!!! פורים תשפ"ה
מורי.
ורבותי.
לא דרשה קאתינא.
לא איש דברים אנוכי.
בזכות זה זאל דער אויבערשטער העלפן.
נאר, פאר איך בין מסיים וויל איך זאגן.
איך ווייס? איך זאל זאגן? או לי אימוימער אוי לי אימוימוימער.
איך זאג נישט גארנישט, טוט אליינס וואס ענק ווילן און זייטסזשע מיר אלע געזונט, און האט א פרייליכן פורים!!!
אופס, שיעור פארגעסן: ס'וועט האפנטליך זיין אין די קלייטן אויף פרייטאג ראש חודש אדר!
2 אפציעס: משתה היין חלק ב', אדער, משתה היין הגדול (ביידע חלקים אויסגעמישט, פריש איינגעטיילט די טרעקס).

וויאזוי ארבעט דעס, די טרעקס לויפן געשמירט אריין איינס אין צווייטן אפילו ס'איז נישט געווארן ערעינדזד צוזאמען?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 24, 2025 5:14 pm
משתה היין הגדול (ביידע חלקים אויסגעמישט, פריש איינגעטיילט די טרעקס).
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5951
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 12874
Re: עקסקלוסיוו: משתה היין #2!!! פורים תשפ"ה
אמממם... כ'ווייס אויכנישט.וואוילער האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 24, 2025 5:37 pmוויאזוי ארבעט דעס, די טרעקס לויפן געשמירט אריין איינס אין צווייטן אפילו ס'איז נישט געווארן ערעינדזד צוזאמען?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 24, 2025 5:14 pm
משתה היין הגדול (ביידע חלקים אויסגעמישט, פריש איינגעטיילט די טרעקס).
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5951
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 12874
Re: עקסקלוסיוו: משתה היין #2!!! פורים תשפ"ה
איך האב אנגעפרעגט, און דאס איז די תשובה:וואוילער האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 24, 2025 5:37 pmוויאזוי ארבעט דעס, די טרעקס לויפן געשמירט אריין איינס אין צווייטן אפילו ס'איז נישט געווארן ערעינדזד צוזאמען?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 24, 2025 5:14 pm
משתה היין הגדול (ביידע חלקים אויסגעמישט, פריש איינגעטיילט די טרעקס).
מ׳האט נישט צוזאמגעשטעלט די טרעקס מיט די אלטע (אפי׳ ביי די צאמגעשטעלטע "משתה היין הגדול")
מ׳האט עס נאר אויסגעשטעלט נארמאל, אז נישט נאכדעם ווען מ׳ענדיגט די גאנצע ערשטע רונדע פון שמחה, אמונה, השתוקקת, בקשות, גאולה, זאל זיך דעמאלטס אנהייבן די צווייטע מיט די פרישע רייע פון שמחה אא"וו פון אנפאנג.
נאר מ׳האט עס מסדר געווען אין א שיינע סדר ס׳זאל מאכן סענטס פאר יעדעם אין פורים ווען ס׳ארבעט אין איין צו.
די צאמגעשטעלטע "הגדול" איז געמאכט געווארן אזוי פאר אפאר סיבות:
1 פאר מענטשען וואס האבן נישט קיין קאמפיוטער און קענען נישט אליין צוזאמשטעלן זאכן, ווילן האבן איין יו עס בי וואס האט אין זיך אלעס.
2 ווען איינער וויל עס אליין צוזאמשטעלן גייט ער דארפן טוישן אלע טרעק נעמען, ווייל די אלטע און נייע האבן נובערס אויף די טרעקס, און אויב פלעין מ׳געט א קאפי אריין אלעס איין אין צווייטן גייט זיך שטעלן 01 אונטער 01 און 02 אונטער 02 אא״וו.
3 פון היינט און ווייטער ווען א פרישער יונגערמאן אדער איינער וויל קויפן משתה היין, זאל נישט דארפן קויפן צוויי חלקים נאר ער האט דאס אין איינס
די צווייטע חלק איז געמאכט פאר ווער עס האט שוין חלק א׳, און קען און וויל זיך אליינס אן עצה געבן.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 294
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
- x 391
Re: עקסקלוסיוו: משתה היין #2!!! פורים תשפ"ה
ביידע זענען די זעלבע פרייז?
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5951
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 12874
- נויז מאשין
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 112
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 3:09 pm
- x 176
- פארבינד זיך:
Re: עקסקלוסיוו: משתה היין #2!!! פורים תשפ"ה
וועט זיין אויף ספאטעפיי וכו'?
Re: עקסקלוסיוו: משתה היין #2!!! פורים תשפ"ה
נא, סשוין פרייטאג
Re: עקסקלוסיוו: משתה היין #2!!! פורים תשפ"ה
ב"ה מיר האבן עס שוין
Re: עקסקלוסיוו: משתה היין #2!!! פורים תשפ"ה
וואו קען מען שוין קויפן?
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
Re: עקסקלוסיוו: משתה היין #2!!! פורים תשפ"ה
יעצט געקויפט זייער א שיינע סידי אבער אביסל אנטוישט...
די ערשטע איז אין אלגעמיין מער טאנצעדיג (קען זיין אז נאכן טרינקן וועל איך איינזען אנדערש)
די ערשטע איז אין אלגעמיין מער טאנצעדיג (קען זיין אז נאכן טרינקן וועל איך איינזען אנדערש)
- הימל
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 314
- זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 6:00 pm
- x 509
- פארבינד זיך:
Re: עקסקלוסיוו: משתה היין #2!!! פורים תשפ"ה
אאממממ
דער זינגט חכה לו (טאטאלע קום שוין אהיים) פון בנצי שטיין.. ער אבער נישט די עברית'ישע חלק..
#קומענדיגע שטאפל....
דער זינגט חכה לו (טאטאלע קום שוין אהיים) פון בנצי שטיין.. ער אבער נישט די עברית'ישע חלק..
#קומענדיגע שטאפל....
- לאקאלער רב
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 183
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
- x 319
Re: עקסקלוסיוו: משתה היין #2!!! פורים תשפ"ה
https://open.spotify.com/album/2WcspU7A8Bn2RojMoSm1v4
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
Re: עקסקלוסיוו: משתה היין #2!!! פורים תשפ"ה
איז געווען א טראמבאון ביים אריינזינגען די סידי ? איך האב עס נישט געהערט אויף די סידי חוץ ביי די שטייטע אודה לקל.
- תושב קרית יואל
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 52
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 4:35 pm
- Location: קרית יואל
- x 25
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 294
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
- x 391
Re: עקסקלוסיוו: משתה היין #2!!! פורים תשפ"ה
==מקורות הניגונים==
מחרוזת פורים
ליהודים - ר' אלי' אייזנבאך, בעלזא.
פורים לנו - ר' יחזקאל ראטענבערג הי"ד, באבוב. נתחבר געווארן בשעת די צווייטע וועלט מלחמה.
להודיע שכל קויך - א אור אלטע גאליציאנער ניגון, מ'האט עס נאך געזינגען ביים הייליגן צאנזער רב זי"ע אויף להודיע שכל קוויך.
ארור המן (ופרצת) - א פארצייטישע חסידישע ניגון וואס חסידים פון דאבראוונע האבן געברענגט קיין ליובאוויטש, שפעטער האט מען עס ארויפגעלייגט אויף די ווערטער ופרצת.
מצוה גדולה - אן אלטער לעבעדיגער ניגון, די ווערטער האבן ברסלב'ער חסידים ארויפגעלייגט פון ליקוטי מוהר"ן.
זמרו אלוקים - ר' מאיר ווייס, וויזניץ.
ניגון שמחה - ר' יו"ט ערליך - קבלת שבת אויפ'ן פעלד.
ותאסוף, נאר מיט שמחה - ר' מאיר ווייס, וויזניץ.
ניגון קארלין - קארלינע הקפה ניגון.
ניגון טאלנא - א ניגון פון החזן ר' יוסל טאלנער, חזן ביי הרה"ק ר' דוד'ל טאלנער זי"ע, זיינע ניגונים זענען געזונגען געווארן אין אלע הויפן פון די אוקריינישע רבי'ס, עד היום והזה.
ניגון שמחה - א פרייליכע ניגון געזינגען אין גאליציע, הרה"ק ממונקאטש זי"ע פלעגט דאס זינגען אויף ויאתיו.
דער באשעפער האט געהייסן פרייליך זיין - ניגון חב”ד וואס ווערט געזינגען אויף די ווערטער 'דער רבי האט געהייסן פרייליך זיין' דורך חסידים פונעם מיטעלער רבי פון ליובאוויטש זי"ע.
מחרוזת הודאה
אודה לקל לבב חוקר, געלויבט ביסטו קודשא בריך הוא - הרה"ח ר' אלחנן זאב קלאגסבאלד ז"ל הי"ד, שו"ב בטשעבין - מחסידי באבוב.
ותמיד נספר - אלטע וויזניצער ניגון, די ווערטער ותמיד נספר האט דער אמרי חיים זצ"ל צוגעפאסט אין יאר תשל"א.
אהללה - האדמו"ר מהרי"א מסקולען זצ"ל.
חסדי ה’ - רבי אלי' אייזנבאך, בעלזא.
הכל יודוך - ר' יעקב דאסקאל, וויזניץ.
יודו לה׳ חסדו - ר' מענדל פאלאק, וויזניץ.
מזמור לתודה - ר' יעקב טאליכאנער ז"ל - פון די גרויסע מלחינים אין קארלין און קוידינוב.
הטוב - ר' בנציון שענקער, מודזיץ.
כי הרבית - ר' אברהם מלוביצקי, סלאנים.
בטחון
אך לאלוקים דומי נפשי - אלטער ליובאוויטשער ניגון.
אשרי אדם עוז לו בך - מיוחס צו רבי מאיר שפירא זצ"ל.
בך בטחו אבותינו - פארצייטישע ניגון אויף כה אמר ה', אין סאטמאר האט מען עס ארויפגעלייגט אויף 'בך בטחו'.
ואני אבטח בך - חב”ד - דער ניגון פדה בשלום איז נתחבר געווארן דורך די תלמידים פונעם מיטעלער רבי'ן פון ליובאוויטש זצ"ל.
יש בורא עולם - אלטע דעבקע ניגון וואס מ'האט געזינגען אין ירושלים.
כי ה' הוא האלוקים - "ניגון ראפשיץ /צאנז".
ס’איז דאך אלץ הבל הבלים - חב”ד.
השתוקקות
אבינו מלכנו אין לנו מלך אלא אתה - דביקות ניגון, פון די צען ניגונים וואס זענען מיוחס צום בעל התניא.
אנא אנא עבדא - החזן ר' משה ליב ערבליך ז"ל.
אנת הוא זן - וויזניץ - הג"ר אשר יונה וויינבערגער ז"ל פון טעמעשוואר.
ואתם תהיו לי - א ניגון הקפה אין גור, פארפאסט דורך ר' ישראל קאמינער.
כי רוצה - סאטמאר הקפה ניגון תשט"ו, פארפאסט דורך ר' יוסף אשכנזי ז"ל.
לעשות נחת רוח - דער ניגון האט פארפאסט ר' קלמן זינגער ע"ה, צום חתונה פון בעל מקור ברוך פון סערעט זצ"ל, די דריטע פאל האט דער אמרי חיים זצ"ל צוגעלייגט.
ותן בנו - ר' מנחם אלבוים, נדבורנא.
וטהר לבנו - בעל אמרי אש ממוזשיץ זצ"ל
אוי והשיב לב אבות - מיוחס צו הרה"ק הרבי ר’ אלימלך מליזענסק זי”ע.
כי אנו עמך - חב”ד.
אמר רבי עקיבא - אלטער מירונער ניגון.
צמאה - באבוב - דזיקוב.
שבשפלינו - פארצייטישע חסיד'ישע ניגון נאך פון פאר'ן קריג.
אשרנו - ניגון טשורטקוב.
תפילה
מדת הרחמים - אהבה רבה ניגון פון סאטמאר, מיוחס צו הרב הקדוש רבי הערשעלע מרימנוב זי”ע
אבינו מלכנו פתח שערי שמים - ר' שלמה קאליש - בעלזא.
וימלא משאלותינו - ר' מנחם אלבום, נדבורנא.
וימלא משאלותינו - ניגון וויזניץ (באקאנט אלס 'אמרי חיים'ס חתונה ניגון') - ווערטער ארויפגעלייגט דורך רבי צבי הירש מקרעטשניף זצ"ל.
זרעא חיא וקימא - ר' מנחם קליין, נדבורנא.
וזכינו לראות בנים - ר' יודל ווערצבערגער, סאטמאר.
שהשלום שלו - ר' יאסעלע מאנדלבוים ז"ל פון באבוב. די ווערטער איז ארויפגעלייגט געווארן לרגל א חתונה בבית באבוב-45
פארו עלי - כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א, ווערטער ארויפגעלייגט דורך רבי צבי הירש מקרעטשניף זצ"ל.
גאולה
יבנה המקדש - מיוחס צו רבי מאיר שפירא זצ"ל.
הוא אלוקינו - חב”ד - א ניגון וואס דער ליובאוויטשער חזן ר' יחיאל האלפערין פלעגט זינגען ביי מוסף, ביים מהרש"ב זי"ע.
פרוק ית ענך - א פאל פונעם לענגערן קה רבון עלם פארפאסט דורך רבי איציקל מעליצער זצ"ל .
זאל שוין זיין דער גאולה - אלטע פארשפרייטע ניגון אין דער אלטע היים.
טאטעלע קום שוין אהיים - המשפיע ר' דן סג"ל שליט"א.
תמחה זכר עמלק - טייל פון א ירושלימ'ער פיוט אדיר הוציאנו ממצרים לשנה הבאה בירושלים (דער ניגון ווערט אויך געזינגען אויף מלך רחמן און נאך), טאהשער רבי זצ"ל פלעגט טאנצן אויף דעם פורים מיט א שטארקע התלהבות, און האט צוגעלייגט צום ניגון די ווערטער "לא תשכח"
קעדאטשקע
ניגון לעלוב - הרה"ק ר' דוד צבי שלמה פון לעלוב זי"ע, האט עס געהערט פון אן אראבער ביים שער יפו און האט דאס אריינגעברענגט צו די קדושה.
ונהפוך הוא - ניגון קארלין.
לעבעדיג יענקל - ר' ניסן באברוסקער פון נאווארדאקער ישיבה.
כאפט אריין א וואדקע - חב”ד.