בלאט 2 פון 11

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2025

געפאוסט: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:15 pm
דורך שינאווער
ניו יארק סיטי מעיאר עדעמס האט נאכאמאל קלארגעשטעלט אז ער האט נישט קיין פלענער אפצוטרעטן פון אמט טראץ די רופן פון פארשידענע ריכטונגען.

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2025

געפאוסט: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:19 pm
דורך נאו לעיבל
מער און מער ניו יארקע פאליטישאנס רופן פאר עדעמס צו רעזיינען און אויב וויל ער נישט פארלאנגען זיי אז האוקעל זאל אים באזייטיגען.

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2025

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 17, 2025 4:10 pm
דורך שינאווער
דער געוועזענע ניו יארקער גאווערנאר קאומא האט ארויסגעשטעלט א קאמפיין-סארט ווידיאו ווי ער רעדט איבער פארזיכערן ניו יארקער איינוואוינער דורכאויס אן אווענט אין די בראנקס.
​​​​​​​
טראץ וואס קאומא האט נישט אנאנסירט זיין קאנדידאטורשאפט פאר די קומענדיגע ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט, האבן אסאך געזעהן די ווידיאו אלס א צייכן אז ער גרייט זיך ערנסט זיך צו אנשליסן אין די מעיאר פארמעסט.
​​​​​​​
אזוי אויך האט קאומא באקומען די אינדארסירונג פון דער געוועזענע ניו יארק סיטי קאמפטראולער קארל מק'קעל, וואס זאגט אז קאומא וועט זיין דער בעסטע קאנדידאט צו פירן ניו יארק סיטי.

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2025

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 17, 2025 4:30 pm
דורך נקודות טובות
דערמאנט אייך צוריק ווי אזוי דער המן רשע האט זיך גענומען בשעת קאוויד פאר זיין אגענדע צו אונטערדריקן דאס אידישע פאלק, זייערע בתי מדרשים, און די הבל פיהם פון זייערע תינוקת של בית רבן. טאג איין און טאג אויס איז געווען השכם והעריב מיט איין ציל צו ווייזן כוחי ועוצם ידי, און ממעט זיין ווי מער כבוד שמו יתברך. זיין אפענע אנטיסעמיטיזם איז ניטאמאל מעגליך געווען צו באהאלטן. אבער נישט לאנג האט גענומען ביז דער קל קנא ונוקם האט אים אראפגעברענגט מאיגרא רמא לבירא עמיקתא ממש שלא כדרך הטבע. עס איז מקיום געווארן דעם פסוק משפיל רשעים/גאים עדי ארץ ווען דער גרויסער מעכטיגער בעל גאווה, איז געפלאגט געווארן מיט סקאנדאלן איינס נאכן אנדערן און מיט בזיונות עצומות אפגעטרעטן פון אמט. אם מזרע היהודים מרדכי אשר החלות לנפל לפניו לא תוכל לו כי נפול תפול לפניו!!!

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2025

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 17, 2025 5:29 pm
דורך שינאווער
נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 4:30 pm דערמאנט אייך צוריק ווי אזוי דער המן רשע האט זיך גענומען בשעת קאוויד פאר זיין אגענדע צו אונטערדריקן דאס אידישע פאלק, זייערע בתי מדרשים, און די הבל פיהם פון זייערע תינוקת של בית רבן. טאג איין און טאג אויס איז געווען השכם והעריב מיט איין ציל צו ווייזן כוחי ועוצם ידי, און ממעט זיין ווי מער כבוד שמו יתברך. זיין אפענע אנטיסעמיטיזם איז ניטאמאל מעגליך געווען צו באהאלטן. אבער נישט לאנג האט גענומען ביז דער קל קנא ונוקם האט אים אראפגעברענגט מאיגרא רמא לבירא עמיקתא ממש שלא כדרך הטבע. עס איז מקיום געווארן דעם פסוק משפיל רשעים/גאים עדי ארץ ווען דער גרויסער מעכטיגער בעל גאווה, איז געפלאגט געווארן מיט סקאנדאלן איינס נאכן אנדערן און מיט בזיונות עצומות אפגעטרעטן פון אמט. אם מזרע היהודים מרדכי אשר החלות לנפל לפניו לא תוכל לו כי נפול תפול לפניו!!!
און פון דער צווייטער זייט שטייט א לאנגיעריגער [איבער צוואנציג יאר!] אמת'ער יודן פריינט, וואס ווי די עסקנים געבן איבער איינס ביי איינס, איז אזא גוטע מעיאר צו אידן ווי עריק עדעמס נישט געווען אין די היסטאריע.

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2025

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 17, 2025 11:56 pm
דורך נאו לעיבל
נאו לעיבל האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:19 pm מער און מער ניו יארקע פאליטישאנס רופן פאר עדעמס צו רעזיינען און אויב וויל ער נישט פארלאנגען זיי אז האוקעל זאל אים באזייטיגען.
💥 האוקעל גייט האבן א מיטינג מארגן מיט די פירער פון ניו יארק איבער באזייטיגען עדעמס!

סטעיטמענט פון די גאווערנער:

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2025

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 18, 2025 11:09 am
דורך נויז מאשין
נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 4:30 pm דערמאנט אייך צוריק ווי אזוי דער המן רשע האט זיך גענומען בשעת קאוויד פאר זיין אגענדע צו אונטערדריקן דאס אידישע פאלק, זייערע בתי מדרשים, און די הבל פיהם פון זייערע תינוקת של בית רבן. טאג איין און טאג אויס איז געווען השכם והעריב מיט איין ציל צו ווייזן כוחי ועוצם ידי, און ממעט זיין ווי מער כבוד שמו יתברך. זיין אפענע אנטיסעמיטיזם איז ניטאמאל מעגליך געווען צו באהאלטן. אבער נישט לאנג האט גענומען ביז דער קל קנא ונוקם האט אים אראפגעברענגט מאיגרא רמא לבירא עמיקתא ממש שלא כדרך הטבע. עס איז מקיום געווארן דעם פסוק משפיל רשעים/גאים עדי ארץ ווען דער גרויסער מעכטיגער בעל גאווה, איז געפלאגט געווארן מיט סקאנדאלן איינס נאכן אנדערן און מיט בזיונות עצומות אפגעטרעטן פון אמט. אם מזרע היהודים מרדכי אשר החלות לנפל לפניו לא תוכל לו כי נפול תפול לפניו!!!
דערמאנט אייך צוריק וויזוי דער א.ג. המן האט אפן איגנארירט די צענדליגע פארלאנגען פון די קאונטי עקזעקיוטיוו'ס און טעגליכע העצע פון די מידיע אז ער זאל אריינשיקן קאפס אין ק"י און אפשפארן מאנסי.

ער איז נישט אזא רשע ווי די מאכסט אים

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2025

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 18, 2025 11:38 am
דורך ווער
א פעדעראלע ריכטער באשטימט א פארהער אויף מיטוואך איבער די פארלאנג פון די יוסטיץ דיפארטמענט ארויס צו ווארפן די קארופציע קלאגעס אקעגן עדעמס

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2025

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 18, 2025 2:21 pm
דורך שינאווער
נויז מאשין האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 18, 2025 11:09 am
נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 4:30 pm דערמאנט אייך צוריק ווי אזוי דער המן רשע האט זיך גענומען בשעת קאוויד פאר זיין אגענדע צו אונטערדריקן דאס אידישע פאלק, זייערע בתי מדרשים, און די הבל פיהם פון זייערע תינוקת של בית רבן. טאג איין און טאג אויס איז געווען השכם והעריב מיט איין ציל צו ווייזן כוחי ועוצם ידי, און ממעט זיין ווי מער כבוד שמו יתברך. זיין אפענע אנטיסעמיטיזם איז ניטאמאל מעגליך געווען צו באהאלטן. אבער נישט לאנג האט גענומען ביז דער קל קנא ונוקם האט אים אראפגעברענגט מאיגרא רמא לבירא עמיקתא ממש שלא כדרך הטבע. עס איז מקיום געווארן דעם פסוק משפיל רשעים/גאים עדי ארץ ווען דער גרויסער מעכטיגער בעל גאווה, איז געפלאגט געווארן מיט סקאנדאלן איינס נאכן אנדערן און מיט בזיונות עצומות אפגעטרעטן פון אמט. אם מזרע היהודים מרדכי אשר החלות לנפל לפניו לא תוכל לו כי נפול תפול לפניו!!!
דערמאנט אייך צוריק וויזוי דער א.ג. המן האט אפן איגנארירט די צענדליגע פארלאנגען פון די קאונטי עקזעקיוטיוו'ס און טעגליכע העצע פון די מידיע אז ער זאל אריינשיקן קאפס אין ק"י און אפשפארן מאנסי.

ער איז נישט אזא רשע ווי די מאכסט אים
ער איז געווען א נוקם ונוטר, און זיך אנגענומען פאר זיין נאמען, אויב האט ער געפילט ווי מען באשמיצט אים זיין נאמען האט ער נקמה גענומען מיט די שארפסטע מעגליך.
ווי למשל, ווען עס זענען פארגעקומען די פראטעסטן אין בארא פארק אנטקעגן אים, האט ער באלד דערנאך אריינגעלייגט דער געגנט פון בארא פארק אין די "רעד זאון" (איינער געדענקט?),
און אפאר וואכן נאכדעם ווען האדמו"ר מסאטמאר מהר"א איז געקומען צו א חומש סעודה אין ב"פ האט ער צווישן זיינע ווערטער שטארק אראפגעריסן די וועלכע האבן דורכגעפירט דעם שאנדפולן פראטעסט וואס האט נישט געברענגט קיין גוטס נאר בלויז דאס פארקערטע, און גלייך דערנאך וואס מען האט פארשפרייט דעם רבי'נס ווערטער אויף ענגליש, איז דער רעד זאון פארשוואונדען געווארן.
אזוי גייט עס מיט אים,
און דאס זעלבע איז געווען מיט די קעמפס אין יענע צייטן, ווען די מחנות רב טוב אין מאנטיסעלאו און אין סוואן לעיק זענען געווען געהעריג אפן אגאנץ זוממער, און מען האט בסייעתא דשמיא זיך געהאלטן ווייט פון די אויגן פון די מידיע און מען האט נישט געהערט קיין ווארט פונעם גאווערנאר.
איך גיי נישט אריין אין דעם וואס ער האט דעמאלטס גערעדט אזעלכע ווערטער וואס מ'טאר נישט נאכזאגן, און טאקע נאכדעם האט ער זיך געטראפן אין דער תהום.

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2025

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 18, 2025 2:52 pm
דורך נויז מאשין
שינאווער האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 18, 2025 2:21 pm

יאפ ווער ס'האט זיך גערייצט מיט אים האט געכאפט און עדעמס - און יעדע גוי -די זעלבע...

פרעג דוד שווארץ פארוואס עדעמס האט געמוזט אריינשטעלן פיני רינגל...

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2025

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 18, 2025 3:03 pm
דורך שינאווער
נויז מאשין האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 18, 2025 2:52 pm

בעצם אין די נושא פון נקמה איז עדעמס דער זעלבער גוי, אבער אין אמתן אריין איז דער נקמה פון וואס דו רעדסט העכסט פארשטענדליך, און די קענסט נישט האבן קיין טענות אויף עדעמס פארן טון דאס, ביי די לעצטע וועלן האבן זיי אים באשמוצט אין די גאסן על לא דבר און אים גאר געמאכט אויסזעהן ווי אן אנטיסעמיט, וואס האט אונז גאר פיינט, און אלעס געבויעט אויף גארנישט בלויז אים צו לייגן אין דער ערד, ווייל זיי האבן באקומען באצאלט פון דער יענג טיעם.
און עס האט אים געפערליך געשאדט, אזש געוויסע פון זיינע לאנגיעריגע חסידישע פריינט האבן אויסגעדרייט דעם רוקן צו אים, און דאס איז נאר געשעהן צוליב די דרוק און פראפאגאנדע וואס יענג'ס מענטשן האבן אלס אנגעדרייט.

וואס איך מיין צו זאגן איז, אז ער האט נישט קיין שיעור אין חובת הלבבות, אבער אזא אידן פריינט איז נאכנישט געווען אין די מעיאר היסטאריע.
און אויב גייט ער ווייטער אן, שטעלט ער זיך נישט אפ ביי דעם מעיאר אמט, נאר ער פלאנט נאך צו גיין ווייטער.

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2025

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 18, 2025 3:07 pm
דורך שינאווער
פיר הויכראנגיקער געהילפן פון מעיאר עדעמס האבן געמאלדן די רעזיגנאציע נאכפאלגענדיג די קאנטראווערסיאלע באשלוס פון די יוסטיץ דעפארטמענט צו אפלייגן די קארופציע קלאגעס אקעגן עדעמס.
​​​​​​​
די נייעס קומט אין א צייט וואס עס העכערט זיך די רופן פאר מעיאר עדעמס צו רעזיגנירן, צווישן דעם דער ספיקער פון די סיטי קאונסיל וואס זאגט אז עס איז צייט פאר א נייע מעיאר.

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2025

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 18, 2025 5:09 pm
דורך חכם עתיק
די גאווערנער פון ניו יארק סטעיט גאווערנער האוקעל האט ערקלערט היינט צופרי אז זי נעמט אין באטראכט פארשידענע מעגליכקייטן צו אנידערזעצן דער מעיאר פון ניו יארק סיטי עריק עדעמס, נאך וואקסנדע דרוק ער זאל רעזיגנירן פון אמט, און אז די גאווערנער זאל נוצן איר פאליטישע מאכט ארויסצוצווינגען דעם מעיאר פון אמט.

האוקעל האט געזאגט אז זי נעמט עס אין באטראכט, און זי וועט עס אויסשמועסן מיט אירע נאנטע ראטגעבער, אין די צייט וואס אומגעהויערע דרוק וואקסט ווייטער אז עדעמס זאל רעזיגנירן פון פארשידענע פראנטן.

פילע עסקנים און שתדלנים פון די אידישע געמיינדע אין ניו יארק סיטי, האבן אויסגענוצט די געלעגנהייט און אפגעשיקט א בריוו צום גאווערנער, אז זי זאל נעמען אין באטראכט די פאקט אז דער מעיאר איז אריינגעוועלט געווארן דורך ניו יארקער וועלכע האבן הנאה פון זיין ארבעט, און די גאווערנער זאל נישט נוצן קיין פאליטישע מאכט, אין די צייט וואס אין בלויז עטליכע חדשים ארום וועלן ניו יארקער ווידער האבן די מעגליכקייט צו אנטשיידן אין פרישע וואלן אויב זיי טראסטן דעם מעיאר פאר ווידערוויילונג אדער נישט.

די בריוו איז אונטערגעשריבן דורך היימישע עסקנים וואס רעכנט אריין פארשטייער פון גרעסערע קהילות און מוסדות, צווישן זיי העסקן ר' בעריש פרייליך, ר' נפתלי משה אינדיג, ר' אברהם יעקב פריעדמאן, ר' אלי' כהן פון קראון הייטס, ר' יואל לאנדא פון סאטמאר, ר' משה מלמד פון סקווירא, ר' חיים פליישער פון באבוב, ר' חיים גאלדבערגער פון סאטמאר ב"פ, ר' אפרים פינק פון מוסדות בנות חי', ר' שלמה וועבער פון פאפא, ר' יואל וועלץ פון סאטמאר, ר' יואל פריעדמאן פון פאפא, און ר' אבי גרינשטיין פון בארא פארק קאונסיל.

JDN

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2025

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 18, 2025 5:17 pm
דורך שינאווער
דער גאווערנאר האט געמאלדן אז זי וועט ווארטן צו זעהן וואס עס וועט זיין די אויסגאנג מארגן אין געריכט, און נאכדעם באשלוסן וואס זי וועט טון.

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2025

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 19, 2025 1:52 pm
דורך נויז מאשין
שינאווער האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 18, 2025 3:03 pm
נויז מאשין האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 18, 2025 2:52 pm
שינאווער האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 18, 2025 2:21 pm

ער איז געווען א נוקם ונוטר, און זיך אנגענומען פאר זיין נאמען, אויב האט ער געפילט ווי מען באשמיצט אים זיין נאמען האט ער נקמה גענומען מיט די שארפסטע מעגליך.
ווי למשל, ווען עס זענען פארגעקומען די פראטעסטן אין בארא פארק אנטקעגן אים, האט ער באלד דערנאך אריינגעלייגט דער געגנט פון בארא פארק אין די "רעד זאון" (איינער געדענקט?),
און אפאר וואכן נאכדעם ווען האדמו"ר מסאטמאר מהר"א איז געקומען צו א חומש סעודה אין ב"פ האט ער צווישן זיינע ווערטער שטארק אראפגעריסן די וועלכע האבן דורכגעפירט דעם שאנדפולן פראטעסט וואס האט נישט געברענגט קיין גוטס נאר בלויז דאס פארקערטע, און גלייך דערנאך וואס מען האט פארשפרייט דעם רבי'נס ווערטער אויף ענגליש, איז דער רעד זאון פארשוואונדען געווארן.
אזוי גייט עס מיט אים,
און דאס זעלבע איז געווען מיט די קעמפס אין יענע צייטן, ווען די מחנות רב טוב אין מאנטיסעלאו און אין סוואן לעיק זענען געווען געהעריג אפן אגאנץ זוממער, און מען האט בסייעתא דשמיא זיך געהאלטן ווייט פון די אויגן פון די מידיע און מען האט נישט געהערט קיין ווארט פונעם גאווערנאר.
איך גיי נישט אריין אין דעם וואס ער האט דעמאלטס גערעדט אזעלכע ווערטער וואס מ'טאר נישט נאכזאגן, און טאקע נאכדעם האט ער זיך געטראפן אין דער תהום.
יאפ ווער ס'האט זיך גערייצט מיט אים האט געכאפט און עדעמס - און יעדע גוי -די זעלבע...

פרעג דוד שווארץ פארוואס עדעמס האט געמוזט אריינשטעלן פיני רינגל...
בעצם אין די נושא פון נקמה איז עדעמס דער זעלבער גוי, אבער אין אמתן אריין איז דער נקמה פון וואס דו רעדסט העכסט פארשטענדליך, און די קענסט נישט האבן קיין טענות אויף עדעמס פארן טון דאס, ביי די לעצטע וועלן האבן זיי אים באשמוצט אין די גאסן על לא דבר און אים גאר געמאכט אויסזעהן ווי אן אנטיסעמיט, וואס האט אונז גאר פיינט, און אלעס געבויעט אויף גארנישט בלויז אים צו לייגן אין דער ערד, ווייל זיי האבן באקומען באצאלט פון דער יענג טיעם.
און עס האט אים געפערליך געשאדט, אזש געוויסע פון זיינע לאנגיעריגע חסידישע פריינט האבן אויסגעדרייט דעם רוקן צו אים, און דאס איז נאר געשעהן צוליב די דרוק און פראפאגאנדע וואס יענג'ס מענטשן האבן אלס אנגעדרייט.

וואס איך מיין צו זאגן איז, אז ער האט נישט קיין שיעור אין חובת הלבבות, אבער אזא אידן פריינט איז נאכנישט געווען אין די מעיאר היסטאריע.
און אויב גייט ער ווייטער אן, שטעלט ער זיך נישט אפ ביי דעם מעיאר אמט, נאר ער פלאנט נאך צו גיין ווייטער.
קיינער איז נישט מסופק איבער די געטריישאפט פון עדעמס. וואס איך ברענג ארויס איז אז אזויווי סזייער מעגליך אז עדעמס גייט פליען פון די פארטיי ווי א הינט זאל מען זיין גערישט אז די עסקנים גייען אינדארסירן קאומא מיט וועם זיי האבן א לאנגיעריגע רילעישנשיפ

איי בארא פארק? דארט האט ער נקמה גענומען פאר זיין איגאו גענוי ווי עדעמס האט געטון פאר דוד שווארץ.

You got it?

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2025

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 19, 2025 1:59 pm
דורך נאו לעיבל
ווער האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 18, 2025 11:38 am א פעדעראלע ריכטער באשטימט א פארהער אויף מיטוואך איבער די פארלאנג פון די יוסטיץ דיפארטמענט ארויס צו ווארפן די קארופציע קלאגעס אקעגן עדעמס
עדעמס קומט יעצט אן אין געריכט.

פראטעסטירער שרייען אים נאך: אונז דארפן נישט קיין "מאגא" מעיאר, רעזיין יעצט.

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2025

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 19, 2025 2:33 pm
דורך שינאווער
נאו לעיבל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2025 1:59 pm
ווער האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 18, 2025 11:38 am א פעדעראלע ריכטער באשטימט א פארהער אויף מיטוואך איבער די פארלאנג פון די יוסטיץ דיפארטמענט ארויס צו ווארפן די קארופציע קלאגעס אקעגן עדעמס
עדעמס קומט יעצט אן אין געריכט.

פראטעסטירער שרייען אים נאך: אונז דארפן נישט קיין "מאגא" מעיאר, רעזיין יעצט.
א ריזן דאנק @נאו לעיבל

מיר קוקן ארויס אויף ווייטערדיגע באריכטן

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2025

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 19, 2025 3:09 pm
דורך נאו לעיבל
די פראסעקיוטערס זענען מודה פאר די ריכטער אז זיי זוכן נישט צו דראפן די טשארדזשעס ווייל עס איז א שוואכע קעיס נאר ווייל עס שטערט עדעמס פון טון זיין ארבעט אלס מעיאר...

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2025

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 19, 2025 3:11 pm
דורך נאו לעיבל
עדעמס'ס לויער זאגט אז ער איז גרייט צו שווערן אינטער שבועה אז עדעמס האט גארנישט געאפערט פאר די טראמפ אדמיניסטראציע אין אויסטויש פארן דראפן די טשארדזשעס.

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2025

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 19, 2025 3:25 pm
דורך נאו לעיבל
די ריכטער זאגט אז ער גייט נישט יעצט באשליסן אויב ער זאל ארויס ווארפן די קלאגעס נאר גייט עס איבערטראכטען און לאזן פאר א צווייטע געלעגנהייט.

געריכט פארטיג.

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2025

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 19, 2025 3:27 pm
דורך שינאווער
נאו לעיבל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2025 3:25 pm די ריכטער זאגט אז ער גייט נישט יעצט באשליסן אויב ער זאל ארויס ווארפן די קלאגעס נאר גייט עס איבערטראכטען און לאזן פאר א צווייטע געלעגנהייט.

געריכט פארטיג.
איז דא א באשטימטע צייט אויף דער "צווייטע געלעגנהייט"?

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2025

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 19, 2025 3:40 pm
דורך נאו לעיבל
שינאווער האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2025 3:27 pm
נאו לעיבל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2025 3:25 pm די ריכטער זאגט אז ער גייט נישט יעצט באשליסן אויב ער זאל ארויס ווארפן די קלאגעס נאר גייט עס איבערטראכטען און לאזן פאר א צווייטע געלעגנהייט.

געריכט פארטיג.
איז דא א באשטימטע צייט אויף דער "צווייטע געלעגנהייט"?
ניין. עס קען קומען אזוי פרי ווי היינט אדער אין די קומענדיגע פאר טעג.

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2025

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 20, 2025 8:17 am
דורך נאו לעיבל
פאליטיקא: קאומא גרייט זיך צו מעלדן זיין קאנדידאטור פאר מעיאר בקרוב און די ערשטע פאנדרעיזערס ווערן שוין געפלאנט.

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2025

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 20, 2025 1:49 pm
דורך שינאווער
ניו יארק גאווערנער האוקול האט לויט באריכטן באשלאסן נישט ארויס צו ווארפן מעיאר עדעמס פון אפיס, נאר אנשטאט דעם באגרעניצן זיין מאכט.

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2025

געפאוסט: זונטאג פעברואר 23, 2025 9:47 am
דורך נאו לעיבל
נאו לעיבל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2025 3:25 pm די ריכטער זאגט אז ער גייט נישט יעצט באשליסן אויב ער זאל ארויס ווארפן די קלאגעס נאר גייט עס איבערטראכטען און לאזן פאר א צווייטע געלעגנהייט.

געריכט פארטיג.
נייעס פון פרייטאג.

די ריכטער אנטזאגט זיך צו ארויס ווארפן די קעיס און נעמט אויף א לויער זאל אראפ לייגען די טענות פארוואס די קעיס זאל יא ווייטער אנגיין.