עף-בי-איי אויספארשער זאגן אז זיי ווילן זייער קלאר באטאנען אז וויבאלד מען געפונט זיך נאך ביים אנהייב פונ'ם אויספארשונג קענען זיך זאכן טוישן שפעטער, אבער ווי עס קוקט יעצט אויס זענען נישט געווען קיין אנדערע פארמישט אין די אטאקע. אין באצוג צו די לאס וועגעס אינצידענט, זאגן זיי, אז אויפ'ן מינוט איז נישט פארהאן קיין שום דירעקטע פארבינדונג צווישן די צוויי, אבער גארנישט ווערט נאך נישט אויסגעשלאסן. רעדענדיג איבער באמבעס וואס דזשאבאר האט איבערגעלאזט, זאגן זיי, אז מען האט געפונען צוויי היימיש געמאכטע אויפרייס אפאראטן אין אייז קאנעס, איינס נעבן די אינטערסקעשאן פון בורבאן און ניו ארליענס סטריט און די צווייטע צוויי גאסן ארויפציר. ווי זיי זאגן האט עס דזשאבאר אוועק געשטעלט געציילטע שעה בעפאר די אטאקע, אן אויסער די צוויי האט מען נישט געפונען קיין שום אנדערע פונקציאנירענדע אפאראטן. עף-בי-איי אויספארשער זאגן אז כאטש וואס זיי גלייבן אז דזשאבאר האט געארבייט אויף די אייגענע הענט, ווילן זיי נאכן רעדן מיט מענטשען וועלכע האבן אים געקענט און מיט מענטשען ועלכע זענען געזען געווארן באטראכטן די אייז באקסעס צו הערן פון זיי וואס זיי האבן געזען, און צו זיי פארמאגן סיי וועלכע שטיקל אינפארמאציע וואס קען זיין נוצלעך פאר'ן אויספארשונג. ביי די נייעס קאנפרענץ האט מען אויך געהערט פון גאווערנער דזשעף לענדרי, וועלכע האט צווישן אנדערע ערווענט, אז עס זענען פארהאן מער ווי טויזנט אגענטן וועלכע טוען דורכנישטערן הויפענעס אינפארמצאיע כדי צו קענען האבן א קלארע בילד אויף די אטאקע און אלעס ארום.
שרעקליכער טעראר אטאקע אין ניו ארליענס
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1647
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 6321
Re: שרעקליכער טעראר אטאקע אין ניו ארליענס
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1647
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 6321
Re: שרעקליכער טעראר אטאקע אין ניו ארליענס
פרעזידענט ביידען: מען האט נישט קיין שום אינפארמאציע אז אנדערע זענען געווען פארמישט אין די ניו ארליענס אטאקע.
ביידען זאגט אז די 'עף-בי-איי' האט באשטעטיגט אז דער אטאקירער איז דער זעלבער וועלכע האט איינגעפלאנצט באמבעס אין צוויי אייז-באקסעס אין די זעלבע געגענט, און ער האט געהאט א רימאט אויפרייסער אין זיין קאר זיי צו קענען אויפרייסן. אויספארשער זאגן אז דערווייל ווייסן זיי נישט אויב דער טעראריסט האט פראבירט אויפצורייסן די באמבעס און עס האט נישט געארבייט, אדער ער האט ניטאמאל פראבירט.
ביידען זאגט אז די 'עף-בי-איי' האט באשטעטיגט אז דער אטאקירער איז דער זעלבער וועלכע האט איינגעפלאנצט באמבעס אין צוויי אייז-באקסעס אין די זעלבע געגענט, און ער האט געהאט א רימאט אויפרייסער אין זיין קאר זיי צו קענען אויפרייסן. אויספארשער זאגן אז דערווייל ווייסן זיי נישט אויב דער טעראריסט האט פראבירט אויפצורייסן די באמבעס און עס האט נישט געארבייט, אדער ער האט ניטאמאל פראבירט.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1647
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 6321
Re: שרעקליכער טעראר אטאקע אין ניו ארליענס
דער טעראריסט פון די ניו ארליענס אטאקע, האט חדשים פריער באזוכט די שטאט און רעקארדירט די גאס מיט אן אזוי גערופענע 'קלוגע גלעזער': שאמסוד דין דזשאבאר איז געקומען צו די געגענט פארלאפענע אקטאבער 30 למס' פאר עטליכע טעג, און דערביי רעקארדירט די גאס דורך ארום פארן מיט א ביציקל מיט די גלעזער אנגעטון, און שפעטער איז ער נאכאמאל געקומען נאוועמבער 10 למס', אבער דעטאלן פון יענע באזיך איז נאך נישט קלאר. אויפ'ן טאג פון די אטאקע זעלבסט האט ער אויך אנגעהאט אזא גלעזער, אבער ער האט עס נישט אקטיוויזירט און מען האט עס שפעטער אפגעפונען. די פרישע דעטאלן זענען געמאלדן געווארן ביי א נייעס קאנפרענץ וואו באאמטע זענען דורכגעלאפן פארשידענע דעטאלן וואס מען ווייסט שוין ארום די אטאקע און פון די וואכן בעפאר די אטאקע. אויפ'ן טאג פון די אטאקע איז ער אנגעקומען קיין לואיזיאנא ארום 2:30 נאכמיטאג, און ארום 10 ביינאכט האט ער אפגעלאדענט זיין געדינגענע פארד עף-150 פיק-אפ טראק ביי א עיר-בי-ען-בי דירה וואס ער האט ארויס געדינגן. ארום 15 מינוט נאך מיטלנאכט האט ער אינטערגעצינדן די געדינגענע דירה אין ווארשיינליכע פרואוו צו פארברענען דעם הויז און פארניכטן אלע באווייזן, און אזוי אויך אוועק צו שלעפן אמערדזשענסי כוחות פון זיך אפגעבן מיט זיין געפלאנטע אטאקע, אבער די פייער האט זיך נישט ערענסט פארשפרייט. ער האט אין די זעלבע צייט פארלאזט די הויז, און דערנאך אראפ געשטעלט צוויי אויפרייס אפאראטן אין אייז באקסעס אויף צוויי באזונדערער ערטער אויף בורבאן סטריט, צווישן דעם איינס וואס איינער האט שפעטער אוועק גערוקט צו ארום א גאס ארויפציר פון וואו דזשאבאר האט עס אראפ געשטעלט.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1647
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 6321
Re: שרעקליכער טעראר אטאקע אין ניו ארליענס
די אראבישע מעטשעט אין יוסטין, טעקסאס נעבן דער היים פון שאמשוד דין דזשאבא וואס האט אדורכגעפירט די בלוטיגע ניו ארליענס אטאקע, האט געבעטן פון די ארטיגע מיטגלידער נישט צו ארויסגעבן קיין שום אינפארמאציע פאר פעדעראלע אויספארשער.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1647
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 6321
Re: שרעקליכער טעראר אטאקע אין ניו ארליענס
פרעזידענט ביידען וועט מארגן מאנטאג אפרייזן קיין ניו ארליענס, נעוואדע, צום ארט וואו עס איז פארגעקומען די שרעקליכע אטאקע פאריגע וואך דורכאויס א 'נייעם יאר' אפצייכענונג, פון וואס 14 זענען אומגעקומען, און פילע אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן.
Re: שרעקליכער טעראר אטאקע אין ניו ארליענס
אזא נייעס דארף זיין א באמשעל
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1647
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 6321
Re: שרעקליכער טעראר אטאקע אין ניו ארליענס
אויספארשער: ניו ארליענס קאר אטאקירער נישט גענוצט ריכטיגע מאשינערי אין זיינע היימישע באמבעס.
די באמבעס זענען געטראפן געווארן באהאלטן אויף צוויי פלעצער אויף די בורבאן סטריט גאס, וואס דער טעראריסט שאמסוד דזשאבאר האט זיי דארטן אראפגעשטעלט אפאר שעה בעפאר ער האט דורכגעפירט די קאר אטאקע. יעצט זאגן די באאמטע, אז די באמבעס וואלטן קיינמאל נישט אויפגעריסן, וויבאלד דער טעראריסט האט נישט גענוצט די גוטע מאשינען און דראנטן וואס עס האט זיך אויסגעפעלט פאר אזא סארט זאך.
די באמבעס זענען געטראפן געווארן באהאלטן אויף צוויי פלעצער אויף די בורבאן סטריט גאס, וואס דער טעראריסט שאמסוד דזשאבאר האט זיי דארטן אראפגעשטעלט אפאר שעה בעפאר ער האט דורכגעפירט די קאר אטאקע. יעצט זאגן די באאמטע, אז די באמבעס וואלטן קיינמאל נישט אויפגעריסן, וויבאלד דער טעראריסט האט נישט גענוצט די גוטע מאשינען און דראנטן וואס עס האט זיך אויסגעפעלט פאר אזא סארט זאך.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1647
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 6321
Re: שרעקליכער טעראר אטאקע אין ניו ארליענס
אן אייז-באקס ענליך צו די אייז-באקס וואס מען האט געפונען נאך די ניו ארליענס קאר טעראר אטאקע איז געפונען געווארן אין א סטארידזש יוניט אין טעקסעס.
אין די באקס האבן 'עף-בי-איי' אגענטן געפונען באטלעך מיט סאָלפיריק עסיד וועלכע זענען געקויפט געווארן ביי א דערנעבענדיגע הארדווער געשעפט. אויספארשער זאגן אז עס איז נישט פארהאן קיין שום געפאר פאר ארימיגע אין די געגענט, און זיי ארבייטן צו דערגיין צו דער טעראריסט שאמסוד דין דזשאבאר האט געהאט פלענער עפעס צו טון דערמיט.
אין די באקס האבן 'עף-בי-איי' אגענטן געפונען באטלעך מיט סאָלפיריק עסיד וועלכע זענען געקויפט געווארן ביי א דערנעבענדיגע הארדווער געשעפט. אויספארשער זאגן אז עס איז נישט פארהאן קיין שום געפאר פאר ארימיגע אין די געגענט, און זיי ארבייטן צו דערגיין צו דער טעראריסט שאמסוד דין דזשאבאר האט געהאט פלענער עפעס צו טון דערמיט.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1647
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 6321
Re: שרעקליכער טעראר אטאקע אין ניו ארליענס
אייסיס טעראר גרופע נעמט קרעדיט פאר ניו ארליענס קאר אטאקע און זאגט אז זייער אידעאלאגיע האט עס אינספירירט
אין א סטעיטמענט האָט די טעראָר גרופּע געזאָגט אַז זיי לויבן אויס דעם טעראָריסט שאמסוד דזשאבאר וועלכער האָט דערקלערט געטריישאַפט פאַר זיי מיט עטליכע חדשים בעפאָר'ן דורכפירן די קאַר אַטאַקע. אָבער אייסיס האָט אין די זעלבע צייט נישט גענומען פאַראַנטוואָרטליכקייט פאַר די אַטאַקע, זאָגנדיג אַז עס איז בלויז געווען זייער אידעאָלאָגיע וואָס האָט געברענגט צו אינספּירירן דזשאבאר דאָס דורכצופירן.