בלאט 2 פון 563

Re: איבערפאל אין קהילת לב טהור

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 4:17 pm
דורך חנן
שעפעלע האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 1:45 pm
חנן האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 1:30 pm
מסתמא האט געשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 21, 2024 8:44 pm כיכר השבת דערציילט אז די מכה בפטיש איז געווען די אנטלויף בערך א חודש צוריק פון 4 יונגלעך וועלכע האבן דערציילט האר אויפשטעלנדע מעשיות. עקסטערדעם האט מען געטראפן קברים פון יונגע קינדער וועלכע ווערן אויסגעפארשט יעצט.
בנוגע די קברים פון קינדער האב איך דאס שוין געהערט מיט א צייט צוריק פון עמיצער וואס איז דארט געווען, און נאכן עס נאכגיין בשעתו שטעלט זיך ארויס, אז בס"ה רעדט מען 3 קינדער וואס זענען אוועק נאטורליך, נישט פון קלעפ און פייניגונגען, ווי מאנכע שפרונגען יעצט אויף מיט השערות...

איינער ווייס איך איז אוועק פון א ביז פון א גיפטיגע באשעפעניש.

די מציאות איז פשוט אז זיי האבן נישט קיין געהעריגע בית החיים, באגראבן זיי אין א פעלד אן קיין אויסזען פון א בית החיים. זייער רבי ליגט דארט אויך אזוי באגראבן סתם אזוי על אם הדרך..
די רעדטסט פון א צייט צוריק...און יעצט רעדט מען פון יעצט ...
נאכנישט אזוי זיכער אז די קולט איז פערטיג יעצט ; הלוואי הלוואי אז יא
א צייט צוריק, רעדט מען פון 2 חדשים צוריק. כ'גלייב נישט אז מ'רעדט פון עפעס פריש.

אז די קולט זאל זיך יעצט ענדיגן קוקט טאקע נישט אויס אזוי. אזוי לאנג ווי די פירער ווערן נישט אלע ארעסטירט, בלייבט דעם קולט אפן. קענסט נישט סתם אזוי צונעמען פרויען מיט קינדער, פריער אדער שפעטער גייט מען זיי ארויסלאזן, און וואו וועלן זיי גיין? צוריק קיין בבל.

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 6:48 pm
דורך איש ציון
שווער צו גלייבן אז דאס גייט בכלל מצליח זיין. ע"פ דרך הטבע גייט מען זיי אלע לאזן גיין פריי.

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 6:59 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
בילדער אין די פרעסע פון די פאליצייאישע איבערפאל, וואס גיט א שטיקל בליק אריין אין זייער לעבנסשטייגער

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 6:59 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 6:59 pm בילדער אין די פרעסע פון די פאליצייאישע איבערפאל, וואס גיט א שטיקל בליק אריין אין זייער לעבנסשטייגער

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 7:00 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 6:59 pm בילדער אין די פרעסע פון די פאליצייאישע איבערפאל, וואס גיט א שטיקל בליק אריין אין זייער לעבנסשטייגער

Re: קהילת לב טהור אויפגעלעזט

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 9:57 pm
דורך בן מלך
שעפעלע האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 1:48 pm
בן מלך האט געשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 21, 2024 8:44 pm
מסתמא האט געשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 21, 2024 8:11 pm על בשורות טובות אומר ברוך הטוב והמטיב!!!

עס וואלט זיך געקענט ענדיגן, כוויל נישט עס ארויסשרייבן. ליינט אביסל די ענדע פון קולטן אין היסטאריע. מדארף דאנקען און לויבן דעם אויבערשטן אז די אידישע קינדער זענען ארויס מאפילה לאורה.
יעצט גייט מען ערשט אנהייבן דיעלן מיט די נאכפאלגן.

איך האף אז די ריכטיגע עסקנים און רבנים וועלן ווערן אריינגעמישט צו ראטעווען די אלע אידישע קינדער. אזא ביטערע פרשה דאס.
איך זע נישט דא וואס עסקנים און רבנים קענען טין,סאיז א פארווייטאגטע ענין וואס מען קען גארנישט טין, האפענטליך וועט טאקע יעצט די קולט ווערן פארמאכט, דאס איז די ערשטע סטעפ וואס דארף געשען , די אלע אידישע קינדער ווילסטו נישט אריינעמען ביי דיר אינדערהיים , אפילו פאר א שבת סעודה , אפגערעדט צו לערנען מיט דיינע קינדער אין איין כיתה אדער קלאס, סא וואס פונקטליך זאלן רבנים אדער עסקנים טין ?
פארוואס קען מען גארנישט טוהן? מיט די ריכטיגע מענטשן, וואסי ד שאלה אפילו? איך פארשטיי נישט פארוואס דו פארסט גלייך אז איך זאל אדאפטירן עטליכע קינדער.

מ׳רעדט דא פון באלד צוויי הונדערט נפשות! דאס איז שווערע טויזנטער דורות!

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 9:58 pm
דורך בלק
איש ציון האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 6:48 pm שווער צו גלייבן אז דאס גייט בכלל מצליח זיין. ע"פ דרך הטבע גייט מען זיי אלע לאזן גיין פריי.
מאכט נישט קיין פינטל סענס וואס די שרייבסט

חוץ אויב די ווייסט עפעס וואס די גאס ווייסט נישט

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 9:59 pm
דורך בלק
א גרויס חלק זענען בכלל נישט פון די אידישע אפשטאם אין זענען קיינמאל נישט דורך קיין געהעריגע גויר פרעצודר

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 11:09 pm
דורך שמואל גפל
די גורים זענען נישט דארט

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 12:29 am
דורך בן מלך
שמואל גפל האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 11:09 pm די גורים זענען נישט דארט
די ערנסטע זענען אוועקגעגאנגען, ס׳איז אבער געבליבן גרים ביי זיי אויך.

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 12:47 am
דורך Think and Thank
בלק האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 9:59 pm א גרויס חלק זענען בכלל נישט פון די אידישע אפשטאם אין זענען קיינמאל נישט דורך קיין געהעריגע גויר פרעצודר

ליגט מיר אין קאפ אז עטליכע יאר צוריק זענען עטליכע ת"ח אהינגעפארן מברר זיין די מציאות און האבן געזאגט אז מען דארף נישט חושש זיין אויף פסולי חיתון וכדומה.

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 12:51 am
דורך בלק
Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 12:47 am
בלק האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 9:59 pm א גרויס חלק זענען בכלל נישט פון די אידישע אפשטאם אין זענען קיינמאל נישט דורך קיין געהעריגע גויר פרעצודר

ליגט מיר אין קאפ אז עטליכע יאר צוריק זענען עטליכע ת"ח אהינגעפארן מברר זיין די מציאות און האבן געזאגט אז מען דארף נישט חושש זיין אויף פסולי חיתון וכדומה.
וואס מיינט פסולי חיתון?

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 12:53 am
דורך הלבלר בקולמסו
בלק האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 12:51 am
Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 12:47 am
בלק האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 9:59 pm א גרויס חלק זענען בכלל נישט פון די אידישע אפשטאם אין זענען קיינמאל נישט דורך קיין געהעריגע גויר פרעצודר

ליגט מיר אין קאפ אז עטליכע יאר צוריק זענען עטליכע ת"ח אהינגעפארן מברר זיין די מציאות און האבן געזאגט אז מען דארף נישט חושש זיין אויף פסולי חיתון וכדומה.
וואס מיינט פסולי חיתון?
אלס כל שאינו יודע בטיב וכו'.

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 1:09 am
דורך Think and Thank
ריכטיג. אויב למשל די קידושין זענען קידושין און די גיטין נישט קיין גיטין איז עס אן ערנסטע פראבלעם. זיי האבן דערציילט אז זיי האבן גערעדט מיט'ן דיין פון לב טהור און איבערגעגאנגען די ארטיגע ווירטשאפט און זענען געקומען צו די מסקנה אז מען דארף נישט חושש זיין פאר פראבלעמען.

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 8:38 am
דורך זכריה
בלק האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 9:59 pm א גרויס חלק זענען בכלל נישט פון די אידישע אפשטאם אין זענען קיינמאל נישט דורך קיין געהעריגע גויר פרעצודר
די קהילה פון גרים האבן א שייכות צו לב טהור?

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 9:14 am
דורך מסתמא
Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 1:09 am ריכטיג. אויב למשל די קידושין זענען קידושין און די גיטין נישט קיין גיטין איז עס אן ערנסטע פראבלעם. זיי האבן דערציילט אז זיי האבן גערעדט מיט'ן דיין פון לב טהור און איבערגעגאנגען די ארטיגע ווירטשאפט און זענען געקומען צו די מסקנה אז מען דארף נישט חושש זיין פאר פראבלעמען.
מטאר נישט מוציא לע”ז זיין אויף קיין אידן. מצד שני א לב טהור אינסיידער איז נישט נאמן אויף גארנישט. די אנטלאפענע דערציילן מעשיות משונות איבער עניני חיתון והמסתעף אאכמ”ל כמובן, דעריבער דארף יעדער עקסטער א פסק פון א דיין וויאזוי זיך צו באגיין. מיך איז עס נישט נוגע אלץ חיתון, עכ”פ אויף דערווייל, ווייטער אלץ איד קומען מיר זיי די וועלט עניוועי

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 9:17 am
דורך מסתמא
זכריה האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 8:38 am
בלק האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 9:59 pm א גרויס חלק זענען בכלל נישט פון די אידישע אפשטאם אין זענען קיינמאל נישט דורך קיין געהעריגע גויר פרעצודר
די קהילה פון גרים האבן א שייכות צו לב טהור?
יא, זיי זענען אנטלאפענע, א ריזן טייל פון זיי, כמיין אז די רוב.

זעסטו אבער פון דארטן וואס די אידן זענען, ווען זיי זענען נישט אינטער די יאך פון דעם מאיומדיגע קולט. מסתמא אין לב טהור אליינס זענען נאך דא פילע הייליגע נשמות.

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 10:30 am
דורך totty2024
ווייסט איינער צי די קינדער גייען יעצט אינטער די ציונים און סכנות אדער זיי זענען אין ערליכע הענט?

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 10:33 am
דורך בן תורה
totty2024 האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 10:30 am ווייסט איינער צי די קינדער גייען יעצט אינטער די ציונים און סכנות אדער זיי זענען אין ערליכע הענט?
שמואל גפל האט געשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 21, 2024 6:33 pm די ארטיגע רעגירונג זאגט אז זיי קוקען פאראויס אויף די צוזאמענארבעט מיט איזרעילי גאווערנמענט פאר די עתיד פון די קינדער וואס זענען אוועקגעפירט געווארען (פון לבן צו עשיו...).

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 10:34 am
דורך totty2024
בן תורה האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 10:33 am
totty2024 האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 10:30 am ווייסט איינער צי די קינדער גייען יעצט אינטער די ציונים און סכנות אדער זיי זענען אין ערליכע הענט?
שמואל גפל האט געשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 21, 2024 6:33 pm די ארטיגע רעגירונג זאגט אז זיי קוקען פאראויס אויף די צוזאמענארבעט מיט איזרעילי גאווערנמענט פאר די עתיד פון די קינדער וואס זענען אוועקגעפירט געווארען (פון לבן צו עשיו...).
וואו איז רב טוב

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 1:22 pm
דורך אלעמאל
מ'דארף פון יעדער פלאץ, ארויס נעמען גוט'ס.
פון לב טהור, דארף מען ארויס נעמען זייערע לבוש, און אהער ברענגען צו כלל ישראל.

פארוואס עפעס זאלן מיר דארפן שווענדן טויזענטער אויף שטאפיר פאר א בר מצוה בחור'ל?

מ'זאל אנטוהן די שמאטע'ס פון לב טהור, עס וועט נישט זיין אזוי הייס אין זומער, און נישט אזוי מורא האבן פון א רעגן טראפ, און חאטש וועט בלייבן א מזכרת, א זכר, א לעבעדיגע קבר פאר'ן קולט פון לב טהור, ביי אונז היימישער אידן.

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 1:48 pm
דורך וואוילער
Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 1:09 am ריכטיג. אויב למשל די קידושין זענען קידושין און די גיטין נישט קיין גיטין איז עס אן ערנסטע פראבלעם. זיי האבן דערציילט אז זיי האבן גערעדט מיט'ן דיין פון לב טהור און איבערגעגאנגען די ארטיגע ווירטשאפט און זענען געקומען צו די מסקנה אז מען דארף נישט חושש זיין פאר פראבלעמען.
אז ער ווייסט וואס שטייט אין די תורה, מיינט נאכנישט אז ער האט יר״ש, און ס'מיינט נאכנישט אז ס'נישטא ווער ס'קען מאיים זיין און הייסן טוהן אנדערש ווי די תורה רח״ל.

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 2:03 pm
דורך מסתמא
אלעמאל האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 1:22 pm מ'דארף פון יעדער פלאץ, ארויס נעמען גוט'ס.
פון לב טהור, דארף מען ארויס נעמען זייערע לבוש, און אהער ברענגען צו כלל ישראל.

פארוואס עפעס זאלן מיר דארפן שווענדן טויזענטער אויף שטאפיר פאר א בר מצוה בחור'ל?

מ'זאל אנטוהן די שמאטע'ס פון לב טהור, עס וועט נישט זיין אזוי הייס אין זומער, און נישט אזוי מורא האבן פון א רעגן טראפ, און חאטש וועט בלייבן א מזכרת, א זכר, א לעבעדיגע קבר פאר'ן קולט פון לב טהור, ביי אונז היימישער אידן.
רמב"ם הלכות דעות ג׳

שֶׁמָּא יֹאמַר אָדָם הוֹאִיל וְהַקִּנְאָה וְהַתַּאֲוָה וְהַכָּבוֹד וְכַיּוֹצֵא בָּהֶם דֶּרֶךְ רָעָה הֵן וּמוֹצִיאִין אֶת הָאָדָם מִן הָעוֹלָם. אֶפְרשׁ מֵהֶן בְּיוֹתֵר וְאֶתְרַחֵק לַצַּד הָאַחֲרוֹן. עַד שֶׁלֹּא יֹאכַל בָּשָׂר וְלֹא יִשְׁתֶּה יַיִן וְלֹא יִשָּׂא אִשָּׁה וְלֹא יֵשֵׁב בְּדִירָה נָאָה וְלֹא יִלְבַּשׁ מַלְבּוּשׁ נָאֶה אֶלָּא הַשַּׂק וְהַצֶּמֶר הַקָּשֶׁה וְכַיּוֹצֵא בָּהֶן כְּגוֹן כֹּהֲנֵי הָעוֹבְדֵי כּוֹכָבִים. גַּם זֶה דֶּרֶךְ רָעָה הִיא וְאָסוּר לֵילֵךְ בָּהּ. הַמְהַלֵּךְ בְּדֶרֶךְ זוֹ נִקְרָא חוֹטֵא. שֶׁהֲרֵי הוּא אוֹמֵר בְּנָזִיר (במדבר ו יא) "וְכִפֶּר עָלָיו מֵאֲשֶׁר חָטָא עַל הַנָּפֶשׁ". אָמְרוּ חֲכָמִים וּמָה אִם נָזִיר שֶׁלֹּא פֵּרַשׁ אֶלָּא מִן הַיַּיִן צָרִיךְ כַּפָּרָה הַמּוֹנֵעַ עַצְמוֹ מִכָּל דָּבָר וְדָבָר עַל אַחַת כַּמָּה וְכַמָּה. לְפִיכָךְ צִוּוּ חֲכָמִים שֶׁלֹּא יִמְנַע אָדָם עַצְמוֹ אֶלָּא מִדְּבָרִים שֶׁמְּנַעְתּוֹ הַתּוֹרָה בִּלְבַד. וְלֹא יְהֵא אוֹסֵר עַצְמוֹ בִּנְדָרִים וּבִשְׁבוּעוֹת עַל דְּבָרִים הַמֻּתָּרִים. כָּךְ אָמְרוּ חֲכָמִים לֹא דַּיֶּךָ מַה שֶּׁאָסְרָה תּוֹרָה אֶלָּא שֶׁאַתָּה אוֹסֵר עָלֶיךָ דְּבָרִים אֲחֵרִים. וּבַכְּלָל הַזֶּה אֵלּוּ שֶׁמִּתְעַנִּין תָּמִיד אֵינָן בְּדֶרֶךְ טוֹבָה. וְאָסְרוּ חֲכָמִים שֶׁיְּהֵא אָדָם מְסַגֵּף עַצְמוֹ בְּתַעֲנִית. וְעַל כָּל הַדְּבָרִים הָאֵלּוּ וְכַיּוֹצֵא בָּהֶן צִוָּה שְׁלֹמֹה וְאָמַר (קהלת ז טז) "אַל תְּהִי צַדִּיק הַרְבֵּה וְאַל תִּתְחַכַּם יוֹתֵר לָמָּה תִּשּׁוֹמֵם"

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 2:51 pm
דורך גארנישט מיט נישט
אלעמאל האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 1:22 pm מ'דארף פון יעדער פלאץ, ארויס נעמען גוט'ס.
פון לב טהור, דארף מען ארויס נעמען זייערע לבוש, און אהער ברענגען צו כלל ישראל.

פארוואס עפעס זאלן מיר דארפן שווענדן טויזענטער אויף שטאפיר פאר א בר מצוה בחור'ל?

מ'זאל אנטוהן די שמאטע'ס פון לב טהור, עס וועט נישט זיין אזוי הייס אין זומער, און נישט אזוי מורא האבן פון א רעגן טראפ, און חאטש וועט בלייבן א מזכרת, א זכר, א לעבעדיגע קבר פאר'ן קולט פון לב טהור, ביי אונז היימישער אידן.
נו ווער לאזט אייך נישט אנטוען דאס פאר אייערע קינדער?..

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 4:02 pm
דורך שינאווער
גארנישט מיט נישט האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 2:51 pm
אלעמאל האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 1:22 pm מ'דארף פון יעדער פלאץ, ארויס נעמען גוט'ס.
פון לב טהור, דארף מען ארויס נעמען זייערע לבוש, און אהער ברענגען צו כלל ישראל.

פארוואס עפעס זאלן מיר דארפן שווענדן טויזענטער אויף שטאפיר פאר א בר מצוה בחור'ל?

מ'זאל אנטוהן די שמאטע'ס פון לב טהור, עס וועט נישט זיין אזוי הייס אין זומער, און נישט אזוי מורא האבן פון א רעגן טראפ, און חאטש וועט בלייבן א מזכרת, א זכר, א לעבעדיגע קבר פאר'ן קולט פון לב טהור, ביי אונז היימישער אידן.
נו ווער לאזט אייך נישט אנטוען דאס פאר אייערע קינדער?..
וואס הייסט ווער? דער רמב"ם!