בלאט 2 פון 5
Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 08, 2025 7:05 pm
דורך פעיק ניוז
בן נביאים האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 07, 2025 4:59 pm
פארוואס מאכט טראמפ א צערמאניע?
ער איז דאך קיינמאל געווארן אויס פרעזידענט?
ער איז יא. פרעזידענט ווערט מען ביים איינגעשוואוירן ווערן, נישט ביים געווינען.
Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025
געפאוסט: פרייטאג יאנואר 10, 2025 11:16 am
דורך מיילעך פריילעך
א שיינע פאר ריזן פירמעס אריינגערעכנט טעק קאמפאניס האבן ביישטייערט א מיליאן דאלאר פארן טראמפ איינשווערונג אריינגערעכנט גוגל, אמאזאן, מעטא, פארד, open AI, ועוד.
Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 13, 2025 3:23 pm
דורך מיילעך פריילעך
דער טעקסאס גאווערנאר גרעג אבאט פארארדענט אז די אמעריקאנער פענער זאלן ווערן צוריק געהעכערט דורכאויס פרעזידענט פרעזידענט טראמפּ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, טראץ וואס פרעזידענט ביידען האט אונטערגעשריבן א באפעל צו נידערן די פענער אין עהרע פון געוועזענער פרעזידענט דזשימי קארטער.
Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 13, 2025 3:24 pm
דורך מיילעך פריילעך
[quote="מיילעך פריילעך" post_id=145916 time=1736799823 user_id=1498]
דער טעקסאס גאווערנאר גרעג אבאט פארארדענט אז די אמעריקאנער פענער זאלן ווערן צוריק געהעכערט דורכאויס פרעזידענט פרעזידענט טראמפּ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, טראץ וואס פרעזידענט ביידען האט אונטערגעשריבן א באפעל צו נידערן די פענער אין עהרע פון געוועזענער פרעזידענט דזשימי קארטער.
[/quote]
[attachment=0]IMG_20250113_152354_374.jpg[/attachment]
Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 13, 2025 4:10 pm
דורך מיילעך פריילעך
דער סיקרעט סערוויס אגענטור וואס שטייט אויף די איבערזיכט פון פרעזידענט טראמפ'ס איינשווערונג, האט עס דערקלערט א "העכערע סכנה געלעגנהייט" און האט באשטעטיגט אז אלע רעסורסן בנימצא זענען געשטעלט געווארן צו פארזיכערן די זיכערהייט פון טראמפ און זיין סופפארטערס.
Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 13, 2025 7:33 pm
דורך מיילעך פריילעך
פ"מ נתניהו האט אפגערופן זיין רייזע צו אמעריקע פאר די איינשווערונג צערעמאניע פון אריינקומענדע פרעזידענט טראמפ.
Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 14, 2025 12:13 pm
דורך מיילעך פריילעך
ספיקער דשאונסאן מעלדט אז די אמעריקאנער פענער איבער'ן קאפיטאל וועלן פליען אינגאנצן געהויבן ביי פרעזידענט טראמפ'ס איינשווערונג, און וועלן צוריק ווערן גענידערט אויף האלב דעם קומענדיגע טאג צוליב די טויט פון דשימי קארטער.
Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 14, 2025 12:13 pm
דורך מיילעך פריילעך

- IMG_20250114_121328_342.jpg (135.25 KiB) געזען געווארן 838 מאל
Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 15, 2025 3:44 pm
דורך שינאווער
די ביליאנערן, אילאן מאסק, דזשעף בעזאס, און מארק צוקערבערג וועלן זיך באטייליגן ביי די איינשווערונגס צערעמאניע פון פרעזידענט עלעקט טראמפּ.
Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 15, 2025 10:41 pm
דורך שינאווער

- 7645058900720210120t141345z1826479146hp1e_662804991.jpg (36.51 KiB) געזען געווארן 716 מאל
Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 16, 2025 10:01 am
דורך מיילעך פריילעך
שו טשו דער אייגענטומער פון טיק טאק האט באקומען א איינלאדענונג צו פרעזידענט ערוועלט טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע.
Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 16, 2025 6:06 pm
דורך שאינו יודע לשאול
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 16, 2025 10:01 am
שו טשו דער אייגענטומער פון טיק טאק האט באקומען א איינלאדענונג צו פרעזידענט ערוועלט טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע.
און וועט זיצן אויף א בכבוד'יגע ארט.
Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 16, 2025 6:06 pm
דורך שאינו יודע לשאול
מארק זוקערבערג וועט אפרעכטן א פארטי פאר טראמפ אין די טעג פון די איינשווערונג.
Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 16, 2025 6:58 pm
דורך שינאווער
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 16, 2025 6:06 pm
מארק זוקערבערג וועט אפרעכטן א פארטי פאר טראמפ אין די טעג פון די איינשווערונג.
פון ווען ביז ווען הייסט די טעג פון די איינשווערונג?
Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 16, 2025 6:59 pm
דורך שינאווער
וועטער באאמטע זאגן פאר א שטארק קאלטע וועטער אין וואשינגטאן די-סי קומענדיגע וואך מאנטאג די טאג ווען טראמפ דארף ווערן איינגעשוואוירן.
דער וועטער וועט זיין צווישן 20 און 30 דעגרי.
Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 16, 2025 7:01 pm
דורך שינאווער
דער איינשווערונג איז באשטימט אויף קומענדיגער וואך מאנטאג 12 אזייגער נאכמיטאג.
און דארנאך וועט טראמפ געבן זיין איינשווערונגס רעדע פון פארנט פון דער קעפיטאל געביידע.
Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025
געפאוסט: פרייטאג יאנואר 17, 2025 2:13 pm
דורך שינאווער
טראמפ וועט ווערן איינגעשוואוירן אינעווייניג אינעם קעפיטאל און נישט אויפן גאס צוליב די ביטערע פרעסטן.
די איבעריגע חלקים פונעם צערעמאניע וועלן יא פארקומען געהעריג אויפ גאס.
דאס לעצטע מאל וואס דער איינשווערונג איז דורכגעפירט געווארן אינעווייניג איז געווען אין די צייטן פון פרעזידענט רעיגען אין יאר 1985, אויך צוליב די גאר קאלטע וועטערס.
Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025
געפאוסט: פרייטאג יאנואר 17, 2025 2:15 pm
דורך שינאווער

- GettyImages21929533381_57_250117124131.jpg (316.96 KiB) געזען געווארן 528 מאל
Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025
געפאוסט: זונטאג יאנואר 19, 2025 1:54 pm
דורך מיילעך פריילעך
יונייטעד לופטליניע האט פרייטאג געמאלדן אז זיי וועלן ביישטייערן א מיליאן דאלער צו טראמפ'ס איינשווערונג פאנד, אריינכאפנדיג צו צייגן זייער שטיצע, פאר'ן איינשווערונג.
Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025
געפאוסט: זונטאג יאנואר 19, 2025 1:55 pm
דורך מיילעך פריילעך
פילע טראמפ שטיצער זענען גאר אנטוישט און אויפגעברויזט אויף טראמפ׳ס באשלוס צו אפהאלטן די איינשווערונג אינעווייניג אין די קעפיטאל, בלויז מיט די באטייליגונג פון די עליטע, און אן די באטייליגונג פון דעם המון עם פשוט׳ע בירגער וואס ער טוט לויט אים פארטרעטן און וועלכע האבן אים פאקטיש אריינגעוועלט.
צענדילגע טויזענטע וואס האבן געמאכט פלענער פאר די איינשווערונג האבן פארלוירן שווערע געלטער נאכן נישט קענען קענסעלן זייערע האטעל צימערן אדער עירבי-ען-בי׳ס אד״ג, פילע וואס גערייזט שעות און טעג צו זיין ביים איינשווערונג.
טראמפ האט געגעבן די סיבה צוליב די קעלט זאגנדיג אז ער וויל נישט די עולם זאל שטיין פאר שעות אין אזא וועטער, (איי געוויסע פרעזידענטן זענען געווארן איינגעשוואוירן אין אסאך ערגערע וועטערס.. און כ׳געדענק נישט ווען ס׳איז אים אזוי אנגעגאנגען ביי זיינע ראליס ווען מענטשן זענען געשטאנען לאנגע שעות אין היצן און קעלט און הונדערטע האבן געדארפט צוקומען צו מעדיצינישע באהאנדלונג צוליב דעם…)
אבער פילע שפעקעלירן וואס די פאקטישע סיבה איז, פון צוליב די מעגליכקייט אז עס וועט זיך איבערשפילן די באטייליגונג פארשעמונג פון 2017 ווען עס איז געווען א קלענערע עולם פון אבאמא, און טראמפ איז דערנאך געווען פארנומען די ערשטע פאר טעג פון די אדמיניסטראציע צו טענה׳ן אז די בילדער זענען געפעלשט… א חלק זאגן אז עס איז צוליב זיכערהייט געפארן, אנדערע ווילן טענה׳ן אז טראמפ וויל ס׳זאל זיין אייקאניק, און אזוי ווי רעגען׳ס צווייטע איינשווערונג.
פאר וועלכע אויסרייד עס זאל נאר זיין, איז עס גאר א שטארקער פראסק פאר זיינע מערסט געטרייע שטיצער וואס האבן זיך געלאזט קאסטן שווערע אפגעשפארטע געלטער, און די וואס האבן גערייזט טעג! בלויז צו קענען געוואר ווערן אז עס ווערט אריינגעריקט אינעווייניג נאר פאר די עליטע צו מיטהאלטן.
Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025
געפאוסט: זונטאג יאנואר 19, 2025 2:21 pm
דורך שאינו יודע לשאול
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 19, 2025 2:19 pm
ליסטע פון געלאנדטע וועלט פירער צום איינשווערונג מארגן מאנטאג. טראמפ ברעכט דערמיט די אנגענומענע טראדיציע נישט צו רופן קיין אויסלענדישע פירער צום צערעמאניע.
- ארגענטינע פרעזידענט זשאווער מילעי.
- כינעזער פרעזידענט שי דזשינפּינג. שי וועט נישט אנטייל נעמען, אָבער וויצע פרעזידענט האַן זענג וועט.
- איטאליע'ס פרעמיער מיניסטער גיארגי מעלאני.
- אונגארן פרעמיער מיניסטער וויקטאר אָרבאן: פּאָפּוליסט פירער אָרבאן איז א נאָענטער טראמפ אליאירטער און האט געזאגט אז ער גלויבט אז דער פרעזידענט-ערוועלט וועט ענדיגן רוסלאנד'ס מלחמה קעגן אוקראינע. ער וועט נישט אנטיילנעמען צוליב א סטעיט אדרעס וואס ער וועט דאן אפהאלטן.
- אינדיעס פּריים מיניסטער נאַרענדראַ מאָדי: אין די צייט וואס דער פרעמיער מיניסטער וועט נישט אנטייל נעמען, וועט דער אויסערן מיניסטער סובראַהמאַניאַם דזשאַישאַנקאַר אים רעפרעזענטירן.
- פרעזידענט פון עקוואַדאָר דניאל נאָבאָאַ:
- געוועזענער בראַזיליאַנער פרעזידענט דזשאַיר באָלסאָנאַראָ: דער ווייט-רעכטער פּאָליטיקער מיטן נאָמען "טראמפ פון די טראָפּיקס" איז געלאדנט, אָבער וועט נישט אָנטייל נעמען ווייל ער איז פאַרבאָטן צו אַרומפאָרן. זיין פאספארט איז קאנפיסקירט געווארן דורך די לאנדס העכסטע קאָורט צווישן עטליכע אויספארשונגען, אַרייַנגערעכנט אנגעבליכע פרווון צו איבערדרייען די רעזולטאַטן פון די 2022 אַלגעמיינע וואַלן, וואָס ער האט פארלוירן.
- דער געוועזענער פוילישער פרעמיער מיניסטער מאטעאוס מאראוויעק, וועלכער איז לעצטנס געווארן פירער פון דער רעכטער אייראפעישער קאנסערוואטיוון און רעפארמיסטן פארטיי אין אי.יו. פארלאמענט, וועט אויך אָנטייל נעמען.
unnamed - 2025-01-19T141912.309.png
Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025
געפאוסט: זונטאג יאנואר 19, 2025 3:15 pm
דורך שינאווער

- GiIdYn.jpeg (192.15 KiB) געזען געווארן 410 מאל
Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025
געפאוסט: זונטאג יאנואר 19, 2025 7:21 pm
דורך שינאווער
יונייטעד לופטליניע האט פרייטאג געמאלדן אז זיי וועלן ביישטייערן א מיליאן דאלער צו טראמפ'ס איינשווערונג פאנד, אריינכאפנדיג צו צייגן זייער שטיצע, פאר'ן איינשווערונג.
Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 20, 2025 11:29 am
דורך מיילעך פריילעך
סדר היום פאר היינט:
טראמפ וועט באזוכן ביידען אינעם ווייסן הויז און טרינקען א טיי מיט אים,
דערנאך וועט ער גיין צום קעפיטאל וואו מ'וועט איינשווערן זיין וויצע דזשעי די ווענס, אין דערנאך וועט מען אים איינשווערן,
די פאראדע וואס האט געזאלט פארקומען אויפן גאס נאך די איינשווערונג וועט למעשה פארקומען אינעם קעפיטאל אפיציעל צוליב די שווערע וועטער,
נאכדעם וועט ער אריינגיין אין א צימער אינעם קעפיטאל וואו ער וועט אונטערשרייבן צוויי הונדערט עקזעקיוטיוו ארדערס, וואס דעיס ברעכט די היסטאריע אלס די מערסטע עקזעקיוטיוו ארדערס אונטערגעשריבן אין איין טאג,
נאכדעם וועט זיין א מיליטערישע מארש פארנט פונעם קאפיטאל,
דערנאך וועט ער פארן צום ווייסן הויז מיט א מיליטערישע באגלייטונג,
די איבעריגע טאג וועט ער פארברענגען מיט פריוואטע פייערונגען וואו די עליטע וועלן אים קאנגראטולירן פאר זיין איינשווערונג.
Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 20, 2025 11:37 am
דורך מיילעך פריילעך

- IMG-20250120-WA0016.jpg (36.79 KiB) געזען געווארן 298 מאל