בלאט 2 פון 2
Re: קהליווינג פראיעקט וועט צושטעלן ביליגע דירות פאר חברי הקהלה - סאטמאר מהר"יי וויליאמסבורג
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 4:15 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
איך האב גערעדט מיט איינעם נאנט צו העסקן ר' יואל בראווער פון קהל, און לויט זיין אינפארמאציע איז די רעדע פון די נייע פראיעקט אין בלומינגבורג.
עס גייט זיין $250 א סקווער פיס אויב צאלט מען א האלבע דירה פון פאראויס, און $350 א סקווער פיס אויב מ'צאלט שפעטער מיט א מארטגעדזש.
איך נעם נישט קיין אחריות אויף די פונקטליכקייט, דאס איז די בעסטע וואס כהאב געקענט ארויסהערן.
Re: קהליווינג פראיעקט וועט צושטעלן ביליגע דירות פאר חברי הקהלה - סאטמאר מהר"יי וויליאמסבורג
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 4:28 pm
דורך עס וועט זיין גוט
ווער ווייסט אפשר איז עס לעיק פראנט
Re: קהליווינג פראיעקט וועט צושטעלן ביליגע דירות פאר חברי הקהלה - סאטמאר מהר"יי וויליאמסבורג
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 4:32 pm
דורך וואסאפשט
מסתבר איז עס, 2 סיבות האחד געהאט א בוט ביים עקספאו!!!! והשנית איינער זיכערמאן מבוני ומקימי השכונה האבן מנדב געווען די טענט שבועות בצל הקודש און וומ"ס
Re: קהליווינג פראיעקט וועט צושטעלן ביליגע דירות פאר חברי הקהלה - סאטמאר מהר"יי וויליאמסבורג
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 4:36 pm
דורך פישפיקלאדיין
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 20, 2023 4:15 pm
איך האב גערעדט מיט איינעם נאנט צו העסקן ר' יואל בראווער פון קהל, און לויט זיין אינפארמאציע איז די רעדע פון די נייע פראיעקט אין בלומינגבורג.
עס גייט זיין $250 א סקווער פיס אויב צאלט מען א האלבע דירה פון פאראויס, און $350 א סקווער פיס אויב מ'צאלט שפעטער מיט א מארטגעדזש.
איך נעם נישט קיין אחריות אויף די פונקטליכקייט, דאס איז די בעסטע וואס כהאב געקענט ארויסהערן.
דאס מיינט אז א אינגערמאן וואס וויל קויפן אן 8 רומיגע דירה פון 2300 ס.פ. דארף אראפלייגן
כמעט גאנצע 300 אלפים
Re: קהליווינג פראיעקט וועט צושטעלן ביליגע דירות פאר חברי הקהלה - סאטמאר מהר"יי וויליאמסבורג
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 4:39 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
ווארט א רגע!!
כהאב געזאגט וואס כהאב געהערט. פרעגן קושיות וועסטו אויב דער איד וועט עס מעלדן.
Re: קהליווינג פראיעקט וועט צושטעלן ביליגע דירות פאר חברי הקהלה - סאטמאר מהר"יי וויליאמסבורג
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 4:49 pm
דורך מיילעך
פישפיקלאדיין האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 20, 2023 4:36 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 20, 2023 4:15 pm
איך האב גערעדט מיט איינעם נאנט צו העסקן ר' יואל בראווער פון קהל, און לויט זיין אינפארמאציע איז די רעדע פון די נייע פראיעקט אין בלומינגבורג.
עס גייט זיין $250 א סקווער פיס אויב צאלט מען א האלבע דירה פון פאראויס, און $350 א סקווער פיס אויב מ'צאלט שפעטער מיט א מארטגעדזש.
איך נעם נישט קיין אחריות אויף די פונקטליכקייט, דאס איז די בעסטע וואס כהאב געקענט ארויסהערן.
דאס מיינט אז א אינגערמאן וואס וויל קויפן אן 8 רומיגע דירה פון 2300 ס.פ. דארף אראפלייגן
כמעט גאנצע 300 אלפים
קודם ווער זאגט עס איז אמת און נאכדעם פארדעם באקומט ער אבער א ביליגע פרייז פון ערגעץ דארף מען האבן געלט צו בויען.
Re: קהליווינג פראיעקט וועט צושטעלן ביליגע דירות פאר חברי הקהלה - סאטמאר מהר"יי וויליאמסבורג
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 4:53 pm
דורך פישפיקלאדיין
מיילעך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 20, 2023 4:49 pm
פישפיקלאדיין האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 20, 2023 4:36 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 20, 2023 4:15 pm
איך האב גערעדט מיט איינעם נאנט צו העסקן ר' יואל בראווער פון קהל, און לויט זיין אינפארמאציע איז די רעדע פון די נייע פראיעקט אין בלומינגבורג.
עס גייט זיין $250 א סקווער פיס אויב צאלט מען א האלבע דירה פון פאראויס, און $350 א סקווער פיס אויב מ'צאלט שפעטער מיט א מארטגעדזש.
איך נעם נישט קיין אחריות אויף די פונקטליכקייט, דאס איז די בעסטע וואס כהאב געקענט ארויסהערן.
דאס מיינט אז א אינגערמאן וואס וויל קויפן אן 8 רומיגע דירה פון 2300 ס.פ. דארף אראפלייגן
כמעט גאנצע 300 אלפים
קודם ווער זאגט עס איז אמת און נאכדעם פארדעם באקומט ער אבער א ביליגע פרייז פון ערגעץ דארף מען האבן געלט צו בויען.
קודם, מען רעדט אויב יואל בראווער זאגט אמת
נאכדעם פון ערגעץ דארף מען האבן די געלט אראפצולייגן...
Re: קהליווינג פראיעקט וועט צושטעלן ביליגע דירות פאר חברי הקהלה - סאטמאר מהר"יי וויליאמסבורג
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 10:44 pm
דורך והיתם נקיים
חנה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 20, 2023 11:02 am
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 20, 2023 9:06 am
אינזשעניר האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 20, 2023 9:04 am
איך וואלט ענדערש געטוישט אסאפ די נאמען פונעם טיש....
יעדער האט זיך זיין וועג פון טראכטן..
חח.. ביסט אויך גערעכט!...
אבער דא שטערט מיר נישט אזוי ווייט די יא-נישט געשמאק צו זאגן-ליינען-נוצן, נאר די 'ערנסטקייט'. ס'פילט עפעס נישט פאסיג פאר קהל.
זעצעך אויס אז וויאזוי ס׳גוי׳אישט זיך (אנליין אינגעלייט) אזוי אידישט זיך (קהל׳ס ערנסטקייט)
איך וואלט ענדערש געזאגט "וויאזוי ס'אידטישט זיך אזוי קהל'ט זיך"...
Re: קהליווינג פראיעקט וועט צושטעלן ביליגע דירות פאר חברי הקהלה - סאטמאר מהר"יי וויליאמסבורג
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 10:50 pm
דורך והיתם נקיים
פישפיקלאדיין האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 20, 2023 4:36 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 20, 2023 4:15 pm
איך האב גערעדט מיט איינעם נאנט צו העסקן ר' יואל בראווער פון קהל, און לויט זיין אינפארמאציע איז די רעדע פון די נייע פראיעקט אין בלומינגבורג.
עס גייט זיין $250 א סקווער פיס אויב צאלט מען א האלבע דירה פון פאראויס, און $350 א סקווער פיס אויב מ'צאלט שפעטער מיט א מארטגעדזש.
איך נעם נישט קיין אחריות אויף די פונקטליכקייט, דאס איז די בעסטע וואס כהאב געקענט ארויסהערן.
דאס מיינט אז א אינגערמאן וואס וויל קויפן אן 8 רומיגע דירה פון 2300 ס.פ. דארף אראפלייגן
כמעט גאנצע 300 אלפים
אין וויליאמסבורג וואלט ער געדארפט אראפלייגן אזויפיל פאר א קלענערע דירה, און די מארטגעדזש פעימענטס וואלטן געווען פיר מאל אזויפיל!
סאו פאר איינער וואס קען אויפקומען מיט די דאון פעימענט
(וואס זייער אסאך קענען דורך הלואות וכדו') און ס'איז בעיקר די חודש'ליכע בודזשעט וואס שטערט צו אריינשפרינגען אין א דירה אין ווילאמסבורדג איז דאס ממש ווי געוואונטן, און איך גלייב אז זייער אסאך זענען אין אזא סיטואציע.
Re: קהליווינג פראיעקט וועט צושטעלן ביליגע דירות פאר חברי הקהלה - סאטמאר מהר"יי וויליאמסבורג
געפאוסט: פרייטאג יולי 21, 2023 10:37 am
דורך פישפיקלאדיין
והיתם נקיים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 20, 2023 10:50 pm

טייטש דו טראכסט אז בעצם קען דער עוורידזש אינגערמאן אויפקומען מיט אזעלכע גרויסע דאון פעימענטס?
Re: קהליווינג פראיעקט וועט צושטעלן ביליגע דירות פאר חברי הקהלה - סאטמאר מהר"יי וויליאמסבורג
געפאוסט: פרייטאג יולי 21, 2023 10:42 am
דורך Azoi Tzi Zugen
ער זאגט דאך אז ס'איז מעשים בכל יום אין וויליאמסבורג. און מ'רעדט דא פון תושבי וומסב"ג, און למעשה העלפסטו אים צו קענען לעבן שפעטער נארמאל אנשטאט צאלן ריזיגע מארטגעדזשעס.
אייגנטליך קרית יואל מהר"א האטעך בערך די זעלבע פלאן. ניין? (די ועד הקרי' עפארדעבל). זיי האבן אויך געשריבן אז כדי צו מאכן ביליג דארף מען אוועקנעמען די קאסט פון קאנסטראקשן לאון.
Re: קהליווינג פראיעקט וועט צושטעלן ביליגע דירות פאר חברי הקהלה - סאטמאר מהר"יי וויליאמסבורג
געפאוסט: פרייטאג יולי 21, 2023 4:53 pm
דורך והיתם נקיים
פישפיקלאדיין האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 21, 2023 10:37 am
והיתם נקיים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 20, 2023 10:50 pm
פישפיקלאדיין האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 20, 2023 4:36 pm
דאס מיינט אז א אינגערמאן וואס וויל קויפן אן 8 רומיגע דירה פון 2300 ס.פ. דארף אראפלייגן
כמעט גאנצע 300 אלפים
אין וויליאמסבורג וואלט ער געדארפט אראפלייגן אזויפיל פאר א קלענערע דירה, און די מארטגעדזש פעימענטס וואלטן געווען פיר מאל אזויפיל!
סאו פאר איינער וואס קען אויפקומען מיט די דאון פעימענט
(וואס זייער אסאך קענען דורך הלואות וכדו') און ס'איז בעיקר די חודש'ליכע בודזשעט וואס שטערט צו אריינשפרינגען אין א דירה אין ווילאמסבורדג איז דאס ממש ווי געוואונטן, און איך גלייב אז זייער אסאך זענען אין אזא סיטואציע.
טייטש דו טראכסט אז בעצם קען דער עוורידזש אינגערמאן אויפקומען מיט אזעלכע גרויסע דאון פעימענטס?
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 21, 2023 10:42 am
ער זאגט דאך אז ס'איז מעשים בכל יום אין וויליאמסבורג. און מ'רעדט דא פון תושבי וומסב"ג, און למעשה העלפסטו אים צו קענען לעבן שפעטער נארמאל אנשטאט צאלן ריזיגע מארטגעדזשעס.
אייגנטליך קרית יואל מהר"א האטעך בערך די זעלבע פלאן. ניין? (די ועד הקרי' עפארדעבל). זיי האבן אויך געשריבן אז כדי צו מאכן ביליג דארף מען אוועקנעמען די קאסט פון קאנסטראקשן לאון.
נאכמער, ס'איז נישט ממש ווי אין וויליאמסבורג, ווייל דארט וואלט ער געדארפט אראפלייגן 300K פאר א צוויי טויזענט סקווער פוס דירה
(לויט די יעצטיגע פרייז פון ארום 750 א סקווער פוס) אפילו אויך נאר אויב ער קען ווערן אפראווד פאר א 80% מארטגעדזש
(וואס איז א גרויסע 'אויב' נעמנדיג אין באטראכט אז דאס וואלט געמיינט א 1.2 מיליאן מארטגעדזש), און דא וועט ער פאר די זעלבע סייז דירה דארפן אראפלייגן 250K, אבער ער וועט נישט דארפן אראפלייגן מער אפילו אויב ער קען ווערן אפראווד נאר פאר א גאר קליינע מארטגעדזש.
יעצט ס'זענען דא מענטשן וואס זענען אין א פארקערטע מצב, אז זיי האבן א שיינע איינקופט און זיי קענען לעבן מיט די וויליאמסבורגע רענט, און זיי וואלטן אפילו געקענט לעבן מיט א וויליאמסבורגע מארטגעדזש, אבער זיי פארדינען נישט מיט אזויפיל מער ווי זייער חודש'ליכע בודזשעט אז זיי זאלן קענען אוועקלייגן גענוג צו האבן פאר א דאון פעימענט אין די נאנטע צוקונפט, אבער זיי
(וואס זיי וואלטן זיך געקענט ערלויבן א מארטגעדזש פון 1.2 מיליאן, אבער דא גייט זייער מארטגעדזש זיין בלויז 250K) דארפן צו קענען בארגן און גרינגערהייט אפצאלן אזא דאון פעימענט.
Re: קהליווינג פראיעקט וועט צושטעלן ביליגע דירות פאר חברי הקהלה - סאטמאר מהר"יי וויליאמסבורג
געפאוסט: פרייטאג יולי 21, 2023 4:57 pm
דורך חכם
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 20, 2023 4:15 pm
איך האב גערעדט מיט איינעם נאנט צו העסקן ר' יואל בראווער פון קהל, און לויט זיין אינפארמאציע איז די רעדע פון די נייע פראיעקט אין בלומינגבורג.
עס גייט זיין $250 א סקווער פיס אויב צאלט מען א האלבע דירה פון פאראויס, און $350 א סקווער פיס אויב מ'צאלט שפעטער מיט א מארטגעדזש.
איך נעם נישט קיין אחריות אויף די פונקטליכקייט, דאס איז די בעסטע וואס כהאב געקענט ארויסהערן.
און וויפיל גייט קאסטן פאר א פרעמדער? גייט א פרעמדער בכלל קענען קויפן דארט?
Re: קהליווינג פראיעקט וועט צושטעלן ביליגע דירות פאר חברי הקהלה - סאטמאר מהר"יי וויליאמסבורג
געפאוסט: פרייטאג יולי 21, 2023 5:17 pm
דורך אסמכתא בעלמא
והיתם נקיים האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 21, 2023 4:53 pm
(לויט די יעצטיגע פרייז פון ארום 750 א סקווער פוס)
נישטא היינט אזאנס אין וומסב"ג, כמדומה. ס'לויפט צווישן 850 און 1100 (רח"ל)
Re: קהליווינג פראיעקט וועט צושטעלן ביליגע דירות פאר חברי הקהלה - סאטמאר מהר"יי וויליאמסבורג
געפאוסט: פרייטאג יולי 21, 2023 6:21 pm
דורך חכם
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 21, 2023 5:17 pm
והיתם נקיים האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 21, 2023 4:53 pm
(לויט די יעצטיגע פרייז פון ארום 750 א סקווער פוס)
נישטא היינט אזאנס אין וומסב"ג, כמדומה. ס'לויפט צווישן 850 און 1100 (רח"ל)
Woof!!
אבוויעסלי זענען מענטשן גרייט צו צאלן פאר סיטי סטייל ליווינג.
Re: קהליווינג פראיעקט וועט צושטעלן ביליגע דירות פאר חברי הקהלה - סאטמאר מהר"יי וויליאמסבורג
געפאוסט: מוצש"ק יולי 22, 2023 11:35 pm
דורך טיפע טאשן
חיים שיש בהם הרחבת הדעת! חברי קהלתינו ואנשי שלומינו פון ברוקלין נעמען אויף ענטוזיאסטיש די פרישע אינציאטיוו "קהליווינג" געווידמעט צו לעזן דעם שווערן דירות קריזיס מיט'ן ארויסהעלפן און באגלייטן אנ"ש צו קענען איינהאנדלען אייגענע רחבות'דיגע הייזער אין אנדערע געגנטער פאר עפארדעבל פרייזן, ספעציעלע אפיס מיט פראפעסיאנאלע מומחים אין ריעל עסטעיט וועלן איבערגיין מיט יעדן זיינע אפציעס און העלפן מאכן דעם ריכטיגן באשלוס.
הנהלת הקהלה אינאיינעם מיט די געניטע שטאב טוהן אויסארבעטן אין די טעג מיט דעוועלאפּערס און פארשטייער פון פארשידענע היימישע געגנטער צו קענען אהערשטעלן פאר ביליג הערליכע ברייטע הייזער פאר אנ"ש, אלס נאך א רינגעלע אין די קייט פון וואוילטעטיגע און הילפבארע פעולות וואס הנהלת קהלתינו הק' אין וויליאמסבורג האט אונטערגענומען לטובת ותועלת אנ"ש וחברי קהלתינו, איז די נארוואס געגרינדעטע "קהליווינג", כשמו כן הוא א פראיעקט פון קהל צו ערמעגליכן פאר יעדן פון אנ"ש צו קענען לעבן אין זיין אייגענע רחבות'דיגע הויז מיט הרחבת הדעת!
דער דירות קריזיס אין ברוקלין וואס האט זיך געשאפן די לעצטערע יארן, ווערט נאר ערגער פון טאג צו טאג, אז ס'איז פשוט נישט במציאות פאר א דורכשניטליכע אינגערמאן צו פארמאגן אן אייגענע הויז, שוין אפגערעדט אז אפילו די געציילטע הייזער וואס זענען שוין יא דא אויפן מארקעט צו קויפן, זענען צי קליין פאר סיי וועלכע קינדער געבענטשטע פאמיליע בליעה"ר, נאכדערצו מיט גאר טייערע פרייזן.
נאך מערערע באראטונגען צווישן הנהלת הקהלה מיט די גרעסטע מומחים, איז געלונגען בס"ד פאר קהלתינו הק' אוועקצושטעלן א פולקאמע אפיס, אין וועלכע עס וועלן זיצן מדי יום ביומו ערפארענע בראוקערס, וואס זענען גאר גוט באהאוונט מיט אלע יעצטיגע מעגליכקייטן פון אנדערע געגנטער אינדרויסן פון ברוקלין, וואו הונדערטער און טויזנטער משפחות וואוינען שוין ב"ה גליקליך און צופרידן. זיי וועלן זיך אוועקזעצן מיט סיי ווער פון אנ"ש וואס זוכט צו קויפן אן אייגענע הויז, איבערגיין זיין פינאנציעלע צושטאנד, זיינע אייגנארטיגע געברויכן פון זיין משפחה וכדו', און לויט דעם אים צופאסן די ריכטיגע פראכטפולע הויז, אינעם ריכטיגן געגנט, ועל כולם פאר צוגענגליכע פרייזן אז ער זאל זיך דאס קענען ערלויבן.
די הנהלת הקהלה און קהליווינג שטאב, אין צוזאמענארבעט מיט בארימטע דעוועלאפערס און פארשטייער פון פילע היימישע געגטער ארבעטן אויס גינסטיגע פלענער צו קענען אהערשטעלן הערליכע גרויסע הייזער פאר ביליגע פרייזן לטובת אנשי שלומינו. די נייע אינציאטיוו ווערט אויפגענומען מיט אויסטערלישע פרייד ביי אלע אנ"ש, מיט האפענונג אז דאס וועט לינדערן די יעצטיגע אומדערטרעגליכע מצב פון די איינוואוינער אין ברוקלינער אומגעגנט. יעדער וועט ווערן אויפגעראכטן! אינגעלייט וועלן קענען אנהויבן א לעבן מיט הרחבת הדעת, עלטערן וועלן קענען טרעפן פאסיגע הייזער פאר זייערע קינדער, און אונזער ציבור וועט זיך אויסברייטערן לשם ולתפארת!
פונקטליכע דעטאלן און פלענער וועלן נאכפאלגן בקרוב אי"ה
מערכת סאטמאר
Re: קהליווינג פראיעקט וועט צושטעלן ביליגע דירות פאר חברי הקהלה - סאטמאר מהר"יי וויליאמסבורג
געפאוסט: מיטוואך יולי 26, 2023 2:05 pm
דורך Azoi Tzi Zugen

- KL.jpg (219.91 KiB) געזען געווארן 1150 מאל
Re: קהליווינג פראיעקט וועט צושטעלן ביליגע דירות פאר חברי הקהלה - סאטמאר מהר"יי וויליאמסבורג
געפאוסט: מיטוואך יולי 26, 2023 2:14 pm
דורך קישטא קאי
עס איז מיר זייער אינטרעסאנט וויזוי א קהילה שטעלט צו סערוויסעס פאר חברי הקהילה זאלן זיך אוועקצוען פון דעם שטאט
איז עס נישט אינטרעסאנט?
Re: קהליווינג פראיעקט וועט צושטעלן ביליגע דירות פאר חברי הקהלה - סאטמאר מהר"יי וויליאמסבורג
געפאוסט: מיטוואך יולי 26, 2023 2:54 pm
דורך גרויס בריטאניע
אזוי וועט די בודזשעט אראפגיין עטוואס...
Re: קהליווינג פראיעקט וועט צושטעלן ביליגע דירות פאר חברי הקהלה - סאטמאר מהר"יי וויליאמסבורג
געפאוסט: מיטוואך יולי 26, 2023 6:55 pm
דורך והיתם נקיים
קישטא קאי האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 26, 2023 2:14 pm
עס איז מיר זייער אינטרעסאנט וויזוי א קהילה שטעלט צו סערוויסעס פאר חברי הקהילה זאלן זיך אוועקצוען פון דעם שטאט
איז עס נישט אינטרעסאנט?
איינער האט עס שוין געשריבן אויבן, אבער מ'דארף רעאליזירן אז קיט"ל איז נישט געבונדן צו א געגנט, און זיי האבן פאקטיש פאליאלעס און אסאך געגנטער
(און זיי וועלן האבן פאליאלעס אין נאך געגנטער אויב חברי הקהילה וועלן זיך מער אויסשפרייטן).
Re: קהליווינג פראיעקט וועט צושטעלן ביליגע דירות פאר חברי הקהלה - סאטמאר מהר"יי וויליאמסבורג
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 2:30 pm
דורך Headquarters

- unnamed (63).jpg (212.73 KiB) געזען געווארן 962 מאל
Re: קהליווינג פראיעקט וועט צושטעלן ביליגע דירות פאר חברי הקהלה - סאטמאר מהר"יי וויליאמסבורג
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 2:39 pm
דורך לעבער מיט שוואמען

- unnamed (17).jpg (269.25 KiB) געזען געווארן 865 מאל
Re: קהליווינג פראיעקט וועט צושטעלן ביליגע דירות פאר חברי הקהלה - סאטמאר מהר"יי וויליאמסבורג
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 2:50 pm
דורך קישטא קאי
דאס איז פין קהלייף נישט פון קהליווינג
Re: קהליווינג פראיעקט וועט צושטעלן ביליגע דירות פאר חברי הקהלה - סאטמאר מהר"יי וויליאמסבורג
געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:27 pm
דורך וואסאפשט

- unnamed (6).jpg (210.61 KiB) געזען געווארן 629 מאל
Re: קהליווינג פראיעקט וועט צושטעלן ביליגע דירות פאר חברי הקהלה - סאטמאר מהר"יי וויליאמסבורג
געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:30 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
וואסאפשט האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:27 pm
unnamed (6).jpg
So I was right....