בלאט 2 פון 8
Re: זאל מען ווייטער קויפן "בלוטיגע פורניטשור" פאר די קינדער?
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:01 pm
דורך דבוק אין צדיק
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 19, 2023 4:33 pm
איך פלאן צו מופן בקרוב, און ווער עס וויל אפקויפן מיינע פוריטשור קען זיך מעלדן... ווייל עס גייט אין מיסט.
יושע קארנבלי וועט זיכער האבן וועם צו העלפן דערמיט
Re: זאל מען ווייטער קויפן "בלוטיגע פורניטשור" פאר די קינדער?
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:03 pm
דורך אסמכתא בעלמא
גוט. קודם קענסטו שעירן זיין קאנטאקט אינפא. אין קעיס א צווייטער וועט עס דארפן.
נאכדעם קוקט'ס דעם דאטום פון מיין ציטירטע תגובה... ס'איז בעצם שוין לאנג מסודר.
Re: זאל מען ווייטער קויפן "בלוטיגע פורניטשור" פאר די קינדער?
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 3:23 pm
דורך שמח
נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 24, 2023 1:52 pm
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 19, 2023 4:33 pm
איך פלאן צו מופן בקרוב, און ווער עס וויל אפקויפן מיינע פוריטשור קען זיך מעלדן... ווייל עס גייט אין מיסט.
איך גיי מיך מעלדן, נישט ווייל איך האב וואס צו טוהן מיט דיין פורנישטער. נאר עס איז מיר ווערד 10 טויזענט דאלער צו וויסען ווער דו ביסט...
@אסמכתא בעלמא האסטו געוויסט אז די ביסט אזויפיל ווערט?...
איך קען אויסזאגן ווער דו ביסט און באקומען די געלט?....
(איך זאג נישט אויס...)
Re: זאל מען ווייטער קויפן "בלוטיגע פורניטשור" פאר די קינדער?
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 5:51 pm
דורך וואוילער
אויף דעם זאגט די גמרא "@אסמכתא בעלמא לא קניא״
Re: זאל מען ווייטער קויפן "בלוטיגע פורניטשור" פאר די קינדער?
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 7:47 am
דורך דער תהלים איד
די רייכע מעניו נעכטן ביים טיי אווענט אין ביהמ"ד.... אופס
... ביי א חתונה נעכטן נאכט אין היכל הקודש ברסלב, סניף הרב יואל ראטה.
Re: זאל מען ווייטער קויפן "בלוטיגע פורניטשור" פאר די קינדער?
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 12:59 pm
דורך Spa 42
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 30, 2023 7:47 am
די רייכע מעניו נעכטן ביים טיי אווענט אין ביהמ"ד.... אופס
... ביי א חתונה נעכטן נאכט אין היכל הקודש ברסלב, סניף הרב יואל ראטה.
דער איז פיין.
כה לחי
הלואי זאל סאטמאר אויך צושטעלן אזאנס פאר די מעמבער'ס.
אוי, די מוסדות דארף דאך מאכן געלט??? אקעי, איך קענסעל די פאוסט..
Re: זאל מען ווייטער קויפן "בלוטיגע פורניטשור" פאר די קינדער?
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 1:22 pm
דורך שבת קודש
Spa 42 האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 30, 2023 12:59 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 30, 2023 7:47 am
די רייכע מעניו נעכטן ביים טיי אווענט אין ביהמ"ד.... אופס
... ביי א חתונה נעכטן נאכט אין היכל הקודש ברסלב, סניף הרב יואל ראטה.
דער איז פיין.
כה לחי
הלואי זאל סאטמאר אויך צושטעלן אזאנס פאר די מעמבער'ס.
אוי, די מוסדות דארף דאך מאכן געלט??? אקעי, איך קענסעל די פאוסט..
בכלל נישט וויכטיג צו גיין אזוי עקסטרעם
Re: זאל מען ווייטער קויפן "בלוטיגע פורניטשור" פאר די קינדער?
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 1:26 pm
דורך דבוק אין צדיק
שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 30, 2023 1:22 pm

מסמא ווייל דו מאכסט נאך נישט חתונה, איך וואונטש דיר בריייטקייט אייביג.
Re: זאל מען ווייטער קויפן "בלוטיגע פורניטשור" פאר די קינדער?
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 1:29 pm
דורך שבת קודש
דבוק אין צדיק האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 30, 2023 1:26 pm
שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 30, 2023 1:22 pm
Spa 42 האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 30, 2023 12:59 pm
דער איז פיין.
כה לחי
הלואי זאל סאטמאר אויך צושטעלן אזאנס פאר די מעמבער'ס.
אוי, די מוסדות דארף דאך מאכן געלט??? אקעי, איך קענסעל די פאוסט..
בכלל נישט וויכטיג צו גיין אזוי עקסטרעם
מסמא ווייל דו מאכסט נאך נישט חתונה, איך וואונטש דיר בריייטקייט אייביג.
יעדע זאך האט א אינמיטן וועג
Re: זאל מען ווייטער קויפן "בלוטיגע פורניטשור" פאר די קינדער?
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 1:32 pm
דורך דבוק אין צדיק
שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 30, 2023 1:29 pm
דבוק אין צדיק האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 30, 2023 1:26 pm
שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 30, 2023 1:22 pm
בכלל נישט וויכטיג צו גיין אזוי עקסטרעם
מסמא ווייל דו מאכסט נאך נישט חתונה, איך וואונטש דיר בריייטקייט אייביג.
יעדע זאך האט א אינמיטן וועג
זיכער אזוי, וואיל איז פאר ווער סדארף נישט זינגען און חובות/טיי אווענט’ס בשעת חתונה מאכן, נאך אלץ דארף מען נישט אראפרייסן.
אמר”ש סאיז דא וואס האלטן אז כינור דוד איז עקסטרעם,
Re: זאל מען ווייטער קויפן "בלוטיגע פורניטשור" פאר די קינדער?
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 1:35 pm
דורך שבת קודש
דבוק אין צדיק האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 30, 2023 1:32 pm
שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 30, 2023 1:29 pm
דבוק אין צדיק האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 30, 2023 1:26 pm
מסמא ווייל דו מאכסט נאך נישט חתונה, איך וואונטש דיר בריייטקייט אייביג.
יעדע זאך האט א אינמיטן וועג
זיכער אזוי, וואיל איז פאר ווער סדארף נישט זינגען און חובות/טיי אווענט’ס בשעת חתונה מאכן, נאך אלץ דארף מען נישט אראפרייסן.
אמר”ש סאיז דא וואס האלטן אז כינור דוד איז עקסטרעם,
ח''ו איך רייס נישט אראפ ס'איז זייער א גוטע זאך,
נאר ס'איז נישט קיין זאך וואס איז שייך פאר אנדערע נאכצומאכן
Re: זאל מען ווייטער קויפן "בלוטיגע פורניטשור" פאר די קינדער?
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 1:58 pm
דורך דער תהלים איד
חתונה מאכן אין משביע קאך איז אפשר נאך ביליגער.
מ'דארף נישט, און מ'טאר נישט, אראפברענגען דאס חתונה מאכן צו א טשולנטיגע געשעעניש! איי מ'האט נישט קיין געלט? צו פארן אויף אומאן האט מען געטראפן ס'געלט. עס מעג קאסטן געלט! יעדע מצוה קאסט!
שפארן געלט? יא! אדרבה, הלואי ווערט מער אן אויפוואכונג. און מאכן פונעם ליל וסעדות החותונה א דזשאוק, איז נישט ריכטיג.
Re: זאל מען ווייטער קויפן "בלוטיגע פורניטשור" פאר די קינדער?
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 2:35 pm
דורך וואוילער
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 30, 2023 1:58 pm
חתונה מאכן אין משביע קאך איז אפשר נאך ביליגער.
מ'דארף נישט, און מ'טאר נישט, אראפברענגען דאס חתונה מאכן צו א טשולנטיגע געשעעניש! איי מ'האט נישט קיין געלט? צו פארן אויף אומאן האט מען געטראפן ס'געלט. עס מעג קאסטן געלט! יעדע מצוה קאסט!
שפארן געלט? יא! אדרבה, הלואי ווערט מער אן אויפוואכונג. און מאכן פונעם ליל וסעדות החותונה א דזשאוק, איז נישט ריכטיג.
ס'איז אפשר גוט געוועהן צו גיין עקסטרעם אויף צו מאכן אן אויפוואכונג, און ווייזן אז מ'קען אויב מ'וויל, יעצט קענען אונז מיט זיי גיין צו די מיטל וועג.
Re: זאל מען ווייטער קויפן "בלוטיגע פורניטשור" פאר די קינדער?
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 3:58 pm
דורך איך ווייס
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 30, 2023 1:58 pm
חתונה מאכן אין משביע קאך איז אפשר נאך ביליגער.
מ'דארף נישט, און מ'טאר נישט, אראפברענגען דאס חתונה מאכן צו א טשולנטיגע געשעעניש! איי מ'האט נישט קיין געלט? צו פארן אויף אומאן האט מען געטראפן ס'געלט. עס מעג קאסטן געלט! יעדע מצוה קאסט!
שפארן געלט? יא! אדרבה, הלואי ווערט מער אן אויפוואכונג. און מאכן פונעם ליל וסעדות החותונה א דזשאוק, איז נישט ריכטיג.
די זאגסט ס'איז א דזשאוק צוצושטעלן עפעס וואס מען קען אפפארדען, און איך זאג אז ס'איז א דזשאוק דער ארימאן וואס מאכט חתונה וואו אן עושר.
"עקסטרעם" איז איינער וואס האט און ער ספענדט נישט, "עקסטרעם" איז איינער וואס האט נישט אין ער ספענדט יא און פאלט אריין אין חובות. "מיטל וועג" איז צו ספענדען וויפיל מען האט, און נישט אריינפאלן אין חובות צוליב א חתונה.
Re: זאל מען ווייטער קויפן "בלוטיגע פורניטשור" פאר די קינדער?
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 4:03 pm
דורך וואוילער
איך ווייס האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 30, 2023 3:58 pm

היכל הקודש האט עס אוועקגעשטעלט ווי א סטאנדארט/תקנה, און ס'ווענדט זיך נישט אויב מ'האט געלט אדער נישט.
Re: זאל מען ווייטער קויפן "בלוטיגע פורניטשור" פאר די קינדער?
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 6:25 am
דורך שרייב מיין קינד
וואוילער האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 30, 2023 2:35 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 30, 2023 1:58 pm
חתונה מאכן אין משביע קאך איז אפשר נאך ביליגער.
מ'דארף נישט, און מ'טאר נישט, אראפברענגען דאס חתונה מאכן צו א טשולנטיגע געשעעניש! איי מ'האט נישט קיין געלט? צו פארן אויף אומאן האט מען געטראפן ס'געלט. עס מעג קאסטן געלט! יעדע מצוה קאסט!
שפארן געלט? יא! אדרבה, הלואי ווערט מער אן אויפוואכונג. און מאכן פונעם ליל וסעדות החותונה א דזשאוק, איז נישט ריכטיג.
ס'איז אפשר גוט געוועהן צו גיין עקסטרעם אויף צו מאכן אן אויפוואכונג, און ווייזן אז מ'קען אויב מ'וויל, יעצט קענען אונז מיט זיי גיין צו די מיטל וועג.
וואס איז די מיטל וועג ?
רוב עולם האט נישט קיין גרייצער חתונה צו מאכן, סא וואס איז אפילו שייך א מיטל וועג ווען מען איז אין -0
Re: זאל מען ווייטער קויפן "בלוטיגע פורניטשור" פאר די קינדער?
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 8:47 am
דורך וואוילער
שרייב מיין קינד האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 31, 2023 6:25 am

די זעלבע זאך וואס מען טוט ביים בר מצוה מאכן, קויפן ספרים, עסן אויף שבת, מיטהאלטן א משפחה שמחה, קליידער פאר די מיידלעך, נייע טויס פאר די קינדער...
מען דארף אייביג האלטן די בודזעט פאר די אויגן, טראכטן וואס וויל איך אליינס און נישט וואס יעדער טוט.
אויב ביי קויפן שיך גייט מען נישט מיט סליפפערס ווייל מ'האט נישט קיין געלט, אבער מ'קויפט אויך נישט דריי פאר טייערע שיך, מ'דארף עס באלאנסירן, די זעלבע זאך איז ביים חתונה מאכן.
מ'רעדט טאקע פון גרעסערע געלטער, אבער א מיטל וועג איז דא פאר יעדע זאך.
Re: זאל מען ווייטער קויפן "בלוטיגע פורניטשור" פאר די קינדער?
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 8:57 am
דורך דער תהלים איד
שרייב מיין קינד האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 31, 2023 6:25 am
וואוילער האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 30, 2023 2:35 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 30, 2023 1:58 pm
חתונה מאכן אין משביע קאך איז אפשר נאך ביליגער.
מ'דארף נישט, און מ'טאר נישט, אראפברענגען דאס חתונה מאכן צו א טשולנטיגע געשעעניש! איי מ'האט נישט קיין געלט? צו פארן אויף אומאן האט מען געטראפן ס'געלט. עס מעג קאסטן געלט! יעדע מצוה קאסט!
שפארן געלט? יא! אדרבה, הלואי ווערט מער אן אויפוואכונג. און מאכן פונעם ליל וסעדות החותונה א דזשאוק, איז נישט ריכטיג.
ס'איז אפשר גוט געוועהן צו גיין עקסטרעם אויף צו מאכן אן אויפוואכונג, און ווייזן אז מ'קען אויב מ'וויל, יעצט קענען אונז מיט זיי גיין צו די מיטל וועג.
וואס איז די מיטל וועג ?
רוב עולם האט נישט קיין גרייצער חתונה צו מאכן, סא וואס איז אפילו שייך א מיטל וועג ווען מען איז אין -0
דער וואס הא א כח אויף זיינע מעריצים צו מאכן אזא ליצנות חתונה (סארי פארן אויסדרוק), האט זיכער אויך א כח צו מאכן 'נארמאל'.
כלומר: מאכן א קלארע מהלך פון קויפן ווייניגער מתנות, סיזי שטיינער, נוצן נאר א ביליגע זאל, נאר א מינימום צאל קאפלס, וכו'.
Re: זאל מען ווייטער קויפן "בלוטיגע פורניטשור" פאר די קינדער?
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:28 am
דורך נקודות טובות
איך ווייס האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 30, 2023 3:58 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 30, 2023 1:58 pm
חתונה מאכן אין משביע קאך איז אפשר נאך ביליגער.
מ'דארף נישט, און מ'טאר נישט, אראפברענגען דאס חתונה מאכן צו א טשולנטיגע געשעעניש! איי מ'האט נישט קיין געלט? צו פארן אויף אומאן האט מען געטראפן ס'געלט. עס מעג קאסטן געלט! יעדע מצוה קאסט!
שפארן געלט? יא! אדרבה, הלואי ווערט מער אן אויפוואכונג. און מאכן פונעם ליל וסעדות החותונה א דזשאוק, איז נישט ריכטיג.
די זאגסט ס'איז א דזשאוק צוצושטעלן עפעס וואס מען קען אפפארדען, און איך זאג אז ס'איז א דזשאוק דער ארימאן וואס מאכט חתונה וואו אן עושר.
"עקסטרעם" איז איינער וואס האט און ער ספענדט נישט, "עקסטרעם" איז איינער וואס האט נישט אין ער ספענדט יא און פאלט אריין אין חובות. "מיטל וועג" איז צו ספענדען וויפיל מען האט, און נישט אריינפאלן אין חובות צוליב א חתונה.
מהיכי תיתי?
ווער זאגט אז ס'איז א פראבלעם צו בארגען ווען עס קומט צו חתונה מאכן?
צו בארגען געלט סתם אזוי איז נישט קיין בא'טעמ'טע עסק, אבער פארדעם איז דא די מצוה פון אם כסף תלוה. נאר צו קויפן א הויז מעג מען בארגען?
נאר וואס דען, די פראבלעם פון בארגען צו חתונה מאכן איז, וויבאלד די געלט וואס קאסט פארן מחותן איז נישט וואס ער ''וויל'' נאר וואס ער ''מוז'', און די פראבלעם איז אז א מחותן דארף בארגען אויף הוצאת וואס ער ''וויל'' נישט!
בנידן דידן, איז א חתונה סעודה פאר נאנטע בני המשפחה נישט א זאך וואס מען מוז, נאר א זאך וואס מען וויל. און דאס אראפצוברענגען אויף בלאסע טשיקען באדעמ'ס וואס אפי'אין ישיבה וואלט קיינער נישט געגעסן, הייסט עקסטרעמיזם.
און ווי
@דער תהלים איד האט שיין ארויסגעברענגט, אז צו פארן אויף אומאן האט ער געטראפען געלט, איז מאי שנה א חתונה וואס איז נאך אזא גרויסע מצוה....
@שרייב מיין קינד דאס פארקויפן אז רוב עולם האט נישט קיין גרייצער איז סתם שטותים. ווייל איך ווייס נישט אויב דו קענסט מיר אנצייגען איינער וואס איז נישט קיין יתום, נישט קראנק, און נישט קיין רב אין קיין ביהמ''ד. וואס מען האט אים צוזאמען געשטעלט הונדערט טויזענט דאלער.
דאס וואס מען שטעלט אין בעסטען פאל צו צוואנציג-דרייסיג טויזענט דאלער, דארף אבער נאך די בעל שמחה אויפקומען מיט די איבריגע....
און ווי
@וואוילער ברענגט שיין ארויס. אז אויב גייט ער מיט קראקס אנשטאט שיך, דאן אולי. אבער אויב קויפט ער ''נארמאלע'' שיך, קען ער זיך אויך ערלויבען א מענטשליכע סעודות החתונה...
Re: זאל מען ווייטער קויפן "בלוטיגע פורניטשור" פאר די קינדער?
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 11:23 am
דורך בן תורה
איך וויל פארשטיין פון וועלכע דרגה מענטשן מרעדט דא. די וואס האבן די עקסטערע הונדערט אלפים יעדע צוויי יאר, זיי דארפן דאך נישט קיין תקנות בכלל.
די מענטשן וואס האבן קוים אויפן טאג טעגליכן, וואלטן זיך געפריידט צו מאכן א ליצנות חתונה (אויב יעדער טוט עס שטייצעך..) און נישט זיך דארפן דרייען אן א קאפ.
די מיטעלע מענטשן וואס קענען אויפקומען מיט 50-25 אלפים יעדע צוויי יאר אבער נישט קיין הונדערט. איז די שאלה צו מזאל מאכן א ליצנות חתונה און מיט די פופציגער זאל ער באקוועמערהייט קענען דעקן צו אויסשטאפירן די חתן כלה און אלע אנדערע הוצאות אן קיינעמס נדבות מיט א רואיגן געמיט. אדער זאל מען מאכן דורכשניטליכע 'נארמאלע' חתונה מיט געצוימטע מתנות וכדומה וואס גייט עס אראפברענגען צו 75-50 אלפים און מזאל אים נאר דארפן צאמשטעלן אביסל.
די שאלה באלאנגט דעמאלטס נישט צו די מחותנים, נאר צו די עסקנים אדער בני משפחה אויף די וועם די 'מצוה' פאלט.
Re: זאל מען ווייטער קויפן "בלוטיגע פורניטשור" פאר די קינדער?
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 12:30 pm
דורך שבת קודש
בן תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 31, 2023 11:23 am

די חילוק פון א נערמאלע ביליגע חתונה צו א ליצנות חתונה איז בערך 2000 דאלער
אין כנור דוד קאסט איין צד 3700 דאלער אין ביי יואלי ראטה קאסט לכאורה אויך א טויזענטער פאר א צד אדער מער
איז די שאלה איז ווערד אזוי משפיל צו זיין א חתונה פאר 2000 דאלער? זיכער נישט
Re: זאל מען ווייטער קויפן "בלוטיגע פורניטשור" פאר די קינדער?
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 12:54 pm
דורך שרייב מיין קינד
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 31, 2023 8:57 am
שרייב מיין קינד האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 31, 2023 6:25 am
וואוילער האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 30, 2023 2:35 pm
ס'איז אפשר גוט געוועהן צו גיין עקסטרעם אויף צו מאכן אן אויפוואכונג, און ווייזן אז מ'קען אויב מ'וויל, יעצט קענען אונז מיט זיי גיין צו די מיטל וועג.
וואס איז די מיטל וועג ?
רוב עולם האט נישט קיין גרייצער חתונה צו מאכן, סא וואס איז אפילו שייך א מיטל וועג ווען מען איז אין -0
דער וואס הא א כח אויף זיינע מעריצים צו מאכן אזא ליצנות חתונה (סארי פארן אויסדרוק), האט זיכער אויך א כח צו מאכן 'נארמאל'.
כלומר: מאכן א קלארע מהלך פון קויפן ווייניגער מתנות, סיזי שטיינער, נוצן נאר א ביליגע זאל, נאר א מינימום צאל קאפלס, וכו'.
דאס איז אלעס נניח ווען סאיז דא עפעס געלט, אבער די רעדע דא איז אז סאיז בכלל נישט דא קיין געלט
Re: זאל מען ווייטער קויפן "בלוטיגע פורניטשור" פאר די קינדער?
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 12:59 pm

דארפסט נישט זיין סאררי, לאמיר זען אז קהילות זאלן אהערשטעלן ברענד ניו נייע הייזער פאר זייערע מעמבערס פאר $375k וואס מען לעבט דערין א גאנץ לעבן און נאכדעם וועל מיר רעדן פון ספענדען 25 אלפים פאר אפאר שעה חתונה נאכט אלס peer pressure,
טו מיר א גענאדע , אן אריינגיין וועגן די מענטש'ס מהלך השקפה, האט ער באוויזען ריזן זאכן וואס גרויסע קהילות קענען נישט אדער זענען נישט אינטערסירט,
גיי קיין ליבערטי און קוק וואספאר א מעכטיגע שטעטל ער האט אהערגעשטעלט אין אפאר יאר , און נאכדעם וועל מיר רעדן פון אראפ פלאשן צדקה געלט פאר טייערע ספענדערישע חתונות וואס נעמט אפאר שטונדע,
איך האב גארנישט מיט אים, נאר פונקט פארקערט,
אבער פון יעדע מענטש קען מען זיך ארויסלערנען גוטע זאכן, זאלסט מיר גרויס אנטשולדיגן , דאס אז קהילות לאזן צו מענטשן צו קויפן אדער פארקויפן מיליאן דאלארדיגע דירות און זיך פאר חובת'ן איז א עוולה נוראה וואס האט נישט קיין עקסקיוז
Re: זאל מען ווייטער קויפן "בלוטיגע פורניטשור" פאר די קינדער?
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 1:06 pm
דורך נקודות טובות
שרייב מיין קינד האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 31, 2023 12:54 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 31, 2023 8:57 am
שרייב מיין קינד האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 31, 2023 6:25 am
וואס איז די מיטל וועג ?
רוב עולם האט נישט קיין גרייצער חתונה צו מאכן, סא וואס איז אפילו שייך א מיטל וועג ווען מען איז אין -0
דער וואס הא א כח אויף זיינע מעריצים צו מאכן אזא ליצנות חתונה (סארי פארן אויסדרוק), האט זיכער אויך א כח צו מאכן 'נארמאל'.
כלומר: מאכן א קלארע מהלך פון קויפן ווייניגער מתנות, סיזי שטיינער, נוצן נאר א ביליגע זאל, נאר א מינימום צאל קאפלס, וכו'.
דאס איז אלעס נניח ווען סאיז דא עפעס געלט, אבער די רעדע דא איז אז סאיז בכלל נישט דא קיין געלט
רוב יהדות החרדית קען זיך יא ערלויבען א סעודה פאר בני המשפחה, און ווער נישט איז עס וויבאלד ער האט געספענד זיין געלט פאר אנדערע מינדערוויכטיגע עקספענסעס!
Re: זאל מען ווייטער קויפן "בלוטיגע פורניטשור" פאר די קינדער?
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 1:08 pm
דורך Spa 42
שבת קודש האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 31, 2023 12:30 pm
בן תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 31, 2023 11:23 am
איך וויל פארשטיין פון וועלכע דרגה מענטשן מרעדט דא. די וואס האבן די עקסטערע הונדערט אלפים יעדע צוויי יאר, זיי דארפן דאך נישט קיין תקנות בכלל.
די מענטשן וואס האבן קוים אויפן טאג טעגליכן, וואלטן זיך געפריידט צו מאכן א ליצנות חתונה (אויב יעדער טוט עס שטייצעך..) און נישט זיך דארפן דרייען אן א קאפ.
די מיטעלע מענטשן וואס קענען אויפקומען מיט 50-25 אלפים יעדע צוויי יאר אבער נישט קיין הונדערט. איז די שאלה צו מזאל מאכן א ליצנות חתונה און מיט די פופציגער זאל ער באקוועמערהייט קענען דעקן צו אויסשטאפירן די חתן כלה און אלע אנדערע הוצאות אן קיינעמס נדבות מיט א רואיגן געמיט. אדער זאל מען מאכן דורכשניטליכע 'נארמאלע' חתונה מיט געצוימטע מתנות וכדומה וואס גייט עס אראפברענגען צו 75-50 אלפים און מזאל אים נאר דארפן צאמשטעלן אביסל.
די שאלה באלאנגט דעמאלטס נישט צו די מחותנים, נאר צו די עסקנים אדער בני משפחה אויף די וועם די 'מצוה' פאלט.
די חילוק פון א נערמאלע ביליגע חתונה צו א ליצנות חתונה איז בערך 2000 דאלער
אין כנור דוד קאסט איין צד 3700 דאלער אין ביי יואלי ראטה קאסט לכאורה אויך א טויזענטער פאר א צד אדער מער
איז די שאלה איז ווערד אזוי משפיל צו זיין א חתונה פאר 2000 דאלער? זיכער נישט
כפי ידיעתי קאסט נישט קיין דאלער א חתונה ביי ר' יואל ראטה.
און לאמיר זאגן אז עס קאסט יא, פארשטייט יעדער אז ווען איינער מאכט חתונה אפילו אין כינור דוד, קאסט נאכאלץ אסאך אלעס ארום די חתונה, ווי למשל קליידער ועוד, משא"כ ווען מ' מאכט אזא חתונה ווי ביי ר' יואל ראטה, ספענד מען נישט אזויפיל פאר אלעס ארום, אזא חתונה טוישט די גאנצע צוגאנג ביים איינקויפן.