Re: מיין ערפארונג מיט'ן קויפן און צורישן א דירה
געפאוסט: זונטאג יאנואר 05, 2025 7:56 pm
יעצט איז אזוי. איין שטוב האב איך געעפנט צו א נעקסטע שטוב, און געמאכט א רוקעדיגע וואנט אינדערמיט (טירן, אזוי ווי א פסח קאך וואנט).
האט אבער פאסירט, אז דער לעקטערישן האט געמיינט אז ס'איז איין שטוב, און די סוויטשעס פון ביידע שטובער האבן אנגעצינדן ביידע לעקטערס...
אודאי דארף מען אזא צייט צוריקרופן דעם לעקטערישן, אבער איך האב שוין מרמז געווען מיט וועמען כ'האב דא צוטון געהאט, און די ענטפער בנידון דידן איז נישט געווען צופיל בעסער, ואכמ"ל.
האב איך מיך למעשה אנייצע געגעבן אליינס. איך האב ביידע סוויטשעס אוועקגענומען, און קאנעקטעד די ווייערס כאילו עס ארבעט אייביג. אלס א סוויטש האב איך אריינגעלייגט א "ווייערלעס" סוויטש אין יעדע לייט, און געלייגט דעם ווייערלעס סוויטש אויפן וואנט.
זע דא דעם פראדוקט
ומכאן מודעה רבה לאורייתא, אז אויפ'ן זעלבן אופן קען מען צולייגן א סוויטש צו יעדע שטוב, למשל אויב איינער וויל האבן א סוויטשט צו די לייט ביי זיין בעט, דארף ער נישט ציען קיין נייע ווייערס, נאר אריינלייגן אזא ווייערלעס סוויטש און לייגן דעם סוויטשט וואו אימער ער וויל.
נאר, אין אזא פאל איז בעסער צו נעמען אזא סוויטש וואס מ'קען ארויפקלעבן אויף עני פלאץ, נישט דוקא אויף א אלטע סוויטש לאך. כזה:
זע דא