מיין ערפארונג מיט'ן קויפן און צורישן א דירה
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5519
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 10851
Re: מיין ערפארונג מיט'ן קויפן און צורישן א דירה
יעצט איז אזוי. איין שטוב האב איך געעפנט צו א נעקסטע שטוב, און געמאכט א רוקעדיגע וואנט אינדערמיט (טירן, אזוי ווי א פסח קאך וואנט).
האט אבער פאסירט, אז דער לעקטערישן האט געמיינט אז ס'איז איין שטוב, און די סוויטשעס פון ביידע שטובער האבן אנגעצינדן ביידע לעקטערס...
אודאי דארף מען אזא צייט צוריקרופן דעם לעקטערישן, אבער איך האב שוין מרמז געווען מיט וועמען כ'האב דא צוטון געהאט, און די ענטפער בנידון דידן איז נישט געווען צופיל בעסער, ואכמ"ל.
האב איך מיך למעשה אנייצע געגעבן אליינס. איך האב ביידע סוויטשעס אוועקגענומען, און קאנעקטעד די ווייערס כאילו עס ארבעט אייביג. אלס א סוויטש האב איך אריינגעלייגט א "ווייערלעס" סוויטש אין יעדע לייט, און געלייגט דעם ווייערלעס סוויטש אויפן וואנט.
זע דא דעם פראדוקט
ומכאן מודעה רבה לאורייתא, אז אויפ'ן זעלבן אופן קען מען צולייגן א סוויטש צו יעדע שטוב, למשל אויב איינער וויל האבן א סוויטשט צו די לייט ביי זיין בעט, דארף ער נישט ציען קיין נייע ווייערס, נאר אריינלייגן אזא ווייערלעס סוויטש און לייגן דעם סוויטשט וואו אימער ער וויל.
נאר, אין אזא פאל איז בעסער צו נעמען אזא סוויטש וואס מ'קען ארויפקלעבן אויף עני פלאץ, נישט דוקא אויף א אלטע סוויטש לאך. כזה:
זע דא
האט אבער פאסירט, אז דער לעקטערישן האט געמיינט אז ס'איז איין שטוב, און די סוויטשעס פון ביידע שטובער האבן אנגעצינדן ביידע לעקטערס...
אודאי דארף מען אזא צייט צוריקרופן דעם לעקטערישן, אבער איך האב שוין מרמז געווען מיט וועמען כ'האב דא צוטון געהאט, און די ענטפער בנידון דידן איז נישט געווען צופיל בעסער, ואכמ"ל.
האב איך מיך למעשה אנייצע געגעבן אליינס. איך האב ביידע סוויטשעס אוועקגענומען, און קאנעקטעד די ווייערס כאילו עס ארבעט אייביג. אלס א סוויטש האב איך אריינגעלייגט א "ווייערלעס" סוויטש אין יעדע לייט, און געלייגט דעם ווייערלעס סוויטש אויפן וואנט.
זע דא דעם פראדוקט
ומכאן מודעה רבה לאורייתא, אז אויפ'ן זעלבן אופן קען מען צולייגן א סוויטש צו יעדע שטוב, למשל אויב איינער וויל האבן א סוויטשט צו די לייט ביי זיין בעט, דארף ער נישט ציען קיין נייע ווייערס, נאר אריינלייגן אזא ווייערלעס סוויטש און לייגן דעם סוויטשט וואו אימער ער וויל.
נאר, אין אזא פאל איז בעסער צו נעמען אזא סוויטש וואס מ'קען ארויפקלעבן אויף עני פלאץ, נישט דוקא אויף א אלטע סוויטש לאך. כזה:
זע דא
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5519
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 10851
Re: מיין ערפארונג מיט'ן קויפן און צורישן א דירה
האסט אלעמאל געוויסט פון BRINX טראקס? אקעי, יעצט באקען דיך מיט "ברינקס ספרינגס"...
איך פלעג מיך זייער מוטשען מיט די ספרינגס פאר טירן, יעדע האט אנדערע אישוס, ס'מאכט נישט גענוג צו, אבער ווערט עס צו שארף און מ'קען זיך צוקלעמען.
גיין לייגן די ריזיגע גראבע זאך וואס די שול לייגט? נעע... מיין הויז איז נישט קיין קאמערשל בילדינג.
האמיר געטראפן אז ברינקס האט "רעזידענשל גרעיד" פון די סארט ספרינגס, קלענער, שענער, נאכ'ן ארויפלייגן באמערקט מען עס ממש נישט בכלל.
לינק צו עמעזאן
עס איז דא אין ווייס, אדער אין שווארץ.
יעצט איז אזוי. די דאזיגע אין דעם לינק, איז א "לייט דוטי". עס איז נישט ממש געאייגנט פאר א גאס טיר וואס מאכט זיך צו מיט ראבערס און דארף מער א העווי ספרינג.
נאך א שטארקע זאך, די דאזיגע ארבעט אז אויב עפנט מען די טיר "אינגאנצן", מער ווי 80 דעגרי (90 איז אינגאנצן) וועט עס זיך האלטן אפן. אין געווענליכע פעלער אין א הויז איז עס א שטארקע מעלה, אז מ'האט אלס די אפציע עס צו האלטן אפן אויך.
אויב אבער ווילסטו פאר א גאס טיר, אדער דו ווילסט 'נישט' עס זאל זיך האלטן אפן, קענסטו נעמען די זעלבע זאך אין העווי דוטי:
לינק צו די העווי דוטי
נאך איין טיפ: ווען דו לייגסט עס אויף די אינעווייניגסטע זייט פונעם טיר, דאס הייסט אז ווען דו עפנסט די טיר גייסטו 'קעגן' אים, וועט עס זיין אסאך שווערער צו עפענען, און טייטער ביי צומאכן.

קענסט אביסל בעסער מסביר זיין דיינע ריקעדיגע ווענט וויאזוי עס ארבעט און אויך ווער עס האט עס געמאכט אישי איז אויך גוטדער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 05, 2025 7:56 pm יעצט איז אזוי. איין שטוב האב איך געעפנט צו א נעקסטע שטוב, און געמאכט א רוקעדיגע וואנט אינדערמיט (טירן, אזוי ווי א פסח קאך וואנט).
האט אבער פאסירט, אז דער לעקטערישן האט געמיינט אז ס'איז איין שטוב, און די סוויטשעס פון ביידע שטובער האבן אנגעצינדן ביידע לעקטערס...
אודאי דארף מען אזא צייט צוריקרופן דעם לעקטערישן, אבער איך האב שוין מרמז געווען מיט וועמען כ'האב דא צוטון געהאט, און די ענטפער בנידון דידן איז נישט געווען צופיל בעסער, ואכמ"ל.
האב איך מיך למעשה אנייצע געגעבן אליינס. איך האב ביידע סוויטשעס אוועקגענומען, און קאנעקטעד די ווייערס כאילו עס ארבעט אייביג. אלס א סוויטש האב איך אריינגעלייגט א "ווייערלעס" סוויטש אין יעדע לייט, און געלייגט דעם ווייערלעס סוויטש אויפן וואנט.
Screenshot 2025-01-05 194842.jpg
זע דא דעם פראדוקט
ומכאן מודעה רבה לאורייתא, אז אויפ'ן זעלבן אופן קען מען צולייגן א סוויטש צו יעדע שטוב, למשל אויב איינער וויל האבן א סוויטשט צו די לייט ביי זיין בעט, דארף ער נישט ציען קיין נייע ווייערס, נאר אריינלייגן אזא ווייערלעס סוויטש און לייגן דעם סוויטשט וואו אימער ער וויל.
נאר, אין אזא פאל איז בעסער צו נעמען אזא סוויטש וואס מ'קען ארויפקלעבן אויף עני פלאץ, נישט דוקא אויף א אלטע סוויטש לאך. כזה:
Screenshot 2025-01-05 195532.jpg
זע דא
- פארשטענדליך אידל
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 31
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 6:01 pm
- x 67
Re: מיין ערפארונג מיט'ן קויפן און צורישן א דירה
אז מען רעדט שוין, וואו קען מען קויפן אנליין גוטע פורנישטער פאר די קינדער, ווי בעטן א.ד.ג. פאר גוטע פרייזן מיט א אידישן טעם?
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5519
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 10851
Re: מיין ערפארונג מיט'ן קויפן און צורישן א דירה
פשוט'ע טירן וואס מען שטיפט ארונטער, פונקט ווי א געווענליכע פסח קאך.
געמאכט האט עס High Point Trimmers, גרינפעלד, ער האט געמאכט די גאנצע טרימינג אינעם בילדינג מטעם די קאנטראקטאר, און איך האב צוגעצאלט פאר מיינע פאר קאסטום זאכן.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5519
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 10851
Re: מיין ערפארונג מיט'ן קויפן און צורישן א דירה
צוויי קליינע טיפס איבער לעקטערס.
1) עס איז היינט אין סטייל קלין, ליידיג, נישט קיין גרויסע פיקסטשורס נאר ענדערשט ספאט לייטס.
האב איך געטראפן איין סארט לעקטער וואס מען לייגט במקום די באלב, וואס קוקט אויס ווי א ספאט לייט אבער איז זייער שיין לעכטיג, ס'איז 1,200 לומענס למביני נומערן.
די קאליר קען מען אנשטעלן מיט א ריקער, אזוי ווי אסאך ספאט לייטס. ס'איז זייער גרינג אריינצולייגן במקום די פלעינע סאקעט און באלב, און מאכט די הויז אסאך שענער.

און די צווייטע איז בנוגע שבת קאווערס פאר די סוויטשעס.
איך פלעג קיינמאל נישט לייגן קיין קאווערס, ווייל די מציאות איז אז אויב מ'געוואוינט זיך צו אז שבת ריקט מען נישט קיין סוויטש, ברויך מען נישט קיין קאווערס. מען דערמאנט זיך נאך פאר מען ריקט ח"ו.
נאר וואס, די נייע סארט דינע סוויטשעס, וואס ניטאמאל דארף מען ריקן א שטיקל, נאר מ'גיט א האלבע קוועטש און ס'איז אנגעצינדן, דא מאכט זיך שוין צופיל טעותים. און דער אמת איז אז אפילו נישט אויף שבת, אינמיטן די וואך מאכט עס אויך נערוועעז ווען יעדעס מאל מען גיט בטעות א לייג די הענט אויפן סוויטש אדער מען לאנט זיך אן וכדו', איז די לעקטער אויסגעלאשן/אנגעצינדן.
האמיר זיך איינגעהאנדלט די אקריליק קאווערס וואס מען לייגט ארויף פערמענאנט, און אנשטאט געבן א ריק, דארף מען אריינלייגן די פינגער אינעם לעכל צו אנצינדן/אויסלעשן. ס'איז ב"ה א מחי':

היינט העמיר רעדן פון א ווייטאגליכע נושא...
דאס איז "פורניטשור".
יאפ, אזוי ווי איר שטעלט זיך אליינס פאר, איז די $20,000 דאלארדיגע פורניטשור וואס ענק האבן מנדב געווען ווען מיין טאטע האט חתונה געמאכט זיין זון, געגאנגען אין גארבעדזש אריין, כנהוג ברוב בתי בני ישראל.
(איך האב גראדע געקאלט ר' יושע קארנבלי און זיין ארגאניזאציע, זיי האבן נישט געהאט צופעליג איינעם על אתר וואס זאל עס וועלן נעמען, למעשה איז עס געגאנגען צום גוי פונעם מאווערס).
פארוואס גייט עס אין גארבעדזש? ווייל די בעדרום פורניטשור איז דאך אפגערעדט אז היינט מאכט מען א קאסטום קלאזעט מיט א שפיגל, און דאס איז שוין אנשטאט אלע אלע פורניטשור, די העדבאורד פאר די בעטן אליינס זענען שוין נישט אינטערסאנט (כ'האב געטון אנשטאט דעם עפעס אנדערש, אפארדעבל, כ'וועל עס נאך אפשר שרייבן), איז דער בעדרום אראפ. דיינונג רום, ווער דארף דעם ריזיגן כלי וואס נעמט אוועק ספעיס? די ספרים לייגט מען דאך אין ספרים שטוב, ס"ה דארף מען א צענטער קיוריא פאר די זילבערווארג.
דאס וויל איך טאקע יא דעבאטירן, אפשר קען עס נוגע זיין ביים חתונה מאכן אויך.
איך האב מיך ארויסגעלאזט זוכן א בלויזע קיוריא. כ'בין אריין אין די לאקאלע אידישע פורניטושר געשעפטן (הנקראים חתונה מאללס...) און יעדע שטיקל האט געקאסט ארום 5 אלפים. כ'האב 'נישט' געהאלטן דערביי... 5 אלפים פאר? א שטיקל גראדע האלץ?
און דאס איז אויסער וואס כ'הנאב נישט געוואלט די טונקעלע קאלירן, כ'האב געזוכט מער ווייס און גאלד, ס'זאל זיך שפירן פאר'ן אויג לייכט, נישט אנגעלייגט.
האב איך געזוכט אויף עמעזאן און נאך, עס איז געווען זייער שווער צו טרעפן. די גויים ווייסן דאך נישט וואס זילבערווארג מיינט בכלל, און די גאנצע אייטעם איז היבש אידישליך. זייערע קיוריא'ס זענען 50 אינטש הויעך עפ"י רוב, און בכלל עפעס אומגעשמאק.
ביז איך האב געטראפן דאס פאר ארום $800 מיט די שיפפינג, ממש די סטייל וואס איך האב געזוכט, כאטש ס'איז אביסל קלענער ווי כ'וואלט עס דעזיינט.
LITFAD
אינעם בילד קומט עס מיט 2 נידריגע שעלפס, אבער מען דארף עס אליינס צאמשטעלן און מען קען רואיג אויסלאזן איין שעלף אזוי אז ס'זאל זיין איין הויכע שעלף.
איך האב נישט וואס צו באהאלטן ב"ה... וועל איך לייגן דא א בילד וויאזוי ס'איז אויסגעקומען:
מיר סערווירט עס זייער גוט, ממש א מחי'.
נאר וואס, עס האט געהאט אפאר אישוס. 1) די גלאז קומט מיט א טונקל ברוין שעיד, זייענדיג געמאכט פאר א אוצר יין. די LED לייטס אינעווייניג זענען נישט מיטגעקומען. איך האב עס אליינס צוגעלייגט, דאס האט עס צוריק אויפגעלעבט און געמאכט די גלאז כמעט דורכזיכטיג, אבער נאך אלס, א קלעיר גלאז וואלט פיל בעסער געווען.
2) די טיפקייט איז בלויז 13.5 אינטש. מיין יעצטיגע לייכטער פיט אריין, אבער רוב היינטיגע זענען ברייטער.
3) עס קומט נישט געסיעלט. ממילא קען די זילבער ווערן שנעלער געיל. דאס האב איך אליינס געסאלווד און געלייגט א געוויסע ראבער עס צו סיעלן. אויב ס'איז איינעם נוגע קען איך שרייבן פונקטליכער.
פארוואס איך בין דא מאריך, איז אזוי ווי אנגעהויבן. איך האלט עס וואלט געווען א מצוה רבה מאוד צו טרעפן א גרינגע פאסיגע לעזונג, פאר אידן וועלכע ווילן נישט אראפ-פלאשן איבריגע 20 אלפים ביים חתונה מאכן, צו קענען איינקויפן "גוט און ביליג" דאס וואס מ'דארף למעשה יא.
ממילא, אדרבה, אויב האט איינער נאך טיפס אדער בעסערע איידיעס פאר קיוריא'ס פאר זילבערווארג, זאל ער עס שעירן מיט'ן ציבור.

וואס טוט זיך מיט א טיש און בענקלעך? און א באפעי?
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5519
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 10851
Re: מיין ערפארונג מיט'ן קויפן און צורישן א דירה
בענקלעך האב איך פרובירט דורך עמעזאן עטליכע, און צוריקגעשיקט, און געקומען צו 2 מסקנות:
1) 90% בענקלעך זענען נישט באקוועם.
2) א גוטע בענקל וואס זאל האלטן 10-15 יאר, קען מען נאר קויפן אין די היימישע געשעפטן.
א באפעי, גיי צו די פריערדיגע לינק פונעם קיוריער, ס'איז דא פון די זעלבע זאך א נידריגע. קענסט מאכן א סעט.
Re: מיין ערפארונג מיט'ן קויפן און צורישן א דירה
די רגע מהייבט אן מיט דארפן צולייגן לייטס און ראבערס בין איך אוט...
איך האב נאכנישט געפיגערט וויאזוי מ'בויט א סוכה, סא דאס איז נישט פאר מיר.

נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5519
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 10851
Re: מיין ערפארונג מיט'ן קויפן און צורישן א דירה
א גאר געשמאקע זאך וואס איך האב געקויפט און ס'העלפט ארויס אויסטערליש אינעם לאנדרי, איז אזא רעק וואס מען ציט ארויף צום דאך.
ס'טרוקנט זיך וועש דערויף א מחי', מען דרייט עס אראפ און מ'פילט עס אן, מ'דרייט עס ארויף, און דאס פלאץ איז צוריק דיינס...

-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1293
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 2187
Re: מיין ערפארונג מיט'ן קויפן און צורישן א דירה
@דער תהלים איד
א גרויסע יישר כח
א גרויסע יישר כח
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5519
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 10851
Re: מיין ערפארונג מיט'ן קויפן און צורישן א דירה
זוכנדיג פאר נאך א פעקל, זע איך אז דער פראדוקט איז שוין נישט אוועילעבל.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 08, 2025 1:30 pm צוויי קליינע טיפס איבער לעקטערס.
1) עס איז היינט אין סטייל קלין, ליידיג, נישט קיין גרויסע פיקסטשורס נאר ענדערשט ספאט לייטס.
האב איך געטראפן איין סארט לעקטער וואס מען לייגט במקום די באלב, וואס קוקט אויס ווי א ספאט לייט אבער איז זייער שיין לעכטיג, ס'איז 1,200 לומענס למביני נומערן.
די קאליר קען מען אנשטעלן מיט א ריקער, אזוי ווי אסאך ספאט לייטס. ס'איז זייער גרינג אריינצולייגן במקום די פלעינע סאקעט און באלב, און מאכט די הויז אסאך שענער.
Screenshot 2025-01-08 132640.jpg
לינק צו עמעזאן
לייג איך דא א אנדערע לינק צו די זעלבע אייטעם פון א צווייטע פירמע, וואס איז די זעלבע גאר שטארקע ליכטיגקייט, 1200 לומענס.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5519
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 10851
Re: מיין ערפארונג מיט'ן קויפן און צורישן א דירה
דער סוויטש הנ"ל האט למעשה געמאכט שוועריקייטן ביי אנצינדן.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 05, 2025 7:56 pm יעצט איז אזוי. איין שטוב האב איך געעפנט צו א נעקסטע שטוב, און געמאכט א רוקעדיגע וואנט אינדערמיט (טירן, אזוי ווי א פסח קאך וואנט).
האט אבער פאסירט, אז דער לעקטערישן האט געמיינט אז ס'איז איין שטוב, און די סוויטשעס פון ביידע שטובער האבן אנגעצינדן ביידע לעקטערס...
אודאי דארף מען אזא צייט צוריקרופן דעם לעקטערישן, אבער איך האב שוין מרמז געווען מיט וועמען כ'האב דא צוטון געהאט, און די ענטפער בנידון דידן איז נישט געווען צופיל בעסער, ואכמ"ל.
האב איך מיך למעשה אנייצע געגעבן אליינס. איך האב ביידע סוויטשעס אוועקגענומען, און קאנעקטעד די ווייערס כאילו עס ארבעט אייביג. אלס א סוויטש האב איך אריינגעלייגט א "ווייערלעס" סוויטש אין יעדע לייט, און געלייגט דעם ווייערלעס סוויטש אויפן וואנט.
Screenshot 2025-01-05 194842.jpg
זע דא דעם פראדוקט
ומכאן מודעה רבה לאורייתא, אז אויפ'ן זעלבן אופן קען מען צולייגן א סוויטש צו יעדע שטוב, למשל אויב איינער וויל האבן א סוויטשט צו די לייט ביי זיין בעט, דארף ער נישט ציען קיין נייע ווייערס, נאר אריינלייגן אזא ווייערלעס סוויטש און לייגן דעם סוויטשט וואו אימער ער וויל.
האמיר עס רעפלעיסד מיט דעם אנדערן מאדעל - גראדע סאך שענער אויך, און עס ארבעט ב"ה זייער פיין.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5519
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 10851
Re: מיין ערפארונג מיט'ן קויפן און צורישן א דירה
היינט וועל איך מוסיף זיין א וויכטיגע ידיעה בנוגע סינק פאסעטס און שויער'ס.
איך האב שוין לאנג באמערקט אז די סינקס ווערן שטייטער און שטייטער... איך גיי צו מענטשן מיט נייע הייזער, און איך פיל אן א טעפל, און ס'גייט שטיייט.... קריכט שטייטלעך אויף געיאגטע נערוון.
אבער די סיבה האב איך נישט געקענט דערגיין.
ביז איך האב געזוכט צו טוישן פאסעט, און אנגעהויבן ליינען דעסקריפציעס פון די ברענד נעים פירמע DELTA, און געזען אז שטיקל ביי שטיקל האט די געוואלדיגע "אויפטו" אז ס'שפארט וואסער! ממש א ברכה... ווען משה רבינו ווייסט ווען דערפון וואלט ער נישט געשלאגן די שטיין. הלמאי ער דערלייגט די געוואלדיגע ברכה פון שפארן וואסער מיט א שטייטע סינק.
כ'האב געזוכט און געזוכט, און דאס איז עס. עס שטייט נאך אויף יעדע איינע אז "עס שפארט וואסער אויף א וועג אז עס בלייבט די זעלבע גוטע פערפארמענטס!" איינער קען מיר מסביר'ן וויאזוי? עס ארבעט דורך AI? עס גיט ארויס וואסער מער ווי די וואסער זעלבסט?
געהאקט אין קאפ... פאר די גרינע ליבעראלע וועדזשעטעריען'ס. וואס ווילן זיי פון מיר?
ביז איך בי טאקע געוואויר געווארן אז צוביסלעך לייגן די סטעיטס ארויף לימיטעישנס וויפיך GPM "גאלאן פער מינוט") א פאסעט מעג זיין, ממילא, ווילן די ברענם נעים פירמעס נאכקומען אלע רעגולאציעס, און ווערן נאך פויבסטליכער פונעם פויבסט.
לויט די יעצטיגע רעגולאציעס איז דער מאקסימום נומער "2.5" GPM. דאס איז פעדעראל. נאכדעם איז דא סיטי'ס און סטעיטס מיט אייגענע לימיטאציעס, ווי קאליפארניע און ניו יארק סיטי וואו ס'איז בלויז 1.8.
למעשה אבער... רוב פאסעטס גייען לחומרא, יוצא צו זיין לכל הדיעות, און מסתמא באקומען זיי דערפאר סובסידיעס פון די רעגירונג. אז כ'האב געזוכט פון "דעלטא" עפעס בעסער ווי 1.5 און ואיננו! ס'איז נישטא אזא זאך.
[במאמר המוסגר: איך בין שפעטער געוואויר געווארן אז די פלאמבערס קענען ארויסנעמען א שטיקל פונעם פאסעט וואס מאכט עס שיסן וואסער אן קיין באגרעניצונג, ממש ווי די קאמערשל סינקס אין די גרויסע שולן]
האמיר זיך ארויסגעלאזט זוכן ווער ס'קען עס יא צושטעלן.
אבער בעיקר האב איך געזוכט ס'זאל האבן נאך עפעס, וואס אין אמת'ן איז עס געווען דער עיקר וואס האט מיר געמאכט זוכן נייע.
היינט מאכט מען שוין אז די סינק האט נאר איין לאך פאר הייס און קאלט, און דער הענטל דרייט זיך רעכטס און לינקס פאר קאלט און הייס. שבת איז עס א גרויסע אישו, ס'האט מיר אלס געבאדערט. ס'איז כמעט נישט מעגליך צו זיין אפגעהיטן פון נעמען הייס וואסער שבת בטעות, וואס איז א גרמא צו איסור בישול.
ב"ה אז כ'האב געטראפן דעם סעלושן, מיט דעם פאסעט וואס איז א "1.8" GPM, פונקט גוט שנעל, און האט אויך צוויי עקסטערע הענטלעך פאר קאלט און הייס, כאטש אלע פייפס קומען נאר פון אינמיטן מיט איין לאך אינעם סינק:
לינק צו עמעזאן
מצאנו מים!

ממש די זעלבע איז ווען עס קומט צו שאוער העדס.
נאכ'ן זוכן און קוקן אויף די נומערן, האב איך געטראפן די דאזיגע וואס איז א "2.5" GPM, און ארבעט גאר פיין ב"ה.
לינק צו עמעזאן
נאכ'ן זוכן און קוקן אויף די נומערן, האב איך געטראפן די דאזיגע וואס איז א "2.5" GPM, און ארבעט גאר פיין ב"ה.
לינק צו עמעזאן
Re: מיין ערפארונג מיט'ן קויפן און צורישן א דירה
איך טראכט מ'זאל ארויסגעבן א שטיקל האנטבוך פון די אלע טיפס
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
- טיפע חשבונות
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 8
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 12:57 pm
- x 21
Re: מיין ערפארונג מיט'ן קויפן און צורישן א דירה
הא! איך דארף פראבירן דאס, מיין שאוער אינדערהיים טראפט ווי וואסער אויפן שטייןדער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 26, 2025 3:30 pm ממש די זעלבע איז ווען עס קומט צו שאוער העדס.
נאכ'ן זוכן און קוקן אויף די נומערן, האב איך געטראפן די דאזיגע וואס איז א "2.5" GPM, און ארבעט גאר פיין ב"ה.
Screenshot 2025-01-26 152918.jpg
לינק צו עמעזאן
בד"וו ס'עכט ביליג יעצט