בלאט 2 פון 10
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:09 pm
דורך מיילעך פריילעך
וואשינגטאן - לויט א באריכט גרייט זיך טראמפ צו אויפנעמען זיין געוועזענע ראטגעבער אן ארטאדאקסישע איד אבי בערקאוויטש אלס טייל פון זיין מיטל מזרח טיעם, אויך זאגט די באריכט אז טראמפ וועט מעגליך צוריקנעמען דעיוויד פרידמאן אלס אמבאסאדאר קיין מדינת ישראל און קאנגרעספרוי סטעפאניק וואס האט אנגעפירט די אנטיסעמיטיזם הירינגס קעגן אוניווערסיטעט פרעזידענטן, אלס אמבאסאדאר צו די יו. ען.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 3:43 pm
דורך ווער
קוועלער נאנט צו טראמפ זאגן אז טראמפ וועט ווארשיינליך לאזן דעם פעדערעל ריזערוו פארזיצער דזשעראום פאועל אויף זיין פאזיציע
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 5:50 pm
דורך ניקל
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 12:24 pm
פאקס באשטעטיגט אז טראמפס קאמפיין מענעטשער פרוי סוזי ווייליס איז אויף די שפיץ ליסטע פון זיין טשיף אף סטעיף
באשטעטיגט:
פרעזידענט טראמפ וועט אויפנעמען קאמפיין מענעדזשער סוזי ווייליס פאר זיין טשיף אפ סטעף
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 5:51 pm
דורך ניקל
ניקל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 5:50 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 12:24 pm
פאקס באשטעטיגט אז טראמפס קאמפיין מענעטשער פרוי סוזי ווייליס איז אויף די שפיץ ליסטע פון זיין טשיף אף סטעיף
באשטעטיגט:
פרעזידענט טראמפ וועט אויפנעמען קאמפיין מענעדזשער סוזי ווייליס פאר זיין טשיף אפ סטעף
- IMG_20241107_175103_095.jpg (93.32 KiB) געזען געווארן 845 מאל
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 11:05 pm
דורך קלאפן
געווען באריכטעט וועגן מעגליכע פלענער צו שטעלן טאלסי גאבערד אלס יו ען אמבאסאדארשע. עס איז בעצם נאר שפעקולאציעס אבער שאדט קיינמאל נישט צו וויסן ווייסט איינער אויב זי איז באקאנט מיט געוויסע שטעלונגען פרא צי אנטי מדנ"י?
זי איז באקאנט אלס גאר שארף אנטי מלחמות און אסאך פון דעי חברה קענען אמאל אריינקומען מיט קריטיק אדאנק דעם אויכעט קעגן מדינת ישראל'ס מלחמות, נאכדערצו זי וואס איז בעצם א לינקע במקור לאזט זיך שפעקולירן וואס זענען אירע שטעלונגען אנבאלאנגט מדינת ישראל?
איך בין נישט צו באזארגט אפילו אויב יא קודם ווייל אויב אזוי וועט מען איר נישט אויפנעמען אויף דעם פאזיציע און אפילו אויב יא וועט זי זיך צושטעלן צו איר אדמיניסטראציע אינגאנצן אן קיין צווייפל
איך פרעג סתם פאר נייגעריגקייט
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 11:50 pm
דורך מיילעך פריילעך
פאקס: סאיז דא א שטארקע מעגליכקייט אז מייק פאמפעיא זאל זיין סעקערטערי אוו דיפענס.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 08, 2024 2:51 am
דורך דער מוכר
קלאפן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 11:05 pm
געווען באריכטעט וועגן מעגליכע פלענער צו שטעלן טאלסי גאבערד אלס יו ען אמבאסאדארשע. עס איז בעצם נאר שפעקולאציעס אבער שאדט קיינמאל נישט צו וויסן ווייסט איינער אויב זי איז באקאנט מיט געוויסע שטעלונגען פרא צי אנטי מדנ"י?
זי איז באקאנט אלס גאר שארף אנטי מלחמות און אסאך פון דעי חברה קענען אמאל אריינקומען מיט קריטיק אדאנק דעם אויכעט קעגן מדינת ישראל'ס מלחמות, נ
אכדערצו זי וואס איז בעצם א לינקע במקור לאזט זיך שפעקולירן וואס זענען אירע שטעלונגען אנבאלאנגט מדינת ישראל?
איך בין נישט צו באזארגט אפילו אויב יא קודם ווייל אויב אזוי וועט מען איר נישט אויפנעמען אויף דעם פאזיציע און אפילו אויב יא וועט זי זיך צושטעלן צו איר אדמיניסטראציע אינגאנצן אן קיין צווייפל
איך פרעג סתם פאר נייגעריגקייט
זי האט נישט קיין שום שייכות מיט די ווארט לינק, זי איז געווען א דעמעקראטישע קאנגרעספרוי אבער זי איז געווען שטארקע מאדערעיט און אסאך מאל מער רעכטער ווי אסאך רעכטע
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 08, 2024 11:43 am
דורך פעיק ניוז
דער מוכר האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 08, 2024 2:51 am

מאדערעט? זי געווען גאר לינק אויף יעדער אייציגסטער אישו.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 08, 2024 1:56 pm
דורך קלאפן
פעיק ניוז האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 08, 2024 11:43 am
דער מוכר האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 08, 2024 2:51 am
קלאפן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 11:05 pm
געווען באריכטעט וועגן מעגליכע פלענער צו שטעלן טאלסי גאבערד אלס יו ען אמבאסאדארשע. עס איז בעצם נאר שפעקולאציעס אבער שאדט קיינמאל נישט צו וויסן ווייסט איינער אויב זי איז באקאנט מיט געוויסע שטעלונגען פרא צי אנטי מדנ"י?
זי איז באקאנט אלס גאר שארף אנטי מלחמות און אסאך פון דעי חברה קענען אמאל אריינקומען מיט קריטיק אדאנק דעם אויכעט קעגן מדינת ישראל'ס מלחמות, נ
אכדערצו זי וואס איז בעצם א לינקע במקור לאזט זיך שפעקולירן וואס זענען אירע שטעלונגען אנבאלאנגט מדינת ישראל?
איך בין נישט צו באזארגט אפילו אויב יא קודם ווייל אויב אזוי וועט מען איר נישט אויפנעמען אויף דעם פאזיציע און אפילו אויב יא וועט זי זיך צושטעלן צו איר אדמיניסטראציע אינגאנצן אן קיין צווייפל
איך פרעג סתם פאר נייגעריגקייט
זי האט נישט קיין שום שייכות מיט די ווארט לינק, זי איז געווען א דעמעקראטישע קאנגרעספרוי אבער זי איז געווען שטארקע מאדערעיט און אסאך מאל מער רעכטער ווי אסאך רעכטע
מאדערעט? זי געווען גאר לינק אויף יעדער אייציגסטער אישו.
זאגן לינק אויף יעדע איינציגע אישו איז ווייט איבערגעטריבן. זי איז שטארק אידיעלאגיש מילא אין אן ענין וואס זי איז געווען לינק האט זי שטארק געארבעט. אבער פון אייביג האט זי זיך געטרויט צו קריטיקירן די דעמאקראטישע פארטיי אויף אישוס וואס זי האט געהאלט איז צו לינק בעיקר ווען עס קומט צו ביזנעס און געוויסע סאציאלע אישוס און איבער אימיגראציע, אזוי אויך אין פארטי ליין'ס איז זי אייביג געווען מאדעריט זי פלעגט זיך אייביג טרויען צו ארבעטן אויף ביי-פארטיזאן בילס און זי האט זיך אנגעפיפן אויף די אומאפציעלע באיקאט פון די דעמאקראטן אויף טראמפ און זיין אדמיניסטראציע נאך צוריק אין 16'.
וואס איך האב געשריבן לינק האב איך געמיינט פון פארטיי און נאטור אויס נישט אזוי ווייט בשיטה נאר בעיקר קולטורעל האט די דעמאקראטישע פארטיי אביסל א דערווייטערונג פון מדינת ישראל רעלאטיוו צו די נאטירליכע פארבינדונגען מיט רעפאבליקאנע גרופעס.
בנוגע מיין עצם פראגע דערמאן איך זיך גראדע אז זי פלעגט זיך אויסדריקן אזוי שארף ווי זי איז אנטי אריינמישונג אין אנדערע לענדערס אנגעלעגנהייטן און אין זייערע מלחמות אזוי שארף איז זי פרא מלחמות קעגן טערארוואס דאס וואלט לכאורה אויך אינקלאדעד מדנ"י. אבער מיין שאלה איז נאך אלס רעלעוואנט וואס זענען אירע שטעלונגען אויף מדינת ישראל געווען אמאל און היינט אויב איינער ווייסט?
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 09, 2024 7:15 pm
דורך ניקל
טראמפ מאכט קלאר אז מיר ניקי העילי און מייק פאמפעאוי וועלן נישט זיין אין די קומענדיגע אדמיניסטראציע
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 09, 2024 9:39 pm
דורך קלאפן
ניקל האט געשריבן: ↑מוצש"ק נאוועמבער 09, 2024 7:15 pm
טראמפ מאכט קלאר אז מיר ניקי העילי און מייק פאמפעאוי וועלן נישט זיין אין די קומענדיגע אדמיניסטראציע
ב"ה זאכן גייען אין גוטן ריכטונג. ב"ה טראמפ האלט זיך צו זיינע צוגעזאגעכצער "מיר זענען היינט די פארטיי פון אנטי מלחמות".
איך מאך נישט אוועק מיינע פערזענליכע פילינגס וועלכע גייען גאר שטארק פאר פאמפעיא, זייענדיג די מערסט אפעטיווער מאן אין טראמפ45 אדמיניסטראציע, און אין א רייע מאסיווע אויסערין פאליטיק סוקסעסן פון דעמאלטס האט ער געשפילט א הויפט ראלע. אבער למעשה איז טראמפ דאסמאל געלאפן אויף א פלאטפארמע פון אנטי מלחמה און אנטי עסטעבלידזשמענט און זיין מעסעדזש איז געווען זייער שטאנדהאפטיג, און אויף דעם האט ער קלאר באקומען דעם ברייטן מאנדאט פונעם אמעריקאנעם פאלק. וואלט נישט געפאסט אז פאמפעי זאל ווערן געשטעלט אויף א פאזיציע איבער אויסערן אנגעלעגנהייטן דערנאך וואס ער שפילט שוין א לאנגיעריגע ראלע אין די רעפאבליקאנע קארפטירטע אמאליגע פארטיי און איז אלס געווען א פרא מלחמות, טראץ וואס ער האט אמאל געטויגט און וואלט ווארשיינליך געווען גוט נאכאמאל.א ריזן פראצענט טראמפ שטיצער האבן אמאל געשטימט קעגן אים און זייער מסתבר אז זייער שטיצע איז געגאנגען צו אים טיילווייז צוליב די שטאנדהאפטיגע מעסעדזש מיט וואס ער איז געלאפן דאס מאל.
און מיט העילי איז נאך גרינגער צו פארדייען הגם זי האט זיעער געטויגט פריערדיגע מאל אויפן יו ען פאזיציע און וואלט ווארשיינליך געטויגט נאכאמאל אבער זי איז א סתירה מיטן טראמפ מעסעדזש קומט זיך איר גארנישט. און איך פערזענליך נאכן אזוי שארף קריטיקירן טראמפ אין די פריימעריס נאכדערצו טאקע אויף זיין קאמפיין עיקר מעסעדזש עקל איך זיך פון איר און איך בין עקסטער פרייליך אז זי איז עכ"פ די נעקסטע פיר יאר קיין חלק און רעפבליקאנע פארטיי.
טראמפ איז שוין פיר! טעג פרעזידענט עלעקט און איך האב דערווייל קיין איין קריטיק אויף אים.....
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 09, 2024 9:56 pm
דורך מיילעך פריילעך
ניקל האט געשריבן: ↑מוצש"ק נאוועמבער 09, 2024 7:15 pm
טראמפ מאכט קלאר אז מיר ניקי העילי און מייק פאמפעאוי וועלן נישט זיין אין די קומענדיגע אדמיניסטראציע
פרעזידענט טראמפ מאכט קלאר אז ער וועט נישט ארייננעמען ניקי העלי אדער מייק פאמפעיא אין זיין אדמיניסטראציע, דאס קומט נאך וואס פילע האבן באריכטעט אז פאמפעיאו ווערט באטראכט פאר דעפענס סעקרעטערי וואס איז שטארק געווארן אראפגעריסן אין די טראמפ לאגער.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 09, 2024 10:08 pm
דורך מיילעך פריילעך
ליתר שאת. פאמפעיאו, איז געשטאנען מיט טראמפ ביזן סוף, אפולו נאך יאנואר 6. אבער געשטאכן טראמפ נאך די אינדייטמענטס האבענדיג א קלער צו אריינשפרינגען אין די פריימעריס.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 1:51 pm
דורך מיילעך פריילעך
וואשינגטאן - דזשעראד קושנער דער אידישער איידעם פון פרעזידענט עלעקט טראמפ איז שטארק פארמישט אין אוועקשטעלן די נייע טראמפ אדמיניסטראציע לויט א פרישע באריכט, אין די פארגאנגענהייט האט קושנער געלייקנט באריכטן אז ער וועט זיין פארמישט אבער אצינד נאך די געווינס זעט אויס אז ער וועט יא שפילן א וויכטיגע ראלע און די קומענדיגע טראמפ אדמיניסטראציע.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 3:21 pm
דורך קלאפן
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 10, 2024 1:51 pm
וואשינגטאן - דזשעראד קושנער דער אידישער איידעם פון פרעזידענט עלעקט טראמפ איז שטארק פארמישט אין אוועקשטעלן די נייע טראמפ אדמיניסטראציע לויט א פרישע באריכט, אין די פארגאנגענהייט האט קושנער געלייקנט באריכטן אז ער וועט זיין פארמישט אבער אצינד נאך די געווינס זעט אויס אז ער וועט יא שפילן א וויכטיגע ראלע און די קומענדיגע טראמפ אדמיניסטראציע.
דער איד איז שולדיג אין די פריערדיגע אדמינסטראציע פלאפס אויף די נאמעניס.
ער זאל זיך גיין פון ווי ער קומט ווייטער זיין אינדרויסן פון פאליטיק ער איז ממש סם פאר טראמפ (און פראדזשעקט 2025).
ער קען וויטער אנפירן די מיטל מזרח פאליטיק ווי דארט איז גראדע גאר פיין געווען. אבער דאס איבריגס זאל ער זאפארט אוועקשטיין איך ציטער וואסערע שאדן ער קען נאך אנמאכן.
#איך בין א איד סא קען איך עס זאגן קלאר אן ווערן באשולדיגט אלס אנטיסעמיט......
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 3:58 pm
דורך פשוט און גראד
טראמפ האט געענדיגט א טעלעפאנישע געשפרעך מיט פוטין און אים אויפגעפאדערט נישט אויסצוברייטערן די קאנפליקט און דערמאנט אז אמעריקא האט אסאך טרופן סטאנציאנירט אין די ראיאן
עס הייסט אז א נאך געשפרעכן וועלן נאכפאלגן איבער א שלום אפמאך פלאן
די חידוש פון דער געשפרעך איז אז עס האט שוין פאסירט דאנערשטאג! און קיינער האט דערפון נישט געוואוסט ביז היינט, ווען דער טרענזישן טיעם ווארטזאגער האט עס געמאלדן פארן וואשינגטאן פאוסט.
דאס איז א שטארקע אנדייטונג אז די טרענזישן טיעם ארבעט אוועקצושטעלן דעם אדמיניסטראציע אינטער א שטארקע קאנטראל און מיט אסאך שכל.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 4:01 pm
דורך פופציגער
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 10, 2024 3:58 pm
טראמפ האט געענדיגט א טעלעפאנישע געשפרעך מיט פוטין און אים אויפגעפאדערט נישט אויסצוברייטערן די קאנפליקט און דערמאנט אז אמעריקא האט אסאך טרופן סטאנציאנירט אין די ראיאן
עס הייסט אז א נאך געשפרעכן וועלן נאכפאלגן איבער א שלום אפמאך פלאן
די חידוש פון דער געשפרעך איז אז עס האט שוין פאסירט דאנערשטאג! און קיינער האט דערפון נישט געוואוסט ביז היינט, ווען דער טרענזישן טיעם ווארטזאגער האט עס געמאלדן פארן וואשינגטאן פאוסט.
דאס איז א שטארקע אנדייטונג אז די טרענזישן טיעם ארבעט אוועקצושטעלן דעם אדמיניסטראציע אינטער א שטארקע קאנטראל און מיט אסאך שכל.
WOW
די פראגע איז וואס האט פוטין געענטפערט
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 4:03 pm
דורך פשוט און גראד
most likely עליזע סטעפאניק גייט ווערן די אמבערסדער פאר די UN
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 4:09 pm
דורך פשוט און גראד
פופציגער האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 10, 2024 4:01 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 10, 2024 3:58 pm
טראמפ האט געענדיגט א טעלעפאנישע געשפרעך מיט פוטין און אים אויפגעפאדערט נישט אויסצוברייטערן די קאנפליקט און דערמאנט אז אמעריקא האט אסאך טרופן סטאנציאנירט אין די ראיאן
עס הייסט אז א נאך געשפרעכן וועלן נאכפאלגן איבער א שלום אפמאך פלאן
די חידוש פון דער געשפרעך איז אז עס האט שוין פאסירט דאנערשטאג! און קיינער האט דערפון נישט געוואוסט ביז היינט, ווען דער טרענזישן טיעם ווארטזאגער האט עס געמאלדן פארן וואשינגטאן פאוסט.
דאס איז א שטארקע אנדייטונג אז די טרענזישן טיעם ארבעט אוועקצושטעלן דעם אדמיניסטראציע אינטער א שטארקע קאנטראל און מיט אסאך שכל.
WOW
די פראגע איז וואס האט פוטין געענטפערט
טראמפ הייבט אהן עקטן ווי 'פרעזידענט טראמפ' און סטראשעט אז זיין קנעפל איז סאך גרעסער ווי דעם אנדערען'ס, און ס'ארבעט אויכעט...
איינער געדענקט נאך אז טראמפ איז פוטין'ס פאפעט, און ער גייט איהם גראד אוועק געבן גאנץ אוקריינע?
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 5:41 pm
דורך פשוט און גראד
רעי אנטלויפט פון די עף בי איי נאך איידערן קריגן הבא מן הכסא אזויווי קאומי. מודיע געווען אז ער גייט גיין איידער יאנואר 20.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 5:50 pm
דורך אנדערער
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 10, 2024 5:41 pm
רעי אנטלויפט פון די עף בי איי נאך איידערן קריגן הבא מן הכסא אזויווי קאומי. מודיע געווען אז ער גייט גיין איידער יאנואר 20.
איינער ווייסט וואו די שווארצע פעפער וואקסט?
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 6:52 pm
דורך ניקל
באריכטן אז וויוועק ראמעסוואמי איז אויף די קורצע ליסטע פון פרעזידענט טראמפ'ס סעקרעטערי אוו סטעיט
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 8:09 pm
דורך Yankel
ניקל האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 10, 2024 6:52 pm
באריכטן אז וויוועק ראמעסוואמי איז אויף די קורצע ליסטע פון פרעזידענט טראמפ'ס סעקרעטערי אוו סטעיט
OMG
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 8:17 pm
דורך Think and Thank
אנדערער האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 10, 2024 5:50 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 10, 2024 5:41 pm
רעי אנטלויפט פון די עף בי איי נאך איידערן קריגן הבא מן הכסא אזויווי קאומי. מודיע געווען אז ער גייט גיין איידער יאנואר 20.
איינער ווייסט וואו די שווארצע פעפער וואקסט?
אז דו ווילסט באמת וויסן, ווארט אויס די צוויי חדשים און קוק וואו רעי גייט...
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 8:20 pm
דורך אנדערער
Think and Thank האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 10, 2024 8:17 pm
אנדערער האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 10, 2024 5:50 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 10, 2024 5:41 pm
רעי אנטלויפט פון די עף בי איי נאך איידערן קריגן הבא מן הכסא אזויווי קאומי. מודיע געווען אז ער גייט גיין איידער יאנואר 20.
איינער ווייסט וואו די שווארצע פעפער וואקסט?
אז דו ווילסט באמת וויסן, ווארט אויס די צוויי חדשים און קוק וואו רעי גייט...
איך האב אים געוואלט געבן דירעקשנס