בלאט 2 פון 6
Re: מעגליכע טראמפ באזוך אין וויליאמסבורג קומענדיגע דאנערשטאג
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 2:47 pm
דורך יורה דעות
די סיבה פארוואס ער קומט איז שוין קלאָר?
Re: ברעקינג: געוועזענע פרעזידענע דאנאלד טראמפ וועט באזוכן די היימישע וויליאמסבורג קומענדיגע דאנערשטאג!
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 2:50 pm
דורך דער פאטעטע מייסטער
פרעזידענט טראמפ איז ערווארטעט אויף א באזוך אין די אידישע וויליאמסבורג געגענט דעם קומענדיגע דאנערשטאג: פארשטייער פון די סיקרעט סערוויס האבן היינט אפגעשטאט א באזוך ביי די באקאנטע גאטליעבס רעסטאראנט אויף ראבלינג אין וויליאמסבורג און איינגעמאלדן אז לויט די יעצטיגע פלענער וועט פרעזידענט טראמפ באזוכן דעם רעסטאראנט קומענדיגן דאנערשטאג נאכמיטאג. א ספעציעלע סנייפער טיעם האבן היינט באזוכט דעם רעסטאראנט און די גאס ארום, אזוי אויך זענען אראפגעקומען נאך פארשטייער פון די סיקרעט סערוויס אויסצוארבייטן אלע דעטאלן פון די באזוך. לויטן יעצטיגע פלאן, וועט די סיקרעט סערוויס אראפקומען מיטאג צייט און פאר דריי שעה ארבייטן צו פארזיכערן די גאס ארום, און שפעטער נאכמיטאג וועט טראמפ אריינקומען פאר אפאר מינוט קויפן עפעס אינעם רעסטאראנט און באגריסן די ארומיגע.
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/113551
Re: מעגליכע טראמפ באזוך אין וויליאמסבורג קומענדיגע דאנערשטאג
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 2:52 pm
דורך נאו לעיבל
שיין צו זעהן ווי אלע פלאטפארמעס מעלדן עס אלס א ברעיקינג 15 שעה נאך אידטיש.
Re: מעגליכע טראמפ באזוך אין וויליאמסבורג קומענדיגע דאנערשטאג
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 2:55 pm
דורך פעיק ניוז
נאו לעיבל האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 2:52 pm
שיין צו זעהן ווי אלע פלאטפארמעס מעלדן עס אלס א ברעיקינג 15 שעה נאך אידטיש.
נאך @נאו לעיבל, כצ"ל.
Re: מעגליכע טראמפ באזוך אין וויליאמסבורג קומענדיגע דאנערשטאג
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 2:56 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
נאו לעיבל האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 2:52 pm
שיין צו זעהן ווי אלע פלאטפארמעס מעלדן עס אלס א ברעיקינג 15 שעה נאך אידטיש.
נו אפשר גיבסטו שוין ארויס דא דיינע סודות?... איך האב געמיינט אז דו האסט נאר ליבעראלע קאנעקשאנס...
Re: מעגליכע טראמפ באזוך אין וויליאמסבורג קומענדיגע דאנערשטאג
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 2:57 pm
דורך דעת קדשי
ס'הייסט אז ער גייט באזוכן ביי כ''ק אדמו''ר שליט''א...
פיגער אויט וועלעכע...
Re: מעגליכע טראמפ באזוך אין וויליאמסבורג קומענדיגע דאנערשטאג
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 2:58 pm
דורך שבת קודש
די מידיע גייט דאך קומען איז ראטזאם מען זאל אויפהענגען אין די גאסן גרויסע סיינס קעגן מדנ''י איבער גיוס אזוי אז אלע רעפערטאס זאלן עס פארשפרייטן
Re: מעגליכע טראמפ באזוך אין וויליאמסבורג קומענדיגע דאנערשטאג
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 2:58 pm
דורך דעת קדשי
שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 2:58 pm
די מידיע גייט דאך קומען איז ראטזאם מען זאל אויפהענגען אין די גאסן גרויסע סיינס קעגן מדנ''י איבער גיוס אזוי אז אלע רעפערטאס זאלן עס פארשפרייטן
אבער די רשעי ישראל רייסן עס אראפ....
Re: מעגליכע טראמפ באזוך אין וויליאמסבורג קומענדיגע דאנערשטאג
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 3:00 pm
דורך פליט
נאו לעיבל האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 2:52 pm
שיין צו זעהן ווי אלע פלאטפארמעס מעלדן עס אלס א ברעיקינג 15 שעה נאך אידטיש.
@נאו לעיבל @נאו לעיבל @נאו לעיבל @נאו לעיבל
Re: מעגליכע טראמפ באזוך אין וויליאמסבורג קומענדיגע דאנערשטאג
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 3:03 pm
דורך נאו לעיבל
עס איז וויכטיג צו באטאנען אז א באזוך אין א רעסטוראונט איז נישט א אפיציעלע קאמפיין סטאפ און מיט א קליינע טויש אין סקעדזשול אדער אויב די סיקרעט סערוויס האט עני סעקיורעטי אישו קען עס ווערן געקענסלט פון איין מינוט צום צווייטן.
Re: מעגליכע טראמפ באזוך אין וויליאמסבורג קומענדיגע דאנערשטאג
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 3:05 pm
דורך דעת קדשי
און אנדערע נייעס ווערט יעצט באריכטעט אז סיקרעט סערוויס אגענטן האבן באזיכט די ניישלאס געשעפט אין בארא פארק און די ארומיגע געגענט, צוליב א מעגליכע באזוך פון וויצע פרעזידענט העריס…
קרעדיט אבימלך
Re: מעגליכע טראמפ באזוך אין וויליאמסבורג קומענדיגע דאנערשטאג
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 3:30 pm
דורך איך
נאו לעיבל האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 2:52 pm
שיין צו זעהן ווי אלע פלאטפארמעס מעלדן עס אלס א ברעיקינג 15 שעה נאך אידטיש.
אבער דא איז איז עס נאכנישט ביישטעטיגט נאר א מעגליכע באזוך
Re: מעגליכע טראמפ באזוך אין וויליאמסבורג קומענדיגע דאנערשטאג
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 3:51 pm
דורך פלעשלייט
@נאו לעיבל איך וויל דיר איבערבעטן ברבים..... איך האב פשוט געהאלטן אז די נייעס איז טו אינטרעסטינג טא בי טרו... מילא האב איך געטראכט אז עס איז סתם @פעיק ניוז...
Re: מעגליכע טראמפ באזוך אין וויליאמסבורג קומענדיגע דאנערשטאג
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 3:58 pm
דורך מיילעך פריילעך
יורה דעות האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 2:47 pm
די סיבה פארוואס ער קומט איז שוין קלאָר?
נאפ'ס, די גרעסטע קארפן קעפ פרובירן לעת עתה צו דערגיין די סוד, און מוועט עס מעלדן אין די ערשטע געלעגענהייט.
Re: מעגליכע טראמפ באזוך אין וויליאמסבורג קומענדיגע דאנערשטאג
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 4:11 pm
דורך קיינמאל
נאו לעיבל האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 2:52 pm
שיין צו זעהן ווי אלע פלאטפארמעס מעלדן עס אלס א ברעיקינג 15 שעה נאך אידטיש.
יאפ

Re: מעגליכע טראמפ באזוך אין וויליאמסבורג קומענדיגע דאנערשטאג
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 4:29 pm
דורך דער פאטעטע מייסטער
מ'מעג שוין טוישן די קעפל
Re: מעגליכע טראמפ באזוך אין וויליאמסבורג קומענדיגע דאנערשטאג
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 4:30 pm
דורך מזל טוב
וויליאמסבורג - באריכטן קומען יעצט אריין אז דער געוועזענער פרעזידענט דאנעלד טראמפ וואס האלט זיך אויף די וואך אין ניו יארק אויף א צאל פאנדרעיזינג אווענטן וועט באזוכן די אידישע וויליאמסבורג געגנט קומענדיגע דאנערשטאג, סיקרעט סערוויס אגענטן האבן היינט באזוכט די גאסן פון די באקאנטע ׳גאטליעבס׳ רעסטאראונט אויף ראבלינג סטריט וואו טראמפ פלאנט צו באזוכן אין די נאכמיטאג שטונדן.
א ספעציעלע ציל שיסער איינהייט גרופע פון די אגענטור האט באזוכט די גאסן נעבן די רעסטאראונט צו אויסשטעלן זייערע פאזיציעס, אוו די גאסן ארום וועלן זיין אפגעשלאסן פאר דריי שעה פאר דער אנקום פונעם פרעזידענט.
https://ahblicklive.com/post.php?u_id=c ... tegories=1
Re: טראמפ פלאנט צו באזוכן וויליאמסבורג דעם דאנערשטאג (תבא)
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 4:34 pm
דורך פלעשלייט
קעפל געטוישט
Re: טראמפ פלאנט צו באזוכן וויליאמסבורג דעם דאנערשטאג (תבא)
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 4:36 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
די ווערטלעך גייען אז מען גייט דארט מאכן דעם זעקת הגולה. איך מיין מען קען עס טאקע טון, אזוי וועט עס האבן פרעסע דעקונג פאר א טשעינדזש...
Re: טראמפ פלאנט צו באזוכן וויליאמסבורג דעם דאנערשטאג (תבא)
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 6:25 pm
דורך פארק שול
זייער פשוט, ליידער איז דא פון די קצה המחנה וואס האבן ליעב צוצוברענגען ווען עס איז נאר דא עפעס.
מען ברויך זיי נישט סערווירן מיטן לעפל
Re: טראמפ פלאנט צו באזוכן וויליאמסבורג דעם דאנערשטאג (תבא)
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 6:40 pm
דורך never say never

- m_image (10) (1).png (261.49 KiB) געזען געווארן 676 מאל
Re: מעגליכע טראמפ באזוך אין וויליאמסבורג קומענדיגע דאנערשטאג
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 6:41 pm
דורך פליט
נאו לעיבל האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 3:03 pm
עס איז וויכטיג צו באטאנען אז א באזוך אין א רעסטוראונט איז נישט א אפיציעלע קאמפיין סטאפ און מיט א קליינע טויש אין סקעדזשול אדער אויב די סיקרעט סערוויס האט עני סעקיורעטי אישו קען עס ווערן געקענסלט פון איין מינוט צום צווייטן.
כפיל נישט קאנפטערבל עס צו זאגן,
אבער כ'וויל שטארק דאס זאל ווערן געקענסלט, כ'ווייס נישט, כ'בין עפעס נישט באקוועם מיט די גאנצע מאחרייקע...
Re: מעגליכע טראמפ באזוך אין וויליאמסבורג קומענדיגע דאנערשטאג
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 7:53 pm
דורך דעת קדשי
פליט האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 6:41 pm
נאו לעיבל האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 3:03 pm
עס איז וויכטיג צו באטאנען אז א באזוך אין א רעסטוראונט איז נישט א אפיציעלע קאמפיין סטאפ און מיט א קליינע טויש אין סקעדזשול אדער אויב די סיקרעט סערוויס האט עני סעקיורעטי אישו קען עס ווערן געקענסלט פון איין מינוט צום צווייטן.
כפיל נישט קאנפטערבל עס צו זאגן,
אבער כ'וויל שטארק דאס זאל ווערן געקענסלט, כ'ווייס נישט, כ'בין עפעס נישט באקוועם מיט די גאנצע מאחרייקע...
ווילסט נישט שומרים זאל מאכן א קידוש השם???...
Re: טראמפ פלאנט צו באזוכן וויליאמסבורג דעם דאנערשטאג (תבא)
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 10:03 pm
דורך צווייג
וואס איז טאקע די פלאן צו טון אין פאל עס גייט זיין א שטארקע אנלויף?
Re: טראמפ פלאנט צו באזוכן וויליאמסבורג דעם דאנערשטאג (תבא)
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 10:06 pm
דורך never say never
העדליין מארגן
טראמפ באזיכט וויליאמסבורג.
א שרעק איז איינשטאנען ווען איינער איז צוגעלאפן צום פרעזידענט צו געבן א האג, די סיקרעט סורוויס האבן געשאסן אין די לופט, די זעלבע צייט איז צוגעקומען א אינגערמאן צו אפערען די פרעזידענט מיט נייעם קרעדיט קארט אפער, כאאס איז פארגעקומען. די הויז בחור קושנער האט פראבירט צו שטיפן מיט אלע כוחות אבער די אינגע דור, די געשטעטנער תלמידים, האבן געוואלט כאטש כאפן איין בליק.
טראמפ האט טועם געווען די גאלע פין גאטליב, דערווייל הערט מען נישט פין טראמפ פאר די לעצטע פאר שעה.
די סיקרעט סורוויס האבן פארציילט אז זיי האבן זיך געפילט זייער אויסגעשפילט ווען זיי האבן געזען די עולם מיט אסאך גרעסערע אין שענערע קארס מיט מער לייטס אין סיירינס.