Re: אן אלוועלטלעכע עירוב?!
געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 27, 2024 4:08 pm
יא יא גערעכט...שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 27, 2024 5:36 pm @יורה דעות איין קליינע פראבלעם איז דא... אז קיין ערובי חצירות קענסטו נישט מאכן. אחוץ אויב דו וועסט ארומגיין אין די גאנצע וועלט און אפדינגען יעדעמס רשות...
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 27, 2024 5:46 pm יעצט ווייטער. ווען איך טראג א זאך אום שבת ב' אמות, בין איך פטור. פארוואס? אפשר האב איך עס יעצט געטראגן פון איין עק וועלט צום צווייטן עק?
זייער גוט!Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 27, 2024 5:52 pm נעקסט. ווען איינער ווערט חלילה אריינגעשליידערט אין טורמע. צי דארף ער מאכן א "ברוך מתיר אסירים" בשם ומלכות? ער זעהט יעצט צום ערשטן מאל די שיין פון ליכטיגקייט אינדרויסן פון די 4 ווענט וועלכע נעמען ארום די גאנצע וועלט אויסער דעם צימער.
איך מוז דיר זאגן, דו ביסט גוט משוגע! ווען פאלט דיר ביי די אלע שאלות? דו פארסט אפשר אסאך אויף די וויליאמסבורג בארא פארק באס? איך מיין, צו טראכטן דיין וועג מיז די מוח זיין היבש צושאקעלט.... עני וועי, ביסט פיינע נייעס, איך ענדזשוי דיינע שאלות. ברענג אויף נאך!יורה דעות האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 27, 2024 2:15 pm ווען איינער וויל מאכן א עירוב אופן נארד פאל, מאכט ער א רינדעכיגן עירוב ביים סאמע שפיץ פונעם וועלט,
יעצט וויל ער זיך פארברייטערן, נאו פראבלעם מ'מאכט עס גרעסער.
ווי גרעסער ער מאכט עס אלס מער ווערט עס נידריגער פון די נארד פאול, נענטער צום קו המשוה.
יעצט אויב מאכט ער א עירוב אויף א האלבע וועלט מאכט ער א צוים אויפן קו המשוה.
יעצט, ווי גרעסער ער וויל מאכן ווערט די עירוב קלענער און נידריגער צום סאוט פאול, מאכט ער נאך קלענער און קלענער (ס'מיינט אויף א גרעסערע שטח) ביז ער קומט אן צום סאוט פאול...
פארשטייט זיך אז א געיט אינמיטן מאנסי איז אויך גוט...
ס'איז נאר מדאורייתא, מדרבנן איז א קרפף מבטל א עירוב.
וואס זאגט די עולם?...
ח"ו, דאס איז א טעות מוחלט. מחיצות העלפט אפילו ברשות הרבים דאורייתא. דאס איז א גמרא מפורשת אין מסכת עירובין כמה פעמים אז ירושלים אלמלא דלתותיה ננעלות בלילה חייבין עליה משום רשות הרבים. דהיינו אז ירושלים אפילו ס'איז געווען א רשות הרבים דאורייתא, דאך העלפט מחיצות. (די שאלה איז נאר אויב עס דארף זיין דלתות נעילות אדער נישט, ווענדט זיך ווי אזוי מען פארענטפערט די סתירות הרמב"ם).Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 27, 2024 3:10 pm איך האב הערשט יעצט געכאפט די זאך... אקעי למעשה קומט אויס אז בארא פארק האט געמאכט אן עירוב פאר די גאנצע וועלט, אויסער בארא פארק. דערפאר טראגט נישט סאטמאר דערמיט. יעצט שטימט שוין ממש אלעס. אבער למעשה ביסטו נישט גערעכט.... ווייל פאר א רשה"ר דאורייתא העלפט אודאי נישט קיין עירוב בכלל, ניטאמאל כחספא בעלמא איז עס ווערד. די גאנצע עירוב איז נאר א דין דרבנן פאר א כרמלית דרבנן.
א רמב"ם עירוב העלפט נישט ברשות הרבים דאורייתא, נאר דוקא מחיצות מיט דלתות.