בלאט 2 פון 2

Re: נייער סאטמארער ישוב אין מאנטיסעלא

געפאוסט: זונטאג מערץ 02, 2025 9:46 pm
דורך פופציגער
שעפעלע האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 9:04 pm
פופציגער האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 8:39 pm
שעפעלע האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 8:03 pm
קודם כל , אין קרית יואל איז נישט דא קיין הונדערטער דירות רעדי אריינצומופן! די רעדסט אפשר פון הונדערטער דירות רעדי צו נעמען דעפאזיטס פאר 6 יאר ארום.... יא סאיז נישט קיין סוד אז די דעוועלעפערס אין קרית יואל זענען טריקן און זענען שילדיג שווערע מיליאנען פאר סוב קאנטראקטערס רעכטס און לינקס ,

אין קרית יואל דארף מען האבן 200 אלפים אראפצולייגן , דער עולם גולם האט דאס נישט כעת, אבער פונקט געהערט יעצט אז אסאך וויליאמסבורג'ע קויפן יעצט אין קרית יואל

און אינגעלייט וואס האבן אוועק געלייגט 20 אדער 30 אדער 40 אלפים זיכן עס ערגעץ צולייגן, אין קרית יואל קענסטו גארנישט טין מיט 50 אלפים, קענסט ניטאמאל לייגן א דעפאזיט אין ערגעץ, פאר די אידן קען א ביליגע דעוועלעפמענט יא רעדן, און דארט קען יא 50 אלפים אסאך אויסמאכן
נישטא אין קרית יואל קיין הונדערטער דירות צו מופן, אויך נישט קיין הונדערטער מענטשן וואס זוכן דירות.

די פוינט איז אז ווער ס’זוכט יעצט, טרעפט.
ממש אזוי? יעדער קען אויפקומען מיט 200 אלפים קעש ?
נעבעך פאר דיר , פילינגס ביי דיר און די דעוועלעפערס עקזעסטירן בכלל נישט, בלוט איז נישט קיין וואסער, און נישט יעדער קען בארגן, דרייען, גנבענען און אנזעצן צו קויפן א דירה
ברוך השם סאיז דא א רבי וואס זאגט אז ער איז here to stay , און קרית יואל גייט אויך זיין גאר ביליגע דירות איין טאג, קרית יואל איז נישט מאנהעטען, סאיז דא אסאך נגידים ובתוכם חסידי מהר"א וואס בויען סקיי סקרעיפערס אין מאנהעטען עס ווי ספיעק, די דעוועלעפערס קענען אויך בווען דארט, קרית יואל איז נישט די נייע מאנהעטען
די הלכה איז אז איידער מען עסט ברויט, דארף מען זיך וואשן די הענט און מאכן א ברכה על נטילת ידים.

מערקווירדיג, אז יום טוב פסח ווען אידן עסן מצות - ווי עס שטייט אין די תורה - גייט דער זעלבער הלכה אן ביי מצה, און מ’מאכט אויך א ברכה המוציא לחם מן הארץ.

די נאך-ברכה איז אויך די זעלבע, נאר פסח זאגט מען אלע טעג יעלה ויבוא.

שבת שחל בפסח זאגט מען יעלה ויבוא מיט רצה.

Re: נייער סאטמארער ישוב אין מאנטיסעלא

געפאוסט: דינסטאג מערץ 04, 2025 5:38 pm
דורך רעאליסטיש
שעפעלע האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 8:03 pm איך ווייס פון א דעוועלאפמענט וואס גייט בקרוב אי"ה ארויסקומען מיט בערך 600 דירות וואס האט שוין עפראווועלס אין מאנטיסעלא, די ערשטע פאזע פון 200 דירות אין די נעקסטע יאר ,
דאס איז אויסער עטליכע אנדערע דעוועלעפמענטס אין מאנטיסעלא וואס זענען אויפן וועג,
1600 סקווער פיס פאר בערך 350 טויזענט דאלאר , עס האט שוין וואסער און אינפרעסטראקטשור גרייט אין די פראפערטי, עס קען נעמען בערך 10 חדשים שוין צו וואינען דארט , פארשטייט זיך טאמער עס וועט זיין גענוג קונים,
אין אנדערע ווערטער די מארגעדש קען אויסקומען ביליגער ווי רענט אין קרית יואל , און די דאון פעימענט קען קומען פון שפארן 20 אדער 30 אלפים פון חתונה מאכן ,
זעט אויס ווי א חלום? הא?
עס ווענט זיך אין דיר !! יא דיר !!
די חלום קען פארווירקליכט ווערן אין א מציאות טאמער די ווילסט , מאך א ריכטיגע באשלוס
האסט מער דעטאלן ? ווען גייט עס זיין ? ווי?

Re: נייער סאטמארער ישוב אין מאנטיסעלא

געפאוסט: מיטוואך מערץ 26, 2025 12:20 pm
דורך שבת קודש
דאס איז פאר א גאנץ יאר אדער פאר זומער?

Re: נייער סאטמארער ישוב אין מאנטיסעלא

געפאוסט: מיטוואך מערץ 26, 2025 12:26 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 12:20 pm דאס איז פאר א גאנץ יאר אדער פאר זומער?
דאס איז א שטעטל פאר אגאנץ יאר. עס ווערט געבויט דורך ר' חיים הערש שווארץ און זיינע שותפים ר' מאיר פערל און ר' משה יודא שטרויס.

Re: נייער סאטמארער ישוב אין מאנטיסעלא

געפאוסט: מיטוואך מערץ 26, 2025 12:28 pm
דורך שבת קודש
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 12:26 pm
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 12:20 pm דאס איז פאר א גאנץ יאר אדער פאר זומער?
דאס איז א שטעטל פאר אגאנץ יאר. עס ווערט געבויט דורך ר' חיים הערש שווארץ און זיינע שותפים ר' מאיר פערל און ר' משה יודא שטרויס.
אויב מען קען שוין באקומען אין ק''י פאר 300 א ס.פ. און אין גלילות פאר 250 א ס.פ. פארוואס זאלן מענטשען וועלן גיין ביז מאנטסיעלע וואס איז אויך פאר 250 א ס.פ.?

Re: נייער סאטמארער ישוב אין מאנטיסעלא

געפאוסט: מיטוואך מערץ 26, 2025 12:30 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 12:28 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 12:26 pm
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 12:20 pm דאס איז פאר א גאנץ יאר אדער פאר זומער?
דאס איז א שטעטל פאר אגאנץ יאר. עס ווערט געבויט דורך ר' חיים הערש שווארץ און זיינע שותפים ר' מאיר פערל און ר' משה יודא שטרויס.
אויב מען קען שוין באקומען אין ק''י פאר 300 א ס.פ. און אין גלילות פאר 250 א ס.פ. פארוואס זאלן מענטשען וועלן גיין קיין מאנטסיעלע?
עס איז דא אידן פון וומסב"ג וועלכע וועלן ענדערשט גיין צו א פלאץ וואו מען מאכט גרעסערע דירות און מער צושפרייט און אלע שכנים זענען וומסב"ג'ע אידן. אויך פלאנט ער צו זיין נאך ביליגער ווי 250 נאר ער קען נאכנישט וויסן פונקטליך.

Re: נייער סאטמארער ישוב אין מאנטיסעלא

געפאוסט: מיטוואך מערץ 26, 2025 12:38 pm
דורך שבת קודש
מען רעדט שוין פון דעם יארן לאנג געווען אפהאלטונגען, האבן זיך זאכן יעצט געריקט?

ס'איז מסתבר אז רוב הייזער וועלן צוכאפט ווערן דורך זומער תושבים

Re: נייער סאטמארער ישוב אין מאנטיסעלא

געפאוסט: מיטוואך מערץ 26, 2025 2:15 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 12:38 pm מען רעדט שוין פון דעם יארן לאנג געווען אפהאלטונגען, האבן זיך זאכן יעצט געריקט?

ס'איז מסתבר אז רוב הייזער וועלן צוכאפט ווערן דורך זומער תושבים
יא עס זענען יעצט געווארן באשטעטיגט 200 דירות. עס איז א בחינה פון פרי-אפראוועלס וואס איז ביס א חודש צוויי באקומט עס די פולע אפראוועל. סוער האט ער שוין באקומען פאר מער ווי 200 דירות. מער ווי דאפלט.