בלאט 2 פון 4

Re: כלל ישראל איז מתפלל פאר האדמו"ר מסקולען שליט"א, מרן ישעי' יעקב בן ריזל לרפו"ש

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 11:03 pm
דורך גרינגראז
מיילעך פריילעך האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 10:57 pm די מצב איז גאר קריטיש!!
רייסט איין רחמי שמים!!
עפעס איז יעצט געשען?

Re: כלל ישראל איז מתפלל פאר האדמו"ר מסקולען שליט"א, מרן ישעי' יעקב בן ריזל לרפו"ש

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 11:03 pm
דורך מיילעך פריילעך
גרינגראז האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 11:03 pm
מיילעך פריילעך האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 10:57 pm די מצב איז גאר קריטיש!!
רייסט איין רחמי שמים!!
עפעס איז יעצט געשען?
די מצב האט זיך ליידער גאר שטארק פארערגערט!

Re: כלל ישראל איז מתפלל פאר האדמו"ר מסקולען שליט"א, מרן ישעי' יעקב בן ריזל לרפו"ש

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 11:06 pm
דורך גרינגראז
מיילעך פריילעך האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 11:03 pm
גרינגראז האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 11:03 pm
מיילעך פריילעך האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 10:57 pm די מצב איז גאר קריטיש!!
רייסט איין רחמי שמים!!
עפעס איז יעצט געשען?
די מצב האט זיך ליידער גאר שטארק פארערגערט!
יעצט ביינאכט מער ווי אינמיטן טאג?

קוקט אויס פון דיין מעסעדזש אז עפעס מער האט יעצט פאסירט, אָנלעס האסט געקאפיעט א נייעס פון אינמיטן טאג..

Re: כלל ישראל איז מתפלל פאר האדמו"ר מסקולען שליט"א, מרן ישעי' יעקב בן ריזל לרפו"ש

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 1:38 am
דורך ס'קען זיין אז..
גרינגראז האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 11:06 pm
מיילעך פריילעך האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 11:03 pm
גרינגראז האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 11:03 pm

עפעס איז יעצט געשען?
די מצב האט זיך ליידער גאר שטארק פארערגערט!
יעצט ביינאכט מער ווי אינמיטן טאג?

קוקט אויס פון דיין מעסעדזש אז עפעס מער האט יעצט פאסירט, אָנלעס האסט געקאפיעט א נייעס פון אינמיטן טאג..
פון נעכטן מידוו. מיטאג איז די מצב געווארן גאר שמאל

Re: כלל ישראל איז מתפלל פאר האדמו"ר מסקולען שליט"א, מרן ישעי' יעקב בן ריזל לרפו"ש

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 12:25 pm
דורך דער תהלים איד
ס'איז געווען אן אינפעקציע וואס מ'האט נישט געקענט טרעפן די מקור.

נעכטן איז מען דערגאנגען אז ס'איז א נעמאניע.

אבער, די מעדיקעישן העלפט נישט געהעריג און ס'איז זייער מסוכן.

Re: כלל ישראל איז מתפלל פאר האדמו"ר מסקולען שליט"א, מרן ישעי' יעקב בן ריזל לרפו"ש

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 12:51 pm
דורך שאינו יודע לשאול
בי"ד הגדול שבירושלים.
unnamed - 2024-08-02T124012.902.jpg
unnamed - 2024-08-02T124012.902.jpg (235.15 KiB) געזען געווארן 1957 מאל

Re: כלל ישראל איז מתפלל פאר האדמו"ר מסקולען שליט"א, מרן ישעי' יעקב בן ריזל לרפו"ש

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 1:20 pm
דורך מיילעך פריילעך
אידישע נייעס | אפדעיט איבערן מצב הבריאות ביי האדמו"ר מסקולען לרפו"ש:

פונעם קארנעל שפיטאל ווערט איבערגעגעבן אז ס'איז בחסדי שמים געלונגען צו סטאבליזירן די מצב ביים רבי, און די מעדעצינען האט אנגעהויבן ארבעטן, די דאקטוירים דרוקן אויס צופרידענהייט און זאגן אז בסייעתא דשמיא איז דא א וועג ארויס, אבער מען דארף נאך אסאך תפילות ישראל.

דער ציבור איז ווייטער מרבה בתפילה לרפואת מרן ישעי' יעקב בן ריזל לרפו"ש, שבת הוא מלזעוק ולרפואה קרובה לבא.

Re: כלל ישראל איז מתפלל פאר האדמו"ר מסקולען שליט"א, מרן ישעי' יעקב בן ריזל לרפו"ש

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 3:14 pm
דורך הר ההר
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 12:25 pm ס'איז געווען אן אינפעקציע וואס מ'האט נישט געקענט טרעפן די מקור.

נעכטן איז מען דערגאנגען אז ס'איז א נעמאניע.

אבער, די מעדיקעישן העלפט נישט געהעריג און ס'איז זייער מסוכן.
עפעס מאכט נישט קיין סענס. מען ווייסט שוין צוויי וואכען אז דאס איז א נעמאניע. דאס האט מען נישט יעצט אנדעקט.

Re: כלל ישראל איז מתפלל פאר האדמו"ר מסקולען שליט"א, מרן ישעי' יעקב בן ריזל לרפו"ש

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 5:40 pm
דורך מיילעך פריילעך
image2024-08-02 17-37-46-d471b3.jpg
image2024-08-02 17-37-46-d471b3.jpg (77.94 KiB) געזען געווארן 1855 מאל

Re: כלל ישראל איז מתפלל פאר האדמו"ר מסקולען שליט"א, מרן ישעי' יעקב בן ריזל לרפו"ש

געפאוסט: מוצש"ק אוגוסט 03, 2024 10:02 pm
דורך מיינע פאעזיעס
נו וואס איז די מצב ביים רבי'ן יעצט מוצאי שבת?

Re: כלל ישראל איז מתפלל פאר האדמו"ר מסקולען שליט"א, מרן ישעי' יעקב בן ריזל לרפו"ש

געפאוסט: מוצש"ק אוגוסט 03, 2024 10:20 pm
דורך מיילעך פריילעך
אידישע נייעס | אפדעיט איבערן מצב הבריאות ביי האדמו"ר מסקולען לרפו"ש:

פונעם קארנעל שפיטאל ווערט איבערגעגעבן אז ס'איז אריבער א רואיגע שבת ביים רבי שליט"א און די דאקטוירים זאגן אז די מצב איז סטאביל, פון די אנדערע זייט איז די נומבערס נאכאלס נישט גוט און מען דארף נאך אסאך תפילות ישראל פאר א גענצליכע רפואה.

דער ציבור איז ווייטער מרבה בתפילה לרפואת מרן ישעי' יעקב בן ריזל לרפו"ש, שבת הוא מלזעוק ולרפואה קרובה לבא.

Re: כלל ישראל איז מתפלל פאר האדמו"ר מסקולען שליט"א, מרן ישעי' יעקב בן ריזל לרפו"ש

געפאוסט: מוצש"ק אוגוסט 03, 2024 10:22 pm
דורך מיילעך פריילעך
חצהק באבוב.45

Re: כלל ישראל איז מתפלל פאר האדמו"ר מסקולען שליט"א, מרן ישעי' יעקב בן ריזל לרפו"ש

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 04, 2024 10:11 am
דורך מיילעך פריילעך
IMG_20240804_101057_878.jpg
IMG_20240804_101057_878.jpg (147.71 KiB) געזען געווארן 1714 מאל

Re: כלל ישראל איז מתפלל פאר האדמו"ר מסקולען שליט"א, מרן ישעי' יעקב בן ריזל לרפו"ש

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 04, 2024 10:15 am
דורך מיינע פאעזיעס
איז דאס אמת אז היינט וועט פארקומען א מעמד בקשת רחמים אין די ראלי האטעל?

Re: כלל ישראל איז מתפלל פאר האדמו"ר מסקולען שליט"א, מרן ישעי' יעקב בן ריזל לרפו"ש

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 04, 2024 10:46 am
דורך פארשטענדליך אידל
מיינע פאעזיעס האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2024 10:15 am איז דאס אמת אז היינט וועט פארקומען א מעמד בקשת רחמים אין די ראלי האטעל?
https://www.yiddish24.com/news/58/110829

Re: כלל ישראל איז מתפלל פאר האדמו"ר מסקולען שליט"א, מרן ישעי' יעקב בן ריזל לרפו"ש

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 04, 2024 9:43 pm
דורך ס'קען זיין אז..
פארשטענדליך אידל האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2024 10:46 am
מיינע פאעזיעס האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2024 10:15 am איז דאס אמת אז היינט וועט פארקומען א מעמד בקשת רחמים אין די ראלי האטעל?
https://www.yiddish24.com/news/58/110829
אידישע נייעס: עצרת תפילה והתעוררות לרפואת כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א זונטאג 1:30 נאכמיטאג אין די ביהמ"ד פון די ראלי האטעל אין פאלסבורג
א' דברים פ״ד
מאסעטשוסעטס גאוו....

Re: כלל ישראל איז מתפלל פאר האדמו"ר מסקולען שליט"א, מרן ישעי' יעקב בן ריזל לרפו"ש

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 09, 2024 12:34 pm
דורך אנפין נהירין
נייע חצר סקולען: עש״ק ליידער די מצב פון רבינו שליט״א האט זיך שטארק פארערגעט אין די לעצטע שעות רבותי לא עת לחשות רייסט איין פאר רחמי שמים

די מצב האט זיך אביסל פארבעסערט

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 11, 2024 12:05 pm
דורך שאינו יודע לשאול
ק/פ
בארא פארק - ווי מיר האבן שוין דא באריכטעט איז די לעצטע פאר וואכן כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א לרפו"ש ליידער מוטל על ערש דוי, און געפונט זיך אין די קארנעל שפיטאל אין מאנהעטן אין א גאר שווערע געזונט צושטאנד און איז זקוק לרחמי שמים מרובים.

דעם פארלאפענע פרייטאג איז געווען גאר א שווערע טאג ווען דער מצב הבריאות ביים רבי’ן האט זיך דראסטיש פארערגערט דערנאך וואס די דאקטוירים האבן געטראפן א פרישע אינפעקציע וואס האט געברענגט פרישע קאמפליקאציעס, און אין אלע סקולענע צענטערן האבן זיך געשטעלט מניני תהילים פרייטאג נאכמיטאג צו איינרייסן לרפואתו השלימה והמהירה פונעם רבי’ן. דורכאויס שבת האט זיך ב”ה די צושטאנד אביסל פארבעסערט און דער רבי האט קאמיוניקירט מיט די ארומיגע, אבער מען נויטיגט זיך נאך אין רחמי שמים מרובים.

כלל ישראל ווערט ווייטער גערופן צו מתפלל זיין און איינרייסן לרפואתו השלימה פון כ"ק מרן רבי ישעי’ יעקב בן ריייזל בתוך שאר חולי ישראל.

Re: כלל ישראל איז מתפלל פאר האדמו"ר מסקולען שליט"א, מרן ישעי' יעקב בן ריזל לרפו"ש

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 10:04 am
דורך דער פאטעטע מייסטער
קריטישע מאמענטן ביים בעט פון האדמו"ר מסקולען
רייסט איין מרן ישעי יעקב בן ריזל!

Re: כלל ישראל איז מתפלל פאר האדמו"ר מסקולען שליט"א, מרן ישעי' יעקב בן ריזל לרפו"ש

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 10:57 am
דורך Azoi Tzi Zugen
אוי טאטע אין הימל. איך הער אז עס רעדט זיך יעצט פון א שווערע אינפעקשן אין די בלוט וואס ווערט נישט בעסער און די נומבערס פארן צו די נישט גוטע זייט. הייליגער טאטע האב רחמנות אויף אזא ארימער דור. אזא גרויסער איד און זיין לעכטיגקייט האט נאכנישט אנגעהויבן שיינען פאר'ן דור בכלל. לאמיר נאך זוכה זיין. מרן הצדיק רבי ישעי' יעקב בן ריזל, ירחם ה' "עלינו" וירפאהו רפואה שלימה!

Re: כלל ישראל איז מתפלל פאר האדמו"ר מסקולען שליט"א, מרן ישעי' יעקב בן ריזל לרפו"ש

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 11:06 am
דורך עדיטאריעל
חצר סקולען: לא עת לחשות מען קומט זיך יעצט ציזאם אין אלע בתי מדרשינו אין ביים ציון הקדוש פאר מניני תהילים

Re: כלל ישראל איז מתפלל פאר האדמו"ר מסקולען שליט"א, מרן ישעי' יעקב בן ריזל לרפו"ש

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 1:46 pm
דורך טיפע טאשן
פון סקולענע האטליין:

מאנטאג ואתחנן 12:30

די דאקטוירים האבן ב"ה עטוואס באוויזן צו סטאביליזירן די מצב ביי מרן רבינו שליט"א, אבער ליידער האט מען אנטדעקט א גאר שווערע אינפעקשאן וואס איז ווארשיינליך גורם די קאמפליקעישאנס די לעצטע 12 שעה, די דאקטוירים האבן דערווייל נאכנישט קיין קלארע מהלך וויאזוי ווייטער צו גיין.

טייערע אידן! רבינו שליט"א איז יעצט אנגעוויזן אויף גרויס רחמי שמים! די דאקטוירים האבן נאכנישט קיין מהלך, אבער אונז האב מיר אונזער מהלך! זייטס מתפלל מעומק הלב, מ'קען און מ'גייט בעזר השי"ת אויס'פועל'ן א גאנצע ישועה.

Re: כלל ישראל איז מתפלל פאר האדמו"ר מסקולען שליט"א, מרן ישעי' יעקב בן ריזל לרפו"ש

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 2:46 pm
דורך ס'קען זיין אז..
רייסט איין שפאלטס די טויערן פאר די גענצליכע רפואה פארן רבי'ן!

Re: כלל ישראל איז מתפלל פאר האדמו"ר מסקולען שליט"א, מרן ישעי' יעקב בן ריזל לרפו"ש

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 11:42 am
דורך דער תהלים איד
ב"ה אז עס האט אנגעהויבן ארבעטן די מעדיקעישנס און ס'איז דא גוטע האפענונג.

מ'דארף ווייטער מעורר רחמים זיין. מרן ישעי' יעקב בן ריזל לרפו"ש.

Re: כלל ישראל איז מתפלל פאר האדמו"ר מסקולען שליט"א, מרן ישעי' יעקב בן ריזל לרפו"ש

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 1:14 pm
דורך דער תהלים איד
אביסל קלארער דער מצב ביים סקולענער רבי'ן שליט"א.

ערב תשעה באב, און נאכאמאל אום תשעה באב אינדערפרי, האט דער מצב אויסגעזען שרעקליך. מ'האט ממש גערופן מנין און די קינדער וכו'. די מעדיקעישן האט נישט געוואלט ארבעטן און די נומבערס זענען געווען שרעקליך.

אינמיטן טאג האבן די דאקטוירים באשלאסן אז אפשר דאס אז דער רבי גיט אויס זיינע כוחות פאר'ן אטעמען, דאס מאכט די גוף אזוי שוואך און לאזט נישט די אינפעקציע זיך היילן. האט מען געלייגט דעם רבי'ן אויף א רעספערעיטאר. למעשה האט זיך עס אארויסגעשטעלט אלס א שטיקל ישועה, ס'האט טאקע אנגעהויבן ווערן אסאך אסאך בעסער די אינפעקציע נומערן און די קארבן דיאקסייד.

יעצט רעדט מען פון לייגן א טרעיק אז די רעספערעיטאר זאל אינגאנצן איבערנעמען די אטעמעם פאר א שטיק צייט, ביז אלע אינפעקציעס וועלן האפנטליך זיין געהיילט.

כמובן איז דאס ווייטער א מצב סכנה און מ'דארף איינרייסן רחמי שמים אז דער מצב זאל אדורכגיין און דער רבי זאל צוריק געזונט ווערן בשלימות.