בלאט 2 פון 3

Re: איז די טראמפ אטענטאט פריאוו געווען אונטער געשטעלט?

געפאוסט: פרייטאג יולי 19, 2024 12:29 am
דורך נקודות טובות
ניקל האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 12:26 pm דא זייער אסאך קשיות, מען דארף האבן ענטפערס נאכדעם קען מען אפמאכן.
מיין מגיד שיעור פלעגט זאגן, איך דארף נישט קיין תירוצים איך דארף דו זאלסט דא זיין אין צייט.
די דזשאב פון די סיקרעט סירוועס איז היטען די פרעזידענט, נישט געבן תירוצים. האסט נישט געהיטען, Resign. ער וויל אבער נישט....
צופיל קשיות און פליאות וואס מאכט עס זייער קלעבעדיג.
ענטפערס וועסטו ווארשיינליך נישט קריגען, און אויב יא נישט די ריכטיגע.

Re: איז די טראמפ אטענטאט פריאוו געווען אונטער געשטעלט?

געפאוסט: פרייטאג יולי 19, 2024 12:48 am
דורך מסתמא
מייקל וואלטס (ר) א קאנגרעסמאן פון פלארידע זאגט פאר דזשעסי וואטערס פון פאקס אז אגענטן וועלכע זיצן אויף דעם שיסערס סעלפאון האבן אים דערציילט אז דער שיסער האט געהאט 3 ענקריפטעד אקאונטס לינקד צו אויסלאנד.

סאו..... איינער האט מיט אים שייכות געהאט! די שאלה איז נאר ”ווער”... יא יא, זיי ווילן איך זאל טראכטן, איראן. ווייל די cia/fbi ווייסט נישט וויאזוי מעפנט פאלשע אויסלענדישע ענקריפטעט אקאונטס....

Re: איז די טראמפ אטענטאט פריאוו געווען אונטער געשטעלט?

געפאוסט: מוצש"ק יולי 20, 2024 10:42 pm
דורך מסתמא
א פולע וואך פארביי

קיין אפיציעלע פרעסע קאנפערענץ... עפעס צו וואס אפילו א פיצינקע שיסעריי אין די הרי אררט איז זוכה...

קיינער געפייערט... אבער ממש קיינער...

און איך זאל טראסטן די סיסטעם אז כדארף טראסטן די סיסטעם

Re: איז די טראמפ אטענטאט פריאוו געווען אונטער געשטעלט?

געפאוסט: מוצש"ק יולי 20, 2024 10:46 pm
דורך מסתמא
אין אן אינטערוויו באשטעטיגט טראמפ אז די סיקרעט סערוויס האט שוין געהאלטן אן אויג אויף דעם יוקיש פאר א קרוב צו א שעה בעפאר די שיסעריי און ער, טראמפ, האט קיין מושג געהאט דערפון.. קיינער האט אים נישט געזאגט: אפשר שטופסטו אפ דעם ראלי

Re: איז די טראמפ אטענטאט פריאוו געווען אונטער געשטעלט?

געפאוסט: מוצש"ק יולי 20, 2024 10:53 pm
דורך מסתמא
ס’ענייעס מיט די קאנספירעסיס... סאיז גוט צו ווערן געקיזלט...
Why was the shooter able to shoot at trump?

Well, the building the shooter was on is owned by Blackrock. The shooter appeared in a Blackrock commercial. Austin Private Wealth LLC had placed put options on 12 mil shares of trumps stock the day before the shooting knowing they would make billions after trumps death and stock collapse. Austin's 2 main shareholders are vanguard (soros) and blackrock. Secret service and cheatle also answer to mayorkas orders.

It is more than obvious they knew, planned and allowed it to happen!

The corrupt us govt is run by traitors to america! They all belong in prison!
צו זיין קלאר כהאב קיין מיינונג, מיט אן אמת. בס”ה כ’טראסט די גאווערנמענט ווערסעס די אלטערנאטיווע ווערסיעס גלייך אויף גלייך. סקומט די גאווערנמענט זעראו טראסט, זי מאכט נישט צופיל מער סענס ווי די אלטערנאטיוו. דאס איז מיין גאנצע פוינט.

Re: איז די טראמפ אטענטאט פריאוו געווען אונטער געשטעלט?

געפאוסט: מוצש"ק יולי 20, 2024 11:33 pm
דורך מסתמא
דער שיסער איז אידענטיפיצירט געווארן אינטער צוויי שעה נאך די שיסעריי

ער האט קיין איי-די נישט געהאט מיט זיך.. זאגן זיי אז זיי זענען דערגאנגען זיין אידענטיטעט דורך פעיס רעקאגנישאן און די ען עי...

סאו.. וויסן אן אידענטיטעט דורך די ען עי אן קיין פריערדיגע קרימינאלע רעקארד? אתמהה
א צורה צו דערקענען נאכן צישפלעטערט ווערן? קאממאן
זיין קאר איז געווען געפארקט צןוישן טויזנטער אנדערע...

וויאזוי איז מען דערגאנגען זיין אידענטיטעט נאכן שיסעריי?

Re: איז די טראמפ אטענטאט פריאוו געווען אונטער געשטעלט?

געפאוסט: מוצש"ק יולי 20, 2024 11:44 pm
דורך אנדערער
מסתמא האט געשריבן: מוצש"ק יולי 20, 2024 11:33 pm דער שיסער איז אידענטיפיצירט געווארן אינטער צוויי שעה נאך די שיסעריי

ער האט קיין איי-די נישט געהאט מיט זיך.. זאגן זיי אז זיי זיי דערגאנגען זיין אידענטיטעט דורך פעיס רעקאגנישאן און די ען עי...

סאו.. וויסן אם אידענטיטעט דורך די ען עי אן קיין פריערדיגע קרימינאלע רעקארד? אתמהה
א צורה צו דערקענען נאכן צישפלעטערט ווערן? קאממאן
זיין קאר איז געווען געפארקט צןוישן טויזנטער אנדערע...

וויאזוי איז מען דערגאנגען זיין אידענטיטעט נאכן שיסעריי?
פון ווידעא סורוועילענס אפשר

Re: איז די טראמפ אטענטאט פריאוו געווען אונטער געשטעלט?

געפאוסט: זונטאג יולי 21, 2024 1:38 am
דורך ס'קען זיין אז..
אנדערער האט געשריבן: מוצש"ק יולי 20, 2024 11:44 pm
מסתמא האט געשריבן: מוצש"ק יולי 20, 2024 11:33 pm דער שיסער איז אידענטיפיצירט געווארן אינטער צוויי שעה נאך די שיסעריי

ער האט קיין איי-די נישט געהאט מיט זיך.. זאגן זיי אז זיי זיי דערגאנגען זיין אידענטיטעט דורך פעיס רעקאגנישאן און די ען עי...

סאו.. וויסן אם אידענטיטעט דורך די ען עי אן קיין פריערדיגע קרימינאלע רעקארד? אתמהה
א צורה צו דערקענען נאכן צישפלעטערט ווערן? קאממאן
זיין קאר איז געווען געפארקט צןוישן טויזנטער אנדערע...

וויאזוי איז מען דערגאנגען זיין אידענטיטעט נאכן שיסעריי?
פון ווידעא סורוועילענס אפשר
פונעם גאן

Re: איז די טראמפ אטענטאט פריאוו געווען אונטער געשטעלט?

געפאוסט: זונטאג יולי 21, 2024 8:54 am
דורך מסתמא
די וואלסטריט דזשורנאל דערציילט פון א קוואל אז דער שיסער האט מצליח געווען צו פליען א דראון בעפאר העכער די געפלאנטע ראלי

אקעי.. דאס פארענטפערט עטוואס זיינע אקוראטע פלענער

אבער... וויאזוי איז דארטן געפלויגן א דראון אומגעשטערט? און וואו איז געווען די סיקרעט סערוויס דראון אים צו באמערקן? נאר דער שיסער קען האבן א דראון?

Re: איז די טראמפ אטענטאט פריאוו געווען אונטער געשטעלט?

געפאוסט: זונטאג יולי 21, 2024 8:55 am
דורך מסתמא
ס'קען זיין אז.. האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 1:38 am
אנדערער האט געשריבן: מוצש"ק יולי 20, 2024 11:44 pm
מסתמא האט געשריבן: מוצש"ק יולי 20, 2024 11:33 pm דער שיסער איז אידענטיפיצירט געווארן אינטער צוויי שעה נאך די שיסעריי

ער האט קיין איי-די נישט געהאט מיט זיך.. זאגן זיי אז זיי זיי דערגאנגען זיין אידענטיטעט דורך פעיס רעקאגנישאן און די ען עי...

סאו.. וויסן אם אידענטיטעט דורך די ען עי אן קיין פריערדיגע קרימינאלע רעקארד? אתמהה
א צורה צו דערקענען נאכן צישפלעטערט ווערן? קאממאן
זיין קאר איז געווען געפארקט צןוישן טויזנטער אנדערע...

וויאזוי איז מען דערגאנגען זיין אידענטיטעט נאכן שיסעריי?
פון ווידעא סורוועילענס אפשר
פונעם גאן
פונעם גאן? וויאזוי?
פון ויידעאו סערוועילענס? וויאזוי?

Re: איז די טראמפ אטענטאט פריאוו געווען אונטער געשטעלט?

געפאוסט: זונטאג יולי 21, 2024 9:02 am
דורך מסתמא
מסתמא האט געשריבן: מוצש"ק יולי 20, 2024 10:42 pm א פולע וואך פארביי

קיינער געפייערט... אבער ממש קיינער...

און איך זאל טראסטן די סיסטעם אז כדארף טראסטן די סיסטעם
אה! פיינעלי זי טרעט אפ...

Re: איז די טראמפ אטענטאט פריאוו געווען אונטער געשטעלט?

געפאוסט: זונטאג יולי 21, 2024 9:15 am
דורך מסתמא
אינטערן קעפל
Secret Service admits leaning on 'state and local partners' after claim it ignored Trump team's past requests

באריכטעט פאקס נייעס אז די טראמפ טיעם האט פארלאנגט בעבר פון די סיקרעט סערוויס מער פערסאנאל און דיטעיל אבער איז אפגעווארפן געווארן מיטן אויסרייד אז זי איז אנגעוויזן אויף לאקאלע פאליציי און לאו ענפארסמענט שותפים צו קעיר נעמען פון די לעכער.

----------
אומקאפאטענץ? בכוונה תחילה? א שטייגער ווי יאנואר 6 ווי די דעמס האבן אזוי שטילערהייט געוואלט אז עפעס זאל פאסירן.

און מקען שוין מיינען... בס”ה אפאר פערסאנאל אויף די דעכער און פארשטעלן די אריינליק צו די ראלי פון דערויסן פון די גאן פרייע זאנע... זייער שווער??!

Re: איז די טראמפ אטענטאט פריאוו געווען אונטער געשטעלט?

געפאוסט: זונטאג יולי 21, 2024 9:47 am
דורך אנדערער
מסתמא האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 8:55 am
ס'קען זיין אז.. האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 1:38 am
אנדערער האט געשריבן: מוצש"ק יולי 20, 2024 11:44 pm

פון ווידעא סורוועילענס אפשר
פונעם גאן
פונעם גאן? וויאזוי?
פון ויידעאו סערוועילענס? וויאזוי?
די גאן איז לעגאל רעגיסטרירט
ווידעא. וואס איז די פראגע?

Re: איז די טראמפ אטענטאט פריאוו געווען אונטער געשטעלט?

געפאוסט: זונטאג יולי 21, 2024 9:52 am
דורך מסתמא
אנדערער האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 9:47 am
מסתמא האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 8:55 am
ס'קען זיין אז.. האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 1:38 am

פונעם גאן
פונעם גאן? וויאזוי?
פון ויידעאו סערוועילענס? וויאזוי?
די גאן איז לעגאל רעגיסטרירט
ווידעא. וואס איז די פראגע?
סאיז נישט געווען זיינס. נאך א זאך, כבין נישט זיכער וויאזוי סארבעט מיט אידענטיפיצירן די בעה”ב פון א גאן. האט עס א סיריעל נאמבער? כפרעג ווייל כווייס נישט

Re: איז די טראמפ אטענטאט פריאוו געווען אונטער געשטעלט?

געפאוסט: זונטאג יולי 21, 2024 9:55 am
דורך אנדערער
מסתמא האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 9:52 am
אנדערער האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 9:47 am
מסתמא האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 8:55 am
פונעם גאן? וויאזוי?
פון ויידעאו סערוועילענס? וויאזוי?
די גאן איז לעגאל רעגיסטרירט
ווידעא. וואס איז די פראגע?
סאיז נישט געווען זיינס. נאך א זאך, כבין נישט זיכער וויאזוי סארבעט מיט אידענטיפיצירן די בעה”ב פון א גאן. האט עס א סיריעל נאמבער? כפרעג ווייל כווייס נישט
עס האט א סיריעל נאמבער. געווען זיין טאטעס

Re: איז די טראמפ אסאסענאציע פריוו געווען אונטער געשטעלט?

געפאוסט: מאנטאג יולי 22, 2024 11:25 am
דורך מסתמא
מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 10:35 am די FBI.. יא, די FBI פון האנטערס לעפטאפ און מאר-א-לאגאו איבערפאל... זיי זיצן אויף די סעלפאון פונעם שיסער... די קאנגרעס איבערזיכט האט אזויפיל פאוער אז זי קען ”סובפינען” דאקומענטן... חחח... בשעת די קאץ זיצט אלץ שומר אויף די מילך.

דאן קומט די NHS סעקרעטאר מיארקעס וועלכער איז אויסגעשטאנען אימפיטשמענט פון די רעפאבליקאנער פארן עפענען די גרעניץ מיט מעקסיקאו און גייט אויספארשן די סיקרעט סערוויס זיין סאב ארגאניזעישאן.... דאן גייט יעדער דיעפ-סטעיט איינגעשטעלטער ענטפערן פאר קאנגרעס ”איי קענט קאממענט אן ען אנגאואינג אינוועסטיגעישאן”. וחסל... חחח...

עס קומען קיינע ענטפערס און קיין קלארקייט. סאיז אקוראט ווי מהאט ארויפגעזעצט רוסלאנד, איראן און קארעא אויף די יו ען מענטשן רעכט ארגאניזאציע...

קאנגרעס דארף אינטער איר אן אינפארסמענט אגענטור וואס זאל איר העלפן אויספירן איר איבערזיכט אויף די עקזעקיוטיוו ברענטש, וועלכע זאל קענען אריינגיין צו יעדע רעגירונגס אגענטור אן קיין סובפינע און ארויסטראגן פון דארטן וואס אימער זי וויל!
כיכיכי.....

דעי דירעקטארשע טשיטל זיצט פארנט פון קאנגרעס און ענטפערט לויטן סקריפט... איי וואלד דיפעיר יו טו די עףף בי אייס אנגאואינג אינוועסטיגעישאן... עגעין... איי קענט עסער אן ען אנגאואינג אינוועסטיגעישאן...

באבושקא! קאנגרעס אלץ איבערזיכט באדי איז בארעכטיגט פאר יעדע ענטפער וואס דו ווייסט! די עף בי איי העט עקסטער מוזן ענטפערן און אהערשטעלן יעדעס ברעקל אינפארמאציע וואס זי ווייסט!!

וואס איז די תירוץ?!!!

Re: איז די טראמפ אסאסענאציע פריוו געווען אונטער געשטעלט?

געפאוסט: מאנטאג יולי 22, 2024 11:31 am
דורך ר' משה
מסתמא האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 11:25 am
מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 10:35 am די FBI.. יא, די FBI פון האנטערס לעפטאפ און מאר-א-לאגאו איבערפאל... זיי זיצן אויף די סעלפאון פונעם שיסער... די קאנגרעס איבערזיכט האט אזויפיל פאוער אז זי קען ”סובפינען” דאקומענטן... חחח... בשעת די קאץ זיצט אלץ שומר אויף די מילך.

דאן קומט די NHS סעקרעטאר מיארקעס וועלכער איז אויסגעשטאנען אימפיטשמענט פון די רעפאבליקאנער פארן עפענען די גרעניץ מיט מעקסיקאו און גייט אויספארשן די סיקרעט סערוויס זיין סאב ארגאניזעישאן.... דאן גייט יעדער דיעפ-סטעיט איינגעשטעלטער ענטפערן פאר קאנגרעס ”איי קענט קאממענט אן ען אנגאואינג אינוועסטיגעישאן”. וחסל... חחח...

עס קומען קיינע ענטפערס און קיין קלארקייט. סאיז אקוראט ווי מהאט ארויפגעזעצט רוסלאנד, איראן און קארעא אויף די יו ען מענטשן רעכט ארגאניזאציע...

קאנגרעס דארף אינטער איר אן אינפארסמענט אגענטור וואס זאל איר העלפן אויספירן איר איבערזיכט אויף די עקזעקיוטיוו ברענטש, וועלכע זאל קענען אריינגיין צו יעדע רעגירונגס אגענטור אן קיין סובפינע און ארויסטראגן פון דארטן וואס אימער זי וויל!
כיכיכי.....

דעי דירעקטארשע טשיטל זיצט פארנט פון קאנגרעס און ענטפערט לויטן סקריפט... איי וואלד דיפעיר יו טו די עףף בי אייס אנגאואינג איוועסטיגעישאן... עגעין... איי קענט עסער, אן ען אנגאואינג אינוועסטיגעישאן...

באבושקא! קאנגרעס אלץ איבערזיכט באדי איז בארעכטיגט פאר יעדע ענטפער וואס דו ווייסט! די עף בי איי העט עקסטער מוזן ענטפערן און אהערשטעלן יעדעס ברעקל אינפארמאציע וואס זי ווייסט!!

וואס איז די תירוץ?!!!
מ'קען ערגעץ מיטהאלטן?

Re: איז די טראמפ אטענטאט פריאוו געווען אונטער געשטעלט?

געפאוסט: מאנטאג יולי 22, 2024 9:11 pm
דורך מסתמא
א גוטע ליין געזעהן: א וואך נאך די דורכגעפאלענע אטענטאט פריאוו קעגן טראמפ און ביידען דראפט ארויס פון די רעיס.... המממ... קיין שייכות? טאקע נישט?

Re: איז די טראמפ אטענטאט פריאוו געווען אונטער געשטעלט?

געפאוסט: מאנטאג יולי 22, 2024 9:48 pm
דורך מסתמא
עטליכע שפיצן פון צווישן פילע פון די היינטיגע טשיטל קאנגרעס חוזק אויפטריט:

די ערעפענונגס סטעיטמענט בעפאר די קאנגרעס איבערזיכט קאמיטי פון פרוי טשיטל (די פירערקע פון די סיקרעט סערוויס) האט געליקט צו מידיע עטליכע שעה בעפאר איר אויפטריט. ווארשיינליך דורך איר אליינס. פשוט, ווייל צופיל נייעס קוועלער האבן געוויסט מיט א קלארקייט די זעלבע זאך און געווען ריכטיג אויפן באטאן.

רעפ. מעיס: טוט די סיקרעט סערוויס פולשטענדיג קאאפערירן מיט די קאמיטי?
טשיטל: יא
רעפ. מעיס: עזוי?!! אויף יולי 15 האט די קאמיטי צוגעשטעלט א ליסטע מיט פאדערונגען צו די סיקרעט סערוויס.
האסטו צוגעשטעלט א ליסטע פון אלע לאו אינפארסמענט פארסאנעל וועלכע זענען אנוועזנד געוועזן יענעם טאג?
טשיטל: עהעם.. פרעג... כוועל דארפן צוריקקומען איבער דעם...
רעפ. מעיס: די ענטפער איז א - ניין!
רעפ. מעיס: האסטו צוגעשטעלט אלע אוידיאו און ווידעאו רעקארדינגס אין ענקער באזיץ צו די קאמיטי? יא צו ניין?
טשיטל: עהעם... כוועל דארפן צוריקקומען צו דיר....
רעפ. מעיס: די ענטפער איז אויכעט א - ניין! ביסט קאמפליטלי נישט האנעסט!
רעפ. מעיס: האסטו צוגעשטעלט ”אלע” מעמאוס אין די סיקרעט סערוויס ווי פארלאנגט אין יולי 15?
טשיטל: עהעם... כוועל דארפן צוריקקומען וכו’....
רעפ. מעיס: די ענטפער איז א - ניין!
דו ביסט דיסהאנעסט און דו זאגסט ליגנט!
דאס זענען וויכטיגע קשיות וואס די אמעריקאנער בירגער ווילן וויסן או דו חוזקסט ארום מיט פארוואסערטע כלליותדיגע ענטפערס וועלכע זאגן גארנישט!

Re: איז די טראמפ אטענטאט פריאוו געווען אונטער געשטעלט?

געפאוסט: מאנטאג יולי 22, 2024 9:54 pm
דורך מסתמא
מסתמא האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 9:02 am
מסתמא האט געשריבן: מוצש"ק יולי 20, 2024 10:42 pm א פולע וואך פארביי

קיינער געפייערט... אבער ממש קיינער...

און איך זאל טראסטן די סיסטעם אז כדארף טראסטן די סיסטעם
אה! פיינעלי זי טרעט אפ...
וואס? קיינמאל! כווייס נישט וועמען כהאב נאכגעבלעבלט. היינט אין קאנגרעס האט מען איר קלארגעשטעלט אז סוואלט פאסיג געווען אן אפטריט... און... שוין... זי סערווד ווייטער איר קאנטרי, חחח...

Re: איז די טראמפ אטענטאט פריאוו געווען אונטער געשטעלט?

געפאוסט: מאנטאג יולי 22, 2024 9:58 pm
דורך מסתמא
זייט נישט ברוגז, פון איר אראגאנטע אויפפירונג אין קאנגרעס היינט גלויב איך אז טאמער איז עס טאקע געווען א גאווערנמענט געפירטע אטענטאט פריאוו איז טשיטל געוועזן פולי א חלק דערפון...

די אנדערע ווערסיע אין די געשעעניש איז גאר אן עקסטרעמע ווערסיע פון, גאוה, טיפשות, שלימזלנות, נאכגעלאזטקייט וכו’ וכו’

Re: איז די טראמפ אטענטאט פריאוו געווען אונטער געשטעלט?

געפאוסט: מאנטאג יולי 22, 2024 10:06 pm
דורך מסתמא
אנדערער האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 9:55 am
מסתמא האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 9:52 am
אנדערער האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 9:47 am

די גאן איז לעגאל רעגיסטרירט
ווידעא. וואס איז די פראגע?
סאיז נישט געווען זיינס. נאך א זאך, כבין נישט זיכער וויאזוי סארבעט מיט אידענטיפיצירן די בעה”ב פון א גאן. האט עס א סיריעל נאמבער? כפרעג ווייל כווייס נישט
עס האט א סיריעל נאמבער. געווען זיין טאטעס
ליינעך די פאלגענדע
The Director of the BATFE, Mr. Dettlebach, testified to Congress under OATH that the BATFE was not maintaining a searchable database of gun owners in violation of Federal law. He said that to find an individual record, that they'd have to "manually search through the millions of records." YET, on the day of the attempt on Trump the BATFE within 30 MINUTES traced the serial number on the gun back to its purchaser: The shooter's' father, and from a purchase record from 15 years ago, from a now closed gun shop. The ONLY way that could happen is either they knew the serial number in advance of the shooting, or the BATFE is computerizing gun records in a searchable database. So Dettlebach lied to Congress and that needs to be addressed.

Re: איז די טראמפ אטענטאט פריאוו געווען אונטער געשטעלט?

געפאוסט: מאנטאג יולי 22, 2024 11:54 pm
דורך פופציגער
איינער וואס קלערט אז די אלע געשעענישן דא זענען פערצופאל זיך פארלאפן אן קיין האנט אונטער דעם וואס האט עס געדרייט, איז א קאנספיראציע טעאריקער!

ניין, מען דארף נישט גלייבן אז בוש האט געשמיסן א מיסיל אין די טווין טאוערס, און נישט אז וואקסינען וועלן אונז פארוואנדלען אין פאפיגייס אין ביל געיט'ס טיר גארטן, און אויך נישט אז יו עף או אביעקטן קאנטראלירן אונזער ענווייראמענט.

אבער, די אויבערפלעכליכע קשיות זענען צו אבוויעס. דער פאזל איז שטימט צו גוט.

די קאנספיראציע טעאריע וואס לייגט זיך דאס מערסטע אויפ'ן שכל איז אז היבש בעפאר די דעבאטע זענען די דעמאקראטישע קעפ געשטאנען גרייט צו נעמען דראסטישע שריט, אבער נישט זיכער געווען ביזן דעבאטע נאכט צו וועלכע דירעקציע עס גייט גיין.

ווי נאר זיי האבן געזען ווי זיידי שליקעצט אינעם פלוין פון ממרא אריין, האבן זיי אקטיוויזירט פלאן ב' צו איבערצייגן אלע זייערע נאכפאלגער אז ס'צרות דא... קודם זאל יעדער וויסן אז יעצט טויג נישט.

נעקסט, די ערשטע און בעסטע וועג ארויס וואלט געווען דעם טראמפ'ענען צו לייגן אין א דאמפסטער ותשליך במצולות ים ופארטיג. האצעך עס אבער נישט אויסגעארבעט, דער דריי-קאפ האט געמוזט דעם קאפ דרייען, גייט מען צום נעקסטן פלאן; אראפ מיט ביידען.

דאס איז אבער קלאר געווען פאר זיי באלד נאכ'ן דעבאטע, ווען מיר האבן נאך געהאלטן אינמיטן צוריק צורעכטן די זאקן און אנטון די שיך אויפ'ן קאוטש נאכ'ן דעבאטע, אז טראמפ און ביידען קענען מער נישט הויערן אויף איין בעלאט.

Re: איז די טראמפ אטענטאט פריאוו געווען אונטער געשטעלט?

געפאוסט: דינסטאג יולי 23, 2024 12:11 am
דורך Think and Thank
מסתמא האט געשריבן: מוצש"ק יולי 20, 2024 11:33 pm דער שיסער איז אידענטיפיצירט געווארן אינטער צוויי שעה נאך די שיסעריי

ער האט קיין איי-די נישט געהאט מיט זיך.. זאגן זיי אז זיי זענען דערגאנגען זיין אידענטיטעט דורך פעיס רעקאגנישאן און די ען עי...

סאו.. וויסן אן אידענטיטעט דורך די ען עי אן קיין פריערדיגע קרימינאלע רעקארד? אתמהה
א צורה צו דערקענען נאכן צישפלעטערט ווערן? קאממאן
זיין קאר איז געווען געפארקט צןוישן טויזנטער אנדערע...

וויאזוי איז מען דערגאנגען זיין אידענטיטעט נאכן שיסעריי?

כ'גלייב אז א האלבע שעה נאך די שיסעריי איז שוין נישט געווען קיין קארס חוץ לאו ענפארסמענט און דער שיסער'ס. אפשר אפאר זשורנאליסטן. איינמאל מען האט די קאר איז אידענטיפיקאציע א שפיל פון סעקונדעס.
(בכלל איז נישט געווען קיין טויזנטער קארס ווייל די גאנצע ראלי איז באשטאנען פון הונדערטער מענטשן, נישט טויזנטער.)

Re: איז די טראמפ אטענטאט פריאוו געווען אונטער געשטעלט?

געפאוסט: דינסטאג יולי 23, 2024 12:13 am
דורך Think and Thank
נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 9:47 pm ווי אזוי קען זיין אז דאס זאל פאסירען? איז נישט אפציעל די אמעריקאנער פרעזידענט די מערסט באשיצטער מענטש אויף די וועלט?

נישט אז ס'נישט קיין קשיא, אבער א געוועזענער פרעזידענט איז ווייט נישט אזוי באשיצט ווי אן אמטירנדע.