יעצט קענט איר נאכאמאל איבערליינען און זען אז רבי יוחנן לערנט אונז אנדערש אויס. און כדבריו איז גע'פסק'נט אין רמב"ם ושלחן ערוך.
עס מיינט נישט אז ער האט צוליב דעם א צלילות הדעת. אבער מכלל כיבוד לא יצא.
יעצט קענט איר נאכאמאל איבערליינען און זען אז רבי יוחנן לערנט אונז אנדערש אויס. און כדבריו איז גע'פסק'נט אין רמב"ם ושלחן ערוך.
כ'האב ח"ו נישט געמיינט קיין קריטיק. זיי מיר מוחל אויב ס’איז אזוי משמע געווען.נקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 08, 2024 3:46 pmערשטענס, איך בין מקבל די קריטיק באהבה. און איך וועל מיך זעהן צו פארבעסערן.רואה חשבונות האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 7:50 pmאיך ווייס צו פעלט איז דאס ריכטיגע ווארט.
דאס וואס איר שרייבט אז איר פארשטייט אז געוויסע האלטן אז ער איז "בכלל רשע".
דו האלטס נישט פון זיינע פאליסיס, אקעי. טראמפ איז בעסער, פיין, אבער א רשע. גיוו מי עי ברעיק.
ער איז נישט קיין רשע, דירעקט א פיינער מענטש א ציוני וואס האט ליב אידן און ס'נישט קיין ענין אנצורופן א מושל א רשע ווען ער איז בכלל נישט דאס. לא מיניה ולא מקצתיה.
די פרעכע געשראבעכצער קומט פון די צולאזטע סאשעל מידיע ווי יעדער בר בי טוויטערער דחד יומא קען שרייבן וואס זיין הארץ גליסט און קלוגע נארמאלע באזעסענע שרייבן עס נאך.
צווייטענס, איר קענט זיכער זיין אז מיינע געשרייבעכצער זענען נישט באיינפלוסט פון די סאשעל מידיע וועלט.
דריטענס, איך האב נישט געמיינט צו זאגן אז ער איז א רשע. נאר אין פאל איינער וועט האלטען אז ער איז בגדר רשע פארן שטיצען חוקי תועבה, האב איך אויף דעם געזאגט אז מיט דעם קען איך מסכים זיין. אויב דו ווילסט נישט שטימען דעמאקראט, ווייל זיי שטיצען תועבה, בין איך מסכים. אבער די חסרון איז נישט ווייל ער איז א זיידע!
עס האט מיר פערזענליך זייער געבאדערט די פארגאנגענע פאר יאר וואס מען מאכט אזוי חוזק פון די עידזש פונעם פרעזידענט, און ספעציעל די פארגאנגענע פאר וואכען ווען מען האט כסדר געהערט אז צוויי אלטע זעצערס גייען זיך שטעלן פאר א דיבאטע. איך שפיר אז נישט דאס איז ריכטיג, און אויך דאס חוזק מאכן להבדיל פון די רבי זי"ע סענדז סטריט אידן.... אם חכמה אין כאן, זקנה יש כאן...
מענין לענין. האב איך אמאל געהערט א דרשה פון רבי יחזקאל ווייס. ער איז מסביר ווי אזוי אומוועלנדיג ווערט מען נשפע פון יעדע זאך. ער האט גערעדט דעמאלטס וועגן עדווערדייזמענטס. זאגט ער דארט אז ער זעהט אן עד פון א פירנעטשער סטאר וואס ליינט זיך you deserve a recliner. כדרך רבי יחזקאל געבט ער א שריי.רואה חשבונות האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 08, 2024 4:12 pmכ'האב ח"ו נישט געמיינט קיין קריטיק. זיי מיר מוחל אויב ס’איז אזוי משמע געווען.נקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 08, 2024 3:46 pm ערשטענס, איך בין מקבל די קריטיק באהבה. און איך וועל מיך זעהן צו פארבעסערן.
צווייטענס, איר קענט זיכער זיין אז מיינע געשרייבעכצער זענען נישט באיינפלוסט פון די סאשעל מידיע וועלט.
דריטענס, איך האב נישט געמיינט צו זאגן אז ער איז א רשע. נאר אין פאל איינער וועט האלטען אז ער איז בגדר רשע פארן שטיצען חוקי תועבה, האב איך אויף דעם געזאגט אז מיט דעם קען איך מסכים זיין. אויב דו ווילסט נישט שטימען דעמאקראט, ווייל זיי שטיצען תועבה, בין איך מסכים. אבער די חסרון איז נישט ווייל ער איז א זיידע!
עס האט מיר פערזענליך זייער געבאדערט די פארגאנגענע פאר יאר וואס מען מאכט אזוי חוזק פון די עידזש פונעם פרעזידענט, און ספעציעל די פארגאנגענע פאר וואכען ווען מען האט כסדר געהערט אז צוויי אלטע זעצערס גייען זיך שטעלן פאר א דיבאטע. איך שפיר אז נישט דאס איז ריכטיג, און אויך דאס חוזק מאכן להבדיל פון די רבי זי"ע סענדז סטריט אידן.... אם חכמה אין כאן, זקנה יש כאן...
כמעט יעדער איז היינט באיינפלוסט פון סאושל מידיע, אינקלודינג מיי סעלף, כאטשיג איך האב נישט קיין צוטריט. אבעוויעסלי נישט אלע פון כלי ראשון און אסאך מאל אפילו נישט פון כלי שני, אבער די ווינט אין די גאס קומט גאר אסאך פון יענעם מקום.
אגב, ס'איז אויך אבעוויעס אז איר זענט נישט באיינפלוסט פון כלי ראשון ווייל ווען יא וואלט איר נישט געשריבן דעם ארטיקל.
@נקודות טובות וואס זאגסטו צו דעם? מעג מען חוזק מאכן פון א רשע איבער זיין אויסזעהן וואס דער באשעפער האט אים געמאכט?
ניין מען טאר נישט
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"יאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
יישר כח פאר'ן דאס אריינווארפען. איך האב געקלערט צו איך זאל רעדן דערפון אינעם ערשטען פאוסט, אבער איך האב נישט לבסוף. ווייל למעשה זענען דאס באזונדערע נושאים, הגם עס איז ענליך.
דער מהרש"א אויפן פלאץ איז מסביר אז דער מענטש איז געווען א שווארצער, און ווען רבי אלעזר האט אים געפרעגט אויב אלע מענטשען אין זיין שטאט זענען אזוי שווארץ און שלעכט אויסזעהענד האט ער אים גענטפערט איך ווייס נישט.מעשה שבא רבי אלעזר בן רבי שמעון ממגדל גדור מבית רבו והיה רכוב על החמור ומטייל על שפת נהר ושמח שמחה גדולה והיתה דעתו גסה עליו מפני שלמד תורה הרבה. נזדמן לו אדם אחד שהיה מכוער ביותר, אמר לו שלום עליך רבי, ולא החזיר לו. אמר לו ריקה כמה מכוער אותו האיש, שמא כל בני עירך מכוערין כמותך? אמר לו איני יודע, אלא לך ואמור לאומן שעשאני כמה מכוער כלי זה שעשית. כיון שידע בעצמו שחטא ירד מן החמור ונשתטח לפניו ואמר לו נעניתי לך מחול לי אמר לו איני מוחל לך עד שתלך לאומן שעשאני ואמור לו כמה מכוער כלי זה שעשית היה מטייל אחריו עד שהגיע לעירו יצאו בני עירו לקראתו והיו אומרים לו שלום עליך רבי רבי מורי מורי אמר להם למי אתם קורין רבי רבי אמרו לו לזה שמטייל אחריך אמר להם אם זה רבי אל ירבו כמותו בישראל אמרו לו מפני מה אמר להם כך וכך עשה לי אמרו לו אעפ"כ מחול לו שאדם גדול בתורה הוא אמר להם בשבילכם הריני מוחל לו ובלבד שלא יהא רגיל לעשות כן.
איר הערט ווערטער פונעם מהרש"א? דאס קלאסעפעצירן מענטשען לויט די קאליר אדער אויסזעהן, קען זיך גרעניצען מיט חלילה נותן זיין חסרון ביצירה! דיסקרימענירן לויט די ראסע קען צומאל זיין היפך התורה! די מהרש"א ענדיגט צו דארט, אז דער מענטש האט געזאגט פאר רבי אלעזר ובלבד שלא יהא רגיל לעשות כן. פרעגט די מהרש"א וואס מיינט רגיל? עס דארף ווען שטיין ובלבד שלא יעשה כן? נאר וואס דען, דלפעמים יעשה כן ובלבד שלא יהא עושה דבר המרגיל אותו לעשות כן. דהיינו שלא יהא דעתו גסה שהוא מרגילו לעשות כן לספר בגנות בני אדם כמו שעשה.רצונו לומר שאיני יודע לומר לך שהם מכוערין, כדאמרינן בפרק יש נוחלין דאפילו בגנות בהמה טמאה לא דיבר הכתוב. והטעם, משום שנותן חסרון ביצירה. אבל אתה שאמרת עלי כמה מכוער, אתה נותן חסרון ביצירה. לך לאומן שעשאני כי זה גם חסרון הוא לאומן שעושה כלי מכוער.