שקר, וואס איז דאס?
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4720
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 14045
Re: שקר. וואס איז דאס?
@אויסגעשארפטע בליי וואו ווערט עולם הזה אנגערופן אמת?
אפגעזען וויאזוי מ'רופט עס, איז פשוט אז ס'ליגט נישט קיין טראפ אמת דערין (אין די פארעם וואס אונז זעהן עס) נאר מציאותו יתברך שמו.
אפגעזען וויאזוי מ'רופט עס, איז פשוט אז ס'ליגט נישט קיין טראפ אמת דערין (אין די פארעם וואס אונז זעהן עס) נאר מציאותו יתברך שמו.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1601
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 2615
Re: שקר. וואס איז דאס?
עולם הזה איז זיכער אמת, איבעראל און יעדע זאך איז לויטער אלוקית. אפי’ די רע. דער בורא יתברך האט עס באשאפען אז ער זאל אינז כבי’ קענען געבען שכר פארן בוחר זיין אין די טוב. די עבודה איז צירוק געבען בחפץ לב די יש פארן בעה"ב, אין אזוי נכלל ווערן אין קוב"ה וואס דאס איז בעצם טוב, און ס’נישטא קיין בעסערס.
בכלל, ווען ס’ווען נישטא די רע, וואלט נישט געווען די בחינה פון טוב.
בכלל, ווען ס’ווען נישטא די רע, וואלט נישט געווען די בחינה פון טוב.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1796
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4808
Re: שקר, וואס איז דאס?
א שיינע געדאנק, אבער אפשר שמועסטו עס אביסעל אויס. איך פארשטיי נישט פונקטלעך וואס איר פראבירט ארויסצוברענגען.אנדערער האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 25, 2024 11:35 pm אנדערש ווי רוב לאווין שטייט אין די תורה מדבר שקר תרחק. זאלסט זיך דערווייטערן פון שקר
חותמו של הקדוש ברוך הוא אמת
ביי די ברכות האט יעקב אבינו דער בחיר שבאבות וואס זיין צורה איז איינגעקריצט אין כסא הכבוד געזאגט עפעס וואס קוקט אויס ווי ליגענט
וויאזוי קען אזא זאך מעגליך זיין?
רבי אביגדור מילער זצ"ל שמועסט אויס אז אמת און שקר מיינט ריכטיג און אומריכטיג. אנדערש ווי מיר זענען געוואוינט אז אמת מיינט וואר און שקר מיינט נישט וואר
מיט דעם כלל ווערן גאר אסאך קשיות פארענטפערט
באמת צו אנטייל נעמען אין אזא שמועס מוז מען קומען מיט מראה מקומות, אבער איך בין נישט יעצט אין די סוגיא און איך קען נישט צו יעדע זאך וואס איך שרייב דא ווייזען די מקור יעצט, און איך האף מען וועט מיר מוחל זיין פאר'ן שרייבען אן געבן די פונקטליכע מראה מקומות.
די עשה ולאו הבא מכלל עשה פון מדבר שקר תרחק, און אזוי אויך ולא תשקרו, אויף ווי ווייט איך געדענק ווערט דאס נאר געברענגט בש"ס ורמב"ם אלץ אן אזהרה לבית דין, און נישט אלץ פריוואטע איסור פאר'ן יחיד. שקר ביים יחיד איז א מידה רעה אזוי ווי אנדערע מידות רעות ווי כעס וכדו', וואס אויף דעם איז נישטא קיין איסור בפירוש נאר דאס איז אסור מצד המוסר. חז"ל (סוטה?) זענען שטארק ממאס אין שקרנים און רעכענען אויס די כת שקרנים אלץ איינער פון די פיר וואס אינן רואין פני השכינה. און אויף דעם שטייט טאקע אין פסוק שארית ישראל לא יעשו עוולה ולא ידברו כזב. ליגענט איז אן עוולה.
א מידה טובה איז משובח, און א מידה רעה איז מגונה. פון די אנדערע זייט האט זיך יעדע זאך זיין צייט. משובח ומגונה וועלן אלעמאל געמאסטען ווערן רעלאטיוו צום מציאות, וההכרח לא יגונה ולא ישובח. משא"כ א עשה ולא תעשה שבתורה איז נישטא אזא זאך אז עס ווערט געמאסטען רעלאטיוו, די תרי"ג קען נישט גערירט ווערן קיינמאל!
אין די תורה זעהן מיר כמה פעמים וואס גרויסע לייט האבן זיך משתמש געווען בשקר צוליב סיבות. אברהם אבינו האט געזאגט אמרי נא אחותי את, און אזוי אויך האט יצחק געטוהן. הגם וואס אין ביידע פעלער איז דאס נישט געווען אזוי. יהודה זאגט פאר יוסף אין פרשת ויגש ואחיו מת, מפני היראה אז יוסף גייט זאגן ברענג מיר אים האט ער ליגענט געזאגט. די שבטים זאגן פאר יוסף נאך יעקב אבינו'ס פטירה, אביך צוה לפני מותו לאמר כה תאמרו ליוסף אנא שא נא פשע אחיך וחטאתם כי רעה גמלוך ועתה שא נא לפשע עבדי אלקי אביך. איז דאס געווען אזוי? ניין. יעקב האט אין פאקט נישט מצווה געווען דאס. און חז"ל (יבמות?) לערנען טאקע ארויס אז מען מעג מפני דרכי שלום. אזוי איז דא אין די תורה נאך דגמאות, וכן אין נ"ך. בחז"ל (כתובות?) געפינען מיר אויך כיצד מרקדין לפני הכלה אז מען מעג משנה זיין. און ווי אויך (בבא מציעא?) אז דריי זאכן וואס א תלמיד חכם מעג משנה זיין במסכת ובפוריא ובאושפיזא. עכ"פ, די ליסטע איז זייער גרויס.
האסט אנגעכאפט יעקב אבינו ביי די ברכות, איר מיינט אודאי דאס וואס יעקב האט געזאגט אנכי עשו בכורך. רש"י הק' וכן אנדערע ראשונים פראבירן צו פארענטפערן דאס וואס יעקב האט מוציא געווען א שקר אויף פארשידענע אופנים. אבער עס איז כדאי צו מוסיף זיין אז דאס וואס שטייט אין מדרש (כמדומה בתנחומא) אז יעקב איז נענש געווארן אויף דעם אז לבן האט אים איינגענערט מיט לאה, און ער האט געדארפט ארבעטען נאך זיבען יאר פאר רחל.
הרב דעסלר אין מכתב מאליהו (חלק? דף?) איז מבאר באריכות אז יעקב האט טאקע ליגענט געזאגט. אבער די ציל איז געווען צוריק צו שטעלן דעם אמת. עשו איז געווען די אמת'ע פאפער כי ציד בפיו, ער האט געפרעגט היאך מעשרין המלח, און יעקב איז געווען איש תם. יעקב איז געווען מוכרח אוועקנעמען די ברכות פון פאלטשען פאליטיש קארעקטען עשו.
עכ"פ מען קען טאקע אסאך מאריך זיין אין דעם, און איך ווארט אז זאלסט אריינקומען אביסעל קלארשטעלן וואס דו האסט מכוון געווען. אבער אז מען רעדט שוין פון די מידה פון אמת דארף מען דערמאנען אז אמת איז נאר אבסעלוט (מוחלט) אויב איז עס נישט נצחי, איז נישט שייך קיין אמת. אמת קען זיך קיינמאל סותר זיין, און עס קען קיין צוויי אמת נישט זיין. דער אויבערשטער איז אמת ווייל ער איז היה הוה ויהיה, און דאס איז מחייב אז עס קען נישט זיין קיין צוויי רשיות חלילה. א זאך וואס איז נאר היינט, און נישט געווען נעכטען און גייט נישט זיין מארגען, קען נישט באטיטעלט ווערן אלץ אמת. אמת קען נאר זיין איינס, און איז אבסעלוט, מוחלט, און נצחי!
Re: שקר, וואס איז דאס?
@נקודות טובות איך האב נאכגעברענגט פון ר' אביגדור מילער איך געדענק נישט די מראה מקום
איך בין נישט געקומען בויען א שיטה, איך האב נאר געוואלט עפענען די נושא
רוב פון דיינע קושיות איז גרינג צו ענטפערן אז דאס איז געווען די ריכטיגע זאך צו זאגן און הייסט טאקע נישט שקר
און וואס דו ברענגסט אז יעקב איד געווארן געשטראפט, די מאמע האט אים געהייסן אזוי טון. און עס זענען דא אסאך תירוצים דערויף
און וואס איז מיט ולא תשקרו איש בעמיתו?נקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 3:03 pm די עשה ולאו הבא מכלל עשה פון מדבר שקר תרחק, און אזוי אויך ולא תשקרו, אויף ווי ווייט איך געדענק ווערט דאס נאר געברענגט בש"ס ורמב"ם אלץ אן אזהרה לבית דין, און נישט אלץ פריוואטע איסור פאר'ן יחיד
איך בין נישט געקומען בויען א שיטה, איך האב נאר געוואלט עפענען די נושא
רוב פון דיינע קושיות איז גרינג צו ענטפערן אז דאס איז געווען די ריכטיגע זאך צו זאגן און הייסט טאקע נישט שקר
און וואס דו ברענגסט אז יעקב איד געווארן געשטראפט, די מאמע האט אים געהייסן אזוי טון. און עס זענען דא אסאך תירוצים דערויף
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1796
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4808
Re: שקר, וואס איז דאס?
אהיבי ידידי. מיר זענען בכלל נישט געקומען אייך אפפרעגן, און אודאי נישט צו פרעגן קיין קשיות אויף די אבות הקדושים ושבטי קה. בסך הכל האב איך אביסעל פראבירט מסביר צו זיין אייערע רייד.אנדערער האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 3:13 pm @נקודות טובות איך האב נאכגעברענגט פון ר' אביגדור מילער איך געדענק נישט די מראה מקום
און וואס איז מיט ולא תשקרו איש בעמיתו?נקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 3:03 pm די עשה ולאו הבא מכלל עשה פון מדבר שקר תרחק, און אזוי אויך ולא תשקרו, אויף ווי ווייט איך געדענק ווערט דאס נאר געברענגט בש"ס ורמב"ם אלץ אן אזהרה לבית דין, און נישט אלץ פריוואטע איסור פאר'ן יחיד
איך בין נישט געקומען בויען א שיטה, איך האב נאר געוואלט עפענען די נושא
רוב פון דיינע קושיות איז גרינג צו ענטפערן אז דאס איז געווען די ריכטיגע זאך צו זאגן און הייסט טאקע נישט שקר
און וואס דו ברענגסט אז יעקב איד געווארן געשטראפט, די מאמע האט אים געהייסן אזוי טון. און עס זענען דא אסאך תירוצים דערויף
Re: שקר, וואס איז דאס?
איך האב אויף דעם געענפטערט
אויב וויל איך איבערצייגן מוז איך ברענגען מקורות אבער נישט דאס איז יעצט מיין ציל
איך זעה מיין פאריגע פאוסט קוקט אויס שארף אבער נישט דאס האב איך געמיינט. איך האב פשוט געוואלט ענטפערן
איך האב געשריבן פון זכרון ארויס און סתם געעפנט א שמועסנקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 3:03 pm א שיינע געדאנק, אבער אפשר שמועסטו עס אביסעל אויס. איך פארשטיי נישט פונקטלעך וואס איר פראבירט ארויסצוברענגען.
באמת צו אנטייל נעמען אין אזא שמועס מוז מען קומען מיט מראה מקומות, אבער איך בין נישט יעצט אין די סוגיא און איך קען נישט צו יעדע זאך וואס איך שרייב דא ווייזען די מקור יעצט, און איך האף מען וועט מיר מוחל זיין פאר'ן שרייבען אן געבן די פונקטליכע מראה מקומות.
אויב וויל איך איבערצייגן מוז איך ברענגען מקורות אבער נישט דאס איז יעצט מיין ציל
איך זעה מיין פאריגע פאוסט קוקט אויס שארף אבער נישט דאס האב איך געמיינט. איך האב פשוט געוואלט ענטפערן
Re: שקר, וואס איז דאס?
איך וועל יא פרובירן מסביר זיין. ווען מען פרעגן א תלמיד אין די 3 זאכן און ער איז משנה איז נישט שקר ווייל יעצט איז ריכטיג אזוי צו טון
גענוג קלאר?
גענוג קלאר?
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1796
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4808
Re: שקר, וואס איז דאס?
זייער קלאר. און איך האב נישט געזאגט אנדערש. נאר מיט איין זאך בין איך מחולק אז בפשטות איז שקר נישט קיין לאו ועשה, נאר א מידה. און ממילא איז שייך צו זאגן פשט אזוי. ביי עשה ולא תעשה איז נישט שייך קיין פשטים. די איבריגע בין איך אביסעל מסביר אייערע רייד.
Re: שקר, וואס איז דאס?
לא תשקרו איש בעמיתו איז נישט קיין לאו?נקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 3:40 pm מיט איין זאך בין איך מחולק אז בפשטות איז שקר נישט קיין לאו ועשה, נאר א מידה.
אה. נישט געכאפטנקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 3:40 pm די איבריגע בין איך אביסעל מסביר אייערע רייד.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1601
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 2615
Re: שקר, וואס איז דאס?
אנדערער האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 25, 2024 11:35 pm אנדערש ווי רוב לאווין שטייט אין די תורה מדבר שקר תרחק. זאלסט זיך דערווייטערן פון שקר
חותמו של הקדוש ברוך הוא אמת
ביי די ברכות האט יעקב אבינו דער בחיר שבאבות וואס זיין צורה איז איינגעקריצט אין כסא הכבוד געזאגט עפעס וואס קוקט אויס ווי ליגענט
וויאזוי קען אזא זאך מעגליך זיין?
רבי אביגדור מילער זצ"ל שמועסט אויס אז אמת און שקר מיינט ריכטיג און אומריכטיג. אנדערש ווי מיר זענען געוואוינט אז אמת מיינט וואר און שקר מיינט נישט וואר
נישט געקענט זיין קלארער
מיט דעם כלל ווערן גאר אסאך קשיות פארענטפערט
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4720
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 14045
Re: שקר, וואס איז דאס?
טייל פוסקים ווילן עס אריינלייגן אינעם עשה פון "ועשית הישר והטוב", אנדערע ווילן זאגן אז מיט דעם וואס די תורה האט מזהיר געווען ביי עדים אז זיי זאלן זיך דערווייטערן פון שקר, איז עס א גילוי אויפן כלל אז שקר איז אסור. עכ"פ ס'איז נישט מוחלט אז דער איסור האט נישט קיין מקור אין די תורה.נקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 3:40 pmזייער קלאר. און איך האב נישט געזאגט אנדערש. נאר מיט איין זאך בין איך מחולק אז בפשטות איז שקר נישט קיין לאו ועשה, נאר א מידה. און ממילא איז שייך צו זאגן פשט אזוי. ביי עשה ולא תעשה איז נישט שייך קיין פשטים. די איבריגע בין איך אביסעל מסביר אייערע רייד.
איך האב אויך נישט געברענגט קיין מראה מקומות, סאו נעמטס עס וויאזוי ס'געפעלט ענק...
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1601
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 2615
Re: שקר, וואס איז דאס?
צ/ק
אמת זה נוטריקון
א’תה מ’לך ת’מיד - א’תה מ’חיה ת’מיד
א’ני מ’ת ת’מיד
מכלל הן אתה שומע לאו
אמת זה נוטריקון
א’תה מ’לך ת’מיד - א’תה מ’חיה ת’מיד
א’ני מ’ת ת’מיד
מכלל הן אתה שומע לאו
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1796
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4808
Re: שקר, וואס איז דאס?
אמת איז נוטריקן. אתה מעורר תמיהפשוט און גראד האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 6:25 pm צ/ק
אמת זה נוטריקון
א’תה מ’לך ת’מיד - א’תה מ’חיה ת’מיד
א’ני מ’ת ת’מיד
מכלל הן אתה שומע לאו
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1601
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 2615
Re: שקר, וואס איז דאס?
ס’נישט מיינע בויך וויי. געהערט איינמאל פון גדולים. כ’געדענק נישט.פשוט און גראד האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 6:25 pm צ/ק
אמת זה נוטריקון
א’תה מ’לך ת’מיד - א’תה מ’חיה ת’מיד
א’ני מ’ת ת’מיד
מכלל הן אתה שומע לאו
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1601
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 2615
Re: שקר, וואס איז דאס?
Lolנקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 6:40 pmאמת איז נוטריקן. אתה מעורר תמיהפשוט און גראד האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 6:25 pm צ/ק
אמת זה נוטריקון
א’תה מ’לך ת’מיד - א’תה מ’חיה ת’מיד
א’ני מ’ת ת’מיד
מכלל הן אתה שומע לאו