בלאט 2 פון 3
Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה
געפאוסט: דינסטאג יוני 25, 2024 5:27 pm
דורך מהודר
זיי האבן נישט מתיר געווען קעאליציע וויבאלד ס'איז קיינמאל נישט געווען רעלאוואנט בימיהם, וואלט עס געווען נוגע וואלטן זיי עס זיכער מתיר געווען והא ראיה אלע זייערע ממשיכי דרכם האבן עס מתיר געווען חוץ פון איין אדמו"ר וואס האט זיך די לעצטע פאר יאר אויפגעוועקט פון א טיפע שלאף און איז כקול קורה במדבר
Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה
געפאוסט: דינסטאג יוני 25, 2024 5:30 pm
דורך נקודות טובות
שבת קודש האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 25, 2024 1:09 pm
נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 25, 2024 1:03 pm
totty2024 האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 25, 2024 3:14 am
מען איז געגאנגען מיטן תיורץ וואס מהאט געזאגט פאר די רבנים אז ממוז קענען זיין דארט צי לוחם זיין פון אינעווייניג אבער היינט ווען מדארף שטימען פארן חוק הגיוס אלעס ווייל מדארף כאטש ראטעווען האלב געלט.. דאן איז עס א איבערווייז אויפן טעות מעיקרא
ווי אזוי וואלט איר ראגירט ווען איינער זאגט אז דער סאטמאר רבי האט געהאט א טעות מעיקרא?! מען האלט שוין 76 יאר פון הקמת המדינה. די אגודה איז זיך שוין משתתף ביי די בחירות 70 יאר, זיי נעמען שוין געלט 50 יאר, און זיי שטייען גארנישט ווייניגער ווי סאטמאר!
נישט ממש גלייך, די אגודה זענען א חלק פון א 'מלכות המינות' משא''כ סאטמאר, א ריזיגע ריזיגע חילוק.
מעגליך אז זייער 'כוונה' איז געווען א גוטע אבער זייערע מעשים נישט, גלייך צו איינער וואס גייט זיך צו ביקן צו א צלם ווייל ער וויל מיט דעם אויפטועהן עפעס פאר אידשקייט.
דאס אז איר האלט אז דאס מיינט זיין א חלק פון א מלכות המינית מיינט נאך נישט אז דאס איז טאקע אזוי. די גדולי האגודה האבן געהאלטען אז עס איז מותר און עס איז א מצוה זיך צו משתתף זיין ביי די בחירות! און דאס פארגלייכען זיך צו ביקען צו א צלם (דהיינו הודאה לע''ז) אויף דעם שרייבט דער סטייפלער אז עס איז אין לו שחר, און עס איז א גילוי פנים בתורה שלא כהלכה. נישטא קיין שום הודאה למינות מיט'ן השתתפות לבחירות לשיטת רבני האגודה! נישטא קיין התחברות לרשעים! נישטא קיין חילול השם!
Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה
געפאוסט: דינסטאג יוני 25, 2024 5:31 pm
דורך נקודות טובות
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 25, 2024 3:52 pm
הרב @נקודות , קומ'זשע ביטע אראפ אביסל.
נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 25, 2024 1:03 pm
זיצט זיך איינער אנגעליינט ביי זיך אויפן ריקליינער, סקראללט דורך אשכולות און טעמעס. און אזוי נישט מיר נישט דיר שיסט ער א סטעיטמענט אז די גאונים וקדושים דער גאון טשעבינער רב, דער הייליגער בעלזער רב, דער חזון איש (כפי עדות רוב תלמידיו) דער גערער רבי, דער סטייפלער, רבי חיים נאה, הגאון רבי אהרן קאטלער, הרב שך, רבי יחזקאל סארנא. האבן געהאט עפעס א טעות מעיקרא!
רבי איד, איר זענט א גרויסע מחוצף! א גאר גרויסע מחוצף! מען קען נישט קומען זאגן אויף די ארזי הלבנון ואדירי התורה אז עפעס א טעות מעיקרא האבן זיי געהאט!
די סטעיטמענט איז נישט "געשאסן" געווארן דורך לאקאלע ניקים, די סטעיטמענט האט דער הייליגער סאטמאר רב זי"ע געזאגט איינמאל און נאכאמאל און ער אלס סאטמארע חסיד האט אלע רעכטן זיך צו פאררופן דערויף. ער זאגט ס"ה אז ס'האט זיך נאכאמאל איבערגעוויזן אלס אמת דאס וואס די סאטמארע חסידים ווייסן שוין לאנג.
זאג מיר ביטע נישט אז דער סאטמאר רבי ז"ל איז געווען א מ--- (און נאך א "גרויסע"...)

לענין. גיין צו די בחירות האט גארנישט מיט'ן באקומען געלט! נישט דאס איז די חוב קדוש אויף וואס רוב מנין ובנין פון די גדולי כלל ישראל האבן אונטערגעשריבען! די סיבה פארוואס רוב גדולי ישראל האבן געהאלטן אז עס איז א חוב קדוש צו גיין צו די בחירות איז צו ווייזען און אויסרופען אז מיר זענען געטריי צום אויבערשטען, און מיר זענען נישט קיין חלק פון די כופרים! און אויך אז מען זאל זיך קענען שלאגען מיט די כופרים וואס ווילן אויסרייסען די תורה הקדושה.
לענינינו, דער רוב מנין ובנין פון וואס דו רעדסט האבן קיינמאל מתיר געווען צו אנטיילנעמען אין די קאאליציע. און דאס טוט מען יא היינט, און טאקע יא פאר געלט.
און ביטע, רעד נישט צו סאטמארע חסידים וועגן די קו"ק... לאמיר בלייבן פריינט...
כ'האב נאכנישט גענוג עקספלענעישאן מארקס צו קענען שרייען העכער, וועליך עס דא לייגן:!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
סאטמאר רבי זי''ע האט נישט געזאגט אז יעצט איז הוברר הדבר למפרע, ער האט געהאלטן בשעת מעשה אז די רבני האגודה מאכן א טעות. און ער איז טאקע געווען גענוג גרויס צו חולק זיין. און די אנדערע גדולים האבן געהאלטען אז דער סאטמאר רבי איז זיך טועה. אזוי ווי ביי יעדע מחלוקה ביי כלל ישראל האבן ביידע צדדים געהאלטען אז זיי זענען גערעכט, און די אנדערע זענען זיך טועה.
צו קומען היינט 75 יאר שפעטער און זאגן אז יעצט זעהט מען קלאר אז דער טשעבינער רב איז געווען ראנג, איז א חוצפה! פונקט ווי קומען יעצט זאגן אויף א מחלוקת רמב''ם ורמב''ן אז די רמב''ן האט זיך טועה געווען! סארי. צו כסדר איבערזאגן אז יעצט זעהט שוין יעדער איין אז די רבי איז גרעכט געווען איז זינלאז. עס זענען געווען צוויי מיינונגען, ביידע פון די זענען געווען געבעקט דורך די גרעסטע לייבן אינעם דור. און קיינער איז נישט מודה צו קיינעם. די אגודה זעהט נישט איין, און וועט נישט איינזעהן אז די סאטמאר רבי ודעימיה זענען געווען גערעכט. און סאטמאר זעהט נישט איין, און וועט נישט איינזעהן אז די טשעבינער רב ודעימיה זענען געווען גערעכט. ביידע צדדים וועלן זיך האלטן שטארק מיט די פסק פון זייערע גדולים, און מיט רעכט.
הגם איך וויל אייך נישט דיסעפוינטען, וועל איך אבער יא (ווי לאנג די הנהלה לאזט מיך) ממשיך זיין צו ברענגען קו''ק און אנדערע אויסצוגען פון כתבי רבני האגודה. תורה הוא וללמוד אני צריך. עס איז געווען צוויי מיינונגען און מען מעג וויסען ביידע צדדים. עס איז דא א ויואל משה פון איין זייט. און עס זענען דא ספרים וכתבים פון די אנדערע זייט. יעדער זאל זיך פירן ווי זיין מורה האט גע'פסק'ענט, און סתם שרייען טשעבינער רב האט זיך טועה געווען, און אז דער בעלזער רב איז געווארן פארנערט איז זינלאז!
פריינט קענען מיר בלייבען אפי' מיר האבן מיינונגס פארשידענהייטן. איי לאוו יו
@שאינו יודע לשאול 
Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה
געפאוסט: דינסטאג יוני 25, 2024 5:38 pm
דורך שמח
מהודר האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 25, 2024 5:27 pm
זיי האבן נישט מתיר געווען קעאליציע וויבאלד ס'איז קיינמאל נישט געווען רעלאוואנט בימיהם, וואלט עס געווען נוגע וואלטן זיי עס זיכער מתיר געווען
והא ראיה אלע זייערע ממשיכי דרכם האבן עס מתיר געווען חוץ פון איין אדמו"ר וואס האט זיך די לעצטע פאר יאר אויפגעוועקט פון א טיפע שלאף און איז כקול קורה במדבר
כמעג מחולק זיין אויפן ראי'?...
Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה
געפאוסט: דינסטאג יוני 25, 2024 5:39 pm
דורך שמח
מאנהעטן - די היסטארישע דעלעגאציע פון גדולי ישראל פון א”י פאר די קרן עולם התורה אין א טאנץ נאך די נעכטיגע מסיבה אין אפיס פון הנגיד ר’ ראלף הערצקא, לויט ציפערן פארעפענטליכט איז שוין געשאפן געווארן די אסטראנאמישע ציפער פון איבער 50 מיליאן דאלר פאר די פריש געגרינדעטע קרן.
Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה
געפאוסט: דינסטאג יוני 25, 2024 7:15 pm
דורך שאינו יודע לשאול
מהודר האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 25, 2024 5:27 pm
זיי האבן נישט מתיר געווען קעאליציע וויבאלד ס'איז קיינמאל נישט געווען רעלאוואנט בימיהם, וואלט עס געווען נוגע וואלטן זיי עס זיכער מתיר געווען והא ראיה אלע זייערע ממשיכי דרכם האבן עס מתיר געווען חוץ פון איין אדמו"ר וואס האט זיך די לעצטע פאר יאר אויפגעוועקט פון א טיפע שלאף און איז כקול קורה במדבר
סאו דו ווילסט מיר זאגן אז דו האלטסט אז די גדולי אגודה פונעם פריערדיגן דור וואלטן זיכער מסכים געווען צו אלעס וואס די היינטיגע רבני אגודה טוען?
איך בין בשו"א נישט מקבל די לשון הרע. ביי מיר בלייבן זיי צדיקים וקדושים (על אף זיי האבן זיך טועה געווען).
Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה
געפאוסט: מיטוואך יוני 26, 2024 12:29 pm
דורך שבת קודש
נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 25, 2024 5:31 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 25, 2024 3:52 pm
הרב @נקודות , קומ'זשע ביטע אראפ אביסל.
נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 25, 2024 1:03 pm
זיצט זיך איינער אנגעליינט ביי זיך אויפן ריקליינער, סקראללט דורך אשכולות און טעמעס. און אזוי נישט מיר נישט דיר שיסט ער א סטעיטמענט אז די גאונים וקדושים דער גאון טשעבינער רב, דער הייליגער בעלזער רב, דער חזון איש (כפי עדות רוב תלמידיו) דער גערער רבי, דער סטייפלער, רבי חיים נאה, הגאון רבי אהרן קאטלער, הרב שך, רבי יחזקאל סארנא. האבן געהאט עפעס א טעות מעיקרא!
רבי איד, איר זענט א גרויסע מחוצף! א גאר גרויסע מחוצף! מען קען נישט קומען זאגן אויף די ארזי הלבנון ואדירי התורה אז עפעס א טעות מעיקרא האבן זיי געהאט!
די סטעיטמענט איז נישט "געשאסן" געווארן דורך לאקאלע ניקים, די סטעיטמענט האט דער הייליגער סאטמאר רב זי"ע געזאגט איינמאל און נאכאמאל און ער אלס סאטמארע חסיד האט אלע רעכטן זיך צו פאררופן דערויף. ער זאגט ס"ה אז ס'האט זיך נאכאמאל איבערגעוויזן אלס אמת דאס וואס די סאטמארע חסידים ווייסן שוין לאנג.
זאג מיר ביטע נישט אז דער סאטמאר רבי ז"ל איז געווען א מ--- (און נאך א "גרויסע"...)
נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 25, 2024 1:03 pm
לענין. גיין צו די בחירות האט גארנישט מיט'ן באקומען געלט! נישט דאס איז די חוב קדוש אויף וואס רוב מנין ובנין פון די גדולי כלל ישראל האבן אונטערגעשריבען! די סיבה פארוואס רוב גדולי ישראל האבן געהאלטן אז עס איז א חוב קדוש צו גיין צו די בחירות איז צו ווייזען און אויסרופען אז מיר זענען געטריי צום אויבערשטען, און מיר זענען נישט קיין חלק פון די כופרים! און אויך אז מען זאל זיך קענען שלאגען מיט די כופרים וואס ווילן אויסרייסען די תורה הקדושה.
לענינינו, דער רוב מנין ובנין פון וואס דו רעדסט האבן קיינמאל מתיר געווען צו אנטיילנעמען אין די קאאליציע. און דאס טוט מען יא היינט, און טאקע יא פאר געלט.
און ביטע, רעד נישט צו סאטמארע חסידים וועגן די קו"ק... לאמיר בלייבן פריינט...
כ'האב נאכנישט גענוג עקספלענעישאן מארקס צו קענען שרייען העכער, וועליך עס דא לייגן:!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
הגם איך וויל אייך נישט דיסעפוינטען, וועל איך אבער יא (ווי לאנג די הנהלה לאזט מיך) ממשיך זיין צו ברענגען קו''ק און אנדערע אויסצוגען פון כתבי רבני האגודה. תורה הוא וללמוד אני צריך. עס איז געווען צוויי מיינונגען און מען מעג וויסען ביידע צדדים. עס איז דא א ויואל משה פון איין זייט. און עס זענען דא ספרים וכתבים פון די אנדערע זייט. יעדער זאל זיך פירן ווי זיין מורה האט גע'פסק'ענט, און סתם שרייען טשעבינער רב האט זיך טועה געווען, און אז דער בעלזער רב איז געווארן פארנערט איז זינלאז!
פריינט קענען מיר בלייבען אפי' מיר האבן מיינונגס פארשידענהייטן. איי לאוו יו @שאינו יודע לשאול
-
Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה
געפאוסט: מיטוואך יוני 26, 2024 12:55 pm
דורך שבת קודש
@נקודות טובות
1. קול קורא'ס האבן נישט קיין שום שווית ניטאמאל ווערט אריינצוקוקן דערין ווען מיר אלע ווייסן די בלאף וויאזוי קול קורא'ס גייען צו,
א געשריבענע בירור הלכה פון טשעבינער רב אדער פון בעלזער רב אדער פון אנדערע גדולים איז אינטערסאנט.
2. פארוואס האלסטו אז ס'איז ממש א אוממעגליכע זאך פאר געריבענע פליטקאנטען מיט אינטערעסן צו פארדרייען גדולי ישראל מיט שקרים און בלאף?
זעהסטו דען נישט די אין די לעצטע צענדליגע יארן וויפיל מערכות של שקר ס'איז פארגעגאנגען ביים יהדות החרדיות ווי מען האט מיט סוקסעס פארדרייעט ערליכע רבנים די קאפ מיט שקרים טיילמאל זענען די רבנים אליין ארויסגעקומען אז זיי האבן נישט געוואווסט די פרטים.
Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה
געפאוסט: מיטוואך יוני 26, 2024 2:25 pm
דורך פשוט און גראד
דרך אגב,
ס’האט זייער ווייגעטון פארן רבין אז קיינער האט נישט גענטפערט גארנישט אויף זיין בירור להלכה.
@נקודות טובות
איז שוין געווען אין די היסטאריע אויף אזא דבר חמור א מחלוקת? אז ס’איז געווען נוגע בכלליות פארן כלל
Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה
געפאוסט: מיטוואך יוני 26, 2024 10:59 pm
דורך שאינו יודע לשאול
די גדולי ארץ ישראל וואס זענען געקומען אויפטרייבן געלטער פאר די ישיבות אין ארץ ישראל נאך וואס די ארטיגע רעגירונג שניידט די פאנדינג, האט דערגרייכט די אסטראנאמישע סכום פון 107 מיליאן דאלאר.
די נסיעה איז געווען בראשות רבי דוב לאנדא, סלאבאדקער ראש ישיבה און אנדערע גדולים.
זיי זענען אנגעקומען צו די הויכע ציפער היינט ביי א פאנדרעיזינג אין דיעל ניט דזשערסי נאך בלויז 4 טעג פון פאנדרעיזן.

- ezgif-2-048df3d459.jpg (295.96 KiB) געזען געווארן 686 מאל
Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה
געפאוסט: דאנערשטאג יוני 27, 2024 10:49 am
דורך שאינו יודע לשאול
הגר"ד לאנדא: אחינו בני ישראל, הצילו! הצילו!
Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה
געפאוסט: זונטאג יולי 07, 2024 5:23 pm
דורך נקודות טובות
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 26, 2024 2:25 pm
דרך אגב,
ס’האט זייער ווייגעטון פארן רבין אז קיינער האט נישט גענטפערט גארנישט אויף זיין בירור להלכה.
@נקודות טובות
איז שוין געווען אין די היסטאריע אויף אזא דבר חמור א מחלוקת? אז ס’איז געווען נוגע בכלליות פארן כלל
עס איז ברור כשמש אז די גדולי התורה האבן דן געווען בכובד ראש אלע פראבלעמען וואס קען זיין מיט השתתפות לבחירות! איר האט אין דעם א ספק?
צו זיי האבן ג'ענטפערט אדער נישט, איז נישט רעלאוואנט כלפי די שאלה גופא. דער טשעבינער רב האט נישט געמוזט שרייבען א בירור הלכה כדי צו קענען האבן א מיינונג. אויב וואלט ער פונעם ויואל משה געזעהן א צד לאסור, וואלט ער זיכער זיך נישט אפגעהאלטען פון זיך לאזן הערן ברבים אז ער איז חוזר בו. נאופס, נישט טשעבינער רב!
Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה
געפאוסט: זונטאג יולי 07, 2024 5:30 pm
דורך נקודות טובות
שבת קודש האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 26, 2024 12:55 pm
@נקודות טובות
1. קול קורא'ס האבן נישט קיין שום שווית ניטאמאל ווערט אריינצוקוקן דערין ווען מיר אלע ווייסן די בלאף וויאזוי קול קורא'ס גייען צו,
א געשריבענע בירור הלכה פון טשעבינער רב אדער פון בעלזער רב אדער פון אנדערע גדולים איז אינטערסאנט.
2. פארוואס האלסטו אז ס'איז ממש א אוממעגליכע זאך פאר געריבענע פליטקאנטען מיט אינטערעסן צו פארדרייען גדולי ישראל מיט שקרים און בלאף?
זעהסטו דען נישט די אין די לעצטע צענדליגע יארן וויפיל מערכות של שקר ס'איז פארגעגאנגען ביים יהדות החרדיות ווי מען האט מיט סוקסעס פארדרייעט ערליכע רבנים די קאפ מיט שקרים טיילמאל זענען די רבנים אליין ארויסגעקומען אז זיי האבן נישט געוואווסט די פרטים.
1. קו"ק היינטיגע טעג האט נישט קיין ווערד, וויבאלד מיר אלע ווייסען ווי אזוי עס ווערט געמאכט. אבער אויב ווילט איר אפרעגן קו"ק מכל הדורות שהיו לפנינו, קען מען צוריק גיין ביזן די גזירות י"ח דבר און זיי אויך אוועקמאכען חלילה. ערגעץ האט זיך די קערופשען אנגעהויבען. און אגב, איך ווייס נישט ווער עס האט געשריבען די קו"ק, אבער כמדומה אז די קו"ק קעגן גיוס בנות האט האדמו"ר מגור אליינס געשריבען.
1. עס איז מעגליך פאר פאליטיקאנטען צו פארדרייען. אבער אין אזא נושא וואס איז א מחלוקת להלכה איז נישט שייך צו זאגן אז פאליטיקאנטען האבן פארדייעט. אויב מעג מען מעג מען, און אויב נישט נישט. וואס איז שייך צו פארדרייען? דאס אז טשעבינער רב איז אליינס געגאנגען צו די בחירות קומט ווייל מען האט אים פארדרייעט א קאפ? דעם חזון איש האט מען געקענט פארדרייען א קאפ?
Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה
געפאוסט: מאנטאג יולי 08, 2024 11:17 am
דורך וואלף
נקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 5:23 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 26, 2024 2:25 pm
דרך אגב,
ס’האט זייער ווייגעטון פארן רבין אז קיינער האט נישט גענטפערט גארנישט אויף זיין בירור להלכה.
@נקודות טובות
איז שוין געווען אין די היסטאריע אויף אזא דבר חמור א מחלוקת? אז ס’איז געווען נוגע בכלליות פארן כלל
עס איז ברור כשמש אז די גדולי התורה האבן דן געווען בכובד ראש אלע פראבלעמען וואס קען זיין מיט השתתפות לבחירות! איר האט אין דעם א ספק?
צו זיי האבן ג'ענטפערט אדער נישט, איז נישט רעלאוואנט כלפי די שאלה גופא. דער טשעבינער רב האט נישט געמוזט שרייבען א בירור הלכה כדי צו קענען האבן א מיינונג. אויב וואלט ער פונעם ויואל משה געזעהן א צד לאסור, וואלט ער זיכער זיך נישט אפגעהאלטען פון זיך לאזן הערן ברבים אז ער איז חוזר בו. נאופס, נישט טשעבינער רב!

ברור כשמש ממש?
אינטערעסאנט, ביי מיר די זון זעה איך קלאר אבער די פרטים איבער די אסיפות און בירורים האב איך נישט קיין איינונג, און ווי ווייט איך ווייס עקזיסטירט נישט אזוינס
Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה
געפאוסט: מאנטאג יולי 08, 2024 11:19 am
דורך וואלף
נקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 5:30 pm
שבת קודש האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 26, 2024 12:55 pm
@נקודות טובות
1. קול קורא'ס האבן נישט קיין שום שווית ניטאמאל ווערט אריינצוקוקן דערין ווען מיר אלע ווייסן די בלאף וויאזוי קול קורא'ס גייען צו,
א געשריבענע בירור הלכה פון טשעבינער רב אדער פון בעלזער רב אדער פון אנדערע גדולים איז אינטערסאנט.
2. פארוואס האלסטו אז ס'איז ממש א אוממעגליכע זאך פאר געריבענע פליטקאנטען מיט אינטערעסן צו פארדרייען גדולי ישראל מיט שקרים און בלאף?
זעהסטו דען נישט די אין די לעצטע צענדליגע יארן וויפיל מערכות של שקר ס'איז פארגעגאנגען ביים יהדות החרדיות ווי מען האט מיט סוקסעס פארדרייעט ערליכע רבנים די קאפ מיט שקרים טיילמאל זענען די רבנים אליין ארויסגעקומען אז זיי האבן נישט געוואווסט די פרטים.
1. קו"ק היינטיגע טעג האט נישט קיין ווערד, וויבאלד מיר אלע ווייסען ווי אזוי עס ווערט געמאכט. אבער אויב ווילט איר אפרעגן קו"ק מכל הדורות שהיו לפנינו, קען מען צוריק גיין ביזן די גזירות י"ח דבר און זיי אויך אוועקמאכען חלילה.
ערגעץ האט זיך די קערופשען אנגעהויבען. און אגב, איך ווייס נישט ווער עס האט געשריבען די קו"ק, אבער כמדומה אז די קו"ק קעגן גיוס בנות האט האדמו"ר מגור אליינס געשריבען.
1. עס איז מעגליך פאר פאליטיקאנטען צו פארדרייען. אבער אין אזא נושא וואס איז א מחלוקת להלכה איז נישט שייך צו זאגן אז פאליטיקאנטען האבן פארדייעט. אויב מעג מען מעג מען, און אויב נישט נישט. וואס איז שייך צו פארדרייען? דאס אז טשעבינער רב איז אליינס געגאנגען צו די בחירות קומט ווייל מען האט אים פארדרייעט א קאפ? דעם חזון איש האט מען געקענט פארדרייען א קאפ?
יא יא, דא האסטו דעם טוטער... דא האט זיך עס אנגעהויבן
אגב, וואס ווילסטו פונעם חזון איש?
Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:35 pm
דורך מהודר
דער הייליגער חזן איש האט געהאלטן אז עס איז א חוב קדוש זיך משתתף צו זיין אין די בחירות בארה"ק כדי צו קענען ראטעווען די עתיד פון די רעליגיעזע אידענטום על אדמת אבותינו
Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:50 pm
דורך וואלף
מהודר האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:35 pm
דער הייליגער חזן איש האט געהאלטן אז עס איז א חוב קדוש זיך משתתף צו זיין אין די בחירות בארה"ק כדי צו קענען ראטעווען די עתיד פון די רעליגיעזע אידענטום על אדמת אבותינו
ח"ו
Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 11, 2024 3:00 pm
דורך שאינו יודע לשאול
מהודר האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:35 pm
דער הייליגער חזן איש האט געהאלטן אז עס איז א חוב קדוש זיך משתתף צו זיין אין די בחירות בארה"ק כדי צו קענען ראטעווען די עתיד פון די רעליגיעזע אידענטום על אדמת אבותינו
מקור? לינק?
Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 11, 2024 3:07 pm
דורך פנים חדשות
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 11, 2024 3:00 pm
מהודר האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:35 pm
דער הייליגער חזן איש האט געהאלטן אז עס איז א חוב קדוש זיך משתתף צו זיין אין די בחירות בארה"ק כדי צו קענען ראטעווען די עתיד פון די רעליגיעזע אידענטום על אדמת אבותינו
מקור? לינק?
אזוי האט די סטייפלער גאון זצ"ל געהאלטען, וידוע שהגרח"ק זצ"ל לא זז כמלא נימא מפסקי החזו"א זצ"ל בקיצוניות ממש, ואף סבר שהמשתמש בחשמל הרגיל בא"י בשבת אין לקנות ממנו סת"ם וכו', והוא היה כל השנים פייער אז אלע אלע מוזען שטימען פאר ג'/דגל, אזוי אז ער האט אודאי געהאלטען/געוואוסט אז אזוי האט די חזו"א געהאלטען.
ואין ראיה ממה שהחזו"א עודד אחרים להתנהג אחרת ע"פ מה שסברו גדוליהם (אף לכשנימא שהסיפורים ההם אמת).
Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 11, 2024 3:09 pm
דורך שאינו יודע לשאול
פנים חדשות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 11, 2024 3:07 pm

אפשר האט דער חזו"א נישט גענומען קיין צד לכאן או לכאן?
והשנית, ס'איז נישט "נאר" אן הלכה'דיגן שאלה, השקפה האט ער אויך אלעס געטאן ווי דעם שוואגער?
כ'פרעג.
Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 11, 2024 3:11 pm
דורך שבת קודש
פנים חדשות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 11, 2024 3:07 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 11, 2024 3:00 pm
מהודר האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:35 pm
דער הייליגער חזן איש האט געהאלטן אז עס איז א חוב קדוש זיך משתתף צו זיין אין די בחירות בארה"ק כדי צו קענען ראטעווען די עתיד פון די רעליגיעזע אידענטום על אדמת אבותינו
מקור? לינק?
אזוי האט די סטייפלער גאון זצ"ל געהאלטען, וידוע שהגרח"ק זצ"ל לא זז כמלא נימא מפסקי החזו"א זצ"ל בקיצוניות ממש, ואף סבר שהמשתמש בחשמל הרגיל בא"י בשבת אין לקנות ממנו סת"ם וכו', והוא היה כל השנים פייער אז אלע אלע מוזען שטימען פאר ג'/דגל, אזוי אז ער האט אודאי געהאלטען/געוואוסט אז אזוי האט די חזו"א געהאלטען.
ואין ראיה ממה שהחזו"א עודד אחרים להתנהג אחרת ע"פ מה שסברו גדוליהם (אף לכשנימא שהסיפורים ההם אמת).
האט ערגעץ דער סטייפלער ז''ל אדער רח''ק זצ''ל געשריבן אז זיי האבן געהערט אזוי פונעם חזו''א?
Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 11, 2024 3:13 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
אפשר קען מען שוין באלד זאגו אזוי: סאטמאר רב זי"ע בעל ויואל משה האט שארף געהאלטן אז די בחירות איז א חיוב גמור. ווייל סאטמאר רב האט זייער שטארק געהאלטן פו בעלזער רב, כידוע לכל, באופן מוגזם, הי' ממש חסיד שלו, ובודאי לא אחז אחרת ממנו. כאטש ער האט געשריבן אנדערש און מעודד געווען אנדערש איז דאס אבער נאר געווען כלפי די פאר וועמען ער האט עס געשריבן, וד"ל. אידן טייערע מען מאכט נישט אזוי קיין פסקים. ביטע אביסל שכל ווען עס קומט צו הייקעלע ענינים. לכל הפחות.
Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 11, 2024 3:31 pm
דורך וואלף
מ'קען דאך פרעגן זיין תלמיד הגאון ר' אליקים שליט"א
@פנים חדשות מ'איבערצייגט זיך איבער און איבער אז מ'בויט אויף לופט, אין די טעמע אליין טרעף ווי מ'בויט אויף געפיל און ס'איז שוין ''ברור כשמש'', אז ס'איז געווען אסיפות און בירורים און אז דער סטייפלער האט אוודאי געהערט פונעם חזון איש.........
און מ'זאגט שוין איבער מיט א דביקות אז דער הייליגער חזון איש האט געהאלטן בלא בלא בלא
Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 11, 2024 3:37 pm
דורך פנים חדשות
וועל איך ברענגן עטליכע בריווען און עדויות פון גדו"י, וואס זענען געווען משועבד צום דעת פון די חזו"א, עכ"פ היפש שטארק, וממילא האט זייער עדות פיל פיל א שטערקערע האפט פון אנדערע עדויות מפוקפקות פון אזעלכע וואס זענען משועבד צום דעת פון אנדערע גדו"י, און פאר זיי מאכט בעצם כמעט נישט אויס וואס די חזו"א האט געהאלטען (ווער רעדט נאך פון א עדות פון א חשובע ת"ח שידוע עד כמה אפשר לסמוך על סיפורי מעשיותיו וכבוד אלקים הסתר דבר).
וזה יצא ראשונה, א בריוו בכתי"ק פון הג"ר אהרן קאטלער זצ"ל.

- הגר אהרן קאטלער.jpg (203.11 KiB) געזען געווארן 241 מאל
און יעצט צום סטייפלער גאון זצ"ל פון די ספר ארחות רבינו וואס איז כידוע גאר שטארק מדוייק, והגרח"ק זצ"ל אחז מאוד ממנו.

- ספר ארחות רבינו.jpg (42.07 KiB) געזען געווארן 241 מאל
און א בריוו פון די סטייפלער זצ"ל אליינס.

- סטייפלער 1.JPG (38.55 KiB) געזען געווארן 241 מאל
Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 11, 2024 3:38 pm
דורך פנים חדשות
און יעצט פון הגרח"ק זצ"ל.

- עדות הגרחק.jpg (22.73 KiB) געזען געווארן 240 מאל
און יעצט, פון א ספר (זיכרון).

- הוראת החזו''א לרבי משה שטיגל דרך ר' דוד פרנקל.PNG (119.9 KiB) געזען געווארן 240 מאל