שבועות תשפ"ד אין קרית יואל

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2054
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5064

Re: שבעות תשפ"ד קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

לא ימושו מפיך האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 1:39 am
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 12:51 am א הערליכע יום טוב געווען!

כהאב אביסל העצעריי, אבער קודם וויל איך וויסן צי איינער ווייסט פארוואס די נייע חלק פונעם ווייבער שוהל וואס איז געווען אין באנוץ ימים נוראים איז יעצט געווען פארמאכט, און פארוואס פון 2 ביה"כ'ס אין ווייבער שוהל איז איינס געווען פארמאכט.
די סכנות נפשותדיגע מצב און ווייבער שול איז בכלל נישט קיין ווערטל.
מיין נייע מיסיע איז צו העצן, רודערן, איבערדרייען, ביז מגייט עפעס טון דערצו.

רעדן שיין האביך שוין פרובירט פאריאר און צוויי יאר צוריק.

דערפאר איז דאס געווען מיין ערשטע קאמענט מוצאי יו"ט.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
סומקא
פרישער באניצער
פאוסטס: 76
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 1:51 am
x 34

Re: שבעות תשפ"ד קרית יואל

פאוסט דורך סומקא »

מענער איז נישט בעסער, איז דא עפעס א פלאן סכנות נפשות
אוועיטער
שיטתי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 162
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 11:46 pm
x 202

Re: שבעות תשפ"ד קרית יואל

פאוסט דורך שיטתי »

פופציגער האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 1:45 am

קאל מיך ווען די האסט אויסגעפירט
ווייל איך האלט אזוי, מיז נישט זיין אז ס׳איז אזוי. ס׳איז נאר שיטתי.
דער נייער אורח
לא ימושו מפיך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 701
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 11:44 pm
x 1095

Re: שבעות תשפ"ד קרית יואל

פאוסט דורך לא ימושו מפיך »

סומקא האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 1:56 am
לא ימושו מפיך האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 1:39 am
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 12:51 am א הערליכע יום טוב געווען!

כהאב אביסל העצעריי, אבער קודם וויל איך וויסן צי איינער ווייסט פארוואס די נייע חלק פונעם ווייבער שוהל וואס איז געווען אין באנוץ ימים נוראים איז יעצט געווען פארמאכט, און פארוואס פון 2 ביה"כ'ס אין ווייבער שוהל איז איינס געווען פארמאכט.
די סכנות נפשותדיגע מצב און ווייבער שול איז בכלל נישט קיין ווערטל.
מענער איז נישט בעסער, איז דא עפעס א פלאן סכנות נפשות
מענער איז אבסולאטלי בעסער ווי איו עזרת נשים.
אוועיטער
שיטתי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 162
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 11:46 pm
x 202

Re: שבעות תשפ"ד קרית יואל

פאוסט דורך שיטתי »

דעי אראפנעמען די טירן אין די האללוועי איז א גוטע איידיע
ווייל איך האלט אזוי, מיז נישט זיין אז ס׳איז אזוי. ס׳איז נאר שיטתי.
דער נייער אורח
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5033
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8758

Re: שבעות תשפ"ד קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

א גוטע געזונטע וואך. א העעערליכע יו"ט געווען, מ'זאל האבן אויפגעטון אלעס גוטס.

איך האב א לאנגע ליסטע פון הערות, אבער נאר אפאר מינוט צייט. לאמיר זען צו עס וועט אריינפיטן:

1) אנקומענדיג ערב יו"ט און זעענדיג די פראנט פון ביהמ"ד האט מיר אביסל גע'עגבערט. אז מ'מאכט שוין אזעלכע הערליכע גאלאריען, מיט אינסאלעיטעד ווענט, וואלט שיין געווען צו צאלן נאך $50 פאר ווייסע פעינט, און אפפעינטן די האלצערנע ווענט פונדרויסן אז דער שול זאל נישט אויסזען ווי א מלחמה זאנע. ס'פאסט נישט.

2) דאן זע איך דארט דער גרויסער סיין אויפ'ן פארקינג לאט פאר די מוסדות. איי מיען... כ'פארשטיי מ'בויט אזא ריזיגע בנין דארף מען געלט, אבער יעדע זאך האט זיך זיין פראפארץ. דאס איז אביסל איבערגעטריבן. #שריי נישט

3) קום איך אריין אין מקוה, בינעך געווען זיכער אז ס'וועט כאטש זיין צוגעשטעלט טועמי' ווען ס'קומען אזיפיל טויזנטער געסט. עפעס נאס צו מאכן דאס מויל ביז מ'גייט צום אכסניא. אביסל ווארימע קוגל. שוין. נישט איז נישט, אבער ס'וואלט געפאסט.

4) ערשטע נאכט ביים טיש, האט מען געשריבן אז דער רבי קומט אריין 1:30. איך האב געהאט אויסגערעכנט אז 'תורה' דויערט מיר 1.5 שעה, און דערנאך מוז איך שוין האבן עפעס פרישקייט, וועט דאן זיין קידוש, נאכער העמיר האבן כח צו זאגן ווייטער. למעשה איז דער רבי אריין א שיינע פאר מינוט שפעטער, איך קען נישט פארשטיין פארוואס מ'מוז אויסשפילן דעם ציבור, פארוואס קענען די גבאים נישט אפשמועסן א עכטע זייגער?! צער בעלי חיים דאורייתא.

5) ביים טיש האט מען געזינגען די זעלבע אלטע און נייע ניגונים ווי יעדעס יאר, אפשר 1 חידוש. ס'דא אזויפיל אלטע חבד'סקער און סקולענע און ראפשיעצע ניגונים. פארוואס קען מען נישט יעדעס יאר אריינברענגען א 3-4 נייע ווארימע שטיקלעך? וויפיל איז דער שיעור צו בלייבן אין באקס.

6) שבועות אינדערפרי ביים דאווענען, איז אזוי. ערשטנס, מיין זיץ איז אויסגעקומען צו זיין אונטער א גאלארי. אבער די היי יעריגע גאלאריען האבן געהאט אזעלכע דיקע זוילן, און איינס איז אויסגעקומען פונקט פאר מיין זיץ. מ'האט טאקע געשניטן די טישן ס'זאל זיין צוגעפאסט פיט טו סייז ביז'ן זויל, אבער, ווען כ'האב געוואלט האלטן מיין אינגל אויפן שויס איז דער זויל געווען ווי א דארן אין די פיס. איך האף מען גייט מיר געבן קרעדיט אויפ'ן זיץ.

7) אוי, די דורכגענג. איך האב געדינען דוקא א זיץ ביי א דורכגאנג וועלנדיג האבן אביסל לופט צום אטעמען. למעשה, מענטשן שטיפן זיך אריין אין יעדע לעכל פונעם דרכגאנג, און ס'ווערט א הייסע פולווער, אזש די זיץ איז כמעט גארנישט ווערד. כ'קען נישט פארשטיין פארוואס מ'לאזט דאס צו! מ'דארף אנהייבן אנפילן אלע גורכגענג מיט בענקלעך, און פארקויפן די זיצן געהעריג, און פאםרטיג. נישט מער קיין דורכגענג! האסט נישט קיין זיץ? שטיי אין די בעק. שטער נישט דעם וואס האט יא געצאלט פאר א זיץ.

8) די גאלאריען זענען געמאכט פון אייזן. כ'האב אבער געזען אז די אייזן איז נישט רוי, נאר ס'איז געפעינט זילבער. איך קען נישט פארשטיין פארוואס איך מוז שפירן ביים דאווענען ווי איך בין אין די עמעזאן ווערהאוז. העלא? קענסט נישט פעינטן די ביעמס ווייס אנשטאט זילבער?! נישטא גענוג געלט? איך צאל נישט גענוג פאר מיין זיץ?!

9) במשך די גאנצע דאווענען דארף איך מיך כסדר אויפשטעלן פאר איינעם וואס זיצט אינמיטן די רייע און ער קומט יעצט אן אדער גייט יעצט אין ביה"כ. ס'מאכט געפערליך נערוועז, איינמאל און נאכאמאל, ווייל די שורה איז 20 זיצן! רעכן אליינס אויס, 10 מענטשן דארפן אדורכגיין, האלב דערפון איין מאל, די אנדערע האלב 3 מאל, און איינער איז א זיידע וואס לויפט ארויס 7 מאל און איך ברויך אפגעבן כבוד זקנים. איז דאס נארמאל?! ס'דא איין עצה! זיי נישט קארג, און מאך א דורכגאנג נאך יעדע 4 זיצן!

10) די קידוש בעג אונטערן באנק. קודם, וואס האב איך געזינדיגט אז פונקט ביי מיין פלאץ דארף עס ליגן אגאנצן דאווענען? קהל קען נישט עפעס מסדר זיין ס'זאל הענגען פון די הייעך? איך האב באצאלט פאר א זיץ! 4 סקווער פיס!

11) די מזונות ליגט אין א בינגא באקס. איך זאג נישט, איך רעד נישט אריין, אבער ס'מאכט זייער ביליג דעם שול! בינגא באקסעס פליען ארום. דזשאסט ס'פאסט נישט. זאל בינגא זיך אדווערטייזן אינדרויסן ביי די מוזיק, נישט אין שול!

אקעי, המשך יבא

-----

דיסקלעימער: דאס אלעס איז נאר העטעך פעטעך, ווען איך וואלט געבוירן אין א צווייטע מאד. למעשה לויט מיין יעצטיגע געבוירענע נאטור נעבעך, בין איך מלא תודות פאר אלע עסקנים, און איך האב הנאה געהאט פונעם יו"ט יעדע מינוט ב"ה.

די איינציגסטע וואס איך וואלט יא געזאגט אלס פשוט'ע הערה, איז נומער 3.
דעת קדשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 684
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 1182

Re: שבעות תשפ"ד קרית יואל

פאוסט דורך דעת קדשי »

די רבי האט געמאכט קידוש לבנה מוצאי יו''ט אדער ווארט אויף ז' שלמים?
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
צדיק נסתר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 136
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 8:20 pm
x 128

Re: שבעות תשפ"ד קרית יואל

פאוסט דורך צדיק נסתר »

דעת קדשי האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 2:52 am די רבי האט געמאכט מוצאי יו''ט אדער ווארט אויף ז' שלמים?
יא, די רבי האט געמאכט קידוש לבנה
סומקא
פרישער באניצער
פאוסטס: 76
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 1:51 am
x 34

Re: שבעות תשפ"ד קרית יואל

פאוסט דורך סומקא »

צדיק נסתר האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 2:53 am
דעת קדשי האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 2:52 am די רבי האט געמאכט מוצאי יו''ט אדער ווארט אויף ז' שלמים?
יא, די רבי האט געמאכט קידוש לבנה
פארוואס טאקע?
מחדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 304
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:05 pm
Location: קר"י והגלילות
x 315

Re: שבעות תשפ"ד קרית יואל

פאוסט דורך מחדש »

כן נהגו רבותינו דברי יואל ולמעלה בקודש זכותם יגן עלינו
מחדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 304
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:05 pm
Location: קר"י והגלילות
x 315

Re: שבעות תשפ"ד קרית יואל

פאוסט דורך מחדש »

נישטא קיין ווערטער אויף די שיינע יו"ט, אביסל מער עירקאנדישען אין ביהמ"ד וואלט נישט פארקילט קיינעם, אדערווייז הערליך ברוך השם.
להגדיל הטראסק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 980
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 3252

Re: שבעות תשפ"ד קרית יואל

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

ביים קידוש צווייטן טאג איז דער הויז בחור נתכבד געווארן מיט הגבהת הכוס דורך רבינו שליט"א זעלבסט - כ'האף אז מען גייט עס שרייבן צווישן אלע אנדערע כיבודים...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3289
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8448

Re: שבעות תשפ"ד קרית יואל

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 2:12 am א גוטע געזונטע וואך. א העעערליכע יו"ט געווען, מ'זאל האבן אויפגעטון אלעס גוטס.

איך האב א לאנגע ליסטע פון הערות, אבער נאר אפאר מינוט צייט. לאמיר זען צו עס וועט אריינפיטן:
► Show Spoiler
-----

דיסקלעימער: דאס אלעס איז נאר העטעך פעטעך, ווען איך וואלט געבוירן אין א צווייטע מאד. למעשה לויט מיין יעצטיגע געבוירענע נאטור נעבעך, בין איך מלא תודות פאר אלע עסקנים, און איך האב הנאה געהאט פונעם יו"ט יעדע מינוט ב"ה.

די איינציגסטע וואס איך וואלט יא געזאגט אלס פשוט'ע הערה, איז נומער 3.
:lol: :lol: :lol:

יוש, כאב נישט קיין כח צו לאכן...

כאב שוין געהעריג געמיינט אז איינער האט געהעקט דיין ניק...
א כתיבה וחתימה טובה. צום ווידערזען בעז"ה נאך יו"ט.

פישפיקלאדיין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 497
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:54 am
x 640

Re: שבעות תשפ"ד קרית יואל

פאוסט דורך פישפיקלאדיין »

דיו אילו ימי...

גויל אילו רקיעי...

נישטא קיין ווערטער פון דעם יום שכולו טוב וואס מיר האבן מיטגעלעבט!

דער ציבור איז געווען עפעס אסטראנאמיש, פיל פיל מער ווי אין די פארגאנגענע יארן! איינער אויפגעפאסט?
מחדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 304
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:05 pm
Location: קר"י והגלילות
x 315

Re: שבעות תשפ"ד קרית יואל

פאוסט דורך מחדש »

פישפיקלאדיין האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 1:11 pm דיו אילו ימי...

עס גריצעלט מיר צו הערן ווי מען רעדט פונעם ציבור, די גרויסע מעגא ציבור איז די קלענסטע אינטערסאנטע פרט פונעם יו"ט,

מען קען רעדן פון דאס דאוואנען ביידע טעג, די ערשטע נאכט טיש, די געהויבענע התחזקות תורה ביים תנאים טיש, די לימוד התורה ברבים, די נעילות החג טיש, די געהויבענע תורה ביים נעילת החג טיש, די טאנצן ביים טיש, די דב"ק ביים באגלייטען, אא"וו זענען פון די זאכען געווען א מעגא הויך פונקט.
פישפיקלאדיין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 497
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:54 am
x 640

Re: שבעות תשפ"ד קרית יואל

פאוסט דורך פישפיקלאדיין »

מחדש האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 1:39 pm
פישפיקלאדיין האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 1:11 pm דיו אילו ימי...

גויל אילו רקיעי...

נישטא קיין ווערטער פון דעם יום שכולו טוב וואס מיר האבן מיטגעלעבט!

דער ציבור איז געווען עפעס אסטראנאמיש, פיל פיל מער ווי אין די פארגאנגענע יארן! איינער אויפגעפאסט?
עס גריצעלט מיר צו הערן ווי מען רעדט פונעם ציבור, די גרויסע מעגא ציבור איז די קלענסטע אינטערסאנטע פרט פונעם יו"ט,

מען קען רעדן פון דאס דאוואנען ביידע טעג, די ערשטע נאכט טיש, די געהויבענע התחזקות תורה ביים תנאים טיש, די לימוד התורה ברבים, די נעילות החג טיש, די געהויבענע תורה ביים נעילת החג טיש, די טאנצן ביים טיש, די דב"ק ביים באגלייטען, אא"וו זענען פון די זאכען געווען א מעגא הויך פונקט.
אמת! אמת!

אין טערמס פון נייעס איז דאס די גרעסטע חידוש...

אבער די געפילן נאכן יו"ט איז פיל העכערס!
משה רבינו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 356
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:57 pm
x 315

Re: שבעות תשפ"ד קרית יואל

פאוסט דורך משה רבינו »

מחדש האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 1:39 pm
פישפיקלאדיין האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 1:11 pm דיו אילו ימי...

גויל אילו רקיעי...

נישטא קיין ווערטער פון דעם יום שכולו טוב וואס מיר האבן מיטגעלעבט!

דער ציבור איז געווען עפעס אסטראנאמיש, פיל פיל מער ווי אין די פארגאנגענע יארן! איינער אויפגעפאסט?
עס גריצעלט מיר צו הערן ווי מען רעדט פונעם ציבור, די גרויסע מעגא ציבור איז די קלענסטע אינטערסאנטע פרט פונעם יו"ט,

מען קען רעדן פון דאס דאוואנען ביידע טעג, די ערשטע נאכט טיש, די געהויבענע התחזקות תורה ביים תנאים טיש, די לימוד התורה ברבים, די נעילות החג טיש, די געהויבענע תורה ביים נעילת החג טיש, די טאנצן ביים טיש, די דב"ק ביים באגלייטען, אא"וו זענען פון די זאכען געווען א מעגא הויך פונקט.
נישט אמת די ציבור מאכט אסאך אויס אינו דומה מיעטון העושין את המצוה למרובין העושין את המצוה, ברוב עם הדרת מלך,
יאנטשי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 363
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 267

Re: שבעות תשפ"ד קרית יואל

פאוסט דורך יאנטשי »

סומקא האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 9:17 am
צדיק נסתר האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 2:53 am
דעת קדשי האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 2:52 am די רבי האט געמאכט מוצאי יו''ט אדער ווארט אויף ז' שלמים?
יא, די רבי האט געמאכט קידוש לבנה
פארוואס טאקע?
ווייל די מוזיק רעקארדירונג פון פארגאנגענע יאר האט געדארפט שטימען.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5033
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8758

Re: שבעות תשפ"ד קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

יאנטשי האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 2:13 pm
סומקא האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 9:17 am
צדיק נסתר האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 2:53 am
יא, די רבי האט געמאכט קידוש לבנה
פארוואס טאקע?
ווייל די מוזיק רעקארדירונג פון פארגאנגענע יאר האט געדארפט שטימען.
:lol:

ערנסט גערעדט, ס'איז געווען ז' שלמים אין אר"י, און עפ"י הלכה איז דאס דער עיקר. ס'איז באמת נאר דא איין מולד.

אפשר איין טאג וועט קומען א ידען דא מרחיב זיין איבער דעם. @נקודות טובות?
אוועיטער
איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 467
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 472

Re: שבעות תשפ"ד קרית יואל

פאוסט דורך איד »

סומקא האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 9:17 am
צדיק נסתר האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 2:53 am
דעת קדשי האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 2:52 am די רבי האט געמאכט מוצאי יו''ט אדער ווארט אויף ז' שלמים?
יא, די רבי האט געמאכט קידוש לבנה
פארוואס טאקע?
משולחן מלכים - די יאר פר' תולדות
IMG_20240614_142824.jpg
IMG_20240614_142824.jpg (25.66 KiB) געזען געווארן 595 מאל
יאנטשי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 363
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 267

Re: שבעות תשפ"ד קרית יואל

פאוסט דורך יאנטשי »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 2:12 am 2) דאן זע איך דארט דער גרויסער סיין אויפ'ן פארקינג לאט פאר די מוסדות. איי מיען... כ'פארשטיי מ'בויט אזא ריזיגע בנין דארף מען געלט, אבער יעדע זאך האט זיך זיין פראפארץ. דאס איז אביסל איבערגעטריבן. #שריי נישט
גוט אז דו האסט אנגעהויבן מיט דעם, אזוי כאפט מען גלייך אז דו ביסט סארקאסטיש.
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 2:12 am 3) קום איך אריין אין מקוה, בינעך געווען זיכער אז ס'וועט כאטש זיין צוגעשטעלט טועמי' ווען ס'קומען אזיפיל טויזנטער געסט. עפעס נאס צו מאכן דאס מויל ביז מ'גייט צום אכסניא. אביסל ווארימע קוגל. שוין. נישט איז נישט, אבער ס'וואלט געפאסט.
טעמי' אין מקוה? :roll:
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 2:12 am 7) אוי, די דורכגענג. איך האב געדינען דוקא א זיץ ביי א דורכגאנג וועלנדיג האבן אביסל לופט צום אטעמען. למעשה, מענטשן שטיפן זיך אריין אין יעדע לעכל פונעם דרכגאנג, און ס'ווערט א הייסע פולווער, אזש די זיץ איז כמעט גארנישט ווערד. כ'קען נישט פארשטיין פארוואס מ'לאזט דאס צו!
דאס איז גראדע ריכטיג, מען האט געשריבן אז מען וועט עס אינפארסירן אבער מען האט נישט, אפאר אידן האבן זיך באקוועם געמאכט אויף היכל בענקלעך אין די דורכגאנג וואס איז א ריכטיגע סכנה.

אבער פון די אנדערע זייט דארף מען צושטעלן פלאץ צו שטיין פאר די טויזענטער אידן וואס כמה סיבות האבן זיי נישט קיין זיץ, מען וואלט געמעגט צושטעלן איין גאלערי וכדומה בלויז אויף צו שטיין.
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 2:12 am 8) די גאלאריען זענען געמאכט פון אייזן. כ'האב אבער געזען אז די אייזן איז נישט רוי, נאר ס'איז געפעינט זילבער. איך קען נישט פארשטיין פארוואס איך מוז שפירן ביים דאווענען ווי איך בין אין די עמעזאן ווערהאוז. העלא? קענסט נישט פעינטן די ביעמס ווייס אנשטאט זילבער?! נישטא גענוג געלט? איך צאל נישט גענוג פאר מיין זיץ?!

די אייזן איז גאלווענעוועזירט (galvanized) עס זאל נישט ווערן ראסטיג.
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 2:12 am 10) די קידוש בעג אונטערן באנק. קודם, וואס האב איך געזינדיגט אז פונקט ביי מיין פלאץ דארף עס ליגן אגאנצן דאווענען? קהל קען נישט עפעס מסדר זיין ס'זאל הענגען פון די הייעך? איך האב באצאלט פאר א זיץ! 4 סקווער פיס!
אז דו רעדסט שוין פון קידוש מאכן, איין מזל אז די ערשטע טאג שבועות געווען מיטוואך, אזוי האט מען געקענט קידוש מאכן ביים זאגן די לאנגע יום ;)
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 2:12 am 11) די מזונות ליגט אין א בינגא באקס. איך זאג נישט, איך רעד נישט אריין, אבער ס'מאכט זייער ביליג דעם שול! בינגא באקסעס פליען ארום. דזשאסט ס'פאסט נישט. זאל בינגא זיך אדווערטייזן אינדרויסן ביי די מוזיק, נישט אין שול!
שטערענס קיפעלע רעפערס? אין ביהמ"ד??
מחדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 304
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:05 pm
Location: קר"י והגלילות
x 315

Re: שבעות תשפ"ד קרית יואל

פאוסט דורך מחדש »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 2:24 pm
סומקא האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 9:17 am

פארוואס טאקע?

ערנסט גערעדט, ס'איז געווען ז' שלמים אין אר"י, און עפ"י הלכה איז דאס דער עיקר. ס'איז באמת נאר דא איין מולד.

אפשר איין טאג וועט קומען א ידען דא מרחיב זיין איבער דעם. @נקודות טובות?
די רבי שליט"א האט זיך נאכגעפרעגט ביי עקיבא וויינשטאק {מ'סתם אויך ביי אנדערע} וואס די רבי זי"ע האט געטיען אזא צייט,
בעפאר הבדלה איז עקיבא וויינשטא זז"ג צוגעגאנגען ברבים {איידער ארויפגייענדיג די טרעפ צו הבדלה} צום רבין און געזאגט אז דער דברי יואל זי"ע האט מחדש געווען און נאכגעזאגט אז אזוי האט זיך געפירט די טאטע די קדשות יו"ט זצ"ל.

אבער די רבי האט שוין געזאגט בעפאר אז אויב וועט זיין א שיינע הבדלה וועט ער מחדש זיין.
אוועיטער
לאקאלער רב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 165
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
x 240

Re: שבעות תשפ"ד קרית יואל

פאוסט דורך לאקאלער רב »

פישפיקלאדיין האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 1:51 pm
מחדש האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 1:39 pm
פישפיקלאדיין האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 1:11 pm דיו אילו ימי...

גויל אילו רקיעי...

נישטא קיין ווערטער פון דעם יום שכולו טוב וואס מיר האבן מיטגעלעבט!

דער ציבור איז געווען עפעס אסטראנאמיש, פיל פיל מער ווי אין די פארגאנגענע יארן! איינער אויפגעפאסט?
עס גריצעלט מיר צו הערן ווי מען רעדט פונעם ציבור, די גרויסע מעגא ציבור איז די קלענסטע אינטערסאנטע פרט פונעם יו"ט,

מען קען רעדן פון דאס דאוואנען ביידע טעג, די ערשטע נאכט טיש, די געהויבענע התחזקות תורה ביים תנאים טיש, די לימוד התורה ברבים, די נעילות החג טיש, די געהויבענע תורה ביים נעילת החג טיש, די טאנצן ביים טיש, די דב"ק ביים באגלייטען, אא"וו זענען פון די זאכען געווען א מעגא הויך פונקט.
אמת! אמת!

אין טערמס פון נייעס איז דאס די גרעסטע חידוש...
זייער קינדיש און היימשטאטיש צו זיין פארנומען מיטן עולם, די דערהויבנקייט פונעם יום טוב ווערט נישט גרעסער אדער קלענער מיט דעם... פאסט נישט פאר ערוואקסענע אידטיש שרייבער...

די גרעסטע חידוש איז אפשר אז דער ציבור וואקסט פון יאר צו יאר און מען זעהט נאכנישט קיין טראקטארן אויפן שטח.
מחדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 304
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:05 pm
Location: קר"י והגלילות
x 315

Re: שבעות תשפ"ד קרית יואל

פאוסט דורך מחדש »

יאנטשי האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 2:13 pm
סומקא האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 9:17 am
צדיק נסתר האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 2:53 am
יא, די רבי האט געמאכט קידוש לבנה
פארוואס טאקע?
ווייל די מוזיק רעקארדירונג פון פארגאנגענע יאר האט געדארפט שטימען.
רוב מענטשן ווייסן נאך יעצט נישט אז עס איז געכווען א ריקארדינג, דאס ווייזט ווי ווייניג און ווי נישט וויכטיג די זינגער זענענן ביי א באגלייטען.

איך בין עס געוואר געווארען פון די תגובה דא.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2054
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5064

Re: שבעות תשפ"ד קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

לאקאלער רב האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 2:42 pm
פישפיקלאדיין האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 1:51 pm
מחדש האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 1:39 pm

עס גריצעלט מיר צו הערן ווי מען רעדט פונעם ציבור, די גרויסע מעגא ציבור איז די קלענסטע אינטערסאנטע פרט פונעם יו"ט,

מען קען רעדן פון דאס דאוואנען ביידע טעג, די ערשטע נאכט טיש, די געהויבענע התחזקות תורה ביים תנאים טיש, די לימוד התורה ברבים, די נעילות החג טיש, די געהויבענע תורה ביים נעילת החג טיש, די טאנצן ביים טיש, די דב"ק ביים באגלייטען, אא"וו זענען פון די זאכען געווען א מעגא הויך פונקט.
אמת! אמת!

אין טערמס פון נייעס איז דאס די גרעסטע חידוש...
זייער קינדיש און היימשטאטיש צו זיין פארנומען מיטן עולם, די דערהויבנקייט פונעם יום טוב ווערט נישט גרעסער אדער קלענער מיט דעם... פאסט נישט פאר ערוואקסענע אידטיש שרייבער...

די גרעסטע חידוש איז אפשר אז דער ציבור וואקסט פון יאר צו יאר און מען זעהט נאכנישט קיין טראקטארן אויפן שטח.
וויאזוי שפירט זיך דער רב? אלעס בסדר?

שרייב פאוסט