בלאט 2 פון 2

Re: קוקענדיג ווידיאו'ס וואס טראכסטו לגבי דיינע קינדער

געפאוסט: מאנטאג יוני 10, 2024 6:09 pm
דורך אשרי מי
וואלף האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 12:43 pm דער רבי אדמו"ר מהר"א שליט"א פלעגט כמה פעמים מעורר זיין מיט שארפע ווערטער קעגן די וואס ווייזן פאר די קינדער אפי' כשר'ע זאכן, ביזט מחנך דיין קינד צו קוקן ווידאוס
דעס איז איין שטארקע פוינט
ועוד, מחנך זיין אפיציעל אז אונז פייפן אויף ווערטער פון די רבנים איז א מסוכנ'דיגע זאך פארן קינד
ווייל ער וועט נישט בלייבן שטיין ביי דעם גדר.

Re: קוקענדיג ווידיאו'ס וואס טראכסטו לגבי דיינע קינדער

געפאוסט: מאנטאג יוני 10, 2024 6:30 pm
דורך וואוילער
ביטע טויש די קעפל...

לויט די שמועס קוקט אויס אז די שאלה איז "ביסטו מחנך דיינע קינדער צו קוקן ווידיאוס?"

Re: קוקענדיג ווידיאו'ס וואס טראכסטו לגבי דיינע קינדער

געפאוסט: מאנטאג יוני 10, 2024 6:39 pm
דורך אשרי מי
די שאלה איז צו ווען די ביסט נזנח אינעם גדר פון קוקן ווידיא, וואלסטו דאס אויכעט אויסגעלערנט פאר דיין קינד צו טון? אדער פשוט קענסט זיך נישט מתגבר זיין.

[מאנכע רופן דאס בטעות א דאפעלט לעבן, אז אויב קענסט זיך נישט מתגבר זיין אויף א זאך, אבער די לערנסט דיין קינד וואס איז ריכטיג הייסט דאס געלעבט צווייפאכיג,]

Re: ווען די קוקסט ווידיאו'ס וויאזוי טראכסטו לגבי די קינדער

געפאוסט: מאנטאג יוני 10, 2024 7:06 pm
דורך אפשר נישט
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 10:28 am ציפעדיג...
זייער ציפעדיג

Re: קוקענדיג ווידיאו'ס וואס טראכסטו לגבי דיינע קינדער

געפאוסט: מאנטאג יוני 10, 2024 8:27 pm
דורך מיילעך פריילעך
קיינמאל האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 12:11 pm נישט דא אזא זאך וואס איך טו וואס איך וויל נישט מיין קינד זאל טון

איך דרייוו א קאר איך בין מסכים ער זאל דרייווען אלטס טאטע

איך קוק ווידעאס ער קוקט אויך
די האלטס אז די טוסט א לכתחילה שבלכתחילה'ס מיטן קוקן ווידיאס??

Re: קוקענדיג ווידיאו'ס וואס טראכסטו לגבי דיינע קינדער

געפאוסט: מאנטאג יוני 10, 2024 10:59 pm
דורך וואוילער
אשרי מי האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:39 pm די שאלה איז צו ווען די ביסט נזנח אינעם גדר פון קוקן ווידיא, וואלסטו דאס אויכעט אויסגעלערנט פאר דיין קינד צו טון? אדער פשוט קענסט זיך נישט מתגבר זיין.

[מאנכע רופן דאס בטעות א דאפעלט לעבן, אז אויב קענסט זיך נישט מתגבר זיין אויף א זאך, אבער די לערנסט דיין קינד וואס איז ריכטיג הייסט דאס געלעבט צווייפאכיג,]
אה, דו רעדסט נאר צו ווער ס'איז נזנח, און נישט צו איינער וואס טוט עס אפעציעל.

אקעי, טשעקינג אוט.

Re: קוקענדיג ווידיאו'ס וואס טראכסטו לגבי דיינע קינדער

געפאוסט: מאנטאג יוני 10, 2024 11:02 pm
דורך אשרי מי
וואוילער האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 10:59 pm
אשרי מי האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:39 pm די שאלה איז צו ווען די ביסט נזנח אינעם גדר פון קוקן ווידיא, וואלסטו דאס אויכעט אויסגעלערנט פאר דיין קינד צו טון? אדער פשוט קענסט זיך נישט מתגבר זיין.

[מאנכע רופן דאס בטעות א דאפעלט לעבן, אז אויב קענסט זיך נישט מתגבר זיין אויף א זאך, אבער די לערנסט דיין קינד וואס איז ריכטיג הייסט דאס געלעבט צווייפאכיג,]
אה, דו רעדסט נאר צו ווער ס'איז נזנח, און נישט צו איינער וואס טוט עס אפעציעל.

אקעי, טשעקינג אוט.
א אפיציעלער נזנח איז נישט אנדערש.

Re: קוקנדיג ווידעאס, וואס טראכטסטו לגבי דיינע קינדער

געפאוסט: מיטוואך יוני 19, 2024 10:19 am
דורך מידלייף
איך פארשטיי נישט דער אנקעטע, עפעס א בלאסע אנקעטע, וועלעכע עידזש קינדער? וועלעכע סארט ווידיאו?

פאמיליע ווידיאו? פארוואס נישט.

אידישע פלעיס? מיר געבן זיי לכתחילה.

ביזנעס ווידיאוס? ניין

רעבישע ווידיאוס? פארוואס נישט

נארישקייטן ווידיאוס? ווענד ווי זיין לעוועל פון אידישקייט איז, דאס וועלן קוקן איז די פראבלעם, אז ער האלט ביי די מדריגה פון וועלן קוקן זאל ער קוקן.

געאסרטע ווידיאוס? אה ח"וו אויף זיך אליין אויך.

Re: קוקנדיג ווידעאס, וואס טראכטסטו לגבי דיינע קינדער

געפאוסט: דינסטאג יוני 25, 2024 6:36 am
דורך שרייבן שרייבט זיך
איך לאז כמעט נישט קוקן ווידיאוס, אבער נישט אלס גדר נאר ווייל עס איז נישט גוט פאר די אנטוויקלונג פאר די קינד צו קלאצן פאר א סקרין אויף א שעה אין א צי.

מיין שכנים, כ'ניאקישע חסידים וואס ווייזן מיר שומרים קארטלעך ווייל איך האב א סמארטפאון, קוקן יא ווידיאוס. עס איז א מחיה, פרייטאג נאכמיטאג אין די היץ, לייגט מען א ווידיאו און די קינדער זענן שטיל. איך לאז אזא זאך נישט צו.

אבער ווייזן א קליפ פון א קאזין פון אויסלאנד, אדער א זינגער מאכן זיך משוגע, דאס האב איך נישט קיין פראבלעם.

ביי מיר, די גרעסטע חרבן אין חינוך איז נישט אינטרנט, ווידיאוס, רעדן אויף רביס, השכלה, אדער ווערטליך. די גרעסטע חרבן אין חינוך (און אידישקייט) איז שקר. באהאלטן א סמארטפאון פון קינדער איז שקר, קוקן קליפס און זיי נישט לאזן קוקן איז שקר (איך ווייס די טענות, אבער מיט למעשה האט עס נישט), און מאכן כאילו מ'לערנט ווען מ'גייט שמועסן איז שקר. און הזורעים בשקר יקצרו את ההבל, קיין גוטס קומט נישט ארויס. עס זעט אויס גוט, עס קוקט אויס שיין, אבער דאס איז די גלאנץ פון שמוץ.

Re: קוקנדיג ווידעאס, וואס טראכטסטו לגבי דיינע קינדער

געפאוסט: דינסטאג יוני 25, 2024 12:45 pm
דורך וואוילער
שרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 6:36 am איך לאז כמעט נישט קוקן ווידיאוס, אבער נישט אלס גדר נאר ווייל עס איז נישט גוט פאר די אנטוויקלונג פאר די קינד צו קלאצן פאר א סקרין אויף א שעה אין א צי.

געפאוסט: דינסטאג יוני 25, 2024 12:55 pm
דורך אנדערער
וואס מיינט שקר?

Re: קוקנדיג ווידעאס, וואס טראכטסטו לגבי דיינע קינדער

געפאוסט: דינסטאג יוני 25, 2024 2:21 pm
דורך פופציגער
שרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 6:36 am איך לאז כמעט נישט קוקן ווידיאוס, אבער נישט אלס גדר נאר ווייל עס איז נישט גוט פאר די אנטוויקלונג פאר די קינד צו קלאצן פאר א סקרין אויף א שעה אין א צי.

מיין שכנים, כ'ניאקישע חסידים וואס ווייזן מיר שומרים קארטלעך ווייל איך האב א סמארטפאון, קוקן יא ווידיאוס. עס איז א מחיה, פרייטאג נאכמיטאג אין די היץ, לייגט מען א ווידיאו און די קינדער זענן שטיל. איך לאז אזא זאך נישט צו.

אבער ווייזן א קליפ פון א קאזין פון אויסלאנד, אדער א זינגער מאכן זיך משוגע, דאס האב איך נישט קיין פראבלעם.

ביי מיר, די גרעסטע חרבן אין חינוך איז נישט אינטרנט, ווידיאוס, רעדן אויף רביס, השכלה, אדער ווערטליך. די גרעסטע חרבן אין חינוך (און אידישקייט) איז שקר. באהאלטן א סמארטפאון פון קינדער איז שקר, קוקן קליפס און זיי נישט לאזן קוקן איז שקר (איך ווייס די טענות, אבער מיט למעשה האט עס נישט), און מאכן כאילו מ'לערנט ווען מ'גייט שמועסן איז שקר. און הזורעים בשקר יקצרו את ההבל, קיין גוטס קומט נישט ארויס. עס זעט אויס גוט, עס קוקט אויס שיין, אבער דאס איז די גלאנץ פון שמוץ.
וואס מיינען די ווערטער "ביי מיר, די גרעסטע חורבן אין חינוך וגו’"?

אז דו האלטסט אז שקר איז ארגער ווי השכלה? אדער ביי דיר איז עס ארגער?

Re: קוקנדיג ווידעאס, וואס טראכטסטו לגבי דיינע קינדער

געפאוסט: דינסטאג יוני 25, 2024 3:49 pm
דורך שרייבן שרייבט זיך
אין מיין טראכטסגאנג, האב איך מער מורא פאר שקר ווי די אלע אנדערע פראבלעמן.

Re: קוקנדיג ווידעאס, וואס טראכטסטו לגבי דיינע קינדער

געפאוסט: דינסטאג יוני 25, 2024 9:31 pm
דורך צייטווייליג
1 אויפהערן מיט די ווילדע און פערזענליכע שרייבעראציעס.
2 זאגן אז ממעג רעדן אויף רבנים איז אויסדריקליך פארבאטן, פאר דעם קריגט מען א שליסונג.

ביטע שמועסן אויסגעהאלטן, פריינטליך און געמיטליך.

Re: קוקנדיג ווידעאס, וואס טראכטסטו לגבי דיינע קינדער

געפאוסט: דינסטאג יוני 25, 2024 11:21 pm
דורך שרייבן שרייבט זיך
לא אמרתי מעולם אז מ'מעג רעדן אויף רבנים.

נאר אז אפילו די הארבע פראבלעם איז ביי מיר קלענער ווי שקר ביי זי קינדער, פעיקן פרומקייט, אדער זיך פירן אחד בפה ואחד במעשה, איז ביי מיר אן אורזאך פאר פיל מער פראבלעמן ווי דאס וואס רעדן אויף רבנים פירט צו. נישט אז רעדן אויף רבנים איז מותר אדער נישקשה, נאר אדרבה.

Re: קוקנדיג ווידעאס, וואס טראכטסטו לגבי דיינע קינדער

געפאוסט: דינסטאג יוני 25, 2024 11:36 pm
דורך אנדערער
viewtopic.php?t=1888

רעדן קעגן רבנים אדער השכלה איז עניטיים אזוי שקר ווי פאפן די קינדער

Re: קוקנדיג ווידעאס, וואס טראכטסטו לגבי דיינע קינדער

געפאוסט: מיטוואך יוני 26, 2024 12:10 am
דורך פשוט און גראד
לאמיר טרייען אויסצוקלארן (שטעל דיר פאר)

@שרייבן שרייבט זיך האט קיינמאל געזאגט אז מ’מעג טוהן די זאכען כנ"ל. ער האט עס ארויסגעברענגט עטוואס כמו גראפיש ווי הארב ער קוקט אן לכתחילהדיגע שקר. ווי צו זאגען די גרויסע טאטע מעגסט האקען א לעבן, אבער איך מעקעלע טאר נישט. זאגט ער פארן טאטען רעב איד, wake up and smell the coffee, דו סטאפ צו פייניגען די מענטשייט,

Re: קוקנדיג ווידעאס, וואס טראכטסטו לגבי דיינע קינדער

געפאוסט: מיטוואך יוני 26, 2024 6:05 am
דורך שרייבן שרייבט זיך
פייניגן איז די קלענערע פראבלעם.

געוויסע מחנכים טענהן, ווען א טאטע זאגט אנדערש פארן קינד ווי די מחנכים, מאכט עס א געפערליכע צומישעניש ביים קינד, און פון דעם קומן ארויס פארשידענע פראבלעמן. איך בין נישט אזוי איינשטימיג, פארוואס זאל א קינד נישט קענן איינעמן אז עס איז דא אין דעם צוויי דעות, און מיר טון אזוי? ווען ער זעט א קינד פון א צווייטע חסידות אדער גאנג אין עבודת ה', מוז ער יענם פארדאמן אלס שייגעץ?
אבער ווען דער טאטע אליינס פירט זיך אויף אנדערש ווי זיין ווערטער און חינוך, איז די צומישעניש אומטראגבאר. א קינד איז געבויט אויף זיין עלטערן, און יעצט איז זיין וועלט איין שטיק שקר, ווי קען ער ווייטער אנגייען? וואס איז יא און וואס איז נישט?

איך בין מגזם, למעשה רוב קינדער גיבן זיך אן עצה דערמיט אויך. אבער אויף וואס פארא פרייז? זיי קוקן אן די גאנצע זאך ווי א מהיכי תיתי. און געוויסע מענטשן זענן זייער עמפינדלעך צו שקר, און דאס עסט זיי אויף די געזונט.

בקיצור, שקר גלאנצט און מאכט שיין נאך די אמת, אבער אונטער די דינע שיכט ליגט שמוץ און טינופת, און בסופו של דבר וועט עס ארויס קומן.

די צבועים, די עושים מעשה זמרי ומבקשים שכר כפנחס, זיי זענן די אמתער געפאר פאר אידישקייט.

Re: קוקנדיג ווידעאס, וואס טראכטסטו לגבי דיינע קינדער

געפאוסט: מיטוואך יוני 26, 2024 9:35 am
דורך שאינו יודע לשאול
פשוט און גראד האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 12:10 am לאמיר טרייען אויסצוקלארן (שטעל דיר פאר)

@שרייבן שרייבט זיך האט קיינמאל געזאגט אז מ’מעג טוהן די זאכען כנ"ל. ער האט עס ארויסגעברענגט עטוואס כמו גראפיש ווי הארב ער קוקט אן לכתחילהדיגע שקר. ווי צו זאגען די גרויסע טאטע מעגסט האקען א לעבן, אבער איך מעקעלע טאר נישט. זאגט ער פארן טאטען רעב איד, wake up and smell the coffee, דו סטאפ צו פייניגען די מענטשייט,
א בחינה ווי דער #חפץ חיים זצ"ל האט געזאגט אז לשה"ר איז אזוי הארב ווי א א"א.

כ'הער, אבער אזא האקעלע זאך דארף ווערן קלארער ארויסגעשריבן מען זאל זיך נישט טועה זיין אינעם כוונה.