בלאט 2 פון 69

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

געפאוסט: פרייטאג יולי 21, 2023 10:38 am
דורך נחום
זעלענסקי האט אפגעזאגט אוקריינעס אמבאסאדאר צו ענגלאנד נאך וואס יענער האט זיך געלאזט הערן מיט לייכטע קריטיק קעגן זעלענסקי.

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

געפאוסט: דינסטאג יולי 25, 2023 12:45 pm
דורך טראפקעלע
אוקריינא האט ארויסגעשטויסן די רוסן פון אנדיריווקא/דרום באכמוט

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

געפאוסט: דינסטאג יולי 25, 2023 12:51 pm
דורך טראפקעלע
עקאנאמיסטן זאגן אז אינפלעישן אין רוסלאנד איז אסאך ערגער ווי רוסלאנד זאגט, צוליב מערב וועלט סאנקציעס.

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

געפאוסט: מיטוואך יולי 26, 2023 2:43 am
דורך טראפקעלע
די אוקריינער האבן געמאכט פארשריט אין די דרום מערב טייל פון קליסטשיווקע,אוך אין דרום באכמוט.
אין צפון לוהאנסק האבן די רוסן געמאכט פארשריט.

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

געפאוסט: מיטוואך יולי 26, 2023 2:47 am
דורך טראפקעלע
אוקראינע האט אראפגעשאסן א רוסישע העליקאפטער,אויך האבן זיי באוויזן צו אראפשיסן אלע דראנס געשיקט העכער קיעוו.

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

געפאוסט: מיטוואך יולי 26, 2023 2:49 am
דורך טראפקעלע
אוקריינע באמבאדירט קריימיע, נארמאלע טעגליכע ערשיינונג.

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 27, 2023 2:08 pm
דורך טראפקעלע
מיטוואך האט רוסלאנד געשאסן 43 מיסילס+4 קינזעל מיסילס,
אוקריינא האט אראפגעשאסן 36 מיסילס.די 4 קינזעל מיסילס האט אוקריינאר נישט געקענט אראפשיסן.

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 27, 2023 2:11 pm
דורך טראפקעלע
באריכטן אז סטאראמארסקי-וואליקא נאוואסילקא פראנט איז שוין באפרייט.

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 27, 2023 2:13 pm
דורך טראפקעלע
אוקריינישער אמבאסאדאר אין מדינת ישראל:
אז עס איז דא א מעגליכקייט אז רוסלאנד וועט צילן צו באמבארדירן אומאן, דעריבער באטראכט מען צו צוימען אלע אקטיוויטעטן ארום ראש השנה.

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 27, 2023 2:53 pm
דורך טראפקעלע
טראפקעלע האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 2:11 pm באריכטן אז סטאראמארסקי-וואליקא נאוואסילקא פראנט איז שוין באפרייט.
זעלענסקי געמאלדן מיט פרייד.

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:15 pm
דורך טראפקעלע
זעלענסקי דער העלד איז היינט געווען אויף א באזוך אין די טעגליך באשאסענע שטאט אדעסא.

אויך האט ער באזוכט א מיליטערישע שפיטאל אין מיקאלייעוו.

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

געפאוסט: זונטאג יולי 30, 2023 3:00 pm
דורך פעיק ניוז
זעלענסקי זאגט אז רוסלאנד וועט באנייען אירע אטאקעס אויף אוקראינע'ס ענערגיע סיסטעמען, איינמאל די ווינטער וועטערס וועלן זיך אנהייבן.

פארגאנגענעם ווינטער האט רוסלאנד באוויזן צו שעדיגן נאנט צו 40 פראצענט פון אוקראינע'ס ענערגיע.

זעלענסקי האט זיך פארליכטעט צו טון אלעס אין זיין מעגליך צו באשיצן זיין לאנד'ס ענערגיע סיסטעם.

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

געפאוסט: מאנטאג יולי 31, 2023 12:22 am
דורך טראפקעלע
א גאנצע באטעליאן פון 500 טשעטשניע סאלדאטן זענען אוועקגערוימט געווארן דורך די אוקריינער,

לויט א מעסעדזש ארויסגעקומען זענען נאר 60 פון 500 סאלדאטן געבליבן לעבן.

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

געפאוסט: מאנטאג יולי 31, 2023 12:25 am
דורך טראפקעלע
דער העלד זעלענסקי האט באזוכט די באכמוט פראנט, ווי די אוקריינא מאכן צוביסלעך פארשריט.

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

געפאוסט: מאנטאג יולי 31, 2023 12:44 am
דורך טראפקעלע
די אוקריינער האט שבת אטאקירט רוסלאנדס הויפט שטאט מאסקעווע (ווער האט געגלייבט מיט 18 חדשים צוריק)
עטליכע דראונס האבן באטראפן בנינים אין מאסקווע.אריינגערעכנט א רעגירונג געביידע.
די מאסקווע לופטפעלד איז געווען פארשלאסן פאר א שטיק צייט.

רוסישער פארטיידיגונגס מיניסטעריום האט געזאגט, אז היינט אינדערפרי האט אוקריינע פרובירט צו אטאקירן די הויפטשטאט פון מאסקווע מיט 3 דראונס,
איינס איז אראפגעשאסן געווארן דורך די לופט פארטיידיגונגס סיסטעמען אין דרום־מערב פון שטאט, די אנדערע 2 זענען אומשעדליך געוואר דורך עלעקטראנישע סיסטעמס, וואס האט געפירט אז זיי זאלן פארלירן קאנטראל און אראפקראכן.

צום באטאנען אמעריקע איז נאך אין איר היסטאריע זינט איר גרינדונג, קיינמאל נאכנישט אטאקירט געווארן פון א פריינטליכע מיליטער,
רוסלאנד איז שוין א שיינע פאר מאל אטאקיט געווארן אפ' אין מאסקעווע, און ס'זעט נישט אויס ס'זאל זיך אפשטעלן,
אויב עפעס ווערן די אוקריינער מער און מער געוואגט,
יעדער איז געווען זיכער אז פוטין וועט ריספאנדן ביז נוקלער אויב מ'אטאקירט רוסלאנד זעלבסט, און...גארנישט!

זעלענסקי האט היינט געזאגט אז דאס איז די פשוט'ער פּראצעדור וויאזוי א מלחמה ארבעט, ער זאגט אז עס איז הונדערט פּראצענט יושר'דיג אז רוסלאנד'ס שטעט און מיליטערישע באזעס זאלן ווערן אטאקירט.

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

געפאוסט: מאנטאג יולי 31, 2023 12:53 am
דורך טראפקעלע
די אוקריינער האבן סוקסעספול אטאקירט א בריק וואס קאנעקנט קריימיע מיט חארסאן.
זיי מאכן אויך פארשריט ארום ראבאטינא (ווי זיי האבן שוין געהאט אסאך טאנקן און טרעקלעך פארלוסטן) וואס ברענגט זיי נענטער צו קריימיע האלב אינזל.

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

געפאוסט: מאנטאג יולי 31, 2023 2:00 am
דורך ניקל
מאקסים שוואַרצמאַן, א אידישער זעלנער אין די אוקראינישע מיליטער איז געשטארבן ביים קעמפן אויף די פראנט ליניעס קעגן רוסישע קרעפטן, אין די דאנעטסק ראיאן. ער לאזט איבער א ווייב און צוויי קינדערלעך.

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

געפאוסט: מאנטאג יולי 31, 2023 2:09 am
דורך טראפקעלע
ניקל האט געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 2:00 am מאקסים שוואַרצמאַן, א אידישער זעלנער אין די אוקראינישע מיליטער איז געשטארבן ביים קעמפן אויף די פראנט ליניעס קעגן רוסישע קרעפטן, אין די דאנעטסק ראיאן. ער לאזט איבער א ווייב און צוויי קינדערלעך.
פון טשערנאוויטץ, ער איז דארט געקומען לקבורה.
Screenshot 2023-07-31 020733.png
Screenshot 2023-07-31 020733.png (245.8 KiB) געזען געווארן 976 מאל

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 1:00 am
דורך ניקל
פיר זענען באשטעטיגט טויט און איבער 50 פארוואונדעט נאך א רוסישע אטאקע אויף א ציווילע געביידע אין די שטאט קריווי-ראג. די שטאט וואו פרעזידענט וולאדימיר זאלענסקי איז געבוירן געווארן.

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 1:34 am
דורך טראפקעלע
ניקל האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 1:00 am פיר זענען באשטעטיגט טויט און איבער 50 פארוואונדעט נאך א רוסישע אטאקע אויף א ציווילע געביידע אין די שטאט קריווי-ראג. די שטאט וואו פרעזידענט וולאדימיר זאלענסקי איז געבוירן געווארן.
Screenshot 2023-08-01 013350.png
Screenshot 2023-08-01 013350.png (199.54 KiB) געזען געווארן 899 מאל

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 1:42 am
דורך ניקל
רוסישע ווייץ פרייזן האלטן זיך סטעדי אפילו נאכדעם וואס זיי האבן אפגעשטעלט די תבואה דיעל און באמבעדירט די אוקריינער פארטן

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 1:43 am
דורך ניקל
די אוקריינער זאגן אז אזויפיל ווי 180,000 טאנען תבואה איז חרוב געגאנגן אין די 9 טאגיקע רוסישע אטאקעס אויף די פארטן אין אדעסע

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 1:44 am
דורך ניקל
סטעיט דעפארטמענט זאגט אז אמעריקא וועט אנטייל נעמען אין די אוקריינא שלום סאמיט געפירט דורך סאודי אראביע.
אוקריינא וועט דארט זיין. פעסקאוו האט היינט אינדערפרי געזאגט אז רוסלאנד וועט פאלאווען און ארויסקוקן אויף די געשפרעכן

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 1:46 am
דורך ניקל
טאמעס גרינפילד אמעריקא אמבאסאדאר צו די יו-ען:

אמעריקא און נאטא וועלן אנקוקן אן אטאקע אויף פולין דורך די וואגנער גרופע, ווי אן אטאקע דורכגעפירט דורך די רוסישע פעדעראציע

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 1:53 am
דורך טראפקעלע
באריכטן אז פרעזידענט זעלענסקי וועט אפפליען קיין ניו יארק אנטיילצונעמען ביי די UN גענעראל פארזאמלונג.