Re: ברויך א ניגון שטימען מיט די ווערטער? המממ.. לאמיר פרובירן..
געפאוסט: מיטוואך מאי 22, 2024 11:47 pm
איז אזוי.. עטליכע האבן שוין זייער שיין גענטפערט דערויף, אבער איך וועל פרובירן צו מרחיב זיין אביסעלע..נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 22, 2024 4:04 pm
@מאניש בנבנשתי קודם כל, ואני אבטח בך זעה איך נישט וואס איז ראנג מיט די ניגון. דוד המלך פריידט זיך מיט דעם אז ער פארזיכערט זיך אויפן אויבערשטען. ואני אבטח בך, דו ביסט אונזער טאטע דאך! ווען איך קום אריין צו א חתונה וואס מען זינגט דעם ניגון ערוועקט זיך אין מיר א געפיל פון שמחה אז איך האב א גרויסען באשעפער אויף וועמען זיך צו פארלאזן. סארי.
אויב דיין פראבלעם איז מיט די היינטיגע סטייל מוזיק זאג אזוי! אויף די ווערטער קומט א ניגון צו שפרינגען, נישט א ניגון דביקות! אויב איז דא א ניגון וואס שטימט נישט מיט די ווערטער איז עס די ניגון העי צמאה צמאה צמאה, צמאה לך נפשי. כמה כמה כמה כמה, כמה לך בשרי. טי רי ריי דיי ראדידידידאדאם ראדידידידאדאם ראדידידידאדאם... איך האב נאכנישט געטראפען א אינגעל שפרינגען און טאנצען אז ער איז דארשטיג, וויינען יא.
כ'האב שטייצעך געמיינט בדרך צחות.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 23, 2024 10:40 am געזאגט האט מען מיר אז @מאניש בנבנשתי'ס אנקום גייט מיר קאסטן די מילצן.
למעשה איז עס פיל מער... ס'קאסט מיר געהעריגע שכוח'ס. טשי האסטו שיין צולייגט די נושא מיט א קלארקייט! איך אגרי מיט יעדעס ווארט.
און @שאינו יודע לשאול איך דענק נישט אמאל הערן עני געדאנק אויף וכל מאמינים וואס זאל נישט שטימען מיט די ווערטער.
וואס איז שלעכט מיט די ניגונים?נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 22, 2024 5:17 pm אדער אפי' ניגונים אויף לשון הקודש, די באקאנטע ניגון עוז והדר לבושה ותשחק ליום אחרון... וואס זינגסטו דא בכלל? אדער שמחתי באומרים לי בית השם נלך, בית השם נלך??
בנוגע עוז והדר לבושה - אין מיינע נישט נגינה'שע אויגן - איז א געפיל פון התבוננות אז טראכט פון יום המיתה, ווייס אז עס גייט קומען און נאר תורה ומצוות ומעשים טובים גייט בלייבן, אזא געדאנק ווי "כאפט אריין א וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן" - דאס הייסט נישט קיין דעפרעסטע ניגון, עס גייט קומען דיין שטארבן און דו גייסט באקומען גהינום, נאר פארקערט, דו גייסט שטארבן און כאפ אריין וויפיל דו קענסט, דאס גייט דיר בלייבן!וואוילער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 23, 2024 12:28 pmוואס איז שלעכט מיט די ניגונים?נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 22, 2024 5:17 pm אדער אפי' ניגונים אויף לשון הקודש, די באקאנטע ניגון עוז והדר לבושה ותשחק ליום אחרון... וואס זינגסטו דא בכלל? אדער שמחתי באומרים לי בית השם נלך, בית השם נלך??
ווען איר זינגט דאס פרייטאג ביינאכט וואס קלערט איר?!נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 22, 2024 5:17 pm אדער אפי' ניגונים אויף לשון הקודש, די באקאנטע ניגון עוז והדר לבושה ותשחק ליום אחרון... וואס זינגסטו דא בכלל? אדער שמחתי באומרים לי בית השם נלך, בית השם נלך??
גייט ארויף אויף די חלק הרוחני און חלק הפנימי פון א מענטש אדער עכ"פ די חלק האור הרוחני וואס געפינט זיך אויפן וועלט, געוויסע וועלן דאס אנרופן נפש המשכלת אנדערע וועלן עס אנרופן נשמה אנדערע וועלן עס אנרופן שכינה בתחתונים אנדערע וועלן רעדן פון די תורה. הצד השוה הוא אז מען רעדט פון די חלק האור וואס איז דא בתחתונים וועלעכע איז ציכטיג און הייליג א וועט זיך פרייען ליום האחרון - לעתיד לבוא אדער לעולם הבא - מיט איר צוריק-פאראייניגונג און התקשרות מיט איר שורש מיט א געוואלדיגע געגועים וחפץ און דביקות צום אין סוף ב"ה, און דאן וועט זי שיינען און בליען ביים טאטן און גארטן. ווי עס דערקענט זיך אינעם גאנצן קאפיטל דארטן איר געוואלדיגע איבערגעגעבענקייט און און אויסגעגייענדע בטל'דיגע התנהגות (צוליב דעם זאגט מען דאס שב"ק).להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 23, 2024 12:51 pmבנוגע עוז והדר לבושה - אין מיינע נישט נגינה'שע אויגן - איז א געפיל פון התבוננות אז טראכט פון יום המיתה, ווייס אז עס גייט קומען און נאר תורה ומצוות ומעשים טובים גייט בלייבן, אזא געדאנק ווי "כאפט אריין א וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן" - דאס הייסט נישט קיין דעפרעסטע ניגון, עס גייט קומען דיין שטארבן און דו גייסט באקומען גהינום, נאר פארקערט, דו גייסט שטארבן און כאפ אריין וויפיל דו קענסט, דאס גייט דיר בלייבן!
יא יא, צי דו גלייבסט צי נישט.להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 24, 2024 4:15 pmאיז טאקע די ניגון די לעצטע צוויי פראזן?...
נאך ספירה אפשר קענסטו עס שיקן...
https://j-m.app/?albumId=1240&title=Yeh ... -yodai.mp3שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 26, 2024 2:12 pmיא יא, צי דו גלייבסט צי נישט.להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 24, 2024 4:15 pmאיז טאקע די ניגון די לעצטע צוויי פראזן?...
נאך ספירה אפשר קענסטו עס שיקן...
איך האב עס נישט אבער דו קענסט עס הערן אויף שלומי גערטנער'ס לעצטע סידי, דאכצעך ס'הייסט "יהללו".
ידיאנדערער האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 26, 2024 2:18 pmhttps://j-m.app/?albumId=1240&title=Yeh ... -yodai.mp3שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 26, 2024 2:12 pmיא יא, צי דו גלייבסט צי נישט.להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 24, 2024 4:15 pm
איז טאקע די ניגון די לעצטע צוויי פראזן?...
נאך ספירה אפשר קענסטו עס שיקן...
איך האב עס נישט אבער דו קענסט עס הערן אויף שלומי גערטנער'ס לעצטע סידי, דאכצעך ס'הייסט "יהללו".