איה"נשאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 09, 2024 10:00 pmעיה"ר האט אויך א מקור אין משנה און גמרא. נאכאלץ האט מען עס ארויסגענומען פון פראפארציע.פשוט און גראד האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 09, 2024 9:28 pmאמונה און מקורותדיגע סגולות איז דאכט זיך א מצוה און א דבר גדול מאוד, האפענונג און זיין משוגע איז א פראבלעם פאר זיך, די ציגעל סגולה דאכט זיך האבען עכטע גדולים נאכגעזאגט,נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 05, 2024 12:35 pm
דאס איז שוין בכלל פון משיג גבול רעהו! צו האבן גוטע קינדער פארברענט מען א ציגל פאר אייך אין אן אויבען! זאג זיי אז מען מישט נישט!
בקיצור. מען זאל זיך ווייטער אויפרייסען בפני כל און אויסשטעכן יענעמס אויג אפי' אז דאס איז די איינציגע זאך וואס שטייט קלאר אין חז''ל וואס מען זאל דוקא נישט טוהן מפני חשש עין הרע . ווייל ס'איז נשנתה הטבע, פונקט ווי עס איז דא אנטיביאטיק וואס איז נישט געווען בימי חז''ל, איז היינט שוין דא אפשרעכן עין הרע מיט די FDA עפראוועל. און מען זאל לעבן אין לאכן און טוהן וואס מען וויל און זיך נישט זארגען פאר ערליכע קינדער. איי חז''ל זאגן הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים? ס'איז נשתנה הטבע, ווייל היינט קען מען שוין די סגולה פון פארברענען ציגל שטיינער....
ניין! איך בין סייווי פארפאלן… :(
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1372
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 2313
Re: ניין! איך בין סייווי פארפאלן… :(
Re: ניין! איך בין סייווי פארפאלן… :(
לכאורה איז איינס פאר קרענק, און איינס פאר איינגערעדטע קרענק. איינגערעדטע סגולות זאגט מען העלפט פאר איינגערעדטע קרענק.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 09, 2024 8:34 pm מורם ורבותם.
מיט א קול געשטיקט פון טרערן מוז איך אייך זאגן.
עהההעם. מ'שטיימיר דא. נו? צינד אן די מייק!
מ'שטיימיר יעצט פונקט אין א גוטע צייט. יא, א איד ק'ען אלעמאל תשובה טון. תשובה העלפט!
היכי דמי תשובה? באותו מקום ובאותו וויזויהייסטעס.
יאפ. נעכטן איז עס געווען. כ'האב געהערט. כ'האב אריינגעקאלט. ס'געווען קול מבשר. די ערשטע מודעה בעפאר אלעמען. דאס האט געטוישט מיין לעבן אויף אייביג.
"יעצט פאר מתן תורה! כל המומין נתרפאו! דער זמן מסוגל פאר אלע מחלות ל"ע! שפרעכט אפ עין הרע!".
זאגטס מיר טייערע אידן. וואלט אייך אזאנס פייגעבאלן?! דאס איז דאך טאלאנט נעקסט לעוול!!!
כ'מיין... קאמאן! ממה נפשך. איז עס א זמן מסוגל שכל המומין יתרפאו? אידאך גוט! וואס פעלט אויס אפשפרעכן? די ישועה אידעך אי"ה דא!
איז דער זמן נישט אזוי איי איי איי ח"ו, איז פארוואס נישט אפשרעכן אסרו חג?! פארוואס אויף שבועות? וואסעפעס???
שוין אפגערעדט וואס מ'שטיימיר דא קוים 2 וואכן נאכ'ן גרויסן טאג ל"ג בעומר וואס איז מיוחד אויף אפשפרעכן עין הרע! כמבואר בזוהר הק' אין די אידרא אביי! (כ'ווייס? אין אידרא רבה זיכער נישט).
ס'מוז זיי אז די אישו איז, אז שבועות איז כל המומין נתרפאו, וועט דאל זיין א שלעכט אויג אויף אלע אויסגעהיילטע, דארף מען מקדים זיין מכה לרפואה, און באצייטנס אפשפרעכן עין הרע נאך פאר די ישועה קומט ח"ו אן!!!
ווערט יעצט א שאלה פון אתי עשה ודחי לא תעשה. כ'מיין... אדם מקנה דבר שלא בא לעולם! קען מען אפשפרעכן די עיה"ר פון א ישועה וואס איז נאך יעצט נישט אנגעקומען?
המשך יבא. שוין צופיל געלערנט היינט. איך מוז גיין כאפן א לופטער אויף א שטיקל גמרא.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5783
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 12172
Re: ניין! איך בין סייווי פארפאלן… :(
אמת...
דער פראבלעם ווערט נאר ווען עס הייב זיך אן אנדערש. מען רעדט איינעם איין אז ער איז קראנק כדי אים צו קענען היילן מיט אן איינגערעדטע סגולה.
כאפסט?...