בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 975
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1395

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

יומא דהילולא פונעם הייליגן ר' מענדעלע אין רימינוב
פיילס
IMG-20240516-WA0061.jpg
IMG-20240516-WA0061.jpg (303.88 KiB) געזען געווארן 943 מאל
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 975
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1395

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

כבוד אחי ורעי שותפים במוסד הגדול והקדוש "בוני עולם"

ווי מען האט געהאט געמאלדן וועלן מיר אדורכגיין די גאנצע סדר הנסיעה בעזהשי"ת אנגעהויבן פון מיטוואך נאכט אין עירפארט ביז מאנטאג צופרי ווען מען איז דא צוריק, דבר דיבור על אופניו. די סדר הנסיעה אימעיל'ס וועט זיין איינגעטיילט אין עטליכע מודעות צוליב די פולע פרטים וואס מען דארף מעלדן.

מיטוואך נאכט בשעה 11:30 הייבט זיך אי"ה דער בוני עולם טשארטער פליגער אויפן וועג דיירעקט קיין ריישא, א וועג פון אכט און א האלב שעה. ווי יעדער פארשטייט אליין אז ביי אזא גרויסע ציבור דויערט דאס איינטשעקן און סעקיורטי וכו' א שטיק צייט, דעריבער בעט מען בכל לשון של בקשה עס זאל יעדער מאכן זיכער צו זיין אין עירפארט נישט שפעטער ווי 9:00 אזייגער אווענט! פאר די וואס האבן באשטעלט פלעצער אויף די באסעס וועט מען נעקסטע וואך מודיע זיין פינקליך ווען און פון ווי די באסעס פארן ארויס פון יעדע שטאט באזונדער.

נאכן איינטשעקן די פעקליך וועט זיין אין טערמינעל צוגעשטעלט א ווארימע פליישיגע נאכטמאל, עס וועט זיין אויסגעשטעלט א אויסוואל פון עטליכע געשמאקע מאכלים, געקעיטערט דורך דעם בארימטען פאמיגרענט געשעפט אין פלעטבוש, וואס שטייט אונטער די השגחה פון התאחדות הרבנים, די נאכטמאל איז צוגעשטעלט בנדבת ידידינו עוז, תומך נלהב דמפעלינו, מוה"ר אברהם יודא באנדא הי"ו בעה"ב פון פאמיגרענעט. אזוי אויך וועט זיין אויסגעשטעלט איינגעפאקטע מאכלים, וואס מען וועט קענען מיטנעמען מיט זיך און עסן אויפן פליגער.

נאך וואס די פליגער וועט זיך הייבן אין א גוטע שעה, וועט מען הערן קורצע דברי פתיחה פון אונזער יו"ר הרב ישראל שטערן פון לאנדאן. דערנאך וועט מען מאכן נאכט, דער עולם זאל זיך קענען אויסרוען כמה שעות ביז צופרי. דערנאך וועט מען זיך שטעלן אינאיינעם תפלת שחרית ברוב עם, און א אויסנאם וועט מען נישט האבן קיין קריאת התורה אבער מען וועט עס משלים זיין אי"ה ביי תפלת מנחה אין ליזענסק. נאך שחרית וועט סערווירט ווערן פרישטאג, און דערנאך וועט מען האבן די זכי' צו הערן דברי הכנה לקראת די מקומות הקדושים פון הרב יוסף חיים גרינוואלד שליט"א בעל פרדס הצדיקים.

נאכן לאנדען אין ריישא בערך 3:00 אזייגער נאכמיטאג ארטיגע זייגער, וועט יעדער אפנעמען די פעקליך, און ארויסגיין פון עירפארט ווי עס וועט אונז דארט אנווארטען א פלאטע פון באקוועמע קאוטש באסעס, וואס וועלן פירען דעם ציבור א וועג פון א האלבע שעה קיין ליזענסק. די פעקליך וועלן בלייבן אויף די באסעס, און יעדער איינער וועט שפעטער ממשיך זיין דעם וועג מיטן זעלבן באס ווי ער איז געקומען. יעדע באס וועט האבן א נאמבער לסימן.

אנקומענדיג קיין ליזענסק בערך 5:00 אזייגער, וועט מען קודם צופארן צום בנין הכנסת אורחים ווי עס וועט זיין צוגעגרייט א מיטאג כיד המלך, קאלט'ס און ווארימ'ס ביד רחבה פארן גאנצען ציבור. אזוי אויך וועט זיין צוגעגרייט א ווארימע מקוה אויפן פלאץ און עס וועלן זיך שטעלן דארט מנינים מנחה מיט קריאת התורה. אזוי אויך וועט דארט זיין צוגעגרייט פאר יעדעם איינעם די שליסלעך פון דעם האטעל צימער אין קראקא, אזוי אז ווען מען קומט אהן שפעטער ביינאכט אין האטעל קען מען תיכף ארויפגיין צו די אייגענע צימער.

בשעה 6:30 וועט פארקומען די מעמד תפלת רבים בקדשי הקדשים ביים ציון פון דעם הייליגען רבי'ן רבי אלימלך, ווי מען וועט אנפילען דעם אהל הקדוש די חדר הכהנים און ארום. מען וועט צוזאמען זינגען נגוני קודש והתעורוות, און זאגן די תפלה קודם התפלה פון דעם הייליגען צדיק וקדוש. דערנאך וועט מען הערן דברי תחינה ובקשה פון דעם שליח פון כלל ישראל, הרב שלמה באכנער הי"ו מנהל מפעלינו, וועלכע וועט מנהמת לבו מעורר זיין רחמי שמים לישועת הכלל והפרט בזכותו של אותו צדיק! דערנאך וועט מען זאגן ספר רביעי תהלים, מיט דער יהי רצון און שלש עשרה מדות.

אלקינו ואלקי אבותינו הי' עם פיפיות שלוחי עמך בית ישראל העומדים לבקש תפלה ותחנונים מלפניך על עמך בית ישראל!!

המשך הנסיעה אין די מודעה פון זונטאג בהר אי"ה

ידידכם עוז

יוסף ירמי' ליפשיץ
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 975
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1395

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

אחי ורעי

עטליכע וויכטיגע מודעות לקראת הנסיעה

איך וועל צוטיילן די מודעות לויט יעדע נושא באזונדער



כשרות המאכלים

אלע געקאכטע מאכלים וואס וועט זיין פון לאנדען אין ריישא ביזן צוריקקומען קיין ניו יארק, וועט זיין אך ורק פון די קאך פון ללכת, וואס שטייט אונטער די שטרענגע השגחה תמידית פון ביד"צ דק"ק מחזיקי הדת אנטווערפן! פארשטייט זיך אז אלע פלייש סיי בשר עוף און סיי בשר בהמה אלעס וועט זיין פון די מהודר'דיגע אנטווערפן'ער שחיטה. דאס איז כולל אלע מעמדים און סעודות און עסן וואס מען טיילט עלי דרך אלעס איז אונטער די השגחה!

בנוגע משקאות. אלע משקאות וואס מען וועט געבן במשך די גאנצע נסיעה איז פון די ארטיגע קאמפעניס האבן נישט קיין השגחה אויפן באטעל אבער עס איז עפראווד דורך'ן הכשר הנ"ל צו ניצען לכתחילה. פאר די וואס זענען מקפיד דוקא צו האבן א היימישע הכשר אויפן באטעל זענען מיר מודיע אז מיר וועלן צושטעלן ביי אלע סעדות און מעמדים וכדו' א טישל ווי עס וועלן זיין אויסגעשטעלט כל מיני משקאות מיט היימישע הכשרים, און מען וועט קענען נעמען פון דארט צו טרינקען.

פאר אידן וואס זענען מקפיד צו עסן דוקא בשר עוף איז מען מודיע, אז עס וועט זיין ביי אלע פליישיגע סעודות אויך בשר עוף, אזוי אויך שבת קודש וועט זיין א טשולענט פון בשר עוף וואס מען וועט קענען בעטן אין די קאך.

א קליינע שינוי אין דעם, איז דער מיטאג סעודה אין ליזענסק, וואס וועט סערווירט ווערן דורך הכנסת אורחים ד'ליזענסק, דארט איז דא א אייגענע קאך וואס שטייט אונטער די שטרענגע השגחה פון כדתיא פון לאנדאן.

דער נאכטמאל אין די ניו יארק עירפארט מיטוואך בהר און אזוי אויך די עסן אויפן פליגער אויפן וועג קיין ריישא, וועט זיין פון די פאמיגרענעט געשעפט אין פלעטבוש, וואס איז אונטער די השגחה פון התאחדות הרבנים, די בשר עוף ביים נאכטמאל וועט קומען פון די בית השחיטה המהודרת פון קרית יואל.

יאכלו ענוים וישבעו!

מקוה

אין ליזענסק ביים אנקומען וועט זיין צוגעשטעלט די ארטיגע ווארימע מקוה פארן ציבור

אין די האטעל אין קראקא, וועט זיין אין די חצר אויפגעשטעלט א טענט מיט א ווארימע "קאראנא מקוה", אזוי אויך וועט מען יעדן טאג אינדערפרי אויך זיך קענען טויבלען אין דעם סווימינג פול פון די האטעל, פרייטאג נאכמיטאג וועט אבער דער סווימינג פול נישט זיין אפן פאר אונזער ציבור, מען וועט קענען גיין נאר אין די קאראנא מקוה.

עס געפינט זיך א מקוה אין קראקא אונטער די בעלות פון ללכת, עס איז צו פארן בערך 20 מינוט פון די האטעל, דער וואס וויל קען פרייטאג נאכנמיטאג פארן אהין און צוריק און ניצען די ארטיגע מקוה, עס וועט זיין צוגעשטעלט א נאמבער פון א קאר סערוויס פאר דער וואס וויל אהין פארן.

זונטאג אין צאנז, וועט די מקוה אין בוני צאנז זיין צוגעשטעלט, פאר דער וואס וויל גיין אין מקוה איידער דעם עלי' לציון הקדוש.

שבת שליסעך

היות אז דער שליסעל פון דער צימער איז מוקצה שבת קודש, וועט זיין צוגעשטעלט "מעגינעט'ס" וואס וועט האלטן די טיר אפען ווען מען געפינט זיך נישט אין צימער במשך השבת. עס איז ראטזאם אז די בערזל אין די אנדערע טייערע חפצים זאל מען באהאלטן אין די סעיף וואס איז דא אין יעדע צימער.

ידידכם עוז

יוסף ירמי' ליפשיץ
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 975
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1395

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

א גוטע וואך,
נישט פארגעסן צי זאגן "וישלח"
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 975
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1395

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

שטח ההדלקה אין קראקא
פיילס
WhatsApp Image 2024-05-20 at 09.43.34_3eb1bd72.jpg
WhatsApp Image 2024-05-20 at 09.43.34_3eb1bd72.jpg (242.82 KiB) געזען געווארן 795 מאל
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 975
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1395

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 975
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1395

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

.
פיילס
Screenshot_20240520_180549_WhatsApp.jpg
Screenshot_20240520_180549_WhatsApp.jpg (468.1 KiB) געזען געווארן 731 מאל
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 975
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1395

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

אחי ורעי, דער מודעה איז א המשך צום סדר הנסיעה



נאכן מעמד תפלת רבים אין ליזענסק וועט מען זיך ארויסלאזן בערך בשעה 8:15 א וועג פון א האלבע שעה קיין לאנצוט צום ציון הקדוש פון דעם הייליגען ראפשיצער רב זי"ע בעל זרע קודש, ווי מען וועט זאגן די 15 שיר המעלות און הערן קורצע דברי התעוררות פון הרב מאיר צוויבעל שליט"א.

דערנאך וועט מען צופארן צום אלטן שול אין לאנצוט ווי עס האט געדאווענט דער קדוש אלקי, דער הייליגער חוזה פון לובלין זי"ע, ווי מען וועט הערן א דרשת התעוררות בקדושת הזמן והמקום פון דער סקווירא דיין שליט"א. דערנאך וועט מען צוזאמען דאווענען מעריב אין ספירת העומר אין דעם גרויסען מקום קדוש!

נאך מעריב וועט מען פארן א וועג פון בערך צוויי שעה צום האטעל קיין קראקא, ווי עס וועט אונז אפווארטן א ווארימע נאכטמאל, און דער עולם וועט זיך גיין אפריען צום עבודת היום פון מארגן.

ערב שבת צופרי וועלן זיך שטעלן עטליכע מנינים שחרית, פון 8:00 אזייגער צופרי ביז 9:30 אין די שטיבלעך אינעם מיינעס 2 שטאק אין האטעל. א גרויסע מנין וועט זיך שטעלן אין גרויסען בית מדרש בשעה 8:30 ברכות, הודו בשעה 8:45

במשך די גאנצע צייט וועט סערווירט ווערן אין דעם גרויסען זאל א ברייטען פרישטאג פארן גאנצען ציבור.

ומשם יפרד והי' לארבעה ראשים, דא קען מען זיך קלויבן איינס פון די קומענדיגע פיר אפציעס.



נסיעה א'

אוישוויץ – בירקענוי

די באסעס וועלן ארויספארן בשעה 10:30 א וועג פון אנדערהאלבן שעה קיין אוישוויץ, ווי ביים אנקומען וועט יעדער דארפן אדורכגיין זייער סעקיורטי וכו' וואס נעמט א שטיק צייט. דערנאך וועט מען דורכגיין אינאיינעם דעם שרעקליכען אושוויץ'ער גיהנום, ווי אונזערע זיידעס און באבעס צוזאמען מיט זייערע קינדער און אייניקליך הי"ד, זענען אזוי אכזריות'דיג געהארגע'ט און פארברענט געווארן על קידוש השם דורך די בארבארישע נאצישע רוצחים ימ"ש. עס וועט אנווייזען און זאגן פאקטען וועגן דעם שרעקליכען מקום, דער באקאנטער ידען נפלא, הרב ישראל שטערן פון לאנדאן.

נאכ'ן אדורכגיין אוישוויץ א שפאציע פון בערך א שעה, וועט מען פארן מיט די באסעס א וועג פון עטליכע מינוט קיין בירקענוי, ווי נאך א שפאציר אין די באראקן וועט פארקומען דער מעמד זכרון קדושים, ווי מען וועט צוזאמען זינגען דברי התעוררות פון גלות וגאולה אנגעפירט דורך הרב ישכר גוטמאן מיט די קאפעליע, און דענאך וועט מען הערן א פערזענליכע דרשה נלהבה פון הרב שלמה באכנער מנהל המוסד. צום שלוס וועט דער סקווירא דיין שליט"א פארזאגן די תפלה פון קל מלא רחמים און זאגן קדיש לעלוי נשמת די קדושים.

מען וועט פון דארט צוריקפארן אין האטעל ווי מען וועט אנקומען בערך צווישען 5 און 6 אזייגער נאכמיטאג

נסיעה ב'

לעלוב – ראדאשיץ

די באסעס וועלן ארויספארן בשעה 10:00 א וועג פון קרוב צו צוויי שעה קיין לעלוב, צום ציון הקדוש פון דעם אוהבן של ישראל רבי דוד'ל לעלוב'ער זי"ע. מען וועט הערן דארט דברי התעוררות פון הרב חיים יצחק קאפ שליט"א נכד אדמור"י לעלוב, און דערנאך וועט מען דארט זאגן פון קאפיטעל צ' ביז ק'.

דערנאך וועט מען פארן א וועג פון א האלבע שעה קיין ראדאשיץ, ווי מען וועט קודם זינגען די נגוני קודש פון דעם הייליגען ראדאשיץ'ער צדיק, אנגעפירט דורך'ן מנגן נפלא הרב זלמן גוטמאן הי"ו. דערנאך וועט מען הערן דברי התעוררות פון הרב יוסף חיים גרינוואלד שליט"א בעל פרדס הצדיקים, דערנאך וועט מען זאגן תהלים פון קאפיטעל ק"א ביז קאפיטל ק"ח.

מען וועט פון דארט צוריקפארן אין האטעל ווי מען וועט אנקומען בערך צווישען 4 און 5 אזייגער נאכמיטאג

נסיעה ג'

באבוב

די באסעס וועלן ארויספארן בשעה 10:00 א וועג פון קרוב צו צוויי שעה קיין באבוב, ווי מען וועט זאגן תהלים פון קאפיטעל צ' ביז ק"ח און מען וועט הערן קורצע דברי תפלה פון דעם משפיע הידוע, הרב יוסף ירמי' ליפשיץ שליט"א נכד אדמורי באבוב.

פון דארט וועט מען צופארן אין די אלטע שול אין באבוב ווי מען וועט זינגען נגוני קודש פון מרן הקדושת ציון, במקום הקדוש ווי דער צדיק האט אנגעראכטן זיין הייליגע עבודה אין פארשידענע זמנים במשך השנה.

אויפן וועט צוריק אין האטעל וועט מען זיך אנשטעלן אין בוני צאנז ווי מען וועט גיין אין מקוה לכבוד שבת קודש.

מען וועט אנקומען אין האטעל צווישען 4 און 5 אזייגער נאכמיטאג





קבוצה ד'

איך בלייב אין האטעל



קבוצה ד' איז כולל אזעלכע יחידים וואס ווילען נעמען פריוואטע קארס און פארן צו קברים פון זייערע זיידע'ס וכדו' אדער די אידן וואס ווילען זיך צוגרייטען צום שבת קודש מתוך מנוחה והרחבת הדעת און ווילן נישט פארן אין ערגעץ.



בקשה צו אלע פיר חבורות!

עס איז זייער וויכטיג צו וויסן וואס פריער ווער פארט ווי, כדי מען זאל קענען מסדר זיין פלאץ ביי אלע נסיעות כראוי וכיאות ביטע ריפלייט אייער פלאן אויף בייגעלייגטן לינק, און ביטע טוט עס תיכף ומיד! ישר כח פאר אייער מיטארבייט



נסיעה לקרשאנוב

ביומא דהילולא פון רבי שלמה קרשאנוב'ער זי"ע



ל"ג בעומר געפאלט די יומא דהילולא קדישא פון דעם צדיק נשגב ופועל ישועות רבי שלמה קרשאנוב'ער זי"ע, כידוע מיט זיין נאמען המסוגל לישועה רבי שלמה בן פיגא. היות אז היום קצר און עס איז נישט שייך מטריח צו זיין דעם גאנצען עולם צו פארן, על כן האט מען מסדר געוועהן אז זונטאג צופרי בשעה 8:30 וועט זיך ארויסלאזן א באס קיין קרשאנוב בראשות הרב שלמה באכנער הי"ו נכד בעל ההילולא!

היות אז די נאכט פון מוצאי שבת וועט זיין ביי אונז א בחי' פון לילה כיום יאיר, איז 8:30 צופרי א מצב פון אשמורת הבוקר, אבער עס איז כדאי דער טירחא, צו קענען זיין אויפן ציון הקדוש פון דעם גרויסען צדיק וקדוש! פון קרשאנוב וועט מען ממשיך זיין קיין צאנז ווי מען וועט אנקומען צוזאמען מיט גאנצן עולם.

דער וואס וויל פארן קיין זונטאג צופרי קיין קרשאנוב זאל ביטע ריפלייען אויך אויף דעם בייגעלייגטן לינק.

https://form.jotform.com/241406464164049




ידידכם עוז


יוסף ירמי' ליפשיץ
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 975
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1395

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

די אויבענעס אין די בארימטע ״פאמעגראנעט״ געשעפט בבעלות ידידנו הנדיב החשוב ר׳ אברהם יודא באנדא הי״ו, ווערן צוגעגרייט פארן גרויסארטיגע נאכטמאהל וואס וועט צוגעשטעלט ווערן ביים געיט הארט פארן ארויפגיין צום פליגער!…
פיילס
IMG-20240520-WA0059.jpg
IMG-20240520-WA0059.jpg (543.83 KiB) געזען געווארן 702 מאל
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 975
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1395

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

ראשי העסקנים זיצונג אין די ללכת אפיס מיט ר׳ דוד לאנדא צו מסדר זיין די לעצטע הכנות צום גראנדיעזן נסיעה
פיילס
IMG-20240520-WA0060.jpg
IMG-20240520-WA0060.jpg (134.36 KiB) געזען געווארן 702 מאל
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 975
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1395

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

ליסטע פון זאכן וואס מען דארף מיטברענגען

טלית ותפילין
שבת טלית
וועש/אונטער וועש
זאקן/ווייסע זאקן,פערטל שיך/שטיוול
שטריימל/ספאדיק
בעקיטשע/
טיש בעקיטשע/רעזשוואלקע
מעיל/שירעם/שטריימל פלעסטיק
(ויש נוהגים גם להביא שווים הויזן)
פאן טשארדזשער (פלאג פון יוראפ און ארץ ישראל, אדער usb)
ספרים צום לערנען
א גיטע געשמאקע מוד און גיסטע!!

סידורים, חומשים, תהלים, גליונות וועט זיין

כ׳האף איך האב גארנישט פארגעסן

ליכט, קוויטל פאפיר, זייף שעמפא, נעגל שניידער, וכדומה וועט זיין אי״ה

חלילה נישט פארגעסן דעם פאספארט
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 975
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1395

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

וויכטיגע מעלדונג בנוגע באסעס
היות עס האבן זיך איינגעשריבן זייער ווייניג מענטשן צו פארן מיט די באסעס
ע״כ וועט נישט זיין קיין באסעס צום עירפארט

מען וועט צוריק געבן דאס געלט פאר יעדן איינעם, ואתכם הסליחה
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 975
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1395

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

לדאבון חלק מהנוסעים איז נישט דא קיין וויי-פיי קאנעקשאן אויפן פליגער
אין האטעל וועט יא זיין
ואתכם הסליחה מען וועט זיך גוט קענען אויסרוען!
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 975
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1395

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

נאמבער פון דעם "מסע הבונים אינפארמאציע האטליין, און לייוו הוקאפ׳ס״
718-889-0044
ווי הרב יוסף ירמי׳ ליפשיץ הי״ו וועט איבערגעבן אפדעיטס
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 975
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1395

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

מיטוואך נאכט אינעם JFK עירפארט פון ווי די פליגער האט זיך געהויבן קיין ריישא
פיילס
IMG-20240522-WA0039.jpg
IMG-20240522-WA0039.jpg (260.43 KiB) געזען געווארן 516 מאל
IMG-20240522-WA0048(1).jpg
IMG-20240522-WA0048(1).jpg (313.02 KiB) געזען געווארן 516 מאל
IMG-20240522-WA0049.jpg
IMG-20240522-WA0049.jpg (194.81 KiB) געזען געווארן 516 מאל
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 975
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1395

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

דער פאטעטע מייסטער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 11:18 pm מיטוואך נאכט אינעם JFK עירפארט פון ווי די פליגער האט זיך געהויבן קיין ריישא
פיילס
IMG-20240523-WA0014.jpg
IMG-20240523-WA0014.jpg (195.06 KiB) געזען געווארן 519 מאל
IMG-20240523-WA0011.jpg
IMG-20240523-WA0011.jpg (168.05 KiB) געזען געווארן 519 מאל
IMG-20240523-WA0004.jpg
IMG-20240523-WA0004.jpg (261.46 KiB) געזען געווארן 519 מאל
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 975
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1395

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

אויפן פליגער
פיילס
Screenshot_20240524_052022_WhatsApp.jpg
Screenshot_20240524_052022_WhatsApp.jpg (168.14 KiB) געזען געווארן 516 מאל
IMG-20240523-WA0090.jpg
IMG-20240523-WA0090.jpg (264.46 KiB) געזען געווארן 517 מאל
IMG-20240523-WA0035(1).jpg
IMG-20240523-WA0035(1).jpg (170.15 KiB) געזען געווארן 517 מאל
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 975
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1395

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

אינעם ריישא עירפארט, די עסקנים ביים אויפנעמען דעם ציבור, דער עולם ביים אפווארטן די פעקלעך
פיילס
IMG-20240523-WA0086.jpg
IMG-20240523-WA0086.jpg (143.06 KiB) געזען געווארן 513 מאל
IMG-20240523-WA0078(1).jpg
IMG-20240523-WA0078(1).jpg (160.72 KiB) געזען געווארן 513 מאל
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 975
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1395

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

קריאת התורה ביי מנחה אין ליזענסק
פיילס
IMG-20240523-WA0077.jpg
IMG-20240523-WA0077.jpg (151.92 KiB) געזען געווארן 511 מאל
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 975
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1395

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

ברייטע מיטאג אין ליזענסק
פיילס
IMG-20240523-WA0074.jpg
IMG-20240523-WA0074.jpg (179.81 KiB) געזען געווארן 511 מאל
IMG-20240523-WA0073(1).jpg
IMG-20240523-WA0073(1).jpg (243.18 KiB) געזען געווארן 511 מאל
IMG-20240523-WA0072.jpg
IMG-20240523-WA0072.jpg (181.82 KiB) געזען געווארן 511 מאל
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 975
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1395

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

אויף די וועגן
פיילס
IMG-20240523-WA0056.jpg
IMG-20240523-WA0056.jpg (249.97 KiB) געזען געווארן 510 מאל
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 975
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1395

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

שחרית היינט פרייטאג באשמורת הבוקר
פיילס
IMG-20240524-WA0058.jpg
IMG-20240524-WA0058.jpg (154.29 KiB) געזען געווארן 506 מאל
IMG-20240524-WA0060.jpg
IMG-20240524-WA0060.jpg (233.68 KiB) געזען געווארן 506 מאל
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 975
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1395

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

ליזענסק


אביסל נעגל וואסער אויפן פליגער נאכן אויפשטיין
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3360
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8651

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

@דער פאטעטע מייסטער ביסט מיר מכשיל מיט 'לא תחמוד'...
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 975
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1395

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 11:32 pm @דער פאטעטע מייסטער ביסט מיר מכשיל מיט 'לא תחמוד'...
:D :D :D
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
שרייב פאוסט