בלאט 2 פון 33

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 12:13 pm
דורך דער תהלים איד
נפתלי האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 7:16 am פאריאר איז געוועהן א שטארקע צישטיפעניש ביים טאנצן.

מען דארף צישטעלן א גרעסערע שטח צו טאנצן!
מפי השמועה ארבעט מען אויף א נייעם אויסשטעל, סיי אויף די טאנצן אז דער פלאץ זאל ווערן גרעסער, און סיי איבער טרעפיק, און פובליק טראנספארטאציע.

ווען כ'וועל האבן פרטים וועל איך אריינקומען.

Re: הדלקה קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 12:14 pm
דורך דער תהלים איד
זרש האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 7:24 pm ווער גייט מאכן די מייק סיסטעם ביים מעמד הדלקה?
ס'הייסט אז די בארימטע "סטעלער" קאמפאני.

Re: הדלקה קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 12:44 pm
דורך זרש
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 12:14 pm
זרש האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 7:24 pm ווער גייט מאכן די מייק סיסטעם ביים מעמד הדלקה?
ס'הייסט אז די בארימטע "סטעלער" קאמפאני.
Confirmed?

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 12:46 pm
דורך שבת קודש
די הדלקה יעדעס יאר איז הערליך מיט סוקסעס

חוץ די 'טרעפיק' וואס דאס איז יערליך א טאטעלע דורכפאל

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 12:50 pm
דורך גראסערי
זייער כדאי צו מודיע זיין פארן ברייטן ציבור אז ק'י האט נאך אן ענטרענס דורך עיס פארם דירעקט צום 32 אדער דורך די זייטיגע געסלעך

דאס קען עטוואס פארגרינגערן

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 12:53 pm
דורך שבת קודש
לאז איבעראל פארקן אויף ביידע זייטן חוץ אויף גארפילד ראוד און מאך אלע צענטראלע גאסן פאר א ווען וועי אזווי מען טוט פורים יערליך

אזוי אויך דארף מען אוועקטראגן אלע באסעס פונעם גרויסען פארקינג לאט ביים ביה''ח

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 3:14 pm
דורך מחדש
פארוואס נישט נאכאמאל סאנדעל?

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 3:23 pm
דורך איך
מחדש האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 3:14 pm פארוואס נישט נאכאמאל סאנדעל?
אפשר ווייל ער קען נישט נעמען אזא דזשאב

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 3:23 pm
דורך שמח
מחדש האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 3:14 pm פארוואס נישט נאכאמאל סאנדעל?
ווען האט מען אים לעצט געניצט פאר אזעלכע גרויסע מעמדים?

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 3:37 pm
דורך מחדש
איך האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 3:23 pm
מחדש האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 3:14 pm פארוואס נישט נאכאמאל סאנדעל?
אפשר ווייל ער קען נישט נעמען אזא דזשאב
קען טאקע זיין ער איז פונקט ביזי, כ'סתם געפרעגט פארוואס מען האט אים נישט נאכאמאל גענומען אויב פאריאר איז ער נישט שלעכט געווען.

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 3:38 pm
דורך שמח
מחדש האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 3:37 pm
איך האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 3:23 pm
מחדש האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 3:14 pm פארוואס נישט נאכאמאל סאנדעל?
אפשר ווייל ער קען נישט נעמען אזא דזשאב
קען טאקע זיין ער איז פונקט ביזי, כ'סתם געפרעגט פארוואס מען האט אים נישט נאכאמאל גענומען אויב פאריאר איז ער נישט שלעכט געווען.
ער איז געווען פאריאר?!

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 3:40 pm
דורך משה יצחקי
עפעס הער איך אז מאיר אדלער גייט זיין די שפילער?

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 3:44 pm
דורך איך
משה יצחקי האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 3:40 pm עפעס הער איך אז מאיר אדלער גייט זיין די שפילער?
עמרם איז מסכים??

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 3:47 pm
דורך משה יצחקי
איך האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 3:44 pm
משה יצחקי האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 3:40 pm עפעס הער איך אז מאיר אדלער גייט זיין די שפילער?
עמרם איז מסכים??
שקיינאנונג!

איך זאג נאר וואס איך האב געהערט.

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 4:06 pm
דורך מחדש
שמח האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 3:38 pm
מחדש האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 3:37 pm
איך האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 3:23 pm

אפשר ווייל ער קען נישט נעמען אזא דזשאב
קען טאקע זיין ער איז פונקט ביזי, כ'סתם געפרעגט פארוואס מען האט אים נישט נאכאמאל גענומען אויב פאריאר איז ער נישט שלעכט געווען.
ער איז געווען פאריאר?!
יא

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 4:08 pm
דורך מחדש
משה יצחקי האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 3:40 pm עפעס הער איך אז מאיר אדלער גייט זיין די שפילער?
איך זע נישט די מעלה פון אים ברענגן,
די סארט מעמדים / גאס / עולם / מייקס און אלעס ארום איז נישט די שפילער וואס מאכט די זאך, און יעדע טויש איז א ריסק,

האפענטליך וועט עס זיין גוט.

Re: הדלקה קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 4:18 pm
דורך פריילאך
מיט קלארקייט האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 1:48 am
פריילאך האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 12:49 am
פארוואס אזוי לאנג שטייטע ניגונים פארשטיי איך נישט,
ווייל ס'ווארעמט אן דאס הארץ און איז די ריכטיגע הכנה פאר אמת'דיגע הייליגע רקודין!
אזויווי ביי מים שלנו, מ’זינגט א האלבע שעה שטייטע ניגונים, און א מינוט פאר בין השמשות שעפט מען וואסער, און 10 מינוט שפעטער איז מעריב...

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

געפאוסט: דינסטאג מאי 14, 2024 12:29 am
דורך אנדערער
משה יצחקי האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 3:40 pm עפעס הער איך אז מאיר אדלער גייט זיין די שפילער?
ער גייט שפילן אין קראקע
viewtopic.php?p=87855#p87855

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

געפאוסט: דינסטאג מאי 14, 2024 12:58 am
דורך משה יצחקי
אנדערער האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 12:29 am
משה יצחקי האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 3:40 pm עפעס הער איך אז מאיר אדלער גייט זיין די שפילער?
ער גייט שפילן אין קראקע
viewtopic.php?p=87855#p87855
ער גייט דארט שפילן מוצאי שבת..

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

געפאוסט: דינסטאג מאי 14, 2024 1:24 am
דורך רואיגער-טיש
ווי מ'הערט וועט די היי יעריגע הדלקה ווערן אהער געשטעלט מיט פול נייע חידושים, סיי אין די סדר הדלקה, פארקינג, טרעפיק, פאבליק טראנספארטאציע, סעיפטי, טאנצן, פלאץ, האלטן די עולם אופדעיט, אין פול נאך.

ווארטן צו הערן די פיינעל דיטעל'ס.

רישן רישט מען זיך אויף א מאסיווע עולם.

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

געפאוסט: דינסטאג מאי 14, 2024 6:16 am
דורך קמיאל
קומט אריין די נייעס אז מען פלאנט אויך צו נוצן די פארק & רייד אויפן 17m.

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

געפאוסט: דינסטאג מאי 14, 2024 7:42 am
דורך צוויי צענט
איך האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 3:23 pm
מחדש האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 3:14 pm פארוואס נישט נאכאמאל סאנדעל?
אפשר ווייל ער קען נישט נעמען אזא דזשאב
ער קען נעמען גרעסערס ווי דעם אויך
די סיבה פארוואס מען נעמט עם נישט נאכאמאל איז פשוט ווייל ער איז ארויף מיט די פרייז פון פאריאר און סטעלער איז אריינגעקומען ביליגער

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

געפאוסט: דינסטאג מאי 14, 2024 9:58 am
דורך נייעס ליבהאבער
קמיאל האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 6:16 am קומט אריין די נייעס אז מען פלאנט אויך צו נוצן די פארק & רייד אויפן 17m.
ענדליך ענדליך האט מען זיך געכאפט אז די פארקינק ערטער אין קריתיואל איז נישט קיין לעזונג צום טראפיק אנגעשטויסענקייט ווייל פון ווי קומען די קארן אריין אין שטאט און פון ווי גייען זיי ארויס ... פון שטאט זעלב'ס, אבער ווען מען מאכט פארקינג אין א צווייטע געגענט עטליכע מינוט צו פארן פון קרית יואל און מען שטעלט צו טראנספערטאציע וועט דא גאר שטארק ארגרינגערן די טראפיק אין שטאט.

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

געפאוסט: דינסטאג מאי 14, 2024 10:11 am
דורך ביסט גערעכט
קמיאל האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 6:16 am קומט אריין די נייעס אז מען פלאנט אויך צו נוצן די פארק & רייד אויפן 17m.
סהאט א געוואלדיגע מעלה אז סאיז גלייך נעבן די עקזיט פונעם 17

אזוי אויך פארמאגט עס איבערגענוג פארקינג

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

געפאוסט: דינסטאג מאי 14, 2024 10:22 am
דורך נפתלי
אויב די עסקנים הערן מיך אויס.. זאלן זיי ברענגן יואלי קליין מחשובי אנ"ש פון ירושלים
מּען האט אים שוין אמאל גערופן אבער ער האט אפגעזאגט ווייל ער זינגט און מירון, אבער היי יאר ווען מירון איז ליידער פארמאכט גלייב איך ער וועט עס אנעמען

ווער געדענגט נאך די הדלקה מוצאי שבת פיקודי און מירון מיט יואלי קליין... אהה.. זכרונות...