בלאט 2 פון 4
Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 12:53 pm
דורך להגדיל הטראסק
מיר איז נאר א פלא אויף די אידן וואס זעצן זיך אויף מיין זיץ, מענשטן וואס דאווענען יעדע וואך אין בית המדרש, מענשטן וואס קענען מיין נאמען, מענטשן וואס ווייסן אז זייער זעלטן איך זאל פארפאסן א שבת צופרי דאווענען דארט, נאר איך קום שפעט, אבער פארוואס זעצטו זיך דארט? דו ווייסט אז איך גיי 90 פראצענט קומען אין בית המדרש שפעטער און איך גיי דיר נישט אויפהייבן...
כ'האב אבער לכתחילה געדינגען די זיצן אדעתא דהכא אז אויב איך בין נישט אויף מיין פלאץ מינימום א האלבע שעה פאר ברכות פארליר איך מיין זיץ, כ'האב נישט קיין הארץ צו פארשיקן א צווייטן...
Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 1:12 pm
דורך שבת קודש
פייל און בויגן האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 8:38 pm
איך מיין אז ביהמ"ד אין קרית יואל (אין היכל ביהמ"ד שבת, און אין היכל התורה אינמיטן די וואך) איז פון די איינציגסטע בתי מדרשים ווי עס איז נארמאל אויפצושטעלן א מענטש.
אין סיי וועלכע אנדערע שוהל (וואס איך האב שוין באזוכט) האב איך כמעט נישט געזען אזא זאך.
און איך רעדט אפילו פון די באצאלטע זיצן אין היכל ביהמ"ד.
אין היכל איז עס בעיקר די עלטערע דור וואס ביי זיי איז א טויש אין פלאץ א שווערע זאך ביי די יונגערע זעהט מען עס כמעט נישט מען זאל יענעם אויפשטעלן
Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 1:28 pm
דורך שטייפע קוגל
שבת קודש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 09, 2024 12:14 pm
מיין דעת בעל הבית זאגט אז אויב די בעב''ה פונעם זיץ קומט נישט אן ביז יוצר אור קען ער מער נישט יענעם אויפשטעלן אפילו ס'איז זיין זיץ
פארגאנגענע יו''ט האב איך מיטגעהאלטען וויאזוי א יונגערמאן וואס האט נישט קיין זיץ האט געזעהן א ליידיגע זיץ האט ער זיך ביי נשמת דארט אראפגעזעצט
פאר שמו''ע קומט די בעב''ה אן און פארשיקט אים פון דארטן, לענ''ד האט ער נישט קיין רעכט דערצו
נישט קיין רעכט גאר? סארא גערעדאכטס...
Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 2:21 pm
דורך גראסערי
שבת קודש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 09, 2024 12:14 pm
מיין דעת בעל הבית זאגט אז אויב די בעב''ה פונעם זיץ קומט נישט אן ביז יוצר אור קען ער מער נישט יענעם אויפשטעלן אפילו ס'איז זיין זיץ
פארגאנגענע יו''ט האב איך מיטגעהאלטען וויאזוי א יונגערמאן וואס האט נישט קיין זיץ האט געזעהן א ליידיגע זיץ האט ער זיך ביי נשמת דארט אראפגעזעצט
פאר שמו''ע קומט די בעב''ה אן און פארשיקט אים פון דארטן, לענ''ד האט ער נישט קיין רעכט דערצו
אויף מיין באנק האט מען אוועקגעשיקט ביי הלל
Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 3:47 pm
דורך וואלף
שטייפע קוגל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 09, 2024 1:28 pm
שבת קודש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 09, 2024 12:14 pm
מיין דעת בעל הבית זאגט אז אויב די בעב''ה פונעם זיץ קומט נישט אן ביז יוצר אור קען ער מער נישט יענעם אויפשטעלן אפילו ס'איז זיין זיץ
פארגאנגענע יו''ט האב איך מיטגעהאלטען וויאזוי א יונגערמאן וואס האט נישט קיין זיץ האט געזעהן א ליידיגע זיץ האט ער זיך ביי נשמת דארט אראפגעזעצט
פאר שמו''ע קומט די בעב''ה אן און פארשיקט אים פון דארטן, לענ''ד האט ער נישט קיין רעכט דערצו
נישט קיין רעכט גאר? סארא גערעדאכטס...
ס'גייט ארויף אויף זיין קומען שפעט, ער האט נישט קיין רעכט צו קומען אזוי שפעט
וממילא כל שבאין שלא ברשות אין להן אלא ד' אמות.... טאר ער גארנישט טוען
Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 4:08 pm
דורך חיים יוסף
.
Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 4:09 pm
דורך חיים יוסף
שבת דאווענען איז מער ווייניגער פארשטענדלעך כאטש מען דארף עס טאן מיט שכל. איז עס אבער א לענגערע דאווענען, אין מענטשן קומען שפעט מקומט מיט די קינדער, און מען וויל דא זיצן ווייל דא זיצן מיינע חברים וכדומה,
אבער אין א היכל התורה איז דאס נישט צום פארשטיין, (מיין שכל מיין עדטש)
Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף דיין מקום קבוע
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 7:28 pm
דורך פופציגער
ביים דאווענען וועל איך יא צוצייגן אן עוועילעבל פלאץ פארן אינוואדירער, אבער נישט אויב קום איך שפעט צום דאווענען.
אין היכל פארשיקן פון א מקום קבוע איז פשט’לאז.
מעגסט האבן א מקום קבוע, זייער שיין, אבער אויב איינער זיצט דארט און לערנט פלייסיג גיי פרוביר צי אן אנדערע בענקל קען דיר אויך האלטן.
Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 8:13 pm
דורך פישל שווארץ
פייל און בויגן האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 10:45 pm
פישל שווארץ האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 8:59 pm
פייל און בויגן האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 8:38 pm
איך מיין אז ביהמ"ד אין קרית יואל (אין היכל ביהמ"ד שבת, און אין היכל התורה אינמיטן די וואך) איז פון די איינציגסטע בתי מדרשים ווי עס איז נארמאל אויפצושטעלן א מענטש.
אין סיי וועלכע אנדערע שוהל (וואס איך האב שוין באזוכט) האב איך כמעט נישט געזען אזא זאך.
און איך רעדט אפילו פון די באצאלטע זיצן אין היכל ביהמ"ד.
לכאורה וויבאלד סאיז אזא גרויסע שול איז יעדע וואך דא געסט, אז מען זאגט נישט פאר די גאסט זיך צוריקן וועט אויסקומען אז מען זיצט קיינמאל אויף די אייגענע זיץ.
האלסט למשל אז אין ביהמ"ד אין סקווירא שטעלט מען אויך אויף א גאסט?
זאל א סקווירא'ער קומען זאגן וויאזוי סאיז אין סקווירא, איך ווייס נישט.
Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע
געפאוסט: פרייטאג מאי 10, 2024 1:34 pm
דורך ירא השם
שבת קודש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 09, 2024 12:14 pm
מיין דעת בעל הבית זאגט אז אויב די בעב''ה פונעם זיץ קומט נישט אן ביז יוצר אור קען ער מער נישט יענעם אויפשטעלן אפילו ס'איז זיין זיץ
פארגאנגענע יו''ט האב איך מיטגעהאלטען וויאזוי א יונגערמאן וואס האט נישט קיין זיץ האט געזעהן א ליידיגע זיץ האט ער זיך ביי נשמת דארט אראפגעזעצט
פאר שמו''ע קומט די בעב''ה אן און פארשיקט אים פון דארטן, לענ''ד האט ער נישט קיין רעכט דערצו
פארדעים האט ער באצאלט, צו קענן קומען ווען ער וויל
Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף דיין מקום קבוע
געפאוסט: פרייטאג מאי 10, 2024 1:55 pm
דורך נאך וואס
פארוואס רעדט מען נישט פון זיך אראפזעצן אויף יענעמ'ס זיץ?
וואס טראכט דער אורח? פארוואס פרעגט ער נישט פאר ער באזעצט זיך אויב די זיץ איז פארנומען?
אפשר דארף מען אפענען אן עקסטערע עשכול פאר דעם
Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף דיין מקום קבוע
געפאוסט: פרייטאג מאי 10, 2024 1:56 pm
דורך אנדערער
נאך וואס האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 10, 2024 1:55 pm
פארוואס רעדט מען נישט פון זיך אראפזעצן אויף יענעמ'ס זיץ?
וואס טראכט דער אורח? פארוואס פרעגט ער נישט פאר ער באזעצט זיך אויב די זיץ איז פארנומען?
אפשר דארף מען אפענען אן עקסטערע עשכול פאר דעם
וואו ווילסטו ער זאל זיך זעצן?
Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף דיין מקום קבוע
געפאוסט: פרייטאג מאי 10, 2024 1:58 pm
דורך נאך וואס
אנדערער האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 10, 2024 1:56 pm
נאך וואס האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 10, 2024 1:55 pm
פארוואס רעדט מען נישט פון זיך אראפזעצן אויף יענעמ'ס זיץ?
וואס טראכט דער אורח? פארוואס פרעגט ער נישט פאר ער באזעצט זיך אויב די זיץ איז פארנומען?
אפשר דארף מען אפענען אן עקסטערע עשכול פאר דעם
וואו ווילסטו ער זאל זיך זעצן?
ער זאל זיך אינטערעסירן ווי מען קען זיצן, אדער זאל ער ווארטן אין די זייט ביז א גבאי וועט אים מכבד זיין מיט א זיץ
Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף דיין מקום קבוע
געפאוסט: פרייטאג מאי 10, 2024 3:09 pm
דורך אנדערער
נאך וואס האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 10, 2024 1:58 pm

עס גייט נישט אזוי
Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף דיין מקום קבוע
געפאוסט: פרייטאג מאי 10, 2024 3:28 pm
דורך דער תהלים איד
מען מישט דא צוויי זאכן. ניין?
א געקויפטע/געדינגענע זיץ מעג זיך יעדער זעצן, און ווען דער בעה"ב קומט אן שטעלט זיך יעדער אויף.
ווידער א פשוט'ע מקום קבוע, איז אפשר געוואנדן אין מנהג המקום. אין א גרויסער היכל זע איך נישט די פשט דערפון בכלל! אבער אין א קליינע ביהמ"ד איז זיכער אזוי אז צופרי און ביינאכט זענען דא חברותות מיט מקום קבועות וואס אלע ארומיגע חברותות ווייסן שוין אז "דארט זיצט יענער".
Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף דיין מקום קבוע
געפאוסט: פרייטאג מאי 10, 2024 3:32 pm
דורך ירא השם
אנדערער האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 10, 2024 3:09 pm
נאך וואס האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 10, 2024 1:58 pm
אנדערער האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 10, 2024 1:56 pm
וואו ווילסטו ער זאל זיך זעצן?
ער זאל זיך אינטערעסירן ווי מען קען זיצן, אדער זאל ער ווארטן אין די זייט ביז א גבאי וועט אים מכבד זיין מיט א זיץ
עס גייט נישט אזוי
אין די בתי מדרשים ווי איך דאווען גייט עס יא אזוי
Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף דיין מקום קבוע
געפאוסט: פרייטאג מאי 10, 2024 4:14 pm
דורך אנדערער
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 10, 2024 3:28 pm
מען מישט דא צוויי זאכן. ניין?
א געקויפטע/געדינגענע זיץ מעג זיך יעדער זעצן, און ווען דער בעה"ב קומט אן שטעלט זיך יעדער אויף.
ווידער א פשוט'ע מקום קבוע, איז אפשר געוואנדן אין מנהג המקום. אין א גרויסער היכל זע איך נישט די פשט דערפון בכלל! אבער אין א קליינע ביהמ"ד איז זיכער אזוי אז צופרי און ביינאכט זענען דא חברותות מיט מקום קבועות וואס אלע ארומיגע חברותות ווייסן שוין אז "דארט זיצט יענער".
און וואס איז ווען א פרעמדער קומט אריין אין א קליינע?
Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף דיין מקום קבוע
געפאוסט: פרייטאג מאי 10, 2024 4:16 pm
דורך אנדערער
ירא השם האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 10, 2024 3:32 pm
אנדערער האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 10, 2024 3:09 pm
נאך וואס האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 10, 2024 1:58 pm
ער זאל זיך אינטערעסירן ווי מען קען זיצן, אדער זאל ער ווארטן אין די זייט ביז א גבאי וועט אים מכבד זיין מיט א זיץ
עס גייט נישט אזוי
אין די בתי מדרשים ווי איך דאווען גייט עס יא אזוי
טייל פלעצער איז טאקע אזוי אבער נישט איבעראל. און נישט יעדער איז באקוועם צו שטיין ווי אן אורח תרתי משמע ביז דער גבאי גייט אים זעצן
Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע
געפאוסט: מוצש"ק מאי 11, 2024 11:30 pm
דורך פייל און בויגן
פישל שווארץ האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 09, 2024 8:13 pm
פייל און בויגן האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 10:45 pm
פישל שווארץ האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 8:59 pm
לכאורה וויבאלד סאיז אזא גרויסע שול איז יעדע וואך דא געסט, אז מען זאגט נישט פאר די גאסט זיך צוריקן וועט אויסקומען אז מען זיצט קיינמאל אויף די אייגענע זיץ.
האלסט למשל אז אין ביהמ"ד אין סקווירא שטעלט מען אויך אויף א גאסט?
זאל א סקווירא'ער קומען זאגן וויאזוי סאיז אין סקווירא, איך ווייס נישט.
אין סקווירא איז נישט דא אזא זאך ווי אויפשטעלן א גאסט פון א זיץ.
Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף דיין מקום קבוע
געפאוסט: מוצש"ק מאי 11, 2024 11:45 pm
דורך מיט קלארקייט
מעשה שהיה די וואך שבת! איינער האט זיך אראפגעזעצט אויף מיין שכנ'ס פלאץ, און מיין שכן קומט אן און זעהט אויס ער האט מיר נישט באמערק אונטער אים און ער רופט זיך אן צום גאסט "אנטשולדיגט איהר קענט זיך אפשר ארויף ריקן איין - צו מיין זיץ - דא איז מיין מקום קבוע...." עענער האט זיך אויפגעשטעלט און איז אוועק געגאנגען אזוי האב איך ב"ה געהאט מיין זיץ,
אבער איך האב גאנץ גוט פארשטאנען מיין שכן, ווען ער ווייזט אים צי די קומענדיגע זיץ פילט ער זיך נישט ווי אזא חיה פארן אויפשטעלן יענעם און ס'איז אים גרינגער, און ער ווייסט אז איך וועל ענדערש שטיין און נישט אויפשטעלן א גאסט מילא קען ער טרעטן אויף מיין גוטסקייט...
Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף דיין מקום קבוע
געפאוסט: זונטאג מאי 12, 2024 5:13 am
דורך מרור מיט חרוסת
לענ"ד, ווען איך קויף אדער דינג א זיץ, איז אין די פרייז אריינגערעכנט אז איך קען אנקומען ווען איך וויל, און כ'האב די פולע רעכט אויף צו שטעלן כל הבא לידי, נישט קיין חילוק ווי מ'האלט, אויב איז עס מיינס איז עס מיינס אייביג.
א היכל התורה פארן רבים, נאכדערצו און א גרויסע ביהמ"ד, זיי מוחל גיי היינט צום נעקסטן טיש..
Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע
געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 1:17 pm
דורך שבת קודש
פייל און בויגן האט געשריבן: ↑מוצש"ק מאי 11, 2024 11:30 pm
פישל שווארץ האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 09, 2024 8:13 pm
פייל און בויגן האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 10:45 pm
האלסט למשל אז אין ביהמ"ד אין סקווירא שטעלט מען אויך אויף א גאסט?
זאל א סקווירא'ער קומען זאגן וויאזוי סאיז אין סקווירא, איך ווייס נישט.
אין סקווירא איז נישט דא אזא זאך ווי אויפשטעלן א גאסט פון א זיץ.
ווי גייט דער בעל הזיץ?
Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע
געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 1:29 pm
דורך פיצי קאר
שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 13, 2024 1:17 pm
פייל און בויגן האט געשריבן: ↑מוצש"ק מאי 11, 2024 11:30 pm
פישל שווארץ האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 09, 2024 8:13 pm
זאל א סקווירא'ער קומען זאגן וויאזוי סאיז אין סקווירא, איך ווייס נישט.
אין סקווירא איז נישט דא אזא זאך ווי אויפשטעלן א גאסט פון א זיץ.
ווי גייט דער בעל הזיץ?
ער ווייסט ווער עס איז נישט דא אדער שטעלט ער זיך אין א דורכגאנג.
Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף דיין מקום קבוע
געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 1:46 pm
דורך פופציגער
מרור מיט חרוסת האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 12, 2024 5:13 am
לענ"ד, ווען איך קויף אדער דינג א זיץ, איז אין די פרייז אריינגערעכנט אז איך קען אנקומען ווען איך וויל, און כ'האב די פולע רעכט אויף צו שטעלן כל הבא לידי, נישט קיין חילוק ווי מ'האלט, אויב איז עס מיינס איז עס מיינס אייביג.
א היכל התורה פארן רבים, נאכדערצו און א גרויסע ביהמ"ד, זיי מוחל גיי היינט צום נעקסטן טיש..
אודאי איז עס דיינס. קענסט אפילו אנקומען און זיך זעצן עסן דארט סארדינס מיט קארן הויך אויפן קול.
די פראגע איז צי ווען דו קומסט אן ביי שפוך חמתך איז מענטשליך צו פארשיקן עמיצן וואס ווארימט שוין דיין זיץ פון אנהייב דאווענען.
Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף דיין מקום קבוע
געפאוסט: דינסטאג מאי 14, 2024 12:08 pm
דורך מרור מיט חרוסת
פופציגער האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 13, 2024 1:46 pm
מרור מיט חרוסת האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 12, 2024 5:13 am
לענ"ד, ווען איך קויף אדער דינג א זיץ, איז אין די פרייז אריינגערעכנט אז איך קען אנקומען ווען איך וויל, און כ'האב די פולע רעכט אויף צו שטעלן כל הבא לידי, נישט קיין חילוק ווי מ'האלט, אויב איז עס מיינס איז עס מיינס אייביג.
א היכל התורה פארן רבים, נאכדערצו און א גרויסע ביהמ"ד, זיי מוחל גיי היינט צום נעקסטן טיש..
אודאי איז עס דיינס. קענסט אפילו אנקומען און זיך זעצן עסן דארט סארדינס מיט קארן הויך אויפן קול.
די פראגע איז צי ווען דו קומסט אן ביי שפוך חמתך איז מענטשליך צו פארשיקן עמיצן וואס ווארימט שוין דיין זיץ פון אנהייב דאווענען.
ס'איז אפשר אומבאקוועם, אבער מענטשלעך? זיכער יא!
און ווען דו פלעגסט זעהן אלס יונגל ווי א צווייטער האט זיך באקוועם געמאכט אויף דיין בייק, האסטו פארשטאנען אז ס'איז נישט מער ווי גערעכט אים צו משלח זיין,
נישט אזוי?